די זריחה פון "מזרחי"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

די זריחה פון "מזרחי"

שליחה דורך בר-כוכבא »

קעגן דער שיטה פון סאטמאר, וואס זאגט זיך גענצליך אפ פון ארץ ישראל אזוי לאנג ווי דער קאנטראל און לאנדס-ווירטשאפט גייט צו אויף א "מענטשליכן" אופן, שטייט א זיגרייכער דער צוגאנג פון דער "מזרחי".

די "מזרחי"-באוועגונג איז געבוירן געווארן אין 1902. דאס איז געקומען ווי א רעאקציע צום באשלוס פון דעם ציוניסטישן קאנגרעס, אז דער חינוך אין ארץ ישראל זאל זיין א פריי-נאציאנאליסטישער. די פרומע ציוניסטן, וועמענס אידאלאגיע איז געווען אז ארץ ישראל, תורת ישראל און עם ישראל גייען אינאיינעם, און אויב באזייטיגט מען תורת ישראל פון דער פארמולא בלייבן מיר אן קיין כלל ישראל, האט אין קעגנזאץ אוועקגעשטעלט א נאציאנאליזם וואס שטראמט ארויס פון דת און תורה.

דער פאליטישער ציוניזם האט אין לויף פון לאנגע יארן פארנומען דעם אויבנאן און געפירט דעם סדר היום, פריער פון דער ציוניסטישער באוועגונג און שפעטער, נאך דעם וואס ארץ ישראל האט אין 1948 זיך אומגעקערט צום אידישן פאלק, אויך פון דעם לאנדס-ווירטשאפט. אבער גענוי ווי מיט'ן קנאות, אזוי אויך האט דער סעקולער-פאליטישער ציוניזם באנקראטירט. פון ביידן איז נאך פאראן א זכר, אבער ביידע ווייזן ערנסטע גסיסה-סימנים. ס'וועט נישט נעמען לאנג ביז דער טיפישער ארץ-ישראל איד וועט זיין א פשוט'ער מענטש, מיט א שייכות צו ג-ט און יהדות, יעדער אויף זיין אופן, וועלכער וועט דערביי אויך זיין פארווארצלט אין דער ערד און אינעם מציאות און מצב פון דער וועלט.

די מזרחי ווי א באוועגונג עקזיסטירט שוין נישט. די סיבה ליגט אבער נישט אין אפגעלעבטקייט -- דוקא פארקערט. די אידאלאגיע וואס האט געוואלט זען א פרומען איד פארמישט אין אלע אקטיוויטעטן פונעם לאנד, האט מצליח געווען סך מער ווי די מזרחי-גרינדערס וואלטן זיך עס אויסגע'משל'ט. יעדער סעקטאר אינעם לאנד איז שיין אויסגעוועבט מיט געשטריקטע קאפלעך, און אין די העכסטע פענסטערס פון דער רעגירונג זענען פאראן אזעלכע צו וועמען מען דורכאויס שבת נישט אנקומען סיידן דורכ'ן זיך צוזעצן צו יענעם אין שול. יענעמס סעלפאן איז פארמאכט; דערפאר קענט איר אבער מיט יענעם כאפן א געשמאקן שמועס "בין גברא לגברא", צווישן איין עליה לתורה און דער צווייטער.

מזרחי האט זיך פארמאכט, ווייל פון א פארטיי וואס קעמפט פאר געוויסע רעכטן פון דער מינאריטעט, זיצן די וואס וואלטן געווען אנגעשלאסן אין דער באוועגונג זיך באקוועם ביז גאר אין אלע טיילן פון דער ישראל-געזעלשאפט. סעקולערער ציוניזם וועט גיין פייפן, ווייל א איד אן דער אידישער מסורה ארבעט נישט. אזוי ווייזט דאס מציאות. די פרייע אידן פאלן אין די מאסן צו די זייטן און אירע רייען ווערן אלץ מער שיטער. רוב קערט זיך צו טראדיציע, און א קליינער מיעוט ווערט ראדיקאל-לינק -- האלטן זיך פארנומען מיט דער "קריוודע" פון די אראבערס, און ווילן זען אן ארץ ישראל וואס איז א היימלאנד פאר זיינע בירגערס, אפגעזען פון זייער שטאם און איבערצייגונגען.

די קרייזן וואס פאלן אריין אינעם שם הכולל "אגודת ישראל" ריקן זיך אלץ מער צו רעכטס, הגם מען וואלט עס נישט דערקענט אינעם אפיציעלן ניגון פון דער עסטאבלישמענט. אבער וואס די אפיציעלע ארגאנען פון יענע קרייזן זאלן נאר זאגן, איז עס א סוד פאר גאנץ בראד אז דער עולם איז פיין נאציאנאליסטיש געשטימט. א פשוט'ער טעסט: פרעגט דעם דורכשניטליכן חרדי אין ארץ ישראל וויאזוי ער וואלט געשטימט, אויב וואלט עס געקומען דערצו אז די רעגירונג זאל לאזן דורכפירן אן עפנטליכן אויספרעג וועגן יא אדער נישט דערלאזן א פאלעסטינער לאנד אויף ארץ-ישראל באדן. מיר אלע ווייסן דעם ענטפער. מיר ווייסן אויך וויאזוי א שיינער פראצענט פון די קנאי'שע קרייזן וואלטן געענטפערט אויף דער זעלבער פראגע.

ציונות האט מצליח געווען; די מזרחי האט נאך מער מצליח געווען. די אגודה פאסט זיך ביסלעכווייז צו א נייעם מציאות, פון א לאנדס-ווירטשאפט וואס טוט אלץ מער, אין אלץ וואס מער סעקטארס פון דער געזעלשאפט, צו אקאמאדירן די געברויכן פון חרדישע אידן.

דאס ציונות האט געצילט פאר א אידיש היימלאנד אויפ'ן נוסח פון "ככל הגוים בית ישראל"; די "מזרחי" האט געוואלט אומקערן כלל ישראל צו זיין נאטירליכן מקום און מקור. דאס סעקולערע ציונות האט מצליח געווען מיט'ן ערשטן העלפט און ווירקליך אומגעקערט אידן צום אידישן לאנד, אבער די "מזרחי" האט איבערגענומען דאס רעדל פון דא און ווייטער. אלע סימנים ווייזן אז מזרחי וועט דערפירן ארץ ישראל צו איר ציל שנעלער ווי ציונות איז דערגאנגען צו זיינס.

און ווייט אוועק, ערגעץ וואו אין א פארווארפענעם העק, צאפלט א צעמישטע קנאות-אידאלאגיע, וואס ווייסט נישט וואס זי וויל און פארשטייט נישט וואספארא ראלע איז איר געבליבן צו שפילן אין שייכות מיט א לאנד און געזעלשאפט וואס שטיצט תורה און אידישקייט, קערט זיך אלץ נאענטער צו יהדות און מסורה, און פארקערפערט מיט זיך דעם אידישן ארכי-טיפ: שטאלץ מיט זיין אידענטיטעט, איזולירט און אליין אין א פיינטליכער וועלט, אבער גיט זיך גלייכצייטיג שיין אן עצה מיט אלע זיינע געברויכן.

דער געדאנק פון "גלות" וועט פריער צי שפעטער קומען צו א סוף. ס'איז דאס ערשטע מאל זינט מיר זענען פון ארץ ישראל פארטריבן געווארן ווען די גלות-אידישקייט, אויפגעשטעלט נישט דורך אומשטענדן נאר דורך מענטשן מיט אן אגענדע, איז פאלש און סינטעטיש, האט כמעט נישט קיין פירוש און פשט און צעטרענצלט זיך פאר די אויגן.

דער סוף וועט זיין אז די ווייניג וואס מיינען דאס קנאות מיט אן אמת וועלן צוליב דער זעלבער סיבה אראפלייגן דאס געווער און מקבל זיין די גזירת הגאולה פונקט ווי פריער די גזירת הגלות. די איבערגעבליבענע, וואס האבן מיט ארץ ישראל אזוי סך ווי מיט דעם כלל-ישראל קערפער בכלל, וועלן זיין אנגעוויזן אין דער הבטחה פונעם נביא וואס פארזיכערט אז קיין איד וועט נישט פארלוירן גיין: "לבלתי ידח ממנו נדח."
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אוי איז דאס שיין געשריבן. כל הכבוד.
אגב, איך בין אויך פון די וואס האבן משלים געווען מיט די גזירת הגאולה. עוד הפעם כל הכבוד.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך בר-כוכבא »

moshav zekeinim האט געשריבן:איך בין אויך פון די וואס האבן משלים געווען מיט די גזירת הגאולה. עוד הפעם כל הכבוד.


איך אויך. אשריך/אשרינו :like
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רוב אגידיסטישע רבי'ס און רבנים האבן אויסדריקליך יא געוואלט האבן א אידישע מדינה (נישט ווי מ'פארקויפט היינט אין ראדני), נאר זיי האבן נישט געוואלט מיטגיין מיט די מזרחי ווייל הגם ס'איז געווען ביים מזרחי אפאר וואוילע רבנים זענען אבער אסאך רבנים ביי זיי נישט געווען קיין גרויסע מר בר רב אשי'ס (מילד גערעדט).

און פארשטייט זיך אז אין סאטמאר ווייסט מען אז ביי די אגידיסטען איז קיין איין רב נישט געווען קיין גרויסע מר בר רב אשי...
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

בן אדם האט געשריבן:רוב אגידיסטישע רבי'ס און רבנים האבן אויסדריקליך יא געוואלט האבן א אידישע מדינה (נישט ווי מ'פארקויפט היינט אין ראדני), נאר זיי האבן נישט געוואלט מיטגיין מיט די מזרחי ווייל הגם ס'איז געווען ביים מזרחי אפאר וואוילע רבנים זענען אבער אסאך רבנים ביי זיי נישט געווען קיין גרויסע מר בר רב אשי'ס (מילד גערעדט).

און פארשטייט זיך אז אין סאטמאר ווייסט מען אז ביי די אגידיסטען איז קיין איין רב נישט געווען קיין גרויסע מר בר רב אשי...

קענסט אויסרעכענען רבני אגודה וואס האבן געהאלטן פון האבן אן אייגן לאנד ? (איך מיין אז רוב גרויסע נעמן זענען געווען דערקעגן, אבער איך בין קלאר נישט באהאווענט אין היסטאריע)
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: די זריחה פון "מזרחי"

שליחה דורך mevakesh »

יעקב מענטש האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:רוב אגידיסטישע רבי'ס און רבנים האבן אויסדריקליך יא געוואלט האבן א אידישע מדינה (נישט ווי מ'פארקויפט היינט אין ראדני), נאר זיי האבן נישט געוואלט מיטגיין מיט די מזרחי ווייל הגם ס'איז געווען ביים מזרחי אפאר וואוילע רבנים זענען אבער אסאך רבנים ביי זיי נישט געווען קיין גרויסע מר בר רב אשי'ס (מילד גערעדט).

און פארשטייט זיך אז אין סאטמאר ווייסט מען אז ביי די אגידיסטען איז קיין איין רב נישט געווען קיין גרויסע מר בר רב אשי...

קענסט אויסרעכענען רבני אגודה וואס האבן געהאלטן פון האבן אן אייגן לאנד ? (איך מיין אז רוב גרויסע נעמן זענען געווען דערקעגן, אבער איך בין קלאר נישט באהאווענט אין היסטאריע)

אין פוילין האבן א גרויס חלק פון די רביס ובעיקר לבית רוזין געהאלטן פון א מדינה על פי תורה אבער רוב ליטווישע און שפיץ פון רבי אלחנן וואסערמאן זענען געווען אנטקעגן
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: די זריחה פון "מזרחי"

שליחה דורך mevakesh »

שיין ארויסגעברענגט די וואוקס אין כוח פונעם דתי לאומי לאגער
עס איז אבער וויכטיג ארויסצוברענגען אז די פרומע נאציאנאליסטן זענען נאך דערווייל נישט אהנגעקומען צום שפיץ הנהגה און דעמאלטס גייט זיך אנהייבען די טיפערע פראבלעמן און דעמאלטס קען זיך ארויסשטעלן אז דאס איז אויך נאר א דוירעכגאנג
קודם דארף מען אין אכט נעמען אז די לאגער איז היינט היבש צוטיילט צווישען די רעכטע וואס ענדלען מער און מער צו די חרדים און עס איז שווער צו זעהן די לאגער פיהרען א לאנד
און צווישען די מער ליבעראלע וואס זענען טאקע פרום אבער זענען נישט ממש בדיעה צו פיהרן די גאנצע מדינה על פי תורה (על כל פנים ווי לאנג עס איז דא ציבור חילונים)
בקיצור איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז אונז האלטן נאך נישט ביים סוף ווי דער לאגער האט שוין אינגאנצן מכריע געווען הגם זיי מאכן גרויסע פארשריט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גרייכן דעם ציל וועט מען נאר ווען יענקל ליצמאן וועט זיין רה"מ און גערער רבי דער נשיא המדינה, און משיח וועט שוין נישט דארפן קומען דעמאלטס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בר כוכבא: ייש"כ פאר שילדערן אזא הערליך בילד פון כלל ישראל. יעצט האביך נאר איין שאלה. וואו, אין דעם מאזאאיק פון עם ישראל פאלט אריין די אזוי-גערופענע נטורי קרתא...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן אדם האט געשריבן:גרייכן דעם ציל וועט מען נאר ווען יענקל ליצמאן וועט זיין רה"מ און גערער רבי דער נשיא המדינה, און משיח וועט שוין נישט דארפן קומען דעמאלטס.

בן אדם: דו מאכסט א טעות. ווייל וואס וועללן די בעלזער און וויזשניצער חסידים זאגן...? ווער וועט זיין זייער מנהיג. משיח וועט בעל כרחך זיין איינער וועלכער איז מקובל אויף א יעדן איינעם. סאטמאר און נטורי קרתא קענמען נישט אריינרעכענען. ווייל ביי זיי איז קיינער נישט מקובל. אפילו ווען איינער פון די סאטמאר'ע רעבי'ס זאלל ווערן דער מנהיג וועט ער האבן התנגדות פון די צווייטע גרופירונג, און פון די בנ יואל...! ווידער ביי די נטורי קרתא וועט נאר אבו מאזן אדער איסמאעיל הנייה (דער וועמען די ציונים און נתן יהוא האבן געוואלט הרג'נען).
נ.ב.: איך בין גרייט אז מיין תגובה וועט געמעקט ווערן דורכ'ן סדרן אדער געוואלדיג. מיט'ן תירוץ אז ס'איז רעטאריק און שלא מן העניין. אזוי ווי די אנדערע...!
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

דע אזוי געריפענע מדינה פון היינט איז נישט וואס בן גריון האט געוואלט זען, ווען ער וואלט געוויסט ווי אזוי דע מדינה וועט אויסזען אין תשע"ו וואלט ער דאס נישט געגרינדעט, נישט דאס איז געווען זיין ציל, פארשטייט זיך אז דע צדיקים פון דעמאלץ זענען געווען אויסגעשפראכען דערקעגען, אבער למעשה וואס וועט זיין אין תשע"ז/ח ווייסט קיינער נישט, ביז דעמאלץ קען זיך אסאך טוישען, אין ווען משיח וועט דא זיין וועלן מיר פארשטיין אין זען דעם אמת,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען די בעש"ט וואלט געוואוסט וויאזוי חסידות וועט אויסקוקן, ווען רביה"ק מסאטמאר וואלט געוואוסט וויאזוי סאטמאר גייט היינט אויסקוקן, ווען להבדיל יאשקע וואלט געוואוסט וויאזוי זיינע נאכפאלגער וועלן היינט צוטאגס אויסקוקן, און ווען די פאונדינג פאד'ערס וואלטן געוואוסט די ראלע פון די שווארצע אין אמעריקע היינט צוטאגס...
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

בן אדם האט געשריבן:ווען די בעש"ט וואלט געוואוסט וויאזוי חסידות וועט אויסקוקן, ווען רביה"ק מסאטמאר וואלט געוואוסט וויאזוי סאטמאר גייט היינט אויסקוקן, ווען להבדיל יאשקע וואלט געוואוסט וויאזוי זיינע נאכפאלגער וועלן היינט צוטאגס אויסקוקן, און ווען די פאונדינג פאד'ערס וואלטן געוואוסט די ראלע פון די שווארצע אין אמעריקע היינט צוטאגס...

דאס וואס איך וויל ארויס ברענגען, אז וואס עס דאכט זיך היינט מיינט גארנישט אז מארגען וועט אזוי זיין,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עלטער זיידע ובן אדם: אינטרעסאנט אז די פיהרערס פון די מתנגדים מיט 250 יאר צוריק האבן אויכעט נישט געקענט פאראויס זעהן וויאזוי די ליטוואקעס וועללן אויסזעהן היינטיגע צייטן. און אז ס'וועט זיין א שטעטל לעיקוואוד און דארט וועט זיין א במ"ג. און אז די ליטוואקעס וועללן דאווענען אין איין ביהמ"ד און (רח"ל מהאי דעתא) אפילו חתונה האבן מיט חסידים וחסידות'טעס...! אינגאנצן פארגעסן. די עילאם ה'טעירעה פון בני ברק...!
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך בר-כוכבא »

יעקב מענטש האט געשריבן:קענסט אויסרעכענען רבני אגודה וואס האבן געהאלטן פון האבן אן אייגן לאנד ? (איך מיין אז רוב גרויסע נעמן זענען געווען דערקעגן, אבער איך בין קלאר נישט באהאווענט אין היסטאריע)


אויב די מדינה וואלט געגרינדעט געווארן דורך דער "מזרחי" און זיי וואלטן געשטאנען ביים רודער און דיקטירט וויאזוי דאס לאנד זאל לויפן, וואלטן לכאורה כמעט אלע גדולים פון יענער תקופה עס געשטיצט, נישט אזוי?


mevakesh האט געשריבן:שיין ארויסגעברענגט די וואוקס אין כוח פונעם דתי לאומי לאגער
עס איז אבער וויכטיג ארויסצוברענגען אז די פרומע נאציאנאליסטן זענען נאך דערווייל נישט אהנגעקומען צום שפיץ הנהגה און דעמאלטס גייט זיך אנהייבען די טיפערע פראבלעמן און דעמאלטס קען זיך ארויסשטעלן אז דאס איז אויך נאר א דוירעכגאנג
קודם דארף מען אין אכט נעמען אז די לאגער איז היינט היבש צוטיילט צווישען די רעכטע וואס ענדלען מער און מער צו די חרדים און עס איז שווער צו זעהן די לאגער פיהרען א לאנד
און צווישען די מער ליבעראלע וואס זענען טאקע פרום אבער זענען נישט ממש בדיעה צו פיהרן די גאנצע מדינה על פי תורה (על כל פנים ווי לאנג עס איז דא ציבור חילונים)
בקיצור איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז אונז האלטן נאך נישט ביים סוף ווי דער לאגער האט שוין אינגאנצן מכריע געווען הגם זיי מאכן גרויסע פארשריט


אמת. אבער אפילו מיר זאלן שוין יא שטיין ביי א מצב פון א מדינה וואס וויל געפירט ווערן על פי תורה: לויט וועלכע שיטות וועט מען פסק'ענען? ס'איז א דבר פשוט אז "על פי תורה" וועט נישט מאכן די זאך, נאר אנשטאט זיך קריגן צווישן יהדות און סעקולאריזם, וועלן די חברי הכנסת זיך שלאגן איבער א שטיקל קצות :D

מען קען אבער יא דערווארטן אז דער יסוד פון דעם לאנדס ווירטשאפט זאל לויפן אויף און שעפן פון יהדות אנשטאט דעמאקראטיע נוסח מערב וועלט. דאס איז עפעס וואס איז נישט אזוי ווייט פון ווערן א מציאות.


berlbalaguleh האט געשריבן:יעצט האביך נאר איין שאלה. וואו, אין דעם מאזאאיק פון עם ישראל פאלט אריין די אזוי-גערופענע נטורי קרתא...?!


בר-כוכבא האט געשריבן:די איבערגעבליבענע, וואס האבן מיט ארץ ישראל אזוי סך ווי מיט דעם כלל-ישראל קערפער בכלל, וועלן זיין אנגעוויזן אין דער הבטחה פונעם נביא וואס פארזיכערט אז קיין איד וועט נישט פארלוירן גיין: "לבלתי ידח ממנו נדח."


:D
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

בן אדם האט געשריבן:ווען די בעש"ט וואלט געוואוסט וויאזוי חסידות וועט אויסקוקן, ווען רביה"ק מסאטמאר וואלט געוואוסט וויאזוי סאטמאר גייט היינט אויסקוקן, ווען להבדיל יאשקע וואלט געוואוסט וויאזוי זיינע נאכפאלגער וועלן היינט צוטאגס אויסקוקן, און ווען די פאונדינג פאד'ערס וואלטן געוואוסט די ראלע פון די שווארצע אין אמעריקע היינט צוטאגס...

ווען די קאווע-שטיבל גרינדער וואלטן געוואוסט ווי אזוי עס גייט היינט אויסזעהן.
אין - כי הכל הבל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב נישט געוואוסט אז די מזרחיסטן זענען אזעלכע אינטעליגענטע און ארענטליכע מענטשען...

פארוואס גייען זיי מיט אזעלכע לאנגע פיאות? און פארוואס גייען זיי מיט תו"א קאפלעך? און ווי שטארק האבן זיי ליב זייערע קינדער?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

בן אדם האט געשריבן:כ'האב נישט געוואוסט אז די מזרחיסטן זענען אזעלכע אינטעליגענטע און ארענטליכע מענטשען...

פארוואס גייען זיי מיט אזעלכע לאנגע פיאות? און פארוואס גייען זיי מיט תו"א קאפלעך? און ווי שטארק האבן זיי ליב זייערע קינדער?


איך האב נישט געוואוסט אז חסידים זענען...פארוואס גייען זיי מיט אזעלעכע לאנגע פיאות וכדו׳ וכו׳
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט