ביוראקרעסי ביי אכילת עראי
- קנאקעדיג
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
ביוראקרעסי ביי אכילת עראי
געוואלט אז מיינע קינדער און איך זאלן האבן א גוטע פארברענג, נאכן טרעפן א פארקינג ביי קליין אזקריעם סטאר. איך שטיי אין ליין ווארט צו האבן די זכיה צו קענען באשטעלן גלידה נאך צען מינוט ''נעקסט'' גיי איך צו מיינע קליינע דארפן קוים א סקופ יעדער, אוי ''מינעמעם טו סקופס'', פארוואס? גיי שלאג זיך, אזוי האט מען געשלאסן אין קליינס סיצואציע רום. אקעי וועל איך נעמען צוויי מאל צוויי און עס טיילן מיט מיינע דריי חברה און זיך. אקעי קען איך האבן צוויי מאל צוויי אבער יעדע צוויי מאך פיר פלעווערס ביטע, דאס הייסט אנשטאטס צוויי סקופס פון צוויי פלעווערס מאך פיר האלבע פון מער פלעווערס. אוי ''סארי ווי קענט דו דעט!!'' אוי ממש נישט מעגליך??? ניין. אקעי ''גוט שבת ביי ביי''
בין איך געפארן צו ספרינקלס געשטאנען ווייניגער צייט אין ליין זיי האבן געלאזט נעמען נאר איין סקופ פער קינד און דעם איינעם סקופ צוטיילט אין צוויי פלעווערס און געס וואט.... איראן האט נישט ארויסגעשאסן א מיסעל, אבאמא האט ווייטער געגאלפט, טראמפ האט ווייטער געטוויטערט, קלינטאן האט ווייטער געביעסט, אלעס כמנהגו נוהג. און מיינע קינדער האבן הנאה געהאט

אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
Re: ביוראקרעסי ביי אכילת עראי
אלעס געזאגט געווארן אין די זומער ווען מ'קען פארקען אלפיים אמה ארום שומר שבת. לשבת הבא וועסטו נעמן וויפיל סקופס קליין דארף צו חתונה מאכן זיינע קינדער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קנאקעדיג: ייש"כ. דא קענסטו זעהן אויף דעם מערסט בולט'ן (נישט ח"ו קיין בולעט) אופן דעם חילוק פון קאפיטאליזם ביז צו דעם סאציאליסטישן/קאמוניסטישן גן עדן אין רוסלאנד.דאהי. ווען דו ביסט נישט צופריעדן פון קליינ'ס סערוויס אדער פרייזן, קענסטו גיין צו די קאמפעטישן. און נאך טויזנטער אנדערע קאסטומערס. ביז זיי וועלן באקומען דעם מעסידזש.
משא"כ אין דעם רוסישן, אדער היימישן מאנאפאליסטיק סיסטעם דארפסטו יענעם קושן די פוס (בלשון המעטה) אז ער פארקויפט דיר עפעס בכלל...!
משא"כ אין דעם רוסישן, אדער היימישן מאנאפאליסטיק סיסטעם דארפסטו יענעם קושן די פוס (בלשון המעטה) אז ער פארקויפט דיר עפעס בכלל...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
כפארשטיי הער קנאקעדיג'ס אויפברויז אויף די ביוראקרעסי וואס הערשט אין די אייז קריעם קיאסק, אבער פון די אנדערע זייט קוק איך נישט אן דעם געשעפטס מאן פאר א שלעכטער סך הכל איז ער נישט אזוי נייס און צוגעלאזן אז ווען א קאסטומער מאכט אים צודרייט מיט א קאסטום מעיד פארלאנג האלט ער זיך נישט ביים צושטעלן,
איך האלט בכלל אז אסאך מאל שטעלט מען נישט די זאכען אין פארפארציע, מהאט טענות אויף מעשים וואס איין מענטש טוט נישט, און ווען א צווייטער טוט לויבט מען אים אויס, אויב אויב האלטסטו סאיז אן עוולה נישט צו געבן צדקה, דאן פארוואס לויבסטו אויס דער וואס געבט יא? סקומט דאך אז ער זאל געבן? לענינו איך וואלט געזאגט ענדערש אויף געשעפט ב' איז מורא'דיג פרענדלי, בעת געשעפט א' טוט פלעין ביזנעס, נישט סקומט אים קרעדיט, און אויך נישט די פארקערטע.

...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאמענטירער: אבער די גדלות פון אמעריקא און דעם קאפיטאליסטישן עקאנאמישן סיסטעם בכלל איז, אז דער געשעפט אדער ביזנעס אייגנטומער זוכט צופרידן צו שטעללן דעם קאסטומער. ווייל אין דעם ווענדט זיך זיין הצלחה. נישט אזוי ווי ביי דעם קאמוניסטיש/סאציאליסטישן סיסטעם אז דער פארקויפער איז דער בעה"ב און א יעדער דארף זיך חנפנ'ען צו איהם. ווייל אין א פרייע סאסייעטי (חוץ די היימישע, פארשטייצעך) איז פארהאן קאמפעטישן. אויב מ'איז נישט צופרידן פון די סערוויס וואס געשעפט א' געט, קענמען גיין צו געשעפט ב'. ביז צום סוף וועט דער אייגנטומער פון געשעפט א' איינזעהן אז דער עולם קומט מער נישט צו איהם.
איך האב אליינס מיטגעהאלטן א פאל אין אן עלעקטריקל סופליי געשעפט ווען א קאסטומער, אן עלעקטריקל קאנטראקטאר האט צוריקגעברענגט צום סטאר א טייערע מאשין מיט די טענה אז ס'איז צובראכן. כ'געדענק די גאנצע שקלא וטריא וואס דער בעה"ב האט געהאט אויב ער זאלל איהם געבן קרעדיט אדער הייסן באצאלן פאר א נייע מאשין. ווייל ער (דער בעה"ב) האט קלאר אויפגעוויזן אז דער בעל מלאכה האט עס געדעמעדזשט נאכדעם וואס ער האט פארלאזט דעם סטאר. האט ער מחליט געווען איהם צו געבן קרעדיט, אפילו ער האט שאדן געהאט עטליכע הונדערט דאללאר, ווייל יענער איז געווען א גרויסער, און גוטער קאסטומער. און אויב ער וועט איהם הייסן באצאלן וועט ער איהם פארלירן אלס קאסטומער...האט ער ענדערש געליטן דעם שאדן. אין די קאמוניסטישע לענדער, אדער להב' ביים היימישן עולם וואלט עס קיינמאל נישט געשעהן...!
איך האב אליינס מיטגעהאלטן א פאל אין אן עלעקטריקל סופליי געשעפט ווען א קאסטומער, אן עלעקטריקל קאנטראקטאר האט צוריקגעברענגט צום סטאר א טייערע מאשין מיט די טענה אז ס'איז צובראכן. כ'געדענק די גאנצע שקלא וטריא וואס דער בעה"ב האט געהאט אויב ער זאלל איהם געבן קרעדיט אדער הייסן באצאלן פאר א נייע מאשין. ווייל ער (דער בעה"ב) האט קלאר אויפגעוויזן אז דער בעל מלאכה האט עס געדעמעדזשט נאכדעם וואס ער האט פארלאזט דעם סטאר. האט ער מחליט געווען איהם צו געבן קרעדיט, אפילו ער האט שאדן געהאט עטליכע הונדערט דאללאר, ווייל יענער איז געווען א גרויסער, און גוטער קאסטומער. און אויב ער וועט איהם הייסן באצאלן וועט ער איהם פארלירן אלס קאסטומער...האט ער ענדערש געליטן דעם שאדן. אין די קאמוניסטישע לענדער, אדער להב' ביים היימישן עולם וואלט עס קיינמאל נישט געשעהן...!
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
@בערל
דיין פוינט איבער ארויסגיין פון וועג צו צופרידענשטעלן די קאסטומער איז ריכטיג, אבער דיין בליק אויף די היימישע געשעפטן מוז איך זאגן, ערעב בערל איר זענט נישט גערעכט, קודם אונזער מעשה דא פונעם פותח האשכול וואס ער האט צום סוף יא געטראפן אן היימישע געשעפט וואס האט אים צופרידן געשטעלט, נאכדעם איז געווארן אן היפשע אויפוואכונג אין אונזער קאמיונוטי לגבי די וועג צו טון ביזנעס קוק אין די ביכעל פון הרב יואל קליין ''וויאזוי איז מען מצליח?'', און פון די אנדערע ענגעל איז נאך דא גענוג נישט היימישע וואס מעגן זיך נאך גיין לערנען וויאזוי מגעבט העפליגע סערוויס א ביישפיל איז עפל בענק וכדו'
דיין פוינט איבער ארויסגיין פון וועג צו צופרידענשטעלן די קאסטומער איז ריכטיג, אבער דיין בליק אויף די היימישע געשעפטן מוז איך זאגן, ערעב בערל איר זענט נישט גערעכט, קודם אונזער מעשה דא פונעם פותח האשכול וואס ער האט צום סוף יא געטראפן אן היימישע געשעפט וואס האט אים צופרידן געשטעלט, נאכדעם איז געווארן אן היפשע אויפוואכונג אין אונזער קאמיונוטי לגבי די וועג צו טון ביזנעס קוק אין די ביכעל פון הרב יואל קליין ''וויאזוי איז מען מצליח?'', און פון די אנדערע ענגעל איז נאך דא גענוג נישט היימישע וואס מעגן זיך נאך גיין לערנען וויאזוי מגעבט העפליגע סערוויס א ביישפיל איז עפל בענק וכדו'
...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאמענטירער: או.קעי. די קאמענט איבער די היימישע איז געווען א ביסל איבערגעטריבן. ס'איז געווען אן הכללה. דאס טויג טאקע נישט. אבער איך קען א סאך היימישע געשפטן וואו דער אייגנטימער צוקראצט זיך זייער שטארק אז ס'איז אריינגעקומען א קאסטומער אין געשעפט. ער טוט זיך ווייטער זיינס. איין דוגמא. די קאורט סטר. סטעישאנערס אויף 13'טע עוועניו. איך האב שוין געהאט מערער ווי איינמאל די זעלבע נישט אנגענעמע עקספיריענס דארט. כ'האב יעצט נישט קיין צייט פאר פרטים...!