שמעקעדיג האט געשריבן:און שוין ווייטער שטייען מיר מיט א פוס אריין אין די הייליגע טעג הבעל"ט... אפשר דאך קען איינער רעקאמענדירן עפעס א ספר ועלכע זאל אריינגעבן א חשק און א גוטע געפיל אין די טעג?
דאס איז א איינרעדעניש וואס אסאך האבן כאילו מ'דארף עפעס טון צו באקומען א געפיל פאר אידישקייט. יעדע איד האט א קשר של קימא מיט תורה ומצוות, בפרט ווען ס'קומט די הייליגע טעג ווען ס'איז דרשו את ה' בהמצאו. א מענטש וואס איז פארטינקן אין עוה"ז קען אמאל שפירן אז ער איז אפגעהאקט און דמיון'ט אז ער דארף שוין טעראפי צוריק צו קומען צום שורש.
אבער ס'איז נישט אמת
מ'גייט צום ספרים שאנק, מ'נעמט ארויס א גמרא סיי וואספארא מסכת (מסכת ראש השנה אדער יומא רעקאמענדירט) שפירט מען גלייך א נאנטקייט צו די זמני קודש.
זיי דיך קובע א שיעור חק ולא יעבור און ס'וועט דיר ברענגן א זיסקייט אין תורה ומצוות און א שנה טובה ומתוקה
איך האב געקוקט אביסל אין נוראות הרב, וואס מ'קען באקומען אין פי.די.ף. ביי noraoshorav.com און געזען זיסע זאכען דארט, הלכה'דיג און מוסר וכדו'. ער האט מציין געווען א ליקוטי תורה, וואס פארצופאל האב איך אין שטוב און מ'קען דארט אויך כאפען א בליק. דער עיקר בלייבט אבער 'אם האדם לא יעורר את עצמו מה יועילו המוסרים'. לערן טייטש פון דאווענען און סליחות/פיוטים, פון די ראשונים וואס רעדען דערפון, א שטייגער ווי ר' יהודה בן ר' יקר, ערוגת הבשם לר' אברהם בן עוזיאל, דער ראב"ן ועוד און אזוי פארשטייט מען אביסל וואס זוכט מען מיט די אלע זאגאכצער. ס'איז נישט געלט געזונט נחת איבערגעחזר'ט צענדליגע מאל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא