גוט מארגן, וואס מאכט איהר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

גוט מארגן, וואס מאכט איהר

שליחה דורך mevakesh »

איך האב לעצטנס געהאט א קרוב מיינער פון מאנסי צו גאסט אויף שבת,
אויפן וועג אהיים פון שוהל האב איך באמערקט ווי ער האלט און איין גריסן מענטשן מיט א ווארימע גוט שבת, קודם האב איך געטראכט זעהט אויס אז ער איז גאר א פאפולערע פיגור אז ער קען זיך מיט אזויפיל מענטשן, אבער נאך א מינוט האב איך געזעהן אז ניין ער קען נישט קיינעם, נאר ווען ער זעהט א יוד גריסט ער איהם פשוט מיט א געשמאק. לויט ווי עס האט אויסגעקוקט האט ער הנאה געהאט פון דעם, און די באגריסטע האבן איהם גארנישט וויי געטוהן, און א גרויסע עולם האט גאר ווארעמערהייט צוריק געגריסט מיט געשמאק. בלויז א טייל האבן איהם אנגעקוקט קאלט, פרובירענדיג זיך צו דערמאנען פון ווי זיי קענען איהם.

ביי מענטשן אין אלגעמיין קוקט מען אהן גריסן אלס א זאך וואס מען טוהט אלס מענטשליכקייט, אז מען טרעפט איינעם וואס מען קען איז נישט שיין אז מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, ממילא גריסט מען.
אבער דער אמת איז אז גריסן האט גאר אן אנדערע טיפערע באדייט,
דער מענטש איז א סאציאלע באשעפעניש, ער וויל נישט לעבן אליין, און ווען ער לעבט אליין איז דא א חלק אין איהם וואס איז נישט לעבעדיג, מען קען זאגן עס איז ממש אין א קאומע.

דער מענטש לעכצט צו קומען אין באריהרונג מיט אנדערע, צו איז דאס געפיהליש אדער אפילו פיזיש ממש (אין די אלגעמיינע גאס איז א hug א נארמאלע ערשיינונג, נאר אין די חסידישע געזעלשאפט איז דאס א טאבו, מן הסתם איז עס געווארען צוליב קדושה ואכמ"ל)
ווען מען טרעפט א מענטש אויפן גאס איז דא א וועג זיך צו באהעפטן מיט איהם אויף א פאסיגע אופן, און דורך גריסן יענעם איז דא א באהעפטונג מיט א צווייטען, און דער סאציאלע חלק אינעם מענטש לעבט אויף און מען נעמט ממש חיות דערפון.

ליידער די וואס וואוינען אין שטאט געניסן נישט אזוי שטארק פון דעם ווייל אין שטאט איז דא אזא נערישע געוואוינהייט אז מען גריסט נישט סתם א צווייטען און דאס איז נישט דוקא צווישען יודן נאר אפילו ווען מען גייט אויפן באן הערשט אויך אזא טויטע שטילקייט ווי קיינער באמערקט גארנישט אז א צווייטער עקזיסטירט (מען קען אביסל פארשטיין וויאזוי דאס איז געווארען ווייל מען איז אין א גרויסע שטאט און מען טרעפט אלע ערליי מענטשן ממילא היט מען שטארק אויפן אינווידואלען לעבן אבער עס איז גענומען צו גאר א שטארקע עקסטרעם)

אבער עס דארף נישט אזוי זיין, מיר קענען עס טוישען, מיר קענען אנהייבן גריסן מענטשן און און זיך באהעפטן מיט אנדערע, אזוי וועלן מיר באקומען חיות און אנדערע וועלן האבן די געלעגנהייט צו נעמען די חיות, אבער שאטן וועט דאס פאר קיינעם נישט.

אלזא מיינע פריינד גוט מארגען און האטס א וואונדערבארע טאג!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אזא פרישע אשכול! אהה!

איך פיהר זיך צו גריסן כסדר און ס'גיבט יענעם און מיר א שטיק חיות. כ'האב שוין אנגעטראפן גאר אינטערעסאנטע מענטשן וואס האט זיך אנגעהויבן מיט א פשוטע גריס.

בדרך אגב, לעצטענס בין איך געווען אין באלטימאר אויף שבת און ס'איז נישט געווען א מאן צו פרוי וואס זאל מיר נישט באגריסן מיט א פריינטליכע גוט שבת.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

שקויעך פארן מיר דערמאנען הער @מבקש, איך וויל דיר באגריסען מיט א גוט מארגן פאר דיין פרישען אשכול!

בנוגע גריסן אין די שטאט, מדארף עס נישט אנקוקען אזוי נעגעטיוו, וואס ווילסטו איך זאל גריסן יעדע פארבייגער? מיין קורצע וועג צום ביהמ''ד וועט נעמען לכה''פ אן עקסטערע 15 מינוט, וויזאוי זאל איך מיר מאכן צייט צו גריסן יעדעם איינעם? אין מאנסי טאקע, איז מער שיטערער באוואוינט איז שייך צו גריסן יעדע פארבייגייער.

איך בין טאקע נייגעריג וואס טוט זיך אין די סעקולארער וועלט גריסט מען זיך סתם צוויי פרעמדע מענטשען?
...
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

אין ווילי איז גוט מארגן א קאנטרעווערשעל סטעיטמענט זייט גוט מארגן קומט ארויס דורך א קר'י חסיד קעגן דעם בלעטל דבר יום פון ווילי חסיד. מער ארונים גריסן טאקע גוט מארגן, זל''ס מאכן זיך נישט וויסענדיג. ערנסט גערעדט אבער קען זיין אז גריסן האט נישט מיט'ן מענטש אלס זאציאלע באשעפעניש ווי מיטן קולטור פונעם פלאץ שטאט לאנד. אין נארוועגיע למשל גריסט מען זיך נישט איינער דעם צווייטן חוץ באקאנטע, ווער יא איז קאנסידערט א משוגענער און פרייוועסי פארלעצער.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: גוט מארגן, וואס מאכט איהר

שליחה דורך mevakesh »

קאמענטירער קודם כל איך וויל נישט גארנישט איך האב סך הכל ארויסגעברענגט א רעיון און איהר זענט פריי צו טוהן וויאזוי איהר פארשטייט
און אויף דעם אז מען קען נישט גריסן יעדעם איז נישט אינגאנצן ריכטיג ווער עס באגעגנט רבי שמען יואל וויינבערגער סקולענע רביןס איידעם זעהט דאס בחוש
חוץ פון דעם מען דארף נישט ממש גריסען יעדע מענטש וואס מען זעהט פון א האלבע גאס אוועק אבער ווען מען גייט אדורך איינעם פנים אל פנים קען מען גריסען אנשטאט זיך מאכן ווי מען זעהט יענעם נישט
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך פלעג אמאל אויך זעהן בלויז דער פאזאטיווער חלק פון גריסן. מען פלעגט זאגן אז שבת ווען מען גייט פון פלאטבוש קיין בארא פארק, אז דו זעסט אז מען גריסט נישט גוט שבת ווייסטו אז דו ביסט שוין אין בארא פארק...
ווי ווייט מען גריסט זיך אין פלעטבוש ווייס איך נישט, אבער בכל אופן איז עס נישט קיין יאכנע שטאט, און גריסן אין אזא פלאץ קען בלויז פארטייטש ווערן פאזעטיוו.
אבער ווען עס קומען ניו סקעווער אידן אדער אידן פון אנטווערפן דער עיר הבירה פון יכנאות, און זיי טוען זיך אויף מיט זייער גריסעריי, גיוו מי עי ברעיק.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: גוט מארגן, וואס מאכט איהר

שליחה דורך mevakesh »

moshav zekeinim האט געשריבן:איך פלעג אמאל אויך זעהן בלויז דער פאזאטיווער חלק פון גריסן. מען פלעגט זאגן אז שבת ווען מען גייט פון פלאטבוש קיין בארא פארק, אז דו זעסט אז מען גריסט נישט גוט שבת ווייסטו אז דו ביסט שוין אין בארא פארק...
ווי ווייט מען גריסט זיך אין פלעטבוש ווייס איך נישט, אבער בכל אופן איז עס נישט קיין יאכנע שטאט, און גריסן אין אזא פלאץ קען בלויז פארטייטש ווערן פאזעטיוו.
אבער ווען עס קומען ניו סקעווער אידן אדער אידן פון אנטווערפן דער עיר הבירה פון יכנאות, און זיי טוען זיך אויף מיט זייער גריסעריי, גיוו מי עי ברעיק.

דער נידון דא איז נישט פארוואס יענער גריסט מיר נאר פארוואס איך זאל גריסן יענעם ודו"ק היטב
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

אינטערעסאנט אז עס מאכט זיך און בארא פארק גאנץ אפט אז מען גריסט איינעם און יענער פשוט גריסט נישט צוריק, אדער גריסט ער צוריק אזוי ווי עס וואלט געווען תשעה באב צופרי אזא "כמו גריסן".

משא"כ און מאנסי וועם אימער די גריסט באקומסטו צוריק א געהעריגע גריסן.

קען זיין ישיבת כרכים קשה און מענטשן זענען מער ביזי.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אין בארא פארק איז יענער אלעמאל חושד, אז דו ביסט דער שגץ וואס האט נעכטן געבלאקט זיין דרייוועי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: גוט מארגן, וואס מאכט איהר

שליחה דורך mevakesh »

איך האב געהאט א חבר וואס אהיימגייענדיג שבת צופריא פון שוהל כטוב לבו ביין או ביי"ש פלעגט ער דוקא גריסען יעדעם איינעם און הנאה האבן ווי מענטשן ווערן צומישט און פרובירן צו דערגיין פון ווי מען קען יענעם....
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: גוט מארגן, וואס מאכט איהר

שליחה דורך mevakesh »

uploadfromtaptalk1474460937235.jpg
היינט צופריא האב איך באמערקט די עד און דאס איז תורת ניו יורק על רגל אחת
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: גוט מארגן, וואס מאכט איהר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א חוצפה צו זאגען א מענטש א גוט מארגען! וויאזוי האסטו א רעכט צו זאגען א צווייטען וואס צו טוהן מיט זיין טאג?!
און טאמער ס'איז סתם אן עצה טובה, וויסען זאלסטו אז אטמגעבעטענע עצות קומען פונ'ם ס"ם, כידוע פון רבי'ן פון לובלין
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 219
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

Re: גוט מארגן, וואס מאכט איהר

שליחה דורך סלינקי »

viewtopic.php?t=4904

Sent from my SM-G920V using Tapatalk
פארשפארט