ווער ברענגט די פילע אידן קיין אומאן?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

ווער ברענגט די פילע אידן קיין אומאן?

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]"אומאן ראש השנה" - איז שוין היינט ברייט באקאנט פאר יעדן איינעם, טויזנטער אידן פון איבער די גארער וועלט גרייטן זיך צו פארן צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט געבעטן אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער וועט אויס'פועל'ן פאר יעדן א גוט געבענטשט יאר. דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז אפילו די מענטשן וועמען ער קען נישט העלפן די גאנצע יאר, קען ער אבער יא העלפן אום ראש השנה.

אנקומענדיג קיין אומאן זעט מען זיך ארומגענומען מיט פילע צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גארער וועלט, פון כמעט יעדן לאנד איבער די וועלט קומען צו פארן אידן קיין אומאן, פון יעדע סארט אפשטאם, פון יעדע סארט חסידות, פון יעדע סארט שטרעמונג, זענען פארהאן אסאך וועלכע קומען אויף אומאן. פון אינדרויסן קען אויסקוקן ווי עס זענען דא דארט אזויפיל פארשידנארטיגע סארט אידן, אבער אין הארצן זענען זיי אלע אייניג. אלע קומען קיין אומאן מיט א שטארקע אמונת צדיקים, יעדער קומט נאר מיט איין ציל זיך אויסצואוואשן די נשמה אין אומאן, און אהיימקומען מיט א פרישע חיות צו דינען דעם אויבערשטן.

עס איז דא א באקאנטע וועלט'ס ווארט אז ווען יעדער מענטש וואלט געקענט אראפלייגן זיין פעקל צרות אין איין שטוב, און מען וואלט געדארפט אויסקלויבן סיי וועלכע פעקל צוריק צו נעמען, וואלט יעדער זיכער צוריק גענומען זיין אייגענער פעקל, קיינער וואלט זיך נישט געוואלט אויפטוישן זיין פעקל צרות מיט יענעמ'ס. האט מוהרא"ש געזאגט אויף דעם אז ווען ער זאל ווען האבן אזא פלאץ וואו מען קען אראפלייגן דארט דער פעקל צרות, וואלט ער אראפגעלייגט זיין פעקל דארט און געמאכט פליטה... ווער עס וויל, קען גערן איבערנעמען דאס פעקל... און מוהרא"ש האט אויסגעפירט און געזאגט אז עס איז טאקע דא אזא פלאץ אויף דער וועלט, און דער פלאץ איז ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן!

ווען א איד קומט אויף אומאן, ער גייט צום רבינ'ס ציון און זאגט דארט די צען קאפיטלעך תהלים פונעם תיקון הכללי, און ער רעדט זיך אויס זיין גאנצע הארץ צום אייבערשטן, דאן קען ער איבערלאזן אלע זיינע שווערע פעקלעך וואס ער שלעפט מיט זיך. סיי פעקלעך צרות ברוחניות קען מען דארט איבערלאזן, דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר און געבן א פרוטה פאר צדקה לזכותו און זאגן די "תיקון הכללי", אפילו ער האט געטון די ערגסטע עבירות, וועט ער אים ארויסשלעפן פון אלע שלעכטס, "ביי די פיאות וועל איך אים ארויסשלעפן פון שאול תחתית"!

מען האט אמאל געפרעגט א ברסלבער חסיד ווי אזוי ער ווייסט אזוי זיכער אז דער רבי וועט אים טאקע ארויסשלעפן פון שאול תחתית אויף יענע וועלט. האט דער איד געענטפערט אז ער דארף נישט ווארטן ביז יענע וועלט צו זען אויב דער רבי וועט אים דארט ארויסשלעפן פון שאול תחתית, נאר נאך אויף די וועלט שלעפט אים שוין דער רבי ארויס פון שאול תחתית... דער רבי געבט אזעלכע וואונדערליכע עצות און לימודים, וואס סיי וועלכער מענטש אויף דער וועלט וועט זיך אנכאפן אין דעם און פאלגן דעם רבי'ן, וועט ער זען ווי דער רבי שלעפט אים ארויס פון אלע סארט שלעכטס אין וואס ער איז נאר אריינגעפאלן, און ברענגט אים ארויף צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד.
און די זעלבע איז אויך מיט די גשמיות'דיגע פעקל צרות, אזויפיל אידישע קינדער זענען געהאלפן געווארן פון זייערע פראבלעמען אין אומאן. זיי האבן זיך אויסגעוויינט דאס הארץ ביים ציון און זענען אהיימגעקומען מיט א רואיגע און לייכטע געמיט, און עס האט נישט גענומען לאנג ביז ווען זיי האבן געזען גאר גרויסע ישועות אין אלע הינזיכטן.

דער ציון הק' אין אומאן איז דער פלאץ וואו מען קען טאקע איבערלאזן אלע פעקלעך צרות, און אהיימפארן פון דארט מיט שמחה און פרייד וויסענדיג אז מען האט זיכער גע'פועל'ט א ישועה סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


א גוטער אדוואקאט
דאס איז באמת אויך סיי ווען אינמיטן די יאר ווען מען פארט אריבער קיין אומאן קען מען דארט אלעס אויס'פועל'ן, אבער גאר ספעציעל איז דאס ווען מען איז זוכה צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה. ראש השנה איז דאך די צייט ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן מענטש וואס עס וועט פאסירן צו אים אין לויף פונעם גאנצן יאר, און דעמאלט איז דאך די וויכטיגסטע צייט אין יאר ווען מען דארף זען זיך גוט אויסצובעטן, ווייל די פירות דערפון וועט מען זען נאכדעם במשך די גאנצע יאר.

ווען א מענטש ווייסט אז עס ווארט אים אפ א שווערע געריכט, דער ריכטער דארף פסק'ענען אויב ער וועט דארפן צאלן שווערע געלטער, אדער נאך מער אויב עס קומט אים ח"ו טויט שטראף, וואלט דער מענטש זיכער געטון דאס מערסטע וואס ער קען צו פרובירן צו געווינען אין געריכט, ער וועט זוכן די בעסטע אדוואקאטן זיך צו קענען גוט פארטיידיגן, אז דער ריכטער זאל ארויסגעבן נאר א גוטע אורטייל אויף אים. די זעלבע, און נאך פיל מער, איז ווען עס קומט די פארכטיגע טעג פון ראש השנה. פון א ריכטער אויף די וועלט, וואס איז בלויז א מענטש פון פלייש און בלוט מיט אונז צוגלייך, קען מען זיך אמאל ארויסדרייען; פונעם אייבערשטן קען מען זיך אבער קיינמאל נישט ארויסדרייען. און דעריבער ווען עס קומט ראש השנה זוכט יעדער איד זכותים וואס זאל אים העלפן ביי דעם גרויסן געריכט, ביי דעם גרויסן יום הדין, און ווער איז נאך א בעסערער אדוואקאט פאר'ן מענטש ווי דער הייליגער רבי, וואס האט צוגעזאגט צו העלפן און פארטיידיגן יעדן וואס קומט צו אים אויף ראש השנה.


ווער ברענגט די אלע מענטשן?
דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז אזויפיל צענדליגע טויזנטער אידן קומען צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה פון איבער די גאנצע וועלט. וואס עס איז אבער יא אינטערעסאנט איז ווי אזוי די אלע אידן זענען געוואויר געווארן פון די גרויסע הבטחות פון הייליגן רבי'ן, ווער האט אזוי באוואוסט געמאכט דעם רבי'ן איבער די גאנצע וועלט? אז יעדער זאל וויסן אז אין אומאן איז דער פלאץ וואו מען קען געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות?

מוהרא"ש האט דערציילט ווי אזוי ער האט געדאוונט צום ערשטן מאל ראש השנה אינאיינעם מיט אנשי שלומינו. אין יענע יארן האט מען נישט געקענט פארן קיין אומאן צוליב די אייזערנע וואנט פון די קאמיניסטישע הערשאפט וועלכע האבן קיינעם נישט אריינגעלאזט, און דעריבער פלעגן זיך אנשי שלומינו צוזאמנעמען אין דאווענען אינאיינעם ראש השנה מיט אן התקשרות צום רבי'ן. דאס איז געווען אין יאר תש"כ לפ"ק, עס איז דאן געווען נאר איין ברסלב'ע שטיבל איבער גאנץ אמעריקא, און דארט זענען זיך צוזאמגעקומען אלע ברסלב'ע אידן פון אלע טיילן פון אמעריקא צו דאווענען אינאיינעם, און אין סך הכל זענען דאס געווען בלויז פופצין אידן... פון טאראנטא זענען געקומען צו פארן נאך צוויי אידן, און פון דעם זענען באשטאנען אלע ברסלב'ע אידן פון גאנץ קאנטינענטאל אמעריקא.

ברסלב'ע חסידות איז געווען אזוי אומבאקאנט אין יענע יארן, גאר געציילטע אידן האבן געהערט פון רבי'ן, פילע האבן אפילו נישט געקענט ארויסזאגן און ארויסשרייבן ריכטיג די ווארט "ברסלב". גאר ווייניג אידן האבן געוואוסט צו זאגן פון הייליגן רבי'ן.

עס איז געווען געציילטע אידן וועלכע זענען געפארן אויף ראש השנה קיין אומאן עטליכע מאל מיט גרויס מסירת נפש פון אונטער די נאז פון די קאמיניסטן. אבער אפילו שפעטער, ווען די קאמיניסטישע פארבאנד איז צוזאמגעפאלן און מען האט שוין געקענט פארן אויף אומאן, איז נישט געווען דארט אזא גרויסער עולם, אין אנהויב זענען געווען קוים עטליכע הונדערטער אידן אין אומאן אויף ראש השנה, כאטש וואס יעדער וואס האט געוואלט האט געקענט פארן.

שטעלט זיך די פראגע ווי אזוי איז אומאן געווארן אזוי באקאנט און פאפולער? אז אין די לעצטע אומגעפער פינף און צוואנציג יאר - פון ווען די אייזערנע מויער איז געפאלן - איז דער ציפער באטייליגטע געשטיגן צו פופציג טויזנט אידן כ"י. ווער ברענגט די אלע טויזנטער אידן קיין אומאן?
ווען מען טראכט אביסל אריין און מען קוקט זיך אביסל אום, זעט מען אז דער ענטפער דערויף איז זייער פשוט. די פילע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן און פארשפרייט איבער די וועלט פאר איבער פופציג יאר, דאס איז וואס האט געטון די ארבעט און מקרב געווען אזויפיל אידן צום הייליגן רבי'ן, און זיי געברענגט קיין אומאן אויף ראש השנה. ווען מען זאל ארומגיין פרעגן סיי וועלכער מענטש וואס פארט קיין אומאן: וואס האט דיר געברענגט קיין אומאן? וועט מען זען אז כמעט אלע מענטשן זענען אדער געקומען צוליב א ברסלב'ע ספר און קונטרס וואס האט אים מחזק געווען, אדער איז ער געקומען דורך א צווייטער מענטש וואס יענער איז מקורב געווארן דורך א קונטרס אדער ספר.

די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זענען ארויסגענומען און איבערגעשריבן פון הייליגן רבינ'ס ספרים, און אראפגעלייגט אויף אזא לייכטע און גרינגע שפראך, און אזוי שיין צעטיילט אויף אלע סארט טעמעס און נושאים, אז יעדער מענטש זאל זיך געפונען דערין, אז יעדער מעטש זאל טרעפן אין זיי עצות און חיזוק ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אויף דער וועלט און קענען אנגיין אין לעבן און מצליח זיין אויף די בעסטע וועג.

די הייליגע קונטרסים זענען געדרוקט געווארן אין די מיליאנען, זיי זענען איבערגעזעצט געווארן אויף פילע שפראכן, און זענען צעשפרייט געווארן איבער די גאנצע וועלט פשוטו כמשמעו. אין כמעט יעדע אידישע הויז וואס געפונט זיך סיי וואו איבער'ן גאנצן ערד-קוגל זענען אנגעקומען די געטרייע מפיצים און דארט איבערגעלאזט די הייליגע קונטרסים.

מוהרא"ש האט נישט אריינגעשריבן זיין נאמען אין די קונטרסים, נאר דער נאמען פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן וואס פון זייערע הייליגע ספרים זענען גענומען געווארן אלעס וואס איז געשריבן געווארן אין די קונטרסים. ווי אויך האט מוהרא"ש אריינגעדרוקט אין יעדן קונטרס א בילד פון הייליגן רבינ'ס ציון מיט די געוואלדיגע הבטחות וואס דער רבי האט צוגעזאגט פאר די וועלכע וועלן קומען צו זיין ציון.
במשך די אלע יארן זענען געדרוקט געווארן איבער א ביליאן קונטרסים. יא! א ביליאן מיט א ב'! טויזנט מאל מיליאן! די קונטרסים האבן מחזק געווען און מעורר געווען טויזנטער אידישע קינדער און זיי צוריקגעברענגט צום אייבערשטן, און פילע אידן - וועלכע האבן געשפירט אן הכרת הטוב צום הייליגן רבי'ן פאר די געוואלדיגע עצות - האבן אנגעהויבן צו פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון, סיי במשך די יאר און ספעציעל אויף ראש השנה. זייער לעבן איז געווארן אויפגעראכטן ברוחניות ובגשמיות, און זיי האבן געמוזט קומען אפדאנקען דעם הייליגן רבי'ן. און דאס אלעס א דאנק די הייליגע קונטרסים.


מען צערייסט די קונטרסים
איינער האט אמאל געזאגט פאר מוהרא"ש אז ער האט געזען אין שול עטליכע צעריסענע קונטרסים אין די מיסט, ער האט פארגעהאלטן מוהרא"ש פארוואס ער דרוקט די קונטרסים, אין די צייט וואס עס קומט סיי ווי אן צום סוף אין די מיסט. מוהרא"ש האט אים געפרעגט מיט א שמייכל וויפיל צעריסענע קונטרסים ער האט געזען, צוויי? פינף? צען? "וויסן זאלסטו" - האט אים מוהרא"ש געזאגט - "אז אין דעם יאר אליין האב איך געדרוקט איבער א מיליאן קונטרסים! לאמיר רעכענען אפילו אויב ניינציג פראצענט דערפון איז געגאנגען אין די מיסט, איז דאך אבער נאכאלץ געבליבן הונדערט טויזנט קונטרסים, וואס זענען אנגעקומען צו הונדערט טויזנט אידן, און דאס האט זיי אויפגעלעבט, דאס האט זיי געברענגט א חיות און א חיזוק אז עס לוינט זיך יא אנצוגיין ווייטער אין לעבן, טראץ די אלע שוועריקייטן; נו, האט זיך נישט געלוינט דאס געשעפט?"

דער רבי האט געזאגט א משל פון א קעניג וואס זיין זון איז זייער קראנק געווארן און די דאקטורים האבן געהויבן הענט און אים נישט געקענט אויסהיילן. דער קעניג האט געלאזט רופן גאר א גרויסער דאקטער און זיך געבעטן צו אים אז ער זאל אויסהיילן דעם בן מלך. דער דאקטער האט באטראכט דעם קראנקן און געזאגט צום קעניג אז ס'איז דא א וועג אויסצוהיילן דאס קינד, אבער עס איז אזוי שווער און טייער אז עס לוינט זיך אפילו נישט צו טון. דער קעניג איז אבער גרייט געווען אויסצוהיילן דאס קינד אויף אלע קאסטן, און דעריבער האט ער געבעטן פונעם דאקטער אז ער זאל אויסזאגן די טייערע רפואה.

דער דאקטער האט ערקלערט פאר'ן קעניג אז עס איז פארהאן גאר א טייערע מעדעצין וואס האט דעם כח אויסצוהיילן דעם בן מלך, דער מעדעצין איז אזוי טייער אז אפילו בלויז א קליין פלעשל דערפון קאסט אם שווערע געלטער. דאס קינד איז אבער שוין אזוי קראנק אז ער קען אפילו נישט עפענען דאס מויל אריינצושלינגען די מעדעצין. און דעריבער איז די איינציגסטע עצה אנצופולן פילע גרויסע פעסער מיט דעם גאר טייערן מעדעצין, און די אלע פעסער זאלן מען ארויפגיסן אויפ'ן קראנקען, קודם וועט דאס אים כאטש אביסל שטארקן דעם גוף. דאס רוב פון די טייערע מעדעצין וועט טאקע גיין לאיבוד, אויב אבער וועט אינצווישן אריינפאלן עטליכע טראפן דערפון אינעם מויל פונעם קראנקן, דאן וועט דאס קינד זיכער האבן א גאנצע רפואה.

דער קעניג האט מיט פרייד זיך איינגעהאנדלט פילע גרויסע פעסער פון די טייערע רפואה, מען האט עס ארויפגעגאסן לויט די אנווייזונגען פונעם דאקטער, און דאס קינד איז טאקע געווארן געזונט און שטארק.

דעם רבינ'ס עצות און לימודים זענען גאר טייערע מעדעצינען, זיי האבן דעם כח אויסצוהיילן יעדן מענטש און אים שטעלן אויפ'ן ריכטיגן וועג, אבער נישט יעדער איז וויליג צו עפענען דאס מויל אריינצונעמען די מעדעצין. דעריבער דארף מען גיסן אזויפיל דערפון, ביז עס וועט זיך אריינכאפן אביסל אויך אין מויל, און דאן וועט מען מיט דעם זיך קענען ארויסדרייען פון אלע צרות און פראבלעמען.

יעצט ווען מיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, לאמיר געדענקען: ווער עס האט אונז אהינגעברענגט? ווער האט אהינגעשלעפט די פילע צענדליגע טויזנטער אידן? וואס געבט אונז חיות די גאנצע יאר? און לאמיר דאס אויך פארגינען פאר נאך אידן.

מוהרא"ש איז ליידער אוועקגענומען געווארן פון אונז, זיינע ספרים און קונטרסים זענען אבער נאך געבליבן, און די קונטרסים האבן דעם כח צוריק צו ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, ארויסצוהעלפן יעדן אידן זיך צו קענען שטארקן ברוחניות ובגשמיות. די ספרים און קונטרסים ווערן ווייטער געדרוקט אין די צענדליגע טויזנטער, און פארפלייצן ווייטער די גאנצע וועלט. וואויל איז דעם וואס נעמט א חלק און לייגט צו א פלייצע צו קענען ווייטער דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים![/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

זייער שיין געשריבן, נאר איין הערה די משל פונעם מלך מיטן מעדעצין שטאמט פונעם בעל התניא ווען ער האט פארשפרייט חסידות פאר די מאסן און מען האט געהאט טענות אויף איהם היתכן האט ער געענטפערט מיט די משל, אבער עניוועי איז עס גוט, א דאנק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

איינער קען אפשר מאכן א פי.די.עף. ?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

געוואלדיג האט געשריבן:זייער שיין געשריבן, נאר איין הערה די משל פונעם מלך מיטן מעדעצין שטאמט פונעם בעל התניא ווען ער האט פארשפרייט חסידות פאר די מאסן און מען האט געהאט טענות אויף איהם היתכן האט ער געענטפערט מיט די משל, אבער עניוועי איז עס גוט, א דאנק.


ווי איז די מקור אין תניא
אין חיי מוהר"ן סימן שצ"א שטייט עס קלאר וזשל"ק

וסיפר ממלך אחד שחלה בנו יחידו ביותר עד שכל הרופאים נתייאשו מרפואתו. בתוך כך בא רופא מופלג בחכמה מאד, ובקש המלך ממנו בתחנונים גדולים להשתדל עם בנו. והשיב לו האמת, שרפואתו קשה ורחוקה מאד, אף על פי כן אם יעשו עוד תחבולה אחת אזי אפשר דאפשר שיהיה לו רפואה. והפציר בו המלך מאד לגלות לו התחבולה. ואמר: תדע שבנך חולה מסוכן מאד בתכלית, עד שכבר אי אפשר לתן לו לתוך פיו אפילו טיפה אחת מסממני הרפואות. אך יש סממני רפואות יקרות ומיוחדות כאלה, אשר צלוחית אחת קטנה מאד עולה לסך אלפי אלפים, וצריכין למלאת חביות מלא מסממנים היקרים האלה, וליקח בדליים מלאים מסממנים האלה ולשפוך על בנך החולה (וממילא מובן שכל הסממנים היקרים האלה ילכו לאיבוד לגמרי) ואולי מתוך שישפכו עליו הרבה כל כך יכנס לתוך פיו איזה טיפה על כל פנים, על ידי זה אפשר שיהיה לו רפואה. ותכף ומיד נתרצה המלך לזה וצווה לעשות כן, ועל ידי זה נתרפא הבן מלך. והנמשל מובן ממילא, שמוכרח הצדיק הרופא לשפוך עלינו סממנים יקרים ונוראים מאד. אף על פי שלכאורה נראה שכמעט הכל הולך לאיבוד חס ושלום, אף על פי כן ריח טוב קולט, וברבות הימים אולי נזכה לחטוף מהם איזה טיפה יקרה ונפלאה לתוך פינו ופנימיותנו, עד שעל ידי זה אולי יש תקווה לזכות לרפואה שלמה ברוחניות וגשמיות, אמן כן יהי רצון.

קרעדיט ויקיטקסט
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: ווער ברענגט די פילע אידן קיין אומאן?

שליחה דורך מפוזרי »

איך האב יעצט געליינט דעם אשכול, און איך רייב מיך די אויגן... מיינט ער עס טאקע ערנסט...??

איך האב אן צווייטע פראגע: ווער ברענגט די פילע אידן קיין קערעסטיר?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז אן איראנישער מצב. ביי א סאך צדיקים וועלכע זענען שוין נפטר געווארן דרייען זיך ארום לעגענדעס איבער מענטשן וועלכע האבן געזעהן אותות ומופתים. צי ס'איז יא אמת. אדער סתם איינרעדענישן. און דער עולם קויפט עס בגדול. און מ'פרעגט נישט קיין קשיות...און דא. ביי דעם וואס אזא ריזיגער עולם פארט א יעדעס יאר קיין אומאן. וואס דאס אליינס איז א שיינע מחזה. צו זעהן צענדליגער טויזנטער אידן צוזאמען. כאיש אחד בלב אחד. פונקט דא פרעגט מען קשיות. און מ'מאכט עס אוועק מיט אלערליי תירוצים...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

מפוזרי האט געשריבן:איך האב יעצט געליינט דעם אשכול, און איך רייב מיך די אויגן... מיינט ער עס טאקע ערנסט...??

איך האב אן צווייטע פראגע: ווער ברענגט די פילע אידן קיין קערעסטיר?


נאך אמאל? וואס פרעגסטו? ווער ברענגט די פילע... אידן קיין קערעסטיר
אפשר "פילע אידן" מיינט איר אידן אידן וואס זענען פיל, אנגעפילט בלע"ז נוסח קערעסטיר...
איך בין אויך א אונגארישער, איך וואלט אויך געקענט באשטיין אז אין אומאן זאלן זיך צוזמקומען א ריזן ציבור פון אריבער 2 צענדליגער מענטשן כ"י...
און אין קערעטיר זיין א קליין הייפעלע פון 40 50 טויענט אידן
אבער דערווייל רייבסטו דיך נאך די אויגן אבער די ברילן האסטו נאכנישט אן
און מאיזה סיבה שיהיה קומען דערווייל פילע אידן אויף אומאן, און אין קערעסטיר קומען אויך אידן, יא... מען מוטשעט זיך נישט מיט מנין...
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: ווער ברענגט די פילע אידן קיין אומאן?

שליחה דורך מפוזרי »

העי.. גראביאנען פארן קיין אומאן נישט ווייניגער ווי קערעסטיר.

עכ"פ האסטו די פראגע נישט פארשטאנען.
און אז דו ווילסט יא רעדן פון נאמבערס.. ברענגען טויזנט אידן קיין קערעסטיר, איז א גרעסערע מארקעטינג חידוש ווי 50 טויזנט קיין אומאן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

מפוזרי האט געשריבן:העי.. גראביאנען פארן קיין אומאן נישט ווייניגער ווי קערעסטיר.

עכ"פ האסטו די פראגע נישט פארשטאנען.
און אז דו ווילסט יא רעדן פון נאמבערס.. ברענגען טויזנט אידן קיין קערעסטיר, איז א גרעסערע מארקעטינג חידוש ווי 50 טויזנט קיין אומאן.


איך רעד נישט פון גראביאנען חס ושלום
איך רעד פון פיל נוסח קערעסטיר, כנודע האט ר' ישעי'לע זי"ע געזאגט בדרך צחות: אלע רבי'ס זענען עוסק אין "מילוי יודי"ן" (דהיינו דעם שם הוי"ה קען מען שרייבן יו'ד ק'י ו'יו ק'י, דאס איז מילוי יודי"ן, עס איז דא מילוי אלפי"ן י'וד ק'א ו'או ק'א און אזוי ווייטער)
אבער איך בין עוסק אין מילוי יודען אנפילן אידישע קינדער, דהיינו געבן עסן פאר אידישע קינדער
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

מיש-נייעס האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:העי.. גראביאנען פארן קיין אומאן נישט ווייניגער ווי קערעסטיר.

עכ"פ האסטו די פראגע נישט פארשטאנען.
און אז דו ווילסט יא רעדן פון נאמבערס.. ברענגען טויזנט אידן קיין קערעסטיר, איז א גרעסערע מארקעטינג חידוש ווי 50 טויזנט קיין אומאן.


איך רעד נישט פון גראביאנען חס ושלום
איך רעד פון פיל נוסח קערעסטיר, כנודע האט ר' ישעי'לע זי"ע געזאגט בדרך צחות: אלע רבי'ס זענען עוסק אין "מילוי יודי"ן" (דהיינו דעם שם הוי"ה קען מען שרייבן יו'ד ק'י ו'יו ק'י, דאס איז מילוי יודי"ן, עס איז דא מילוי אלפי"ן י'וד ק'א ו'או ק'א און אזוי ווייטער)
אבער איך בין עוסק אין מילוי יודען אנפילן אידישע קינדער, דהיינו געבן עסן פאר אידישע קינדער


נאך זאגט מען נאך פון הייליגן ר' יעשעי'לע אז ער פלעגט שניידן די מזונות פאר תקיעת שופר און ער האט געזאגט: אלע צדיקים זענען יעצט עוסק אין רזין דרזין איך בין עוסק אין לשובע ולא לרזון
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פארגעס פון אידן, אונז האבן דא א גוי פון טעקסאס...

די באשעפער זאל העלפן, אז אין זכות פון רבי נחמן, זאל דער שגצ'ל זוכה זיין אפצוהיטן דעם ברית קודש. ונאמר אמן. ש'כח...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס וואס ברענגט די טויזענטער קיין אומאן דאס זעלבסט וועט זיי פארטרייבן...

מענטשן האבן ליב צו זיין דיפרענט, מענטשן האבן ליב צו פילן אז זיי זענעו אנגעקומען צו עפעס וואס נישט יעדער פארשטייט, ביי יעדן נעמט זיך עס פון אנדערע סיבות, אבער היינט ווען עס איז שוין פאפולער און נארמאל ווערט געזוכט א צווייטע דעסטינאציע צו לאנדן, ביידיוועי, דער וואס לייגט זיך אריין דערין זאל ביטע טרעפן א פלאץ אין אוקריינא דוקא ווייל נאר דארט זענען דא לעגאלע דעביטשקעס וד"ל...
פארשפארט