חתונה מאכן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
שיינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:47 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

חתונה מאכן

שליחה דורך שיינער »

איך קום מיט א טעמע וואס הייסט חתונה מאכן גרינגערהייט. פארשטייט זיך אז מען האט שוין פראבירט אלע סארטן תקנות אין אלע מוסדות, טייל האבן זיך אויסגעארבעט טייל האבן זיך נישט אזוי גוט אויסגעארבעט.

מיר איז איינגעפאלן א געדאנק וואס איך האלט אז אויב דאס ווערט איינגעפירט וועט עס זיין א מוראדיגע טובה פאר די מחותנים וואס מאכן חתונה, און אפילו פאר דאס פארפאלק.

אבער פון פריער לאמיר אביסל צונעמן די נושא,
א אינגע פארפאלק האט חתונה, ער באקומט א ריזיגע טייערע דיינונג רום סעט וואס ער נוצט נישט בכלל די ערשטע יאר צוויי, פענסי בעדרום סעט, מען מוטשעט זיך מיט א ריזיגע ספרים שראנק, און נאך און נאך. אין דאס אליינס וואס איך האב אויסגערעכנט איז שוין שווערע טויזענטערס.

איז קודם כל מוטשעט מען זיך מיט פלאץ אין די פיצעלע דירה (וואס דאס איז א פרשה פאר זיך), די גאנצע דיינונג רום האט מען נאר וועגן די פורניטשער וואס מען נוצט סייווי נישט.

עס קומט שפעטער אין די יארן, מען שפארט אפ אפאר טאלער, מען האנדלט זיך איין א הייזל, אדער סתם אזוי ציהט מען זיך א גרעסערע דירה, זייער אסאך מאל האט מען א ערענסטע פראבלעם מיט די אלטע(קלאציגע) פורניטשער וואס פיט נישט אריין אין די נייע הויז און אזוי ווייטער.
איך מיין אז מען דארף נישט מאריך זיין, יעדער איז באקאנט מיט דעם פראבלעם.

וואס איך וויל יא זאגן איז אזוי, עס איז מיר איינגעפאלן א געדאנק, וואס קען זיין אז עס איז שווער איינצופירן, ווייל ליידער לעבן מיר היינט מיט דעם גזירה פון זיך צושטעלן צו די א.ג. סטענדערטס, אבער קודם הערטס מיין פלאן.

א אינגערמאן וואס האט חתונה זאלן די עלטערן נישט קויפן די אלע זאכן וואס מען ניצט סייווי נישט גלייך, און די זאכן וואס יא, זאל מען קויפן פשוטע. דאס הייסט אזוי, די דיינונג רום סעט, דארף מען בכלל נישט, מען נוצט עס דאך נישט. די בעדרום סעט, זאל מען קויפן פלעינע און פשוטע. כ׳מיין נישט די קינדירישע קליינע נארישע, כ׳מיין צו זאגן נישט די טייערע פענסי, יעצט איז אזוי, די אינגערמאן אליינס וועט אנהייבן שפארן געלט יעדע חודש, ביז עס נעמט זיך צוזאם גענוג א סכום אויף צו קויפן די אויבנדערמאנטע זאכן.

אמת טאקע אז פארן פארפאלק איז געשמאקער צו חתונה האבן ווי א קעניג און קעניגן וואס האבן אלעס די שענסטע אין די בעסטע, אבער פאר זייערט וועגן לוינט זיך שפעטער אסך מער און באמת זענען די מעלות פילפאכיג מער ואלו הן:

- קודם כל, אנשטאט א מענטש זאל חתונה מאכן 10 קינדער אדער מער מיט די אלע טייערע פערניטשערס, מאכט ער דאס נאר איין מאל פאר זיך אליינס. און ממילא דארף ער שוין נישט שפארן אזויפיל געלט אויף צו חתונה מאכן.... פשוט ווייל עס קאסט שוין נישט אזוי פיל....

- און טראכט אריין נאך א נקודה. א דורכשניטליכער אינגערמאן, אפילו ער איז גענוג קלוג הרואה את הנולד, ער ווייסט אז מען דארף אוועק לייגן געלט אויף צו חתונה מאכן, אפילו הכי שפירט ער נישט גענוג די וויכטיגקייט דערפון אז ער זאל אוועקלייגן ממש וויפיל ער קען, ווייל ער זעהט עס נישט בממשות, עס איז עפעס א ווייטע זאך (עכ״פ אזוי קוקט עס איהם אויס), ממילא פיהלט ער נישט אזוי די וויכטיגקייט דערפון. וואס וועט אבער געשעהן אויב זאגט מען דעם אינגערמאן אז ער מוז אליינס אוועקלייגן געלט אויף א דיינונג רום סעט וואס ער וויל האבן שוין יעצט? דעמאלטס וועט ער שוין טראכטן אנדערש, ס׳טייטשט ער גייט קויפן עפעס אן אנדערע מינדערוויכטיגע זאך אויפן חשבון פון די דיינונגרום סעט וואס ער גארט שוין אזוי צו באקומען!

- נאך אן אויפטו, אז די פארפאלק קען אליינס באשליסן וואס פאר א סארט, ווי אויך קענען זיי אליינס באשליסן צו ווארטן ביז מען גייט אריין אין די נייע דירה וכד׳ כדי מען זאל קענען צופאסן די ריכטיגע סארט אין די ריכטיגע ארט.

און נאכאמאל, כ׳פארשטיי עס איז גאר שווער איינצירן אזא מין סטענדערט, ווייל אונז לעבן מיר היינט און דעם סיסטעם וואס לאזט עס נישט צו אזוי שנעל. אבער ווער ווייסט? א יעדע גוטע הייבט זיך אהן ביי איינעמס געדאנקען אין קאפ, אום דעריבער טוה איך זיך לאזן הערן דא מיינע מיינונגען.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אין יוראפ קויפט כמעט קיינער נישט, אדער זאגאר קיינער נישט קיין דיינינג רום סעט פאר חתן כלה. און די בעדרום סעטס זענען צוויי בעטן, א נאכט שאפע און אפשר העדבארדס. און מען זעהט אז זיי מאכן דארט פונקט אזוי קינדער... אלעס ארבייט פיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
שיינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:47 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך שיינער »

און עס איז ביליגער צו חתונה מאכן?
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

כקוק נישט פונעם פאנינאציעלן שטאנדפונקט, איך האב באזוכט אייקיע א שטיק צייט נאך די חתונה מיט מיין ב''ב, אין איך בין ארויס פון דארט מיט אזאנע שברי לב, אז אונז האמיר זיך נישט אויסגעקענט מיט אזא מין געדאנק ווי אייקיע בעפאר די חתונה,

וואס איז? אונז האמיר געזען גוטע, נוצבארע, פראקטישע מעביל, פאר א שיבוש וויפיל אונזער פענסי פורנורטשער האט געקאסט, און אונז ווייס מיר אז נאך אפאר יאר גיימיר אונז מופן, אונז בלייב מיר נישט אין די דירה פאר מער ווי פינעף-זיבן יאר, און דא וואלטן מיר געקענט האבן גוטע מעבל, נעמט נישט אויף אזויפיל פלאץ ,קאסט ניטאמאל א צענטעל וויפיל מצאלט פאר די פורנורטשיור, און יעצט מוזן מיר אויסלייגען די מעבל נישט לויט וויאזוי סאוז אונז באקוועם נאר וויאזוי סאיז באקוועם פאר די שיינע מעבעלירטע פורנורטשיר,

איך שטעל מיך פאר אז סדרייט זיך דא אין שטובעל אומפארהייראטע וויל איך זיי זאגן, אן עצה טובה, שלא תמות כדרך שמת פלוני, ווען עס קומט די בארשערטע מינוט זעה אפצושמועסן מיט אייער בארשערטן, אז פילייכט איז בעסער מזאל ערשט קויפען די טייערע פורנורטשער נישט יעצט, נאר ערשט ווען סוועט זיין כי הירחיב ה' לנו, וואס דאן וועט מען קענען אבאכט געבן אויף די מעביל, יעצט די ערשטע פאר יאר וואס מען וואוינט נאך נישט און א גרויסע דירה, לוינט זיך פשוט פראקטיש צו קויפען פראקטישע מעבל, סאיז פראקטיש גערעדט.

אויף די שאלה צו אייקיע מעביל האלט זיך גענוג לאנג ווייס איך נישט, אבער אויף מיין יעצטיגע מעבל קען איך מעיד זיין אז סקוקט מיר נישט אויס צופיל שטערקער, עלמיר מוזן צו ווארטען אפאר יאר צו זען צו סהאט אן אריכות ימים בכלל,

עלמיר מאכען חזרה פון די מעלות צו קוןיפן ביליגע און פראקטישע מעביל, און ערשט ווען מען מופט קויפן די טייערע
  • משפארט זיך געלט (פשוט הוא)
  • מקען קויפן סאך מער פראקטישע מעבל (דאסאיז אלעמאל ביי ברענד ווס. פשוט אז די פשוטע איז מער פראקטיש)
  • מקען עס אויסשטעלן אויף א פראקטישע אופן אין שטוב (ווען אין די ערשטע דירה, יעדע אינטש ציילט)
  • ווען מען וועט אי''ה אויסוואקסן די דירה ברויך מען נישט שלעפן די (צוקראצטע) מעביל
  • גווענליך די קומענדיגע דירה עפ''ר האלט אן פאר סאך מער יאר לוינט זיך צו פיקען אויף יענע ליעאוט און טעיסט (חכם רואה את הנולד)
  • ווען מהאט א רחבות'דיגע דירה קען מען בעסער אבאכט געבן אויף טייערע מעבל
...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טעות
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דברים כדרבונות, און הלואי זאל די וועי אוו לייף זיך טוישן און ל"ד ביים חתונה מאכן נאר טאג טעגליך ווארפט מען געלט אין מיסט.

ווי איך זעה עס אבער איז די עיקר אפהאלט פארוואס חתונה תקנות ארבעטען זיך נישט אויס, ווי פאלגענט.

ראובן, א פיפציג יעריגע איד, שוין חתונה געמאכט 5 קינדער אויפ'ן אלטן סטאנדארט, ווילטסטי יעצט אז ביים זעקסטן קינד זאל ער משנה זיין?
און לאמיר זאגן אז מ'פירט איין אז נאר די וואס הייבן אן חתונה מאכן זאלן אננעמען די נייע סטאנדארט, אבער ווי וועט זיין ווען אזא איינער וועט זיך משדך זיין מיט א צווייטער וואס האט שוין יא חתונה געמאכט?

בקיצור, תקנות וגזירות וועלן נישט ארבעטן ואין לנו להישען נאר יעדער זאל אויפציען זיינע קינדער מיט די מענטעליטעט אז מ'דארף קוקן וואס איז גוט און טון וואס מ'פארשטייט איז ריכטיג. און ווען ס'קומט חתונה צו מאכן, פרינט מען ארויס דעם אשכול און מ'גיט עס אהין פאר חתן כלה און האפענטליך וועלן זיי אליינס וועלן טון וואס איז ריכטיג
פארשפארט