פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:איז איינשטיין אויפגעקומען מיט א געדאנק. אויב זע איך ליכט פליען מיט אן אבסעלוטער שנעלקייט און עס רעכנט זיך נישט מיט'ן כלל אז תנועה איז רעלאטיוו, מוז זיין אז די אנדערע פאקטארן פון ספיד ווערן אפעקטירט. ליכט פליט טאקע 186,000 מייל פער סעקונדע. אבער דער שטח וואס עס דעקט און די צייט ווי לאנג די נסיעה דויערט -- דאס טוישט זיך יא. שטח שרינקט און צייט ציט זיך אויס.
זיין מסקנא אין תמצית איז געווען אז תנועה אפעקטירט מקום און זמן. ווי שנעלער די תנועה, אלץ איינגעשרינקענער דער מקום און אלץ אויסגעצויגענער די צייט.
פאראן א פאפולערער געדאנק וואס ווערט געניצט צו אילוסטרירן די צייט-רעלאטיוויטעט, וואס קומט ארויס פון איינשטיינ'ס טעאריע. לאמיר זיך פארשטעלן אז אין פארנדער באן איז אויסגעשטאט געווארן מיט א מאשין וואס באשטייט פון א פלעשלייט, שפיגל, און סענסאר. דער אויסשטעל וועט זיין ווי אין בייגעלייגטן בילד. דער פלעשלייט שיסט ארויס איין "שטיקל" ליכט. דאס שטיקל ליכט (Photon) פליט ארויף, קלאפט זיך אן אינעם שפיגל אויבן, וואס קלאפט עס אפ אויף צוריק, און עס פליט אראפ און ווערט אויפגעכאפט דורכ'ן סענסאר.
די לינקע זייט פונעם בילד ווייזט וויאזוי די שפיל זעט אויס פאר עמיצן וואס זיצט אין דער באן. די רעכטע זייט ווייזט וויאזוי עמיצער וואס שטייט אויף איין פלאץ אינדרויסן פון באן וועט עס זען.
די סיבה פארוואס די צוויי זעען עס אנדערש איז פשוט און מ'קען זיך דאס גרינג פארשטעלן אין מוח. עס געדויערט צייט פון ווען דאס ליכט פליט ארויף, ביז עס קומט אן צום שפיגל און צוריק אראפ. דורכאויס דער צייט, פארט די באן דאך ווייטער. קומט אויס, אז ווען דאס ליכט שטויסט זיך אן אינעם שפיגל, איז דער שפיגל שוין נישט פונקט קעגנאיבער דעם פלאץ וואו דער פלעשלייט איז געווען ביים ארויסשיסן דאס ליכט. אין אנדערע ווערטער: דאס ליכט פליט נישט אין קיין גלייכער ליניע, נאר עטוואס שיף. דער באן-רייזנדער זעט עס נישט אזוי, ווייל ער פארט מיט מיט דעם ליכט און מיט דער גאנצער "שפיל"; ער אליין איז עפעס ווי מיטגעפארן מיט דער שיפער ליניע.
אינעם פאל מיט דער רעכטער זייט פון בילד, דעקט דאס ליכט א גרעסערע שטרעקע ווי אין דער לינקער. דאס איז דאך פשוט און מען זעט עס גראד פון צושטעלן די צוויי בילדער. יעצט, אויב די תנועה פון ליכט איז רעלאטיוו, ווי יעדער אנדערער פארעם פון תנועה, איז גארנישט שווער, ווייל דאס געלויף פונעם ליכט איז אנדערש פאר'ן דרויסנדן ווי פאר'ן רייזנדן. אויב די תנועה פון ליכט איז אבסעלוט, איז דא א פראבלעם. פונעם דרויסנדיגנס פערספעקטיוו, דעקט די ליכט א גרעסערן שטח ווי פונעם רייזנדן. מער שטח מוז דאך געדויערן מער צייט! וויאזוי, אויב אזוי, איז מעגליך צו זאגן אז ליכט-תנועה איז פאר יעדן גלייך?
איז איינשטיינ'ס תירוץ אז פאר'ן פארנדן לויפט די צייט פאמעליכער ווי פאר'ן שטייענדיגן. א סעקונדע אין תנועה געדויערט לענגער ווי א סעקונדע שטייענדיג אויף איין פלאץ.