... והמסתעף

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'הער מאחורי הפרגוד אז לעצטנס איז פארגעקומען א געהיימע אסיפת הרבנים ועסקנים צו מאכן געוויסע תיקונים איבערהאלב דעם היימישן ציבור בענינים שונים.

צווישן זיי האט מען אויסגעשמועסט דעם לעצטיגן פיעטשור פון נייערע קארס, וואס האבן "בעקאפ סענסאר'ס", דהיינו אז ווען מען בעקט אריין צו נאנט צו אן אבזשעקט, הייבט עס אן פייפן. אז מען האט נישט קיין אויגן פון אונטן (א בעקאפ קעמערע) זאל כאטש זיין אוזן שומעת. איינער פון די רבנים האבן עס שיין צולייגט, בהקדמה דעם ענין פון "אחור וקדם צרתני" וכו', ואכ"מ.

מען האט דאס באטראכט צו נוצן אלס א מיטל ארויפצולייגן די זעלבע סארט מעכאניזם אויף חסידישע אידן ביי חתונות. הארט בעפאר דעם טאנצן, ווען דער מוזיקאנט היינט אן דעם אינטרא מיט א שטארקן אפקלאנג, וועלן אלע באטייליגטע באקומען א פעקל סענסארס און ארויפקלעבן אויף די בעקישע'ס פון אונטן, און דאס וועט פארמיידן די אפקומעניש וואס מען מאכט מיט ביי די חתונות בשעת די התלהבות'דיגע טענץ, וויבאלד מיר זענען זיך נוהג צו טאנצן אויף צוריקצואוועגס, דהיינו אז די מזרח זייט טאנצערס בעקן אריין אינעם מוזיקאנט שיער איבערדרייענדיג זיינע כלים, די מערב זייט חברה קנאקן אראפ אפאר קינדער וואס טאנצן אויף דער ערד און פאלן נעבעך אום אינאיינעם מיט זיי און די קינדערלעך וויינען, די דרום זייט גיבן א שטופ פון אונטן פאר אלע געסט וואס קומען איצט אריין וויבאלד זיי קענען נישט באמערקן פון אונטן אינמיטן דעם התלהבות'דיגן טאנץ אז זיי שטויסן זיך שוין אן אינעם וואנט פונעם זאל, בעת די צפון זייט חברה דרייען כמעט איבער דעם אויבן-אן טיש, נאך א מזל זיי כאפן א זעץ אין פוס פונעם סטעידזש א סעקונדע בעפאר.

ווער עס האט מער פרטים, ביטע מיטטיילן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'הער מאחורי הפרגוד אז לעצטנס איז פארגעקומען א געהיימע אסיפת הרבנים ועסקנים צו מאכן געוויסע תיקונים איבערהאלב דעם היימישן ציבור בענינים שונים.

צווישן זיי האט מען אויסגעשמועסט דעם לעצטיגן פיעטשור פון נייערע קארס, וואס האבן "בעקאפ סענסאר'ס", דהיינו אז ווען מען בעקט אריין צו נאנט צו אן אבזשעקט, הייבט עס אן פייפן. אז מען האט נישט קיין אויגן פון אונטן (א בעקאפ קעמערע) זאל כאטש זיין אוזן שומעת. איינער פון די רבנים האבן עס שיין צולייגט, בהקדמה דעם ענין פון "אחור וקדם צרתני" וכו', ואכ"מ.
ווער עס האט מער פרטים, ביטע מיטטיילן.


כ'על זיין א מגלה טפחיים פונ'ם אסיפה, מענין לענין פון גדרי צניעות און קדושה האט מען דן געווען צי באשטעלען משומר צי סמאדזשען די דאס'ל צורות אין די בעק אפ קעמרע. בפרט וואס די קעמרע עימט אזוי אריין אין די נשים צדקניות מכף רגל ועד ראש וואס זענען זיך נוהג דוקא ארויס ציקוועטשען צווישען קאר'ן מיט קערידשזעס, מ'האט מסיים געווען כשם שעזרתני למחוק מינים אלו מבית הדפוס והעתונות למניהם וקאמפיוטערס למיניהם כך נזכה וכו' וכו'
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

... והמסתעף

שליחה דורך מי אני »

דער קיצור שו״ע ברענגט טאקע אראפ אין סוף סימן לב סעיף כז אז דאס פלוצלינג׳דיגע טויש פון חושך צו אור שאדט פאר די ראייה ע״ש.

*
IMG_6651.jpg

וקצת בענין זה, באמת זענען באקסעס A און B גענוי די זעלבע קאליר און טונקל. די אפטיקעל אילוזיע [די טשעקער שאטן אילוזיע], אז מ׳מיינט/ס׳זעהט אויס אז A איז טונקלער ווי B, קומט צושטאנד מכח דעם וואס ווען מ׳קומט ארויס פון טונקל צו אפילו א מילדע ליכטיגקייט זעהט עס אויס צום מח ווי שטערקער באלאכטן ווי ס׳איז באמת. די זעלבע זאך איז פארקערט - ווען מ׳קומט אריין פון טינקלקייט צו די זעלבע מילדע ליכטיגקייט וועט עס אויסזעהן טונקלער ווי עס איז באמת.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט