שליחה
דורך וועטערבאריכט » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:38 pm
א גוטען אווענט, היינט איז געווען פארוואלקענט מיט אפאר טראפען דא און דארט. א שטורם וואס ברענגט שווערע רעגען און שטארקע ווינטען צו פלעצער ווי סאוט נאו דזערסי און דעלעוועיר וועט ציביסעליך ארויפברענגען א געהעריגער רעגען ביז אונז . א שטארקער קענעדיען היי פרעשור איז וואס האט צירוקגעהאלטען די רעגען ביז יעצט. ביי פרייטאג פארטאגס וועט שוין מסתם רעגענען אין שטאט און איינמאל עס רעגענט וועט עס רעגענען אן און אויס פאר א שיינע פאר טעג. שטארקע ווינטען וועלען אונז עפעקטען און מיט די קיהלע טעמפרעטורס וועט זיך עס שפירען מער ווי הערבסט. יעצט אז עס האט גענימען לענגער פאר די רעגען אנצוקומען קען עס נעמען לענגער ארויסצוגיין איז דעריבער קען מען נאך זעהן אפאר שויערס אויף די ערשטען טאג יום טוב. ביי די צווייטע נאכט און טאג וועט שוין יא זיין שענער און מילדער און עס וועט אזוי בלייבען רוב פון נעקסטער וואך. צום סוף נעקסטען וואך קען אנקומען האריקעין Matthew וואס ווי פריער ארומגערעדט איז נאך ווייט פון א קלארע זאך און עס וועט נעמען ביז כאטש מוצאי יום טוב צו האבען א בעסערע בילד פון ווי עס גייט און וואסערע וועטער עס קען ברענגען צו אונז. דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט. וועטער -נאו יארק סיטי דאנערשטאג נאכט -פארוואלקענט מיט לייכטע רעגען מעגליך איבערנאכט , שטארק ווינטיג און קיהל , ארום 57 . פרייטאג -פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ,קיהל און שטארק ווינטיג , ארום 60 בייטאג. רעגען און שויערס מעגליך ,ווינטיג ,ארום 58 ביינאכט. שבת קודש-רעגען און שויערס מעגליך , ווינטיג און קיהל, ארום 65 בייטאג. שויערס מעגליך איבערנאכט, ארום 60. זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , מילדער ,ארום 70 בייטאג. פארוואלקענט , מיט א chance פאר שויערס ,ארום 62 ביינאכט. מאנטאג ( א׳ ראש השנה) מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס , ספעציעל אינדערפרי,ארום 72 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 60 ביינאכט. דינסטאג (ב׳ ראש השנה) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 58 ביינאכט. מיטוואך און דאנערשטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. ארום 60 ביינאכט. וועטער לעקוואוד - דאנערשטאג נאכט -פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך שווער מיט פלאדינג איבערנאכט , שטארק ווינטיג און קיהל , ארום 58 . פרייטאג -פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך שווער פארמיטאג ,קיהל און שטארק ווינטיג , ארום 65 בייטאג. רעגען און שויערס מעגליך ,ווינטיג ,ארום 62 ביינאכט. שבת קודש-רעגען און שויערס מעגליך , ווינטיג און מילד, ארום 75 בייטאג. שויערס מעגליך איבערנאכט, ארום 60. זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , מילדער ,ארום 75 בייטאג. פארוואלקענט , מיט א chance פאר שויערס ,ארום 62 ביינאכט. מאנטאג ( א׳ ראש השנה) מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס , ספעציעל אינדערפרי,ארום 75 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 58 ביינאכט. דינסטאג (ב׳ ראש השנה) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 55 ביינאכט. מיטוואך און דאנערשטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. ארום 60 ביינאכט. וועטער מאנסי און מאנרא- דאנערשטאג נאכט -פארוואלקענט מיט לייכטע רעגען מעגליך איבערנאכט , שטארק ווינטיג און קיהל , ארום 52 . פרייטאג -פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ,זייער קיהל און ווינטיג , ארום 55 בייטאג. רעגען און שויערס מעגליך ,ווינטיג ,ארום 52 ביינאכט. שבת קודש-רעגען און שויערס מעגליך , ווינטיג און קיהל, ארום 62 בייטאג. שויערס מעגליך איבערנאכט, ארום 52. זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , מילדער ,ארום 67 בייטאג. פארוואלקענט , מיט א chance פאר שויערס ,ארום 55 ביינאכט. מאנטאג ( א׳ ראש השנה) מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס , ספעציעל אינדערפרי,ארום 70 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 60 ביינאכט. דינסטאג (ב׳ ראש השנה) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 52 ביינאכט. מיטוואך און דאנערשטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 68 בייטאג. ארום 52 ביינאכט. די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג נאכמיטאג ,א גוטע נאכט און א גוט שבת. נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!