דירעקטער בריוו פון קהילת לב טהור צו אחינו בני ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

דירעקטער בריוו פון קהילת לב טהור צו אחינו בני ישראל

שליחה דורך שמואל פרימו »

טייערע הארציגע ברידער

עת צרה הוא ליעקב וממנה יוושע...
דער מצב שרייעט ארויס עד לב השמים, און איך שפיר פאר וויכטיג צו רעדן צו אייך אידישע קינדער, פערזענליך.

קאווע שטיבל איז די איינציגסטע פלאץ אויף די וועלט, וואו אידן וואס זענען אחים לדעה קענען שרייבן פרייוויליג און דיסקאסירן זאכן, ווי אויך זען דעם דעת הציבור פון דעם חרדי'שן אידנטום אויף דער גאנצער סאמעטוכע. שפיר איך דעריבער פאר וויכטיג זיך צו לאזן אויסשמועסן און ארויסברענגען מיינע געפילן, בשם כל קהילה קדושה הדין, בראשית כ"ק מורינו ורבינו רביה"ק שליט"א.

עס איז זייער שווער צו שרייבן, עס ליגט מיר אזויפיל אויפן הארצן, אזויפיל וואס קען געזאגט און געשריבן ווערן, איך וויל אייך לאזן פילן אונזערע געפילן, איך וויל אייך לאזן הערן וואס מיר האבן צו זאגן, אבער מען קען דאס אנקוקן פון אזויפיל קוק-וואונקלען, און שרייבן אזויפיל, אז מיינע מחשבות זענען געמישטע מיט אן אומ-סדר, נישט וואוסנדיג פון וואו אנצוהויבן. איך וועל דעריבער לאזן מיין פענע פארן פרייוויליג און זיך פארלאזן אויף ישועת השם, אז די ווערטער זאלן ארויסקומען גראד און גוט, אז יעדער זאל קענען פארשטיין, און מיט א תפילה, אז ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהילתך, ויהיו נא אמרינו לרצון לפני אדון כל.

שטענדיג אין אזא מצב, ווען מען הערט נייעס פון דעם סארט, האט יעדער ליב אריינצורעדן, זאגן א ווארט, א געדאנק, צומאל פון 'ערשט-האנטיגע' אינפארמאציע (בשעת עס איז צומאל ערשט מוח'דיגע אינפארמאציע וד"ל, אדער געהערט פון א חבר'ס א פעטער, בתור הוה-אמינא וואס ער האט שוין פאבריצירט אלס מסקנא, ועוד ועוד...). עס פאדערט נישט קיין סך מחשבה, א מענטש זיצט ביים קאמפיוטער, עס פאלט אים איין א גוטס, אינסטינגטיוו גיבט ער א קלאפ אפ אפאר ווערטער, און יאללא, שלח - געשיקט און פארטיג... ער טראכט ניטאמאל וואס ער האט דא געטאן.

אויב מיינט איר אז די אינסטאנצן אין גוטאמאלא, מדינת-ישראל, קאנאדא ועוד, ליינען נישט די דאזיגע קאמענטורן - געשריבן געווארן דורך היימישע חסידי'שע יונגעלייט, דאן לעבט איר אין א גרויסער טעות, און איך מיין אז איר זענט גענוג אינטעליגענט אליין צו פארשטיין אז אייערע תגובות קומען אן א-י-ב-ע-ר-א-ל, און ווערן גרינטליך אפגעלערנט דורך די דאזיגע וואס זיצן ביים אויבערשטן פון שטייסל, און זיי זענען דער מחליט וואס צו טון מיט צאן קדשים אשר לא טעמו טעם חטא, וואס זייער עתיד זאל זיין.... עס איז שרעקעדיג נאר צו טראכטן דערוועגן.

נעמט אין באטראכט: איר זעלבסט - די שרייבער און ליינער אין קאווע שטיבל - האלטן דאך יעצט געציילטע וואכן איידער אזא פארכטיגע יום הדין הגדול, בשעת עס זענען אפן פאר אלעמען די ספרי חיים און ספרי מתים. יעדער וואס האט א אידישע נשמה, טראכט אביסל אריין און קלערט ווי אזוי מען קען זיך פארבעסערן און וואס מען דארף אצינד טון, זוכה צו זיין צו א גוט געבענטשט יאר, אלזא לאמיר עפענען אביסל די קארטן און א קוק געבן א ברייטערן בליק.

איר ווייסט אוודאי, אז ראטעווען א נפש מישראל, איז אזוי ווי אויפהאלטן א גאנצע וועלט, און דער שכר דערויף איז דאך אומשאצבאר (און פארקערט איז חלילה נישט אזוי גוט - אויף קיין שום איד געוואונטשן). איר ווייסט אוודאי אז אין דזשיקוב זינגט מען א ניגון אויף 'אין קצבה', וואס דער אמרי נועם האט מגלה געווען אז מיט דער דאזיגער ניגון האט מען מקבל פנים געווען בבית דין של מעלה, א פראסטער איד, א מגושמ'דיגער מענטש (ובעל עבירה), וואס ביי די גזירות ת"ח ות"ט האט ער געראטעוועט א גאנצער דארף פון הריגות, וואס אין דעם זכות האט ער זוכה געווען לאור שכולו טוב אויבן אין הימל, טראץ זיינע אומווירדיגע מעשים. וואס דארף איך ברענגען מעשיות איבער די גרויסקייט פון ראטעווען א נפש מישראל? - יעדער פארשטייט אליין די געוואלדיגע שכר דערפון און די ענינים דערפון, אפילו נישט על פי תורה, נאר אויך על פי סברה און מענטשליכקייט (עיי' בספר יהושע פרק ז' - ערך עכן שהודה באשמתו, כיון שראה שיהיה מלחמות גדולות בין ישראל לשבט יהודה, ורצה להציל נפשות מישראל והודה עצמו, ובשכר זאת יש לו חלק בעולם הבא).

יעדער פון אייך דארף דאך זכותים פארן יום הדין! - קען איינער זאגן זכיתי לבי און אז איך בין בסדר, און אז איך וועל זיכער זוכה זיין צו א גליקליך און געזונט ליכטיג יאר מיט הרחבת הדעת און פרנסה בריווח און אלע גוטע ברכות? - לב מי לא יחרד...? - איר שטייט אצינד און די גורל פון עשרות אדער אפילו מאות אידישע נפשות ליגט אין אייערע הענט. איר קענט יעצט אפשרייבן א זאפטיגע בייסנדיגע תגובה, אדער שרייבן עטליכע גוטע ווערטער, אדער עכ"פ זיך איינהאלטן פון שרייבן שלעכט. אייער תגובה וועט אויסמאכן אין די גורל פון די דאזיגע קינדער און עלטערע (דערין אין קיין ספק). אין די זעלבע צייט ווארט פאר אייך א משפט, וואו מען וועט דן זיין אייער עתיד. וואלט איר חלילה אויסגעקליבן זיך אוועקנויגן פון די גוטע מחשבות, פאר עטליכע מינוט כבוד און ענטענשן, און מעגליך עטליכע לייקס? - אדער וועט איר טראכטן אויפריכטיג, צו מציל זיין נפשות מישראל, און ראטעווען דערמיט עולמות מלאים כל טוב... ווער ווייסט וואס פון די קינדער קענען נאך ארויסקומען, ערליכע אידן ויראי השם...

זענט איר טאקע גרייט צו זיין די וואס פסק'ענען אפ די עתיד פון הונדערטע נשמות מישראל? - האט איר די פלייצעס צו געבן חיזוק פאר די וועלכע האבן ליידער נישט גוטע אינטערעסן און מיינען דאס אינטערגאנג פון אונזער הייליגע חבריא אדער אונזער הייליגע רבי תמ"ל, בלויז צוליב פאליטישע און אייגענע אינטערעסן? - וועט איר זיי טאקע געבן א האנט חלילה? - אדער וועט איר זיין פון די מצילים נפשות מישראל און מקיים זיין עולמות מלאים?

און רעדט אייך נישט איין קיין רגע, אז די דאזיגע וועלכע זענען ידם במעל הזאת, מיינען טאקע די גוטס פון אונזערע קינדער. ווער עס וועט אפלערנען די סוגיא גרינטליך, וועט זיך אליין איבערצייגן אז עס זענען דא פארמישט אינטערעסן פון אלע סארט. די מדינה הציונות איז דא זייער שטארק אריינגעמישט און זיי זענען די וואס לייגן דרוק אויף גוטאמאלא אוועקצונעמען די קינדער, און איך גלייב אז קיינער דא איז נישט חושד די מדינה מיט גוטע כוונות (ווער יא - דארף א דאקטער), זיי ווייסן אז מען רעדט דא פון א קומץ וואס איז מורד אין זייער סיסטעם און א ארגאניזירטע קהילה פון דעם סארט איז ווי א דארן אין זייער אויגן (און עס איז נישט דומה צו די נטורי קרתא פון מאה שערים וכדו' - איך וויל זיך נישט אריינלאזן יעצט אין דיע סוגיא), ווי אויך עטליכע משפחה מיטגלידער וואס האבן חוזר בתשובה געווען און אנגעקומען צו אונז, וואס די קרובים דרייען א וועלט. די אינסטאנצן אין גוטאמאלא האבן נישט געפינען קיין שום עווידענץ פון אביוז, טראצדעם וואס מען האט זיי שטארק אנגעשראקן אז עס קומט פאר דארט אין די מאסן. ווידער חתונה האבן יונג, דאס איז אין גוטאמאלא לעגאל, מיר האבן חתונה אין די עלטער וואס די ארטיגע רעגירונג פארלאנגט - קיין רגע פריער. מען האט זיי אנגעשראקן אז ביי אונז איז פאראן א ברייטע נעץ פון דראגס און קאקעין, אין די זעלבע צייט וואס אין די תקנות פון אונזער קהילה ווערט געלויטעט אז מען טאר בכלל נישט רייכערן (אפילו טאבאקא) - דאס איז אלס חלק פון די געזונט און העלט אישוס וואס דער רבי תמ"ל פארלאנגט פונעם עולם, ווי אויסגעשמועסט געווארן אין אן אנדערן אשכול. בקיצור, מען האט זיי אנגעשראקן מיט די ערגסטע, בשעת עס איז נישט פאראן קיין שום באזיס און חשש אויף קרימינאלע אקטן.

טייערע אידן: גלויבט נישט די פראפעגאנדע פון די ציוניסטישע און אוועלטליכע מידיע. די זאכן ווערן דארט פארגעשטעלט מיט א שווארצע ליכט, בשעת עס איז אלעס שקר וכזב. מיר ציען אויף אונזערע קינדער אויף נארמאלע און באזעצענע וועגן. מיר שלאגן נישט קיין קינדער מער ווי מען איז צוגעוואוינט אין אנדערע חסידי'שע קרייזן (אויב עפעס, שלאגט מען פיל ווייניגער) - אונזערע וועגן אין חינוך זענען בדרכי נועם און אויף זיסע וועגן, פונקט פארקערט ווי טעראר און אנדערע נעגאטיווע מיטלען, מען שפארט נישט איין קיין קינדער (אזוי ווי זיי פראבירן איינצורעדן), מען לייגט נישט קיין קייטלען און מען פארדראגט קיינעם נישט חלילה. אויב ווילט איר רעדן פון עדזשוקעישן, איז דאס דארט פונקט אויף די זעלבע לעוול ווי אנדערע חסידי'שע מוסדות (און אויף א העכערע לעוול פון פיל גוטאמאלא גוי'אישע קינדער, וואס זיי זענען זוכה אין זייער לאנד...). עס איז נישט פאראן קיין שום באזיס זיך צו באגיין מיט אונז אכזריות'דיג און אוועקנעמען אונזערע קינדערלעך חלילה, אויף וואס מיר האבן געהארעוועט מיט בלוט און שווייס. עס איז פאראן ארעמקייט אין דעם ארט? - יא ליידער! - אפשר העלפט איר טאקע ארויס?! - אבער עס איז נישט גענוג סיבה אוועקצונעמען אונזערע קינדערלעך אויף וואס מיר האבן געהאדעוועט מיט בלוט און שווייס און מיר זענען זיך מוסר-נפש אויף זיי, פראבירנדיג זיי צו געבן א בעסערן עתיד - ווער רעדט נאך אז איין באשעפער ווייסט וואו זיי וועלן אהינקומען. מיר זענען עקסטרעם? - יא מעגליך (אין אייערע אויגן), קומט זיך אונז אבער מיתה דערפאר? - קומט זיך אז מיר זאלן פארשמירט ווערן דורך היימישע ערליכע חסידי'שע יונגעלייט? - היה לא תהיה.

געדענקט! מיט אזעלכע בלבולים קען מען קומען יעדן טאג צו יעדער מוסד און קבוצה אין ניו-יארק, אוועקנעמען די קינדער און זיי דערגיין די יארן. עס קען זיך אנהויבן מיט טאהש, גיין קיין סקווירא שטעטל און צו די סאטמארע מוסדות, און געענדיגט ביים גאנצן יהדות החרדית, אין ארץ-ישראל ווי אין אמעריקע... איר גלויבט זיכער אז עס איז נישט יושר דאס צו טון אז עס וועט זיין אכזריות'דיג. פארשטייט ביטע אז דאס זעלבע איז מיט אונז... אונזער בלוט איז נישט רויטער ווי גאנץ כלל ישראל, און בלוט איז נישט קיין וואסער.

אונזער בקשה צו אייך כלל-ישראל אויף קאווע שטיבל:
איידער איר ווילט עפעס שרייבן און שיקן דא אויפן שטיבל, שטעלט אייך אפ א מינוט און טראכט: איז דאס ריכטיג? - איז דאס מענטשליך? - ועל כולם, ווילט איר אז אין הימל זאל מען אייך אויך אויף דעם וועג אוועק'פסק'ענען און מחליט זיין אויף אייער עתיד? - ווילט איר דאס באמת?

וואלט איר געוואלט אז ראש-השנה, ביים פארכטיגן יום הדין, זאל קומען עפעס א מלאכ'ל און מיט א דזשאוק אוועקמאכן אייער מהות, אייער עקזיסטענץ, און אויף דעם חשבון פועל זיין אויף אייער גזר דין דעם קומענדיגן יאר הבעל"ט? - איר וואלט זיכער געוואלט דאס פארקערטע!

איר האט יעצט א געלעגנהייט מציל צו זיין א גאנצע קהילה בישראל, דורך גארנישט טון, דורך שווייגן, (מיר רעדן שוין נישט פון שרייבן אפאר גוטע ווערטער - דאס ווערט געליינט ביי די אינסטאנצן - הלוואי ווען איר טוט דאס - מיר רעדן כאטש פון זיך האלטן שטיל, נישט געבן א שיק עפעס א אומ'אחריות'דיגע תגובה אין א הומערדיגע מינוט. כאטש דאס פאר אידנ'ס וועגן, כאטש אויף אזויפיל... עפעס.

בנוסף לזה בעטן מיר פון טיפן הארצן:
האט איר געשריבן לעצטנס עפעס נעגאטיוו אויף אונזער קהילה? - האט איר זיך געגעבן עפעס אן אויסדרוק אויף אונזער רבי תמ"ל, אן אויסדרוק וואס קען אפגעטייטשט ווערן שלעכט, חוזק'דיג, פארפירעריש? - טוט א מצוה, זייט מציל א נפש מישראל, א קהילה מישראל, און מעקט אויס אייער תגובה. טוט כאטש דאס פארן יום הדין, פאר אייער יום הדין... איר ווילט דאך זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.. האט רחמנות אויף זיך אליין.

אין דעם זכות, זאלט איר געבענטשט ווערן מיט א שנת גאולה וישועה, אלע אייערע בקשות אינעם יום הדין זאלן געענטפערט ווערן ברחמים וברצון, ותקבל ברחמים וברצון את תפילתנו.

קולי שמע וראה דמע עיני
הכותב בדמע ובדמים
שמואל פרימו
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

WOW! ניין טויזענט און אכט הונדערט זיבעצען קערעקטערס אפגעקלאפט פאר די נישטיקייט! אמעיזינג!
ב.ד.וו. פארוואס שרייבסטו ליגענט אז דו רעדסט בשם קהילת לב טהור מי שמך לאיש?
...
באניצער אוואטאר
קוימען קערער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:37 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך קוימען קערער »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קוימען קערער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כבין אביסל סאספישעס מיט די מאטיווען פין שמואל און איך טראסט אים נישט אזוי שטארק אבער איך קעמעך זעכער אידענטיפצערן מיט וואס ער שרייבט
אה ראובן זאגט דע זעלבע
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

.
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

שמואל פרימו האט געשריבן:.

אפשר ווען איך שלאף טראכט איך אז דו ביזט דארט? ווער ווייסט
...
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

נעמט למשל דעם קליפ (איך ווייס נישט ווי אזוי מען ברענגט עס אריין דא - אויב איינער קען עס אריינברענגען, איז זיכער גוט).
https://www.youtube.com/watch?v=WLByatRt1cQ
אדער דא, פון מינוט 9:00 און ווייטער, ווי די קליינע מיידל רעדט בשבחו פונעם רבי'ן תמ"ל, אדער אז זי וויל רעדן נאר אידיש.
https://www.youtube.com/watch?v=6ZROd0IxJjo

מען נעמט דא אפאר בחורימ'לעך, מען מאכט פון זיי קאטאוועס, מען צעמאלט זיי אויף מצה-וואסער. ס'איז זייער פאני און לאכעדיג, יא. אבער קלערט איר נישט אז טאמער א רעפארטער שפאצירט אריין אין סקווירא צי אין סאטמאר, האט ער די זעלבע קאטאוועס צו מאכן? - ממש אזוי, בלי גוזמא (קומט מיר נישט זאגן אז אין סקווירא ווייסט מען ווער ס'איז דער פרעזידענט, ווייל נאר אין אמעריקע האלט יעדער מיט ווער ס'איז פרעזידענט. גייט קיין ענגלאנד אדער בעלגיע, ווייסן דארט נישט דער יוגנט ווער ס'איז דער פריי מיניסטער), און אלע אנדערע זאכן, ווייסן אונזערע קינדער פונקט ווי אייערע.

דארף מען דעריבער שטארק אכטונג געבן וואס מען שרייבט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמואל פרימו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: דירעקטער בריוו פון קהילת לב טהור צו אחינו בני ישראל

שליחה דורך טרויבן88 »

אפילו פאר די דזשאוק איס עס נישט גוט... איך גיי צים יום הדין מיט די תגובות... איך בין זיכער מען וועט מיך אריבערלאזן .... בכלל האב איך נישט צי שטארק רחמנות אויף די קינדער, וויבאלד זיי האבן עניוועי נישט קיין פיוטשור, סא אפשר וועט גוואטעמאלע זיי עפעס געבן, אדער וועט מען זיי אנשטאפן מיט טריפות און אייער און נישט ארגעניק אומאפגעשיילטע גרינצייג איז אפשר וועט זייער מוח ווערן פארשטאפט, און נישט זיין גענוג ריין צי מקבל זיין די ריינע אמונה דורך העלללבראנץ ימח שמו..
לעב אין לאז לעבן.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

טרויבן, האסט געשריבן א קלוגע תגובה, מלא דעת ומדע.

(ווען מען קוקט אביסל דיין היסטאריע מיט דיינע תגובות, זעט מען אז ס'שטימט...)

אגב, זאג נאר, דיין טאטע ווייסט אז דו ביסט דא?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי ראובן שרייבט, איך האב שטארק רחמנות אויף אלעמען. דעם רבי'ן, מילא. אבער די חסידים מיינען באמת דעם רצון ה', אינאיינעם מיט די ווייבער און די קינדער און עס קומט זיי נישט אזא עונש.

שמואל, כ'ווייס נישט צי דו ביסט צי דו מאכסט זיך, אבער אז דו וועסט אוועקנעמען דעם נארישן "תמ"ל" נאך יעדן מאל דערמאנען דעם רבי'ן וועסטו בלי ספק האבן א גרעסערע השפעה.
דער בלאט מיינט אויך ווען זיי שרייבן נייעס פון זייער רבי'ן אז די טיטולען וועלן העכערן די השגות און עקסטאז ביים ליינער. קיינער דארף עס נישט. ווער עס גלייבט, גלייבט ממילא, און ווער נישט, עקלט עס.

אונטערשטע שורה, איך וואונטש די חסידים אלעס גוטס, וה' יערה עליהם רוח חכמה ממרום, די מדינה זאל נישט האבן קיין השפעה אויף זיי, און זיי זאלן אויסגעלייזט ווערן פון זייער צרה בקרוב ובניקל, און האבן גענוג געלט צו קענען לעבן מיט הרחבת הדעת, הם ונשיהם ובנותיהם. תכלה שנה וקללותיה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דירעקטער בריוו פון קהילת לב טהור צו אחינו בני ישראל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די מדינת ישראל איסטיטוציע"ס זענען טאקע מורא'דיג פארשעמט אז מ'האט זיי אפגעלאזט?! וואס טרייבסטו ווידער ליצנות פון די נושא?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: דירעקטער בריוו פון קהילת לב טהור צו אחינו בני ישראל

שליחה דורך פליקער »

מיינע צוויי צענט, עס איז פשוט א רחמנות אויף די קינדער, זיי ברויכן ווערן גערעטעט פין דעם קאלט. איך קען נאך דעם רשע ארז פון זיינע גאלדענע מאנסי צייטען, איך געדענק גאר גיט פרשת מעודה, ווען ער האט אוועק געריסן דעם תימנער בחורל פון זיינע עלטערן אן רחמנות, איך בין געווען פון די וואס זענען ארויס אים זיכען און פריוון ציריק ברענגען לעבעדיג צו זיינע ציבראכענע עלטערן, איך געדענק נאך גיט פרשת פימא ווען אימשילדיגע זענען געגאנגען יושבן, עיני ראו ולא זר ווען איך האב אינוועסטיגיט זיין מאנסי פאלאץ, ווי עביוז איז געווען אויפן סדר היום. בעיני ראיתי ווי פאר פרימקייט האט א אינגעלע אנגעגאסן בריעדיגע וואסער אויף א מיידעלע פארן חטא וואס איר שיך האט זיך שיעור נישט אריין געשטעקט אינטערן טיר. ועוד גרוילן וואס איז שווער צי באשרייבן.

איך האב אינטערוויוט זיינע וויקטעם'ס און אויך געראטעוועטע פון זיינע רשעותדיגע נעיגל.

ער איז א קאלט לכל הדיעות, און ווי פריער עס ווערט פארמאכט איז למצוה גדולה יחשב, וויין נישט מיט קיין קראקעדילישע טרערן אויף רחמנות, ווען אלעס וואס מען זעט איז מלא וגדוש מיט רשעות, און זיי שטעלן זיך אהער אלס אידיש און פארשמירן אחינו בני ישראל מיט זיינע נארסעסיסטישע מנהגים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

וואס מיינט תמ"ל??

ת'הא מ'יתתו ל'כפרה??
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

שליחה דורך טרויבן88 »

שמואל פרימו האט געשריבן:נעמט למשל דעם קליפ (איך ווייס נישט ווי אזוי מען ברענגט עס אריין דא - אויב איינער קען עס אריינברענגען, איז זיכער גוט).
https://www.youtube.com/watch?v=WLByatRt1cQ
אדער דא, פון מינוט 9:00 און ווייטער, ווי די קליינע מיידל רעדט בשבחו פונעם רבי'ן תמ"ל, אדער אז זי וויל רעדן נאר אידיש.
https://www.youtube.com/watch?v=6ZROd0IxJjo

מען נעמט דא אפאר בחורימ'לעך, מען מאכט פון זיי קאטאוועס, מען צעמאלט זיי אויף מצה-וואסער. ס'איז זייער פאני און לאכעדיג, יא. אבער קלערט איר נישט אז טאמער א רעפארטער שפאצירט אריין אין סקווירא צי אין סאטמאר, האט ער די זעלבע קאטאוועס צו מאכן? - ממש אזוי, בלי גוזמא (קומט מיר נישט זאגן אז אין סקווירא ווייסט מען ווער ס'איז דער פרעזידענט, ווייל נאר אין אמעריקע האלט יעדער מיט ווער ס'איז פרעזידענט. גייט קיין ענגלאנד אדער בעלגיע, ווייסן דארט נישט דער יוגנט ווער ס'איז דער פריי מיניסטער), און אלע אנדערע זאכן, ווייסן אונזערע קינדער פונקט ווי אייערע.

דארף מען דעריבער שטארק אכטונג געבן וואס מען שרייבט.

אין דעם חלק ביסטו גערעכט אז ווען דער ריפארטער וואקט אריין אין עני ישיבה וועט ער נישט באקומען אנדערע ענטפערס, ווייל מען לערנט נישט צופיל מער ביי אונז, אבער א בחור ביי אונז קען האבן א צייטונג סוף וואך אחוץ אין עקסטרעמע שטיבער, אבער די בחורים דארט ווייסן סאך ווייניגער און איך זע נישט וואס די דגוש איז אויף די פריים מיניסטער און וויפיל פראווינצן ס'דא, ער קען אים פרעגן צי ער ווייסט פון א קרעדיט קארד, אדער א ריזיגע אויוון, אדער צי ער האט אמאל געהערט פון א פאמפ, אדער ווי שנעל א קאר קען פארן, איך בין זיכער זיי ווייסן נישט, אבער עני ישיבה בחור קען דיר 'יא' ענטפערן.
לעב אין לאז לעבן.
[NAMELESS]

Re: דירעקטער בריוו פון קהילת לב טהור צו אחינו בני ישראל

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס מיינט תמ''ל?

Sent from my SM-G930T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

תורתו מגן לנו.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך מאטל שניידער »

געמעקט
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: דירעקטער בריוו פון קהילת לב טהור צו אחינו בני ישראל

שליחה דורך גר ותושב »

When is the color war Breakout?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שמואל איז א גאון פון א טראל און לץ, ער וואלט רואיג געווינעם דעם אמעריקאן גאט טאלאנט פאר זיינע סטאנטס און געניאלע טראל חידושים און שטייגט אפילו איבער דעם בעל הטעיפ פעיס.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

תחותו מגן לו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך אפילו דאס אויך נישט. בשעת די מידיא און די גאווערנמענט מענטשן זענען דארט געווען האט ער זיך באהאלטן אין א מייזן לאך. שטאטס ארויסקומען און רעדן פאר זיינע מענטשן, האט ער זיי געלאזט זיך אליינס ספראווען מיט'ן מצב. ווען זיי זענען נישט ברעינוואש'ד וואלטן זיי געמאכט א ויברח פון דעם קרימינאלן מאניאק און איהם איבערגעלאזט אליינס מיט די פיהר ווענט...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער האט געפראוועט עלית נשמה
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

איך אויך, דו הויבסט זיך נאכאמאל אן מיט מיר?
פארשפארט