דרייווערלאזע קארס, וויאזוי און אירע אפעקטן

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

דרייווערלאזע קארס, וויאזוי און אירע אפעקטן

שליחה דורך טרויבן88 »

איך וויל אביסל מסביר זיין וויאזוי דער דרייווערלאזע קאר ארבעט, די ערשטע חלק וועט זיין די טעכנישע חלקים און די צווייטע חלק וויאזוי און וועלכע ארבעט עס וועט פארמעקט ווערן אזוי ווי עס וואלט קיינמאל נישט דא געווען...
איך זע ברוך השם אז דער איד האט באשריבן די וואך דרייווערלאזע קארן און אויך אביסל פון די טעכנעלאגיעס וועל איך אויך אביסל אויסברייטערן וואס ער האט געשריבן. פאר די טעכנישע דעטאלן וועל איך זיך באניצן מיט בילדער כדי מען זאל בעסער קענען פארשטיין וויאזוי עס ארבייט.

(פאר איך פאנג אן האב איך א שטיקל עקספערימענט פאר ווער עס וויל עס אויספרובירן, און דאס איז כדי צו פארשטיין אז נישט נאר וואס אונז זעען זענען די זאכן וואס קומען פאר. נעמט א רימאוט פון א עירקאנדישאן און ענליכס, עס האט אזא באלי אויבן, דאס איז א LED וואס שיינט א ליכטיגקייט צום עירקאנדישאן, איי איר זעט דאך נישט קיין ליכטיגקייט??? דערפאר נעמט א קעמערע אדער צינד אן די קעמערע פון די סמארטפאון און דריקט איינע פון די קנעפלעך שײַנט די רימאוט און די קעמערע וועט איר זעען א ליכטיגקייט, און די ליכטיגקייט קען א מענטשליכע אויג נישט אויפכאפן. און דאס הייסט ultra violet light, דאס איז וויכטיג צי זעען כדי צי פארשטיין ווען מען האנדלט מיט טעכנעלאגיע אז נישט אלעס וואס מען זעט נישט מיינט אז עס קומט נישט פאר...

נאך איין זאך וואס מען דארף איבערגיין איז די טעכנעלאגיעס וואס עס זענען דא פאר די קארן,
קודם איז דא די ראדאר וואס די פאליס ניצט אויפן ראוד, (איך וועל עס פרובירן מסביר זיין די בעסטע וואס איך קען) עס ארבעט מיט צווי חלקים, עס שיקט ארויס א שטראל דורך א קויל (ראדיא) דערנאך האט עס א מיקראפאון (MIC) , סא די קויל (frequency) לויט אויף א געוויסע שנעלקייט וואס די מאשין ווייסט, סא די קויל לויפט פאראויס און ווען עס האקט אריין אין א קאר קומט צירוק א ווידער קויל, אויב קומט צירוק די זעלבע קויל (frequency) מיינט עס אז די קאר ריקט זיך נישט, אויב קומט עס צירוק שנעלער מיינט אז די קאר קומט קעגן די ראדאר און ווי העכער די קויל (frequency) איז רעכענט עס אויס די ספיד. די זעלבע זאך פארקערט צו מעסטן ווי שנעל די קאר פארט אוועק.
דאס איז ראדאר אויף ספיד (speed),

דערנאך איז דא ראדאר פיקטשערס, (radar imagery) וואס מען נוצט פאר וועטער און מען קען עס אייביג זעען אויף די טעלעוויזיאן ווען מווייזט די וועטער, וואס ארבעט אויף די זעלבע פרינציפ.

(בדרך אגב האבן די ישראלים א ראדאר פון אמעריקא וואס קען אויפכאפן א טארגעט פון 400 מייל אוועק...)

דערנאך איז דא 'לידאר' lidar וואס מען ניצט צי מעסטן לענג, אלע מעסטער (surveyor) וואס מעסטן הייזער באניצן זיך דעם, און דאס איז לעיזער, פאליציי קען דאס אויך ניצן צי מעסטן ספיד, און דאס ארבייט אזוי ווי ראדאר, אבער נישט אז עס מעסט די שנעלקייט (ספיד) נאר עס מעסט די ווייטקייט אגאנצן צייט און אויב די קאר פארט וועט עס מעסטן ווי שנעל עס קומט דורך מעסטן די חילוק אין די ווייטקייט אגאנצע צייט.

(לתמצית ראדאר קען נאר אויפכאפן א זאך וואך ריקט זיך מיט גערודער (למשל א שטורעם) דורך די קול דערפון, און לידאר קען נאר אויפכאפן די ווייטקייט (distance) און קען אזוי אויך אויסמעסטן ספיד דורך מעסטן די חילוק און די ווייטקייט.)

אבער לכאורה קען מען דאך ניצן א קעמערע???

די ענטפער איז 'יא' און 'ניין', די הויפט פראבלעם מיט א קעמערע איז אז עס כאפט אפ א פיקטשער, אבער דער מאשין פארשטייט נישט וואס די פיקטשער איז, און קען נישט מאכן קיין חילוק צווישן א טיש און א מענטש, אבער און די לעצטערע צייט האט מען געמאכט גרויס פארשריט און די פעלד, און דאס הייסט 'אימעדזש רעקאגנישיאן' (image recognition) (IR) סאפטווער ואס קען אויפכאפן זאכן און וואס זיי זענען, אדער פארשטייט זיך אז קיינער וועט נישט נעמען די אחריות דערווייל זיך צי פארלאזן אויף קעמערעס, למשל אויב אן אראבער און א בורקע (אדער א לב טהור מעמבער) וועט וואקן אויפן גאס נעבן א שווארצע קאר, וועט די קעמערע זיך פארמישן און נישט וויסן א חילוק און דאס קען אראפקלאפן א מענטש, (בערך אזוי ווי די טעסלע איניצידענט) ממילא איז די טעכנעלאגיע נישט גרייט.

יעצט איז דא א מחלוקת הפוסקים, לויט מאסק דארף מען נישט האבן קיין לידאר אויפן קאר, און לויט גוגל דארף מען יא, אבער אפילו מאסק איז מודה אז ער וועט דארפן צילייגן א 360 דעגרי קעמערע אז זיין קאר זאל קענען פארן אליינס.

סא די גוגל קאר פארט מיט א לידאר אויפן דאך וואס האט אזוי ארויס אלעס וואס טוט זיך ארום,

דא איז בייגעלייגט א פיקטשער וויאזוי די לידאר זעט די זאכן ארום

בילד

אבער די טעסלע ניצט א לאנג דיסטענס ראדאר, וואס איז די קאליר גרין

בילד

דערנאך ניצט עס א קעמערע, קאליר בלוי

בילד

דערנאך ניצט עס אן אלטרעסאניק סענסאר ארום די קאר, קאליר געל

בילד

טעסלע טעכנעלאגיעס אלעס צוזאמען

בילד


די קעמערע פון טעסלע

בילד

די ראדאר אויפן באמפער

בילד


און יעצט צו די פאקטישע חלק גייט זיך די וועלט טוישן ווי קיינמאל בעפאר, און לטוב פון די מענטשן אבער לרעה פאר דער ארבעטער. 4.1 מיליאן קאר סערוויס דרייווערס וועלן פארלירן זייער דזשאב, 233.000.00 אין אמעריקא אליינס,

די גאנצע טראקער אינדוסטרי וועט זיך פארמאכן למחצה לשליש ולרביע, מען וועט קענען ביז א יאר צוויי ארויפלייגן א טראק אויפן I-95 און עס אפשיקן קיין ניו יארק אויב עס וועט נאכנישט זיין אינגאנצן automated, און דאס וועט קאסטן פון 3.5 מיליאן דזשאבס ביז 8.5. די שאפער פאר די עשירים וועט ווערן אפגעמעקט...
און רבותי לייגט צו א דזשאב וואס איר טראכט אז עס וועט אפגעמעקט ווערן...
לעב אין לאז לעבן.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

זייער אינטערסאנט.
סתם אזוי איז שוין צייט צו באגריסן רבינו ענבים כפול שמונה פון וועמען ס'גיסט זיך פיל אינטערסאנטע ענינים, אשכולות, לינקס און טעלעגראם טשענלעך. יהא בואכם לברכה, ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך באשריבען.

דאס וועט עפעקטן די וועלט מסתמא נאך מער ווי די אינטערנעט.
מ'וועט קענען פאר'ן ווען מ'וויל ווי מ'וויל פון איין עק אמעריקע צו די אנדערע עק, און ס'וועט זיין אסאך שנעלער ווייל די ספיד לימיטס וועלן צוביסלעך געהויבן ווערן צו אסאך שנעלער ווי היינט, ס'וועט זיין אסאך ווייניגער עקסידענטס, קאמפיוטערס וועלן קאנטראלן טרעפיק וואס גייט מאכן אז ס'זאל מען נישט זיין קיין טרעפיק, היינט איז א גרויס חלק פון די טרעפיק פון מענטשן וואס זוכן פארקינג -פארקינג גייט מער נישט זיין קיין אישו ווייל קארס וועלן רוב טאג ארומפארן נעמען מענטשן. בקיצור מ'וועט קענען מאכן א פעמילי טריפ פון נ''י צו קאליפארניע אין פיפצן שעה און די גאנצע צייט פון די נסיעה וועט מען קענען פארברענגען מיט די משפחה אין די קאר. דאמעסטיק פלייטס וועלן פאלן אויף א פערטל ווייל מ'וועט נוצן קארס אסאך מער.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

שליחה דורך טרויבן88 »

אנטשולדיגט פארן שרייבן ציפלויגן... (איך בין דאך נישט קיין פראפעסיאנעל שרייבער)
אבער איך האב פארגעסן ציצולייגן א בינטל סטאטיסטיקס,
יעדעס יאר שטארבן א 1.3 מיליאן מענטשן פון עקסידענטס, 35 טויזנט אין אמעריקא אליינס, און איבער 20 ביז 50 מיליאן געשעדיגטע איבער די וועלט, אין א קאסט פון איבער א האלה טריליאן דאללאר, און %90 מענטשליכע שטרויכל.

IMG_20160926_143919.jpg

IMG_20160926_143859.jpg


און צום לעצט וואס וועט אפהאלטן די דרייווערלאזע קאר???
איינע פון די גרעסטע פראבלעמען וואס מען כאפט נישט איז, אז עס וועט נאך דויערן אסאך צייט פאר א פולע זעלבסט דרייווענדע קאר אפילו אאבער און גוגל האבן שוין אזא קאר, איז די לעגאלע פראבלעמען, מען וועט נישט דארפן מער פון דעם אז א גוגל מיט א אאבער קאר זאל זיך צאמקראכן און ביידע קאמפעניס וועלן זיך אויפעסן ציזאמען מיט באשולדיגען איינע קעגן די צווייטע ווער סשילדיג... און רוב מענטשן פארשטיין נישט צי טעכנעלאגיע אריינגערעכנט אונזערע שפיציגע קאנגרעסלייט... און וועט שנעל מאכן פארהערן, בקיצור עס וועט זיין הויעך יום טוב...
און ווער וועט דארפן באצאלן אינשורענס?

די צווייטע פראבלעם איז העקינג (hacking) וואס וועט זיין אויב למשל לעבאוויטש וועט וועלן הרגענען מאסרי און אנשטאט מיט א גאן און קידנעפינג וועט ער דינגן פראפעסיאנעלס און אינמיטן מאסרי ווען פארן אין זיין נייע קאר וועלן זיי אריינהעקן און זיין קאר און אויסלעשן די ברעיקס און ארויפריקן די ספיד צי 150 mph ??? און דאס איז נישט קיין ווייטע טעאריע, מעט האט שוין געהערט טעסלע קארן, אנדערש פון א קאמפיוטער רעדט מען דא פון א מענטשליכע לעבן, בקיצור די ביזנעס פון הרגענען עלעקטראניש מענטשן וועט זיין א גרויס פראבלעם.

(אויכעט די די ענגלישע ווארט וויאזוי א ראדאר כאפט אויף די שנעלקייט הייסט doppler shift אדער doppler effect פאר די וואס וועלן וויסן מער אינפארמאציע איבער דעם, טשעקט עס אויס אויף יו טוב,)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טרויבן88, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: דרייווערלאזע קארס, וויאזוי און אירע אפעקטן

שליחה דורך פליקער »

איך קען קוים אויפם טאג וואס קארן וועלן זיין דרייוערלויז, איך וועל קענען טעקטן און קוקן אויפן רויד די זעלבע צייט, לכאורה סיט בעלטס וועט זיין א זאך פון אמאל, ווייל קיין ערסידענט'ס וועט מער נישט פאסירן, איך וועל קענען איינשלאפן אויפן וואצבארא אוי וועט דאס זיין גיטע צייטען, איך האף נאר איך וועל נאך קענען מיטהאלטן די שמחה, איך וועל דאן פארציילן פאר מיינע אייניקלעך ווי אזוי מען פלעגט אמאל ספידן און מען האט מורה געהאט פונעם פאליס מער ווי פון די אייבערשטען, עס וועט זיין פאני ווען איך וועל אים מסביר זיין ווי אזוי איך פלעיג דרייען די רעידל מיט א דרייווער, און מיר האבן געברויכט אנצינדען א בלינקער ווען עס האט זיך פארגליסט צו מאכן א דריי, וואס איז א בלינקער'ס, שוויר מסביר צי זיין עס איז א לייט וואס פלעיג זיך אנצינדען און אויסלעשן, אויב פלעיגט עס פאסיאן אויף די לינקע זייט, האבן אלע דרייווער'ס געוויסט אז ער נויטיגט זיך אין לינקס, אויב רעכטס דאן ברויך ער א רעכטס און אויב ביידע צינזאם דאן ברויך ער א שלעפער טראק, ווד''פ, יא אזוי איז עס געווען מעיגסט לאכן אבער עס האט געארבייט, אויך איז געווען ביי יעדע קארנער א לייט, עס האט געארבייט מיט דריי קאלירן, אויב איז עס געווען קאלאר גרין האבן אלע געוויסט אז מען מעיג פארן, געיל מיז מען פארן שנעל איידער עס ווערט רויט, און ביי רויט איז געווען א מחלוקה צווישן דינפאליס און די פאלק, פאליס האט געהאלטן אז ביי רועט טאר מען נישט פארן, די פאלק האט געטענעט אז מען מעיג יא, די פרימערע האבן געהאלטן אז עס איז נישט רויט געווען, אבער מיט די פארמערטע קאמערעס האט זיך אלעס געענדיגט, ווייסט וואס נאך איך וועל דיר זאגן, איבעראל איז געווען גאז סטאנציעס מען פלעיגט ברויכן נעמען געז יעדע שטיק צייט, אויב נישט פלעיגט זיך די קאר אויסניצען, פשיהא אזוי אינטערעסאנט זאגט דער קליינער, איך גיי שרייבן א ביך.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אביסל צו נידערן די ענטוזיזאם, קריס סאקא מיט מארק קובען האבן זיך ארומגעהרגעט אין א לעצטיגע שארק טאנק עפיזאד ווען סאקא האט געטענהט אז די צוקונפט ליגט אין זעלבסט דרייוונדע קארס און מארק קובען האט אים געזאגט, מיין פריינט מענטשליך געדרייווטע קארס גייען נישט אין ערגעץ.
מיין געפיל איז מיט קובען און איך גלייב ס'עט נאך נעמען אסאך יארן ביז די אויטאמאטישע קארס וועלן איבערנעמען די מארקעט און דאך גלייב איך אז עס וועט נאך אלס זיין געהעריגע קארס.
אויסער די בויראקראטיע וואס די פירמעס וועלן דארפן דורכגיין איז דא פיל מיט עטישע שאלות וואס דארפן געלייזט ווערן, ווען א מאשין מאכט אן עקסידענט וועמענס אחריות איז עס? דער בעל הבית פון די קאר, די קאמפאני וואס האט ערפינדן די מאשין? מ'קען זיך אריינלאזן אין די סוגיא פון ארבעה אבות און ממון המזיק. טאמער דער מאשין מוז מאכן אן עקסידענט און אויף איין פלאץ געפינען זיך צען מענטשן, און די אנדערע לעין איין מענטש, מעג מען פראגראמירן די מאשין עס זאל ענדערש אויסוועלן צו הרגענען איין מענטש ווי צען, וכהנה רבות עד אין שיעור וערך.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

דאס איז דאך דער אבי אבות המשלים איבער מאראלישע דילעמעס, עס האט לאו דוקא מיט פראגראמירען א קאר.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=kBdfcR-8hEY[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

שליחה דורך טרויבן88 »

כוכב האט געשריבן:אביסל צו נידערן די ענטוזיזאם, קריס סאקא מיט מארק קובען האבן זיך ארומגעהרגעט אין א לעצטיגע שארק טאנק עפיזאד ווען סאקא האט געטענהט אז די צוקונפט ליגט אין זעלבסט דרייוונדע קארס און מארק קובען האט אים געזאגט, מיין פריינט מענטשליך געדרייווטע קארס גייען נישט אין ערגעץ.


איך בין אינצווישן. דער פאקט איז אז עס זענען שוין דא אזאנע קארס איז דאך עפעס. און אפילו עס וועט נאכנישט זיין אינגאנצן זעלבסט דרייוונד, אבער אויפן הייוועי וועלן רוב קענען פארן אליינס ביז 2 יאר
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

שליחה דורך סימפל »

איך האב זייער מורא פין די דרייווערלאזע קארס. כ׳האב מורא כ׳וועל אים הייסן פארן צו די קאנטרי, און ער פאלגט ווי א אינגל וואס פאלגט. דער קליגער קאר פארט שיינערהייט אריין אינעם בעטערי טאנעל, אאאופס!... לאסט נעטווארק קאנעקשען, טרייאינג טאו ריקאנעקט... אוי געוואלד וואס טו מיר דא?? ער וויל ארויף בעקן... איך וויל ער זאל פארן... ער איז אליינס נישט זיכער צו ער איז אויף די יבשה צו אין וואסער... מיט די לעצטע כוחות שטיפט מען ארויס די דרייווערלאזע קאר פונעם טאנעל. און צווישן הויכע בנינים אין דאונטאון מאנהעטן וויל ער נישט ארקענען ווי פונקטליך ער איז, ער מאכט יאו טארנס אין טאמבעל סאסעס... ער איז נישט זיכער צו ער איז אין בעטערי פארק אדער ער איז געווארן א חבר מיט סאלליס עראפלאן... האלאו! זשאסט געט דע העק אויפן וועסט סייד! יעצט זענען שוין סיי איך און סיי די קאר דיזי, איך קאל טעק סאפפארט פרעגן זיי מיר צו איך האב שוין געטרייט צו ריסטארטן די קאר... עטץ קענטס אלע פארן מיט די דרייווערלאזע קאר און איך וועל ענק אלע אריין קאטן מיט מיין טאון ענד קאנטרי!...
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סימפל.. מיינסט טאקע מען וועט זיך לערנען אויף דיינע ביינער?
האב נישט מורא, די זאך וועט נישט ווערן אפראווט בעפאר עקסטענסיוו טעסטינג - וואס ווערט שוין גראדע געטון די לעצטערע צייט, ועוד ידם נטי' ביתר שאת.
רוב מענטשן וועלן נישט זיין דערמיט באקוועם אנהייב, מען וועט לאזן די "איערלי אדאפטארס" אויספרובירן און זיך לערנען פון זיי...
וירח ה' את ריח הניחוח
Djיאמי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל

Re: דרייווערלאזע קארס, וויאזוי און אירע אפעקטן

שליחה דורך Djיאמי »

חדר באסעס

Sent from my C6743 using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ונבנתה העיר האט געשריבן:דאס איז דאך דער אבי אבות המשלים איבער מאראלישע דילעמעס, עס האט לאו דוקא מיט פראגראמירען א קאר.

די פראבלעם ביי די זעלבסט-דרייווענדע קארס איז אז דארף מען פאקטיש באשליסן וואס איז ריכטיג, די דילעמא איז א אלטע און א אומבאשלאסענע, וואס געשענט געווענליך ווען לדוגמא א דרייווער טרעפט זיך אין אזא מצב איז אז ער טוט וואס זיין אינסטינקט הייסט אים און דאס איז די בעסטע וואס א מענטש קיין טון אין אזא מצב, דא אבער דארף מען פראגראמירן די קאר וואס צו טון דארף מען וויסן למעשה וואס איז ריכטיג, עס איז מער נישט קיין פיליזאפישע טעארעטישע שאלה עס איז א שאלה הלכה למעשה און וויאזוי באשליסט מען דאס?
פארשפארט