איך בין אן עקספערט אין פלאקאטן און קול קורא'ס. איך האב שטודירט די זאך ביי די גרעסטע און פרעסטיזשפולסטע אינסטיטוציעס און דערנאך האב איך גענומען שימוש ביי א צאל ערנסטע פלאקאטן שרייבער. נאכן ענדיגן האב איך זיך פאר א לענגערע צייט (מ'רעדט דא פון יארן!) זיך ארומגעדרייט איבער די היימישע געגענטער פון ניו יארק רבתי און אפגעליינט יעדן צעטל, פלאקאט, קול קורא וואס איז נאר ארויפגעקראכן אויף די ווענט פון שולן, גאסן, קאנסטראקשען סייטס, גאסן שטאנגען און וואס נישט. אפילו צו פאשקעווילן וואס האבן שפאצירט אויף די ערד צום טאקט פונעם ווינט האב איך זיך ארונטערגעבויגן און זארגפעליג אפגעליינט יעדעס ווארט.
אין קורצן: איך בין צו פלאקאטן דאס וואס אותיות מרובעות זענען צו די מאה שערים ווענט. כ'פארמאג א געוואלד מיט ידיעות אין די סוגיא און בין דער צענטראלער אדרעס וואו זיך צו ווענדן מיט אלערליי שאלות און ספיקות אין דעם נושא.
האב איך לכבוד אלול אפגעמאכט צו טאן א דבר טוב לזכות דעם בעפארשטייענדן יום הדין און מיטטיילן אביסל ידיעות פאר אלע וואוילע אידן וואס טוען אין דעם נושא, און דורך דעם האבן א חלק אין די פעולות נשגבות וואס די טייערע אידן טוען מיט די פאשקעווילן און פלאקאטן אויף לשם ולתורתו.
דער ענין מיט פאשקעוויל איז א טיפע עסק וואס אנטהאלט מערערע פרטים. דער נוסח, די פאנטס, די גרויס א.א.וו. די החלטה צי דאס צעטל זאל ארויסגעווארפן ווערן איבער די גאסן ווי די ביינער אין גלאבאוויץ בית שמש, צי ס'זאל ודבק'ן און חתונה האבן מיט די ווענט און שטאנגען פון שטאט, איז גארנישט אזוי פשוט און גלאט ווי סתם מענטשן (דהיינו, נישט די וואס זארגן זיך אז אידישקייט זאל פארן מטה מטה) מיינען. אבער דאס זענען שוין פון די טיפערע ענינים אין די סוגיא.
ראשית כל, די אותיות. ווען מען רעדט פון קלענערע פראבלעמען, ווי למשל שטימען פאר א קאנדידאט וואס שטיצט חוקי תועבה, איז בעסער צו נוצן א פשוט'ן פאנט, וואס זעט נישט אויס צו פראפעסיאנאל. די מערכה ווערט געפירט דורך א מיעוט אינערהאלב די עסקנים לאותו דבר פראקציע, און יענע זענען געווענליך נישט אזוי פארגעשריטן ווי די מעינסטרים קהל'ס דאגה-טרעגער. כדי דאס געשעפט זאל אויסזען אויטענטיש, דארף דאס צעטל אויסזען חיפזונ'דיג צעפארן. (דערפאר איז טאקע אויך גוט אז די ספעיסינג צווישן די שורות און פאראגראפן זאלן זיין בלי הסבר'דיג קלאמזי).
דאס איז ווען עס האנדלט זיך פון שולי-המחנה'דיגע פראבלעמען. ווען עס קומט נעבעך און ליידער און ר"ל אונטער אזא ברענענדיגע צרה ווי א פרויען קליידער געשעפט וואס איז נישט באגראבן אונטער די ערד און עפענט זיך צו די גאס לעיני כל חי אנשטאט זיך קווארטירן אין א סוער פייפ למטה מעשרה טפחים, דעמאלט איז שוין גאר א צווייטע מעשה. די אותיות דארפן זיין מרובעת, אבער נישט סתם צעקעסטעלט נאר טאקע די גאר עקיגע מאה שערים פאנט, די וועמענס קצוות זענען גענוג עקוץ וחלק צו דערשטעכן א בעל בשר צום טויט מיט איין ריר. לכתחילה זאל דאס גאנצע צעטל באשטיין פון די שארפע פאנטס, אבער אויב קען מען נישט (צוליב עין הרע אדער ס'איז געווארן א מאנגעל אין די שטעכערס שבתוך האותיות), דאן זאל כאטש דער קעפל אויבן זיין פון דעם פאנט. אלס קאמפענסאציע, זאל דער קעפל נאכגעפאלגט ווערן מיט דריי פון די אלארמירענדע צייכנס כזה: ! ! !
די ווערטער איז אין די אויבנדערמאנטע פעלער ווייניגער וויכטיג ווי דעם אויסזען פונעם צעטל. זיי דארפן אויך נישט ארויפקריכן אויף די ווענט און ס'איז גענוג אויב זיי זענען נישט גרעסער ווי 8.5 ביי 11 און ווערן צעזייט און צעשפרייט אויף די גאסן פון שטאט.
די צוויי וויכטיגסטע נקודות זענען דער קעפל און דער אויספיר, אבער דא דארף מען נוצן אביסל שכל. אויב דער ציל איז עפעס וואס האט שייכות מיט ארץ ישראל, איז א "יזדעזע (וויליאמסבורג) ת"ק פרסה על ת"ק פרסה" שטארק אין פלאץ. כ'וועל אייך מסביר זיין פארוואס: אונזערע פאשקעווילן (כ'רעד פון די פראפעסיאנאלע) ווערן געשריבן מיט מורא'דיגע חכמה ודעת. די ערשטע פיר פינף אינטשעס פון טעקסט באשטייט פון שארפע פראזן און זאפטיגע מליצות, און מ'קומט צום ווארט הערשט טיף אונטן, אביסל פאר דער צעטל הויכט אויס די נשמה. במילא אפילו דער ליינער וועט זיך נישט דערליינען ביז די אמת'דיגע שרעקעדיגע ווערטער צום סוף, זאל ער כאטש צעציטערט און צעטרייסעלט ווערן כראוי וכיאות. יותר מזה איז ת"ק סקווער פרסה בערך 432,000 סקווער מייל, וואס איז אביסל גרעסער ווי גאנץ ברוקלין דיהדות החרדית דארה"ב וקנדה, און אויב די פירצה אליין צעשוידערט נישט ווי ערווארטעט זאל יענער כאטש סתם אזוי גוט אויפגעטרייסעלט ווערן.
"אהה" איז גוט ווען מען רעדט פון קברים. וויבאלד יעדער קבר פטר חמור וואס ליגט ערגעץ וואו איינער וואס שטייט מיר אין וועג בויט סיי וואס ווערט אין אונזערע צעטלעך און צייטונגען טראנספארמירט אין "מקום מנוחתם פון אבות אבותנו מזמן הבית", איז נוצן א לשון נביא זייער זאכליך והבן.
דער אונטערשריפט איז שוין ווייניגער וויכטיג אבער אויך דארט קען מען נישט שרייבן אין דער וועלט אריין. "בני ישיבות" גייט אינאיינעם מיט פירצות אין צניעות (בעדענעס אדער רעש'יגע שיך וואס שרייען העכער צען דעסיבעלס), "יהדות החרדית הנאמנה" איז א לייטישער שותף מיט עניני השקפה ("עגל הציוני", "ברכיים אשר לא כרעו לבעל", "שלחן איזבל", "מעסער אין ריקן פונעם יהדות החרדית" וועלן געווענליך באווירצן א פאשקעוויל מיט אזא אונטערשריפט), און "ועד לטוהר מחנינו" נעמט געווענליך אחריות אויף צעטלעך קעגן געשעפטן וואס פארקויפן (בריש גלי, no less) טעלעפאנען גרעסער ווי א שיעור כזית.
דאס אלעס זענען אבער כמובן מאיליו נישט מער ווי ראשי פרקים בבחינת תן לחכם ויחכם עוד ועוד למעלה מהשגת אנוש. איר דארפט זיך אבער נישט זארגן ווייל עקספיריענס קומט מיט די צייט. שרייבט, קלעבט און ווארפט, וסוף הכבוד לבוא.