חתונה מאכן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שיינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:47 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

חתונה מאכן

שליחה דורך שיינער »

איך קום מיט א טעמע וואס הייסט חתונה מאכן גרינגערהייט. פארשטייט זיך אז מען האט שוין פראבירט אלע סארטן תקנות אין אלע מוסדות, טייל האבן זיך אויסגעארבעט טייל האבן זיך נישט אזוי גוט אויסגעארבעט.

מיר איז איינגעפאלן א געדאנק וואס איך האלט אז אויב דאס ווערט איינגעפירט וועט עס זיין א מוראדיגע טובה פאר די מחותנים וואס מאכן חתונה, און אפילו פאר דאס פארפאלק.

אבער פון פריער לאמיר אביסל צונעמן די נושא,
א אינגע פארפאלק האט חתונה, ער באקומט א ריזיגע טייערע דיינונג רום סעט וואס ער נוצט נישט בכלל די ערשטע יאר צוויי, פענסי בעדרום סעט, מען מוטשעט זיך מיט א ריזיגע ספרים שראנק, און נאך און נאך. אין דאס אליינס וואס איך האב אויסגערעכנט איז שוין שווערע טויזענטערס.

איז קודם כל מוטשעט מען זיך מיט פלאץ אין די פיצעלע דירה (וואס דאס איז א פרשה פאר זיך), די גאנצע דיינונג רום האט מען נאר וועגן די פורניטשער וואס מען נוצט סייווי נישט.

עס קומט שפעטער אין די יארן, מען שפארט אפ אפאר טאלער, מען האנדלט זיך איין א הייזל, אדער סתם אזוי ציהט מען זיך א גרעסערע דירה, זייער אסאך מאל האט מען א ערענסטע פראבלעם מיט די אלטע(קלאציגע) פורניטשער וואס פיט נישט אריין אין די נייע הויז און אזוי ווייטער.
איך מיין אז מען דארף נישט מאריך זיין, יעדער איז באקאנט מיט דעם פראבלעם.

וואס איך וויל יא זאגן איז אזוי, עס איז מיר איינגעפאלן א געדאנק, וואס קען זיין אז עס איז שווער איינצופירן, ווייל ליידער לעבן מיר היינט מיט דעם גזירה פון זיך צושטעלן צו די א.ג. סטענדערטס, אבער קודם הערטס מיין פלאן.

א אינגערמאן וואס האט חתונה זאלן די עלטערן נישט קויפן די אלע זאכן וואס מען ניצט סייווי נישט גלייך, און די זאכן וואס יא, זאל מען קויפן פשוטע. דאס הייסט אזוי, די דיינונג רום סעט, דארף מען בכלל נישט, מען נוצט עס דאך נישט. די בעדרום סעט, זאל מען קויפן פלעינע און פשוטע. כ׳מיין נישט די קינדירישע קליינע נארישע, כ׳מיין צו זאגן נישט די טייערע פענסי, יעצט איז אזוי, די אינגערמאן אליינס וועט אנהייבן שפארן געלט יעדע חודש, ביז עס נעמט זיך צוזאם גענוג א סכום אויף צו קויפן די אויבנדערמאנטע זאכן.

אמת טאקע אז פארן פארפאלק איז געשמאקער צו חתונה האבן ווי א קעניג און קעניגן וואס האבן אלעס די שענסטע אין די בעסטע, אבער פאר זייערט וועגן לוינט זיך שפעטער אסך מער און באמת זענען די מעלות פילפאכיג מער ואלו הן:

- קודם כל, אנשטאט א מענטש זאל חתונה מאכן 10 קינדער אדער מער מיט די אלע טייערע פערניטשערס, מאכט ער דאס נאר איין מאל פאר זיך אליינס. און ממילא דארף ער שוין נישט שפארן אזויפיל געלט אויף צו חתונה מאכן.... פשוט ווייל עס קאסט שוין נישט אזוי פיל....

- און טראכט אריין נאך א נקודה. א דורכשניטליכער אינגערמאן, אפילו ער איז גענוג קלוג הרואה את הנולד, ער ווייסט אז מען דארף אוועק לייגן געלט אויף צו חתונה מאכן, אפילו הכי שפירט ער נישט גענוג די וויכטיגקייט דערפון אז ער זאל אוועקלייגן ממש וויפיל ער קען, ווייל ער זעהט עס נישט בממשות, עס איז עפעס א ווייטע זאך (עכ״פ אזוי קוקט עס איהם אויס), ממילא פיהלט ער נישט אזוי די וויכטיגקייט דערפון. וואס וועט אבער געשעהן אויב זאגט מען דעם אינגערמאן אז ער מוז אליינס אוועקלייגן געלט אויף א דיינונג רום סעט וואס ער וויל האבן שוין יעצט? דעמאלטס וועט ער שוין טראכטן אנדערש, ס׳טייטשט ער גייט קויפן עפעס אן אנדערע מינדערוויכטיגע זאך אויפן חשבון פון די דיינונגרום סעט וואס ער גארט שוין אזוי צו באקומען!

- נאך אן אויפטו, אז די פארפאלק קען אליינס באשליסן וואס פאר א סארט, ווי אויך קענען זיי אליינס באשליסן צו ווארטן ביז מען גייט אריין אין די נייע דירה וכד׳ כדי מען זאל קענען צופאסן די ריכטיגע סארט אין די ריכטיגע ארט.

און נאכאמאל, כ׳פארשטיי עס איז גאר שווער איינצירן אזא מין סטענדערט, ווייל אונז לעבן מיר היינט און דעם סיסטעם וואס לאזט עס נישט צו אזוי שנעל. אבער ווער ווייסט? א יעדע גוטע הייבט זיך אהן ביי איינעמס געדאנקען אין קאפ, אום דעריבער טוה איך זיך לאזן הערן דא מיינע מיינונגען.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר