ס'האט דיר גענומען גאנץ לאנג, דאס צו אויסהארבעטן
אבער איך וועל מקיים זיין דעם ענה כסיל כאיוולתו
און זאל דער עולם אליין זעהן למי החותמת ולמי הפסולי"ם
קרני צבי האט געשריבן:ניין, דאס איז די גאנצע ענין...
דא האסטו גערעדט ווי דער חכם ארזים,
איך האב געשיקט פרעגן הרב קנייבסקי צו מ'מעג מאכן אויף דיר די ברכה שחלק מחכמתו לבשו"ד (ער טענה'ט אז מ'טאר נישט חוזק מאכן פון רבוש"ע)
דערווייל מאך איך משנה הבריות.
קרני צבי האט געשריבן:דאס פונקטליך איז מיין פאוינט, רבנים מישן זיך אריין לטובת לב טהור און זיי האלטן אז דאס איז "הצלת הילדים". און דו באטילטסט זיי כיד הדמיון הטובה עליך.
אוי זאגסט דאך אזוי גוט!!!
רבנים מישן זיך אריין לטובת "הצלת הילדים", יא יא
אבער נישט לטובת לב טמא, נאר די רבנים מישן זיך אריין לטובת די קינדער, הרב נתן שליט"א האט מיט זיך א רשימה פון 14 רבנים (יא יא, שפרינג נישט, פערצן רבנים), וואס שרייבן אונטער, מ'זאל איהם העלפן ראטעווען די קינדער מיד זדים ורשעים,
איך לייג דיר דא דעם נוסח אויף וואס זיי חתמ'ענען, חוץ וואס אסאך פון זיי האבן צוגעלייגט אייגענע ווערטער אויף דעם צעטל (כפי שתחזנה עיניכם משרים,ומצו"ב)
דאס איז זייער לשון
בעז"ה
קול שוועת האי גברא רבא ויקירא, האברך היקר העוסק באורייתא תדירא, הרב נתן האלבראנץ שליט"א בא אלינו אשר לדמו נדרשנו להצילו מיד מבקשי נפשו אשר שמוהו כמטרה לחץ ובפתע פתאום עמדו עליו הני אנשי דלא מעלי ובכח הזרוע במכות רצח לקחו מאתו אשתו וחמשת יוצ"ח וכל אשר לו רח"ל אשר תסמרנה שערות ראש למשמע אוזן.
ואחר זמן מרובה אשר עברו עליו ועל בניו הרפתקאות שונות באו כמה עסקנים חשובים במסירות נפש ממש והוציאו את חמשת ילדיו שהיו במצב קשה מאוד ושמו אותם בבית משפחה אחת חשובה במונטריאול והוציאו אותם מאפילה לאורה ומצבם הולך ומשתפר מיום ליום ב"ה, אבל דא עקא שמכל אלו נפל לחובות עצומות מהוצאות טיפול בילדים, וכן עדיין רובץ עליו משא כבד מאוד שהעלילו עליו בערכאות באופן נורא שקרים וכזבים לרוב כדי לחטוף שוב ילדיו ממנו היל"ת וכל זה עולה לו לרבבות דולרים.
ע"כ פונים אנו בזה אל כל אחד ואחד לעשות כל מה שביכולתו להציל עשוק מיד עשקו, ולתומכו ולחזקו בין בגוף בין בממון והיא מצות פדיון שבויים דלאו בכל יומא מתרחשא, ומיוחד בחשיבותו מכמה טעמים.
וכל העוסקים והמסייעים במצוה גדולה הזאת יתברכו מן השמים בכל הברכות האמורות בתורה.
הכו"ח למען המצוה כי רבה הואאון די אלע רבנים זענען קרובים אל החלל, זיי געדענקען נאך, ווען מאנסי האט געליטן פון דעם שגץ משוקץ.
און דאס איז חוץ פון פולע אנדערע רבנים וואס געבן אים חיזוק בע"פ, אבער ווילן נישט געבן בכתב מחמת המציק!!!!
איז פארקויף מיר נישט קיין לאקשן, און שריי נישט קוזק הנגזל, דו האסט צוויי רבנים וואס זענען נעבעך אינטרעגעווארפן אונטער די בלוטיגע הענט פון ב"א פערל.... און דעריבער זענען זיי בעד אלברנץ, אבער חוץ פון זיי איז קיינער נישט דארט,
און דא האסטו 14 רבנים בכתב ועוד בע"פ איז בארוהיגט אייך
בפרט אז איינער פון די צוויי האבן שוין אמאל באקומען א מכתב פון זיין ר"י אין מאנסי ער זאל זיך ארויסלאזן דערפון, ווייל ער איז נישט באהאווענט אין די נושא, און רבני מאנסי האבן שוין גע'חתמ'עט דערויף
ווען נאך האט רבי מרדכי שטיינער שליט"א גע'חתמ'עט אויף אזעלכע שוידערליכע ווערטער??
ווען נאך האט דומ"ץ וויזשניץ מאנסי שליט"א רבי אברהם ניסן ניימאן אינטערגעשריבן אויף אזעלכע זאכן???
ווען נאך האבן אפאר רבנים צוגעשריבן אייגענע ווערטער צו אזא נוסח, נישט זייענדיג צופרידן דערמיט, און האלטנדיג אז ס'איז אסאך ארגער ווי ארויסגעברענגט אין דעם כללות'דיגן בריוו...
קרני צבי האט געשריבן:און נישט דא ווער זאל טוהן די "געוואלדיגע ארבעט" נאר דער "שגץ יוסל וואלדמאן מיט אלע זיינע שקוצעס", נאר עודד טויק וואס לעבט מיט ערל'טע (אפילו גיור רבנות האט ער געשפארט פאר געלט סיבות) און האט פון איר צוויי קינדער רח"ל (דאס איז שוין לכו"ע נישט קיין תינוק שנשבה). און דו ווילסט נאך זאגן אז דאס איז אלעס א מערכה על דבר כבוד שמו יתברך...
קודם כבר אמר מי שאמר, ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען איהם אראפ פון די תליה, דערצו וועמען גייט אן שקצות וכדו' איך לאז דעם באשעפער אליין קער נעמען פון זיינע פאציענטן
אבער ווען ס'רעדט זיך אין הצלת ילדים קטנים שלא טעמו טעם חטא, (ולא טעמו מזיו נועם התורה, מיינענדיג אז די תורה איז חלילה ביטער), דעמאלטס פירט מען די מערכה "למען כבוד שמו יתברך" קוק וויפל רבנים שטיצן דאס
גרעסערע חכמים ווי דיר האבן אנגעפרעגט ביי די אויבנדערמאנטע 14 רבנים היתכן זיי געבן א גושפנקא פאר אזא שגץ, האבן זיי געענטפערט, אז ווער ס'טוט אין די מערכה וואס איז נחוץ להצלת הילדים, איז ווערט צו באקומען דעם חתימת יד קדשם, אפגעזעהן וויפיל עבירות ער טוהט בזמנים אחרים, ואין אדם נידון אלא לפי מצבו העכשיו, ערגער ווי ישמאעל איז ער זיכער נישט.
קרני צבי האט געשריבן:נו, זעהט אויס אז מצא מין את מינו, אז דער נתן האט געטראפן דעם וואלדמאן, טוייק, און נאך עפעס א שיקצע מיט די נאמען אורית וחבריהם. קא משמע לן, אז אית דברים בגו. און ער נישט קיין "טלית שכולו תכלת"...
ווען מען איז אין א צרה לויפט מען צו ווער ס'איז נאר גרייט צו העלפן, אפגעזעהן צו דאס איז א הייליגער אדער א שגץ, צו ס'איז א טלית שכולה תכלת, צו כולה איך ווייס וואס,
דערצו איז דער נתן הולך בדרכי אביו, וואס איז געזעצן 7 שעה און געקוקט אין די אויגן פון א שיקצע (יש לי עליה רשימה ארוכה של חייבי כריתות), ווייל ער האט געמיינט זי קען איהם העלפן אין די מערכה, איז ס"ה נתן געגאנגען בדרכי אביו, וואס האט אים זייער גוט מחנך געווען...
קרני צבי האט געשריבן:ליין גוט דעם בלאג פון קאצמאן, און שטייט דארט קלאר, אז עודד איז נישטאמאל אריין אין קיין הויז. ער האט "נישט" געזען קיין שום מאטראץ און קיין שום עסן, קיין שום גארנישט. אלעס וואס ער שרייבט איז מאטיוועטעד ביי די "דירטי דזשו" טעאריע, פונקט ווי אלע אלעגעישנס פון די פראנצויזשע טשיילד פראטעקטיוו אין קוויבעק.
דו ביסט מדייק אין א "בלאג" ווי להבדיל אא"ה אין א תוס'?!
אבער קיינעם גייט נישט אן צו ער איז אריין אין א הויז, צו ער האט אליין געזעהן, דאס איז נישט קיין עדות ראיה אין בי"ד, ס"ה שרייבט ער ריכטיגע רייד (און דער אמת טוהט זייער וויי), און איך ברענג דאס אראפ (מיט דיין שרייען אזויפיל קעגן איהם איז די גרעסטע ראיה אז ער איז גערעכט, און שרייען שגץ איז קיין טענה נישט וווייל ארז פון קיבוץ חולתא איז נישט בעסער)
און יא דער צושטעל איז מורא'דיג ריכטיג,
פונקט ווי אלע אלעגעישנס פון די פראנצויזשע טשיילד פראטעקטיוו אין קוויבעק, יא יא, דאס איז אמת און אלעס ארום איז אויך אמת. כפי שכבר נתבררה האמת מה שקורה בקיובעק.
קרני צבי האט געשריבן:ניין, זיי ציען זיך נישט אריבער צו דארט ווייל די לעבן איז דארטן ביליג, זיי ציען זיך יא אריבער דארטן וועגן די אלע רדיפות און מסירות פון וואלדמאן וחביריו, אבער ס'מיינט נישט אז זיי לעבן דארטן אויף דער ערד, ווער ס'וויל זיי שטיצן זאל זיין געבענטשט, אבער זיי שטארבן נישט פון הונגער ב"ה. ווער ס'האט געלט אביסל איז זיך מסדר דארטן בעסער ווי ערגעץ אנדערש. דער פראבלעם אז רוב גוים האבן נישט קיין געלט בכלל. דאס איז מער-ווייניגער דער מצב אין גאנץ לאטין אמעריקע און ס'דא דארטן נישט ווייניג אידן.
.
ניין, זיי ציען זיך נישט אריבער צו דארט ווייל די לעבן איז דארטן ביליג, גערעכט זיי ציען זיך בכלל נישט אריבער, זיי "אנטלויפן", ווייל דער ראש הקולט האט מורא פאר זיין רעביסטעווע, שכמעט בא על קיצו, דעריבער גייען זיי דארט,
זיי ציען זיך יא אריבער דארטן וועגן די אלע רדיפות און מסירות פון וואלדמאן וחביריו, זיי מתקן דיינע ווערטער, וועגן די רדיפות וואס ארז האט זיך אנגעמאכט, און נעמט מיט זיינע תמימות'דיגע אינטערטאנען, ליידער, פון וואס וואלדמאן וחביריו בהוראת הרבנים וויל זיי ארויסראטעווען.
אבער ס'מיינט נישט אז זיי לעבן דארטן אויף דער ערד, ווער ס'וויל זיי שטיצן זאל זיין געבענטשט, אבער זיי שטארבן נישט פון הונגער ב"ה. זיי שטארבן נישט פון הונגער, איך האף אזוי, אבער לעבן אין א פאריקטן לאנד, וואס איז נישט געבענטש מיט אהבת ישראל, איז זייער א רשעות'דיגע אויסוואל, (יעצט שריי אז קאנאדא האט אויך שנאת ישראל, אבער יהדות מאנטריאל, קרית טאהש און אייך אליין ביז אייערע מיעוסע ווערק האט ארויסגעליקט צו די פרעסע יוכיח אז קאנאדא האט גארנישט קעגן אידן, נאר ווען זיי זעהען אומדערהערטע רשעות ואכזריות ווילן זיי דאס אפשטעלן, אזוי ווי ס'איז געווען אין מלכות החסד אמעריקא, וואס האט דעם ארז פאריאגט פון מאנסי ב"ה), איז שטארבן פון הונגער, טאקע אפשר נישט קיין פראבלעם, אבער אנדערע אטענטען קען יא געשעהן, ווי אזוי נעמסטו (סליחה נישט די, דיין רבי) די אכריות אויף אלע אומדערטרעגליכע זאכן וואס קומט דארט פאר, און וואס קען אלץ געשעהן??.
ווער ס'האט געלט אביסל איז זיך מסדר דארטן בעסער ווי ערגעץ אנדערש. ווי אזוי? ווען מינימאלע געבוירכן איז נישטא געהעריג??. הדבר אומר דרשינו ופרשינו
דער פראבלעם אז רוב גוים האבן נישט קיין געלט בכלל. און איר פלאנט זיי ארויסצורייסן די אויגן??? בכלל ווי אזוי גייען אייך האבן געלט, גייט דען ארז ארויסטיילן פון זיין 6 מיליאן דאלערדיגע רויב פאר אלע מיטגעלידער פון דעם קולט, אדער שיקן זיינע מטורפים שאפן געלט פאר "א חשוב'ע צוועק" און באראבעווען גאנץ כלל ישראל???
דאס איז מער-ווייניגער דער מצב אין גאנץ לאטין אמעריקע און א בעסערע פלאץ האט מען נישט געטראפן ווי זיך איינקוואטירן, קאנאדא איז נישט גוט, אמעריקא איז נישט גוט, ארץ ישראל אויך נישט (פארגעס נישט די ציונים רודפ'ן איהם זייער על לא עוול בכפו,) ממש א נדרף אויף די העכסטע מדריגה א קדוש מעונה (יאשקעלע ימש"ו איז אויך געווען א קדוש מעונה)
און בכלל ווי נעמט מען א גאנצע געמיינדע פאר די פארשטינקענע תאוות השררה, און מ'פירט זיי אין תהום אריין, וואס איז מיט חינוך הבנים והבנות, וואס איז מיט מקוה טהרה, וואס איז מיט אלע אידישע באדארפענישן (די גרים זענען נאכנישט אויסגעשטאט מיט אלעס, און איר ווילט זיי דאס ביסל אויך צונעמען???) מיט וועמען גייען אייך זיך דארט משדך זיין (באמת איז גאנץ גוט, די פרענקען פון אייך וועלן נעמען די גרים, אבער די אשכנזים וועלן מוזן מגייר זיין פרישע), און וואס גייט זיין נאך ווען ארז וועט פארמאכן די אויגן (אוי הלוואי גאר בקרוב), ווער וועט דעמאלטס ארויסהעלפן די געליטענע חברי הקולט וואס זענען נעבעך געבינדן צו די רשעות'דיגע רעזשים??? (איך האף אז נחמן וועט תשובה טוהן בקרוב און נאכגיין אין די פיס טריט פון נתן'ען)
און ס'דא דארטן נישט ווייניג אידן. שרייב ארויס קלאר, ס'איז דא דארט א קהלה פון גרים, וואס נעבעך ווייסן נישט אין וואס זיי פאלן אריין, איך האב רחמנות אויף זיי, זיי זאלן נישט פאלן קרבן צו אייערע בלוטיג פארשמירטע הענט, זיי וועלן נאך מיינען אז די תורה איז זייער ביטער רח"ל!!!
קרני צבי האט געשריבן:לגבי די חתונה יונג, איז עס א גוט ארטיקל פאר וואלדמאן צו מאכן מסירות און טעראר, אבער צווישן אידן גערעדט, וועם גייט דאס אן, זאלן זיי חתונה מאכן ביי 12-13, ווערן זיי דען אויס אידן. וואלדמאן קען אנרייצן די קאנאדישע רעגירונג, אבער ס'האט גארנישט צו טוהן מיט די הלכה (אנטשולדיגט, "יש דין בישראל ודינא דמלכותא דינא" איז שגור בפי וואלדמאן, אבער דאס איז געזאגט ווערן נאר לגבי דיני ממונות, והדברים ידועים. מ'מעג נישט מסר'ן משפחות וואס זייער וויזא איז געענדיגט און נישט ווער ס'האט חתונה פאר די לעגאלע קאפריזן פון די פאבליק סקול עדיוקעיטעד ערלים וערלות ביים פארלאמענט).
חתונה מאכן יונג, איז נישט א עבירה, אבער גורם צו די ארגסטע עבירה, זיי ווערן נישט אויס אידן, אבער ווערן אויס מענטשן, אין ארץ ישראל איז אויך דא א סקעטע וואס מאכט חתונה יונג, און דער בי"ד הגדול בירושלים, האט מתיר געווען זיי צו מוסר זיין צו ערכאות (יא צו די פארשאלטענע ציונים) כדי צו ראטעווען כלל ישראל פון די ביטערע נאכווייען און קאנסקאווענצן וואס דאס ברענגט (יעצט שעלט דעם בי"ד הגדול),
דעריבער מסר'ט מען אויף עבירות וואס די רעגירונג פארשטייט, כדי צו ראטעווען פון עבירות וואס די תורה הק' לאזט נישט (איך רעד נישט פון די תורה וואס ארז האט מקבל געווען אין חולתא, נאר די תורה וואס מיר האבן באקומען אויף דעם בארג סיני, און איז א געשמאקע תורה, געשמאק צו מקיים זיין, וואס זענט איר שולדיג, אז דער ארז וואס פלעגט אמאל עסן נבילות וטריפות, און עובר זיין אויף אלע עבירות הכתובות בתורה, האט שפעטער געזאגט אז ער איז מקבל די תורה, און געווארן א בעל תשובה ווי דער קאצקער זאגט, א בעל עבירה איז ער זיכער געווען, אבער צו ער האט תשובה געטוהן ווייס איך נישט, און דער ארז, האט פארדרייט די תורה אריינגעלייגט זיין גאנצע גאווה, ותאוות השררה אין די תורה, אריינגעלייגט אזוי פיל רשעות ואכזריוות, פארדרייט די תורה כאוות נפשו הטמ... און מגלה געווען פנים בתורה שלא כהלכה כיד הדמיון, זאג דיין ראבינער אז איך בין איהם גרייט צו אויסלערנען דעם תורת משה וואס מיר האבן באקומען פון קוב"ה אליין ביים בארג סיני, און מיר וועלן איהם ווייזן די געשמאק דערין)
דעריבער אז מ'וויל ראטעוען יונגע קינדער, און מ'וויל ראטעווען די אלע דורות הבאים
פאלגט מען די אלע רבנים,
וואס שרייבן אין בריוו
ע"כ פונים אנו בזה אל כל אחד ואחד לעשות כל מה שביכולתו להציל עשוק מיד עשקו, ולתומכו ולחזקו בין בגוף בין בממון והיא מצות פדיון שבויים דלאו בכל יומא מתרחשא, ומיוחד בחשיבותו מכמה טעמים. און מ'איז זוכה צו די ברכה וואס זיי שרייבן אין בריוו,
וכל העוסקים והמסייעים במצוה גדולה הזאת יתברכו מן השמים בכל הברכות האמורות בתורה.בכלל אויב צוליב דעם זענען שוין אפאר אידן אוועק פון דארט, האט זיך אויך געלוינט, ווייל איך גלייב נישט אז זיי וועלן נאכפלאגן קיין דרום אמעריקא, און אפי' אויב חלילה יא, האט מען זיי כאטש געראטעוועט אויף אפאר וואכן און חדשים, האט זיך אויך געלוינט.
און מיר האפן אז בקרוב יערה ה' רוח "טהרה" ממרומים, און די חברי הקולט, יתהפך לבבם לטהרה באמת,
און דער ארז זאל גאר בקרוב תשובה טוהן, אדער....