ודע מה שתשיב - איר האט א פילטער?

באניצער אוואטאר
קנאקעדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

ודע מה שתשיב - איר האט א פילטער?

שליחה דורך קנאקעדיג »

מעשה שהיה

סעדלי איז דער מצב אזוי אז דער מה יפיתל און זיינע ברודער וואס זענען פונקט נישט באשאנקען געווארן מיט א גליסטונג צו וועלן וויסן און ליינען, פארציילן און זיך באקענען, שטודירן און אנאלאזירן. זיינע תאוות זענען שיפע טאשן, גנב'נען, געלט, אויבן אן כבוד און נאכאמאל געלט. בקיצור אלע תאוות וואס יעדע פאר זיך האט א באזונדערע אפטיילונג אין כמעט יעדן מוסר ספר אין ספרים שאנק אבער זענען ווינדערליך מותר געווארן אין אונזער דור. זיי זענען עס ליידער וואס האבן דעם אויבערהאנט היינט ווען אלע מחאות חרמים און איסורים פאקעסירן נאר אויף די וואס האבן נישט דעם הייליגן פליפפאון.

איך האב אבער צוגעפיקסט אזא יענעם און יענער איז גאר געווען א רבי'ש קינד טאקע א זיסער וואס פרעגט סתם ווייל ס'געווען איבעריג צייט [און נישט ווי איינע וואס וויל שפילן פרום אדער צאפן דיין בלוט, אבער די אויטקאם איז דאך סייוויי דאס זעלבע] ביים ליל שישי פארברענג אין זיין טאטע'ס ביהמ''ד.

אינמיטן קראכן ניסלעך געטער מיר א פרעג ''זאג דאס פאון האט א פילטער?'' יעדער קוקט אויף מיר, און כ'געבעם א קוק אן און דערלאנג אים קודם די דעזערט... ''מיין פאון, נישט נאר וואס סהאט נישט א פילטער האב איך ארויסגענומען די אפציע אז מ'זאל קענען לייגן א פילטער! ניטאמאל א קריסטליכע פילטער זאל מען קענען לייגן!!! [מסתם נישט אפילו שייך, אבער וואס ווייסט ער?]

טראאאךךך אויף דעם האט זיך קיינער דארט געראכטן. און איך גיי אן און איך פרעג יענעם הויך ''זאג מיר האט 'איר' אפשר לעצטע וואך מ*** געווען מיט יענע פרוי? איך האב דיר געזען אריבערגיין עטליכע מאל א הויז פון א באקאנטע ז***.''

דא ווייסט שוין נישט קיינער צו איך בין אויפן קאפ קראנק?? אבער דאס אלעס נעמט רגעים בשעת יענער רויטעלט זיך אז איך שטעל אזא צודרייטע פראגע.

כ'זאג ווייטער ''וואס איז די עולה צו האבן א פאון אומגעפילטערט?? דא האט ער א פתח צו עפענען ס'מויל, (אזוי ווי מיין פלאן איז) און שרייט אויף מיר ''וואס הייסט וואס? מ'קען זען און טון כל דבר אסור!!''

''אההה... זאג איך הויך, אויב קען מען מיט דעם נישט געפילטערטע פאון טון אלע עבירות, האסטו מיר אין אנדערע ווערטער געפרעגט פארנט פון א מנין אידן צו איך בין א חזיר א שקץ א מנובל אן אפיקורס א כופר ועוד ועוד. מיט וואס פארא רעכט???? וויאזוי מעגסטו אזוי פארשעמען א איד?????? על צד אז איך האב נישט א פילטער בין איך דאך לשיטתך דער גרעסטער שקץ!! וויאזוי מעגסטו פרעגן אזא פראגע פון סיי וועם פארנט פון אנדערע??

א היכא תמצא וויאזוי דער וואס איז געווענליך ידו על העליונה איז ארויס א פארשעמטע און א אפגעשמיסענע
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ח"ו אזא וווילער יאנגערמאן וואו דו בין איך נישט חושד
אבער א פילטער דארף מען נאך אלץ האבן ווייל...
און ביסט גערעכט דאס וואלט איך אבער אויך נישט געדארפט פרעגן ברבים
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

שליחה דורך סימפל »

נישט אז כ'נעם זיין זייט, כ'מיין אבער אז פרעגן איינעם צו דו האסט א פילטער איז נישט די זעלבע ווי פרעגן צו די ביסט א שגץ א חזיר און א אפיקורס. עס איז מער ווי פרעגן צו דו האסט געבלאקט די מעגליכקייט צו צוקומען צו די זאכן.
אבער דאס איז זיכער אז ס'איז נישט דא קיין פוינט פון פרעגן אין פאבליק.
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ודע מה שתשיב - איר האט א פילטער?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען איינער פרעגט דיר צו דו האסט היינט געדאווענט וותיקין, ביסטו אויך ווערטערלאז? פארשטייט זיך אז נישט. ווייל דו האסט נישט קיין קאמפלעקס אויף דעם, דו האסט נישט קיין הו"א אז דו ביסט מחוייב צו דאווענען כוותיקין און וויפיהל מראה מקומות יענער קען דיר אנברענגען אויף די געוואלדיגע ענין פון ייראוך עם שמש, האסטו נאך אלס נישט קיין צל צד ספק אז דו האסט עפעס אן עוולה מיט'ן דאווענען געהעריג, אן א זייגער מיט סעקונדעס, אן תכלת אויפ'ן טלית, אן א סידור מיט כתב אשורית און אלע אנדערע משוגעת'ן וואס קומען צוזאמען מיט'ן דאווענען וותיקין.
ווען מיר וואלטען טאקע געהאלטען דער קריך פאר א פלעינע קריך, זיין טענות האבען גארנישט מיט'ן מציאות און איך קום איהם נישט קיין דו"ח אויף מיין פאון, וואלטען מיר נישט געבליבען ווערטערלאז.
נאר וואס? ר' ישראל סאלאנטער האט שוין געזאגט "דער חילוני איז מער פריי ווי דער שומתומ"צ איז פרום, דעריבער קענען מיר זיי דערווייל נישט זיגען". ער איז מער פארזיכערט אין זיין משוגעת'ן ווי אונז און דעריבער דארפען מיר זיך מתחזק זיין, וויסענדיג וואס איז עיקר און וואס איז טפל, פארשטייענדיג צו וואס מיר צילען און וויאזוי אונזער פעולות וועלען אונז דארט צוברענגען, און דערנאך ווערען גלייך פארשוואונדען אלע נודניקעס כאבק פורח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

איינער פרעגט, זאג, דיין פאון האט א פילטער?
פרעג צוריק, זאג, דו ביסט געמל'ט? איך קען טשעקן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

-דיין פאון איז געפילטערט?
-אוודאי
-משומר?
-ניין, משומר איז נישט אונזער הכשר
-גדר?
-פליז, מאך משוגע א צווייטען
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

קענסט מיר בארגן א הונדערטער? בדוק ומנוסה.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ודע מה שתשיב - איר האט א פילטער?

שליחה דורך קל וחומר »

איך וואלט געענטפערט:
האלטסט אז טאמער האב איך נישט וואלט איך דיר דערציילט??

די עיקר איז זיכער צו מאכן צו בלייבן מיט א שאלה אויף צוריק. אז דער נעכס זאל זעהן צו קישן די מזוזה ווי אמשנעלסטן.
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

געהערט פון איינעם אז א בחור האט אים געבעטן צו בארגן א סעלפאון, און דיא בחור פרעגט אים צו עס האט א פילטער, האט ער גענטפערט, יא, עס איז א פראבלעם?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קוקט אויס ווי א פאפא'נע בחור...
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
פארשפארט