באזירט אויף א ווירקליכער געשיכטע
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
באזירט אויף א ווירקליכער געשיכטע
1#
קריס גארדנער איז דער נאמען פון א פערשוין וואס האט אונטער זיך די געשיכטע פון א לא יוצלח.
גארדנער, האט אין זיינע יונגע יארן געקעמפט היימלאזיגקייט. צוליב זיין שוואכן פינאנציעלן צושטאנד, האט עס אים געקאסט זיין הייראט, און עווענטועל איז ער ארויסגעווארפן געווארן פון זיין דירה. ער, אינאיינעם מיט זיין פינף יעריג קינד, האבן זיך פשוט געוואלגערט אין די גאסן, פון איין שעלטער פאר היימלאזע צו דעם צווייטן. איין נאכט האט ער אפילו געמוזט שלאפן אין דעם בית הכבוד פון א באן סטאנציע. עס איז צום פארשטעלן די טרערן רינען פון זיינע אויגן, האלזנדיג זיין קינד אין דערביטערניש, אין קלאג אויף זיין טרויעריגן שיקזאל, דורכאויס דער נאכט אין דער באן סטאנציע.
זיין שפל המצב האט אים אבער נישט געברענגט צו אויפגעבן. מיט עקשנות און גאר אסאך מזל האט ער זיך געלערנט צו ווערן א סטאק בראוקער. דארפנדיג זיך פראווען דערביי מיט ארעמקייט, היימלאזיגקייט און א קינד.
צוביסלעך האט ער זיך ארויפגעדראפעט דעם לייטער און כהיום איז ער א מולטי מיליאנער.
אט די אמת'ע ווארעמהארציגע געשיכטע ווערט געשפילט אין the pursuit of happyness א פילם דורך דעם מייסטער אקטיאר וויל סמיטה. כאטש וואס סמיטה צייכנט זיך בעיקר אויס אין אקציע פילמען, האט ער אראפגעלייגט אן ערשטקלאסיגע און עמאציאנאלע פרעזענטאציע און איז דערפאר נאמינירט געווארן פאר אן אסקאר. דער פילם איז א באקס-אפיס סוקסעס, און האט געלייזט הונדערטער מיליאנען דאלארן.
איראניש אז דאס קינד קריסטאפער וואס שפילט אויפ'ן פילם אלס דאס קינד פון גארנער, איז אויף אן אמת דאס קינד פון סמיטה, זשעידען סימטה, וועלכער זיין מיטעלער נאמען איז אגב קריסטאפער.
אינטרעסאנטע באמערקונג: די פולע היימלאזע וואס שפילן אויף דעם פילם אלס עקסטרעס זענען ווירקליכע היימלאזע וואס האבן באקומען באצאלט די מינימום געהאלט און אומזיסטע מאלצייט. פאר א גרויסן טייל פון זיי איז עס געווען די ערשטע באצאלטע ארבעט אין גאר א לאנגער צייט.
דער נאמען פונעם פילם איז א ווערטער-אויסצוג פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוצע, ווי די גרינדער פון אמעריקא לייגן פאר זייער וויזיע פאר'ן לאנד, נעמליך, אז: יעדער פון אירע בירגער זאל האבן די מעגליכקייט נאכצולויפן דעם געיעג נאך גליק.
דער טיטול איז גרייזיג אויסגעלייגט מיט happyness אנשטאט happiness צוליב איין סצענע אינעם פילם, וואס באציעט זיך צו גראפיטי מיט די ווערטער וואס האבן דעם גרייזיגן אויסלייג.
אגב, די מעשה איז אמאל פארציילט געווארן דורך שמעון ראלינצקי אויף קול מבשר דורכאויס א ניטל פראגראם...
די טרעילער

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאווע קריטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
די פילם איז באמת מייסטערהאפטיג, און וויל סמיט אינאיינעם מיט זון וועלכער האט כנראה גע'ירש'נט דעם טאטענ'ס טאלאנט טוען א מורא'דיגער ארבעט אראפצולייגן די געשיכטע מיט אירע פילפארביגע קאלירן. מיר איז אויך געפאלן אז דער שרייבער האט נישט געזוכט אראפצומאלן דעם הערא פונעם געשיכטע ווי א העלד, נאר ער לייגט אראפ א כאראקטער וועלכער האט סיי גוטע און סיי שלעכטע פארבן, א כאראקטער מיט מענטשליכע שוואכקייטן און שטארקייטן מיט וועלכע מיר קענען זיך אלע אידענטיפיצירן. איבער דעם עצם מעשה בין איך געווען מסופק צו גארדנער האט געטון א מאראלישער זאך מיטן נישט נעמען קיין נארמאלע דזשאב נאר אנשטאט איז ער געגאנגן נאכלויפן מגדלים הפורחים באויר ווייל ער האט געהאפט אויף א בעסערן מארגן. איז עס יושר אריינצולייגן אן אייגן קינד אין אזא מצב בלויז ווייל מען האט א חלום אז מען וועט אנקומען ערגעץ?
לגבי די חלק פון "באזירט אויף אן אמת'ע מעשה", איז ווערד צו באטאנען אז די אמת'ע מעשה איז א היבש ביסל אנדערש ווי עס ווערט אראפגעלייגט אין די פילם. פון וואס איך געדענק יעצט, איז גארדנער'ס ווייב אוועק פון אים ווייל ער האט געטשיעדט אויף איר, און זיין גוירלפרענד (מיט וועם ער האט געטשיעד און פון וועם ער האט געהאט זיינע קינדער) האט אים פארלאזט ווען ער האט איר פיזיש אביוזט (גארדנער לייקנט אז ער האט איר אביוזט). נאך א פונקט וואס כ'געדענק יעצט אויפן מינוט איז אז קריס דזשוניער איז געווען פיל יונגער ווי אויפן פילם. אין מציאות איז ער בלויז געווען דריי יאר אלט ווען זיין טאטע איז געווען היימלאז, און נישט פינף וואו עס ווערט געוויזן אויפן פילם.
צום לעצט, לחובבי טריוויע, דער עכטער קריס גארדנער האט א קעמעא אויפן פילם, און די לעצטע סצענע ווען וויל סמיט שפאצירט מיט זיין זון אין א שיינער געגענט אין דער עכטער גארדנער שפאצירט דורך און זיי שאקלן די קאפ איינער צום צווייטן.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
פילמען זענען מיך נישט באקאנט אדער אינטרעסאנט, נאר וואס האט מיך געכאפט איז א באקאנטע עמעראצעס, אז די ווערטער "לייף, ליבערטי, ענד דע פערסיוט אוו העפפינעסס" איז געשריבען אין די "קאנסטעטוציע". איך האב שוין אזוי געהערט אסאך מאהל פון היימישע אידן אלץ ווייסערס. אין אמת'ן זענען די ווערטער געשריבען געווארן אין די "דעקלערעישאן אוו אינדיפענדענטס", יולי דעם פערטן, 1776.
(- - -)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
למאי נפקא מינה? אויסער פאר די באקאנטע לקידושי אשה און למקח וממכר, כאפט אויך א נפקותא ווי עס איז געשריבן געווארן, ווייל די קאנסטעטוציע גיבט א "רעכט", כלומר אז א מענטש וואלט געהאט א טענה צו צופרידענקייט אויב עס וואלט אזוי געשטאנען אין די קאנסטעטוציע. אבער עכשיו שלא נאמר שם, נאר עס שטייט אין דבר דעקלערעישאן, איז עס נישט מער ווי א טרוים און א חלום, מי יתן והיה אז אין דאס נייע לאנד זאל מען קענען אומגעשטערט נאכיאגן דאס צופרידענקייט.
(- - -)
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אגב, רעדנדיג וועגן דאס "נאכיאגן דאס צופרידנקייט" (זינט ווען איז happiness צופרידנקייט?) איז כדאי צו דערמאנען אז אינעם פילם איז גארדנער/סמיט מקדיש אפאר ווערטער איבער די חכמה פון די גרינדערס אז זיי האבן ברוב חכמתם געוואוסט אז צו צופרידנקייט זעלבסט קען מען נישט צוקומען, און וואס בלייבט פארן מענטש איז נאר דאס נאכיאגן גופא. http://www.imdb.com/title/tt0454921/quo ... =qt0263694
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
(זינט ווען איז happiness צופרידנקייט?)
איך מיין אז דאס איז די בעסטע טייטש. פרייליכקייט מאכט נישט קיין סענס אין די קאנטעקסט וואס מען נוצט happiness. שמחה אדער פרייליכקייט קען ווערן געטייטשט אלס joy, merriment ועוד. וכן משמע מדברי ספר המילון שמפרש happiness: a feeling or state of well-being and contentment.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
מאטי האט געשריבן:Eudaimonia
החלפת פרה בחמור
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
אדאנק די פאפולערע אינטערמידיע טעלעגראם טשענעל איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זען דעם פילם די אימפאסעבל, גאר א לייטישן פילם באזירט אויף א ווירקליכער געשיכטע פון א פרוי מאריא בעלאן וועלכע וויילנדיג אויף וואקאציע אין טיילאנד איז זי מיט איר מאן און דריי זון פארשוועמט געווארן אינעם גרויסן צענאמי אין יאר 04' למספרם און דאך האבן זיי דאס אלע וואונדערליך איבערגעלעבט און זיך שפעטער פאראייניגט.
די הויפט כאראקטער ווערט געשפילט דורך די טאלאנטפולע נאאמי וואטס, וועלכע איז געווארן דערויף נאמינירט מיט אן אסקאר.