גנבענען וויי פיי (wifi)

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך טרויבן88 »

איך וויל פרעגן א שאלה אינטערעסאנט אז איך טרעף נישט אן אשכול איבער דעם.
איך וויל וויסן סיי די תורה'דיגע הלכה און סיי די עטישע שטאנדפונקט...
מאכט זיך אסאך מאל אז איינער ציט זיך אריין און א שטוב אדער איינער גייט פאר א וויזיט ערגעץ און ער האט נישט בכלל קיין אינטערנעט אדער האט ער ווירייזאן אדער האט ער טי-מאביל און עס ארבייט נישט דארט, און ער צינדט אן די וויי פיי און ער טרעפט דארט אן אפענע וויי פיי,
1) מעג ער זיך בכלל קאנעקטן?
2) אם תמצא לומר אז מען מעג, ווילאנג מעג ער זיין דערויף? און וואס מעג ער עס ניצן פאר וועב און אימעיל? אדער אויך פאר ווידעא?
3) און פאל איינער האט און זיין הויז געטראפן וויי פיי און ער פלנט צי זיצן דערויף, און אזא פאל מעג מען??
איך האב איינגעטיילט די שאלה ווייל יעדעס איינס איז א סוגיא פאר זיך,

נאמבער 1 פארוואס זאל א מענטש בכלל מעגען ניצן יענעמס א זאך, אפילו לאמיר זאגן אז יענער איז א פושע, אדער פארוואס געט עס דיר רעכט צי נוצן יענעמס א זאך?

נאמבער 2 אז איינער ניצט טעמפארערי וויי פיי פון איינעם לאמיר זאגן פאר 5 מינוט קען זיין אז עס זעט זיך נישט אן, אויכעט ווענדט זיך עס וואס, אויב ער עפענט אימעילס קען זיין מען מעג וויבאלד עס זעט זיך נישט אן, אבעכ מעג מען סטריעמען אדער דאנלוידן ווידעא?

נאמבער 3 ווען א מענטש זעט זיך ארויף אויף איינעמס וויי פיי וועט עס בדרך כלל פארשטייטערן יענעמס וויי פיי, מעג מען? און אויב למשל אויב איינער זעצט זיך ארויף אויף איינעמס וויי פיי און דאס האט ציגעברענגט אז יענער זאל קויפן א נייע router אדער אז יענער זאל רופן די קאמפעני אז עס איז שטייט געווארן, וואס איז די הלכה און די פעלער, און וויאזוי קען מען עס פיקסן אויב איינער האט עובר און די פעלער?

און סתם אזוי א זייטיגע קשיא אויב איינער האט אפענע וויי פיי און איינער ניצט עס פאר אסורע זאכן למשל ער קוקט שמוציגע זאכן איז דער בעל הוויי פיי שולדיג? אדער א גרמא אדער א גרמי?
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך mevakesh »

אויב עס קען זיין אז דער פלאן איז לימיטעד איז דאך פשוט אז עס איז גניבה ממש אויב נישט קען מען אהנהייבען דן צו זיין
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

אז איינער לאזט אפען וויי-פיי קען מען לכאורה נישט זאגן אז ס'איז גניבה.

אויב איינער ווערט געוואר יענעמ'ס פעסווארד דעמאלטס איז אנדערש.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך טרויבן88 »

mevakesh האט געשריבן:אויב עס קען זיין אז דער פלאן איז לימיטעד איז דאך פשוט אז עס איז גניבה ממש אויב נישט קען מען אהנהייבען דן צו זיין

ריכטיג. אבער אין אמעריקא איז כמעט אלעס אנלימיטעד אחו סאטעליט און און אלאסקע...
אבער יעצט האב איך נאך א קשיא... קאמקעסט האט א לימיט פון א TB וואס 1024 גיגא בייט, מעג מען ניצן אזא וויי פיי?
טון פון ווי זאל מען וויסן?
דאס הייסט אז עס איז א ספק יעדער וויי פיי?
לעב אין לאז לעבן.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך טרויבן88 »

ווייל אזוי האט געשריבן:אז איינער לאזט אפען וויי-פיי קען מען לכאורה נישט זאגן אז ס'איז גניבה.

אויב איינער ווערט געוואר יענעמ'ס פעסווארד דעמאלטס איז אנדערש.

אויב איינער לאזט איבער א חפץ בפשיעה ווערט דאס הפקר?
לעב אין לאז לעבן.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך קל וחומר »

עס איז אומלעגאל זיך צו באנוצן מיט א צווייטענס וויי פיי אן רשות. (שטייצעך אז אזא זאך קען נישט געהעריג אינפארסירט ווערן, אבער טאמער דער בעל הוויי פיי וויל דוקא קען ער טעקניקלי פרעסן טשארדשעס.)
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

שליחה דורך סימפל »

ער וויל מתיר זיין ביז ווי לאנג מען איז נישט 'מחסיר' יענעם, דהיינו דאנלאודן ווידיאו וכדומה ווי עס פארשטאטערט די אינטערנעט. און פארשטייט זיך אז עס איז געפילטערט.
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טרויבן 88: א סאך מאל קען עס זיין מער א פראקטישער פראבלעם ווי אן הלכה'דיגע פראבלעם. למשל ווען דער אומ-אויטאריזירטער באנוצער טוט דאונלאודן אדער דיסטריביוטן פארבאטענע זאכן אזוי ווי טשיילד פארנאגראפי אדער אנדערע געזעצליך פארבאטענע זאכן. און די רעגירונג קען נאכגיין נאכ'ן לעגיטים רעגיסטרירטן אייגנטומער פונ'ם אקאונט. און ער האט א דזשאב אויפצווייזן אז ס'איז געווארן באנוצט אן זיין רשות...!
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

טרויבן88 האט געשריבן:
ווייל אזוי האט געשריבן:אז איינער לאזט אפען וויי-פיי קען מען לכאורה נישט זאגן אז ס'איז גניבה.

אויב איינער ווערט געוואר יענעמ'ס פעסווארד דעמאלטס איז אנדערש.

אויב איינער לאזט איבער א חפץ בפשיעה ווערט דאס הפקר?


ס'איז מער ענליך ווי איינער שטעלט זיך אפ ביי די היטש פלאץ מיט א אפענע טיר.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך טרויבן88 »

סימפל האט געשריבן:ער וויל מתיר זיין ביז ווי לאנג מען איז נישט 'מחסיר' יענעם, דהיינו דאנלאודן ווידיאו וכדומה ווי עס פארשטאטערט די אינטערנעט. און פארשטייט זיך אז עס איז געפילטערט.

ווי סזעט מיר אויס פארשטייט דער רב/דיין נישט צי קיין טעכנעלאגיע... אבער איך וועל איבערגיין מארגן צי זען
לעב אין לאז לעבן.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

אויב דער בעל ה'ווייפיי האט נישט קיין שאדן זעה איך נישט קיין פראבלעם, ס'איז אזוי ווי זיך באניצן מיט איינעמ'ס לעקטער וואס שיינט אינדרויסן. נר לאחד נר למאה..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כפתור: אבער אויב יענער טעעפט אריין אין זיין שכנ'ס מיטער איז עס שוין איינמאל גניבה...!
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך טרויבן88 »

כפתור האט געשריבן:אויב דער בעל ה'ווייפיי האט נישט קיין שאדן זעה איך נישט קיין פראבלעם, ס'איז אזוי ווי זיך באניצן מיט איינעמ'ס לעקטער וואס שיינט אינדרויסן. נר לאחד נר למאה..

ער ניצט אבער פאקטיש יענעמס אזאך. בכלל נישט דומה צי א לעקטער
לעב אין לאז לעבן.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך קל וחומר »

זיי ביטע מסביר מיט וואס עס איז אנדערש ווי לעקטער?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קל וחומר: כאטש דו האסט נישט מיך געפרעגט, וועל איך מיר נעמען רשות, הרמן ורשותא דיר צו ענטפערן. באנוצן זיך מיט יענעם'ס ווייפיי איז אינגאנצן נישט גלייך צו באניצן זיך מיט א לייט וואס זיין שכן האט אנגעצינדן. ווייל ווען ער באניצט זיך מיט די לייט וואס ברענט ממילא, איז נישט דא קיין שום מציאות אז זיין שכן זאלל זיין אויף עפעס אן אופן פאראנטווארטליך פאר זיין באנוץ. משא"כ ביי וויי פיי, קען זיין אמאל א מציאות אז דער שכן, דער בעה"ב פון די וויי פיי אקאונט זאלל האבן א שאדן. למשל אז ער גייט אויף נישט גוטע פלעצער, ל"ע און דער שכן וועט ליידן דערפון. און זיין רעפוטאציע קען געשעדיגט ווערן. אדער, די רעגירונג קען זיך אמאל פארלייגן אויף איהם, כמו שאמרתי...!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך קל וחומר »

#ברילן אלערט.

קוק איבער כפתור'ס תגובה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קל וחומר: #בריללן אלערט. איך האב שוין איבערגעקוקט כפתור'ס תגובה בפקודת הרהגה"ק. און איך בין געקומען צו די זעלבע מסקנא. ווייל ווער קען גאראנטירן אז דער רעגיסטרירטער באנוצער וועט נישט ליידן קיין שום שאדן. דיין גאנצע טעאריע איז אויפגעבויעט מיט דעם הני מילי אז ער האט נישט קיין שאדן. אבער ווער קען דאס פארזיכער'ן פון פאראויס. ממילא איז הדרא קושיא לדוכתיה... :roll:
נ.ב.: איך ווער שוין (ל"ע) ווי דער ליט-אק פון בודאפעסט. איך טענה מיך איבער שטותים והבלים אהין און צוריק מיט גרויס פיקחות און חכמה כנוסח ליטוואקים... :roll: :twisted:
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך קל וחומר »

ולא פליגי, מר כדאית ליה ומר כדלית ליה.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך טרויבן88 »

קל וחומר האט געשריבן:זיי ביטע מסביר מיט וואס עס איז אנדערש ווי לעקטער?

צו @קל וחומר כאטש @berlbakagulah האט שוין אביסל געענפערט האט ערנישט געדרוקט די עיקר... ווען די האסט הנאה פון דיין שכן'ס לייט איז עס נישט א פעולה וואס די טוסט, עס איז דא א לעקטער וואס ברענט און די האסט הנאה, מה שאין כן ווען די פארבינדס דיך פיזיש צי יענענס וויי פיי, דאס מיינט אז די צינדסט אן זיין וויי פיי פאר דיר
משל למה הדבר דומה אז די צינדסט אן אדער די דרייעסט אוועק די לעקטער פון דיין שכן אז עס זאל שיינען צי דיר.

און בכלל דעס אז עס איז רימאוטלי מאכט עס נישט ווייניגער גנב! עס איז אזוי ווי די גייסט אריין צי זיין ראוטער און די שטעלסט אן אז עס סאל אויך ארבייטן פאר דיר. (אדער אזוי ווי די נעמסט א לאנגע שטעקן( // wave) און די דרוקסט קנעפלעך אויף זיין וויי פיי?
לעב אין לאז לעבן.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך קל וחומר »

נאכאמאל, טאמער מאכט עס נישט אויס פאר יענעם אין די ספיד אדער סיי וועלכע אנדערע שאדן איז עס א רעכטע זה נהנה וזה לא חסר ונר לאחד נר למאה.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך טרויבן88 »

קל וחומר האט געשריבן:נאכאמאל, טאמער מאכט עס נישט אויס פאר יענעם אין די ספיד אדער סיי וועלכע אנדערע שאדן איז עס א רעכטע זה נהנה וזה לא חסר ונר לאחד נר למאה.

איך מעג ניצן דיין קאר אינמיטן די נאכט בשעת איך בין זיכער די גייסט נישט פארן דערמיט?

און בכלל ניצן וויי פיי קאסט לעקטער! סא וואס איז מיט דעם?
און אויב ניצט מען עס לאנג איז עס מער ווי א שוה פרוטה
לעב אין לאז לעבן.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

berlbalaguleh האט געשריבן:כפתור: אבער אויב יענער טעעפט אריין אין זיין שכנ'ס מיטער איז עס שוין איינמאל גניבה...!

כ'האב אנגעהויבן מיט דעם אז 'אויב ער האט נישט קיין שאדן'

בד"וו, אויב די ווילסט 'טעפן' א מיטער, טו עס 'פאר' די מיטער, האט יענער נישט קיין שאדן
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

טרויבן88 האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:זיי ביטע מסביר מיט וואס עס איז אנדערש ווי לעקטער?

צו @קל וחומר כאטש @berlbakagulah האט שוין אביסל געענפערט האט ערנישט געדרוקט די עיקר... ווען די האסט הנאה פון דיין שכן'ס לייט איז עס נישט א פעולה וואס די טוסט, עס איז דא א לעקטער וואס ברענט און די האסט הנאה, מה שאין כן ווען די פארבינדס דיך פיזיש צי יענענס וויי פיי, דאס מיינט אז די צינדסט אן זיין וויי פיי פאר דיר
משל למה הדבר דומה אז די צינדסט אן אדער די דרייעסט אוועק די לעקטער פון דיין שכן אז עס זאל שיינען צי דיר


מעג איך טוען א 'פעולה' און אנצונדען א לעכט פון יענעמס לעכט?
נר לאחד נר למאה
פארשפארט