גירוש גואטאמאלא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
גירוש גואטאמאלא
גירוש גואטאמאלא
איך קען נישט צופיל מאריך זיין יעצט, איך בין אינטערוועגנס און אויף די פאר עטליכע מינוט האב איך אינטערנעט אצינד. אויך בין איך ערשיטערט און שאקירט צו קענען שרייבן מיט רואיגקייט, אבער עפעס מוז געזאגט ווערן. עפעס מוז ארויסקומען צו די אידישע וועלט אין אמעריקע און אין ארץ-ישראל.
געוואלד און געשריגן, אין היינטיגע טעג, יארע צוויי-טויזנט-און-זעכצן, ווערן אידן בארבאריש פארטריבן פון גואטאמאלא. אידן איבער די וועלט שטייען און קוקן דאס צו, ואין פוצה פה ומצפצף. קיינער רופט זיך נישט אן, און קיינער זאגט גארנישט. היימישע אידן, אייגענע בלוט און פלייש, אחים לדעה וואס מיר זענען אינאיינעם געשטאנען ביים בארג סיני און מקבל געווען די תורה, שטייען און רייבן זיך די הענט מיט הנאה, צוקוקנדיג ווי אזוי יונגע בחורים מיט קינדער, יונגע מיידלעך, מאמעס מיט בעיביס אין די הענט, וועלכע קוקן ארויס פון די פענסטער פון די פארשטיפטע באסעס און וואונדערן זיך וואס עס קומט דא פאר און פארוואס זיי פארן אוועק פון א טאג אויפן צווייטן...
זייענדיג אין דעם פאזיציע, רעד איך מיט מענטשן, איך הער זיי אויס און איך פראביר צו זיין דער ריקן ביין און זיי ארויסהעלפן מיט וואס נאר מעגליך. ממש פריער האט צו מיר א בחור'ל גערעדט און זיך אויסגעוויינט דאס הארץ. דער בחור זאגט מיר אז דאס איז שוין דאס פערטע מאל אין זיין יונגן לעבן, וואס ער נעמט דעם וואנדער שטעקן אין האנט און וואנדערט מיט שאנדע. די צער פון די דאזיגע ברואים זענען גרויס, אידישע קינדער און ערליכע אידן דארפן אזאנס דורכגיין, און אידן ווייסן דערפון און פרעגן נישט וואס מען קען טון (נישט אלע - ברוך השם לא אלמן ישראל, ואינו כדאי לקטרג לפני יום הדין על עם ישראל קדושים).
איך פלאן נאך דא צו שרייבן א לענגערע ארטיקל. אבער איך האב נישט געקענט לאזן ליידיג. יעצט מוז איך גיין, איך געזעגן זיך פון אייך טייערע אידן, מיר וועלן זיך אי"ה צוריקזען אין פריידן און איך וועל שרייבן דא - האפנטליך אין פריידן.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואס הייסט אין פוצה פה ומצפצף? זיי קענען אלע קומען קיין לעיקוואוד, ברוקלין, מאנסי, פילאדעלפיא, טאראנטא צו סיי וואו, און מ'עט זיי אויפנעמען און ארויסהעלפען. האסט טענות אז מ'איז נישט גרייט ארויסצוהעלפען מיט זייער מאדנע לעבענסשטייגער? דאס יא. פארוואס זענען מיר משועבד אויסצוהאלטען א זאך נאך איידער מ'האט זיך באמיט אונז ערקלערען פארוואס ס'איז אויסגעהאלטען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ממש א בלוט-בלבול גראד ארויס פון מנחם מנדל גץ ביכער.
אינטערסאנט אז סיי קאנאדא און סיי גואטאמלא האבן זיך פארטשעפעט אויף ענק, סאיז מוז זיין אז ענקער רבי האט א הויכע נשמה, פארוואס טאקע פארלייגט מען זיך אויף ענק אזעליכע איידלע פרומע אידן??? ממש נישט צום פארשטיין...

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איך קען נישט צופיל מאריך זיין יעצט, איך בין אינטערוועגנס און אויף די פאר עטליכע מינוט האב איך אינטערנעט
איר מוזט נישט שרייבן בעת'ן האבן אינטרנעט, איר קענט שרייבן אף-ליין וויפיל איר ווילט און דערנאך פאוסטן. זשאסט סעאינג...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס הייסט אין פוצה פה ומצפצף? זיי קענען אלע קומען קיין לעיקוואוד, ברוקלין, מאנסי, פילאדעלפיא, טאראנטא צו סיי וואו, און מ'עט זיי אויפנעמען און ארויסהעלפען. האסט טענות אז מ'איז נישט גרייט ארויסצוהעלפען מיט זייער מאדנע לעבענסשטייגער? דאס יא. פארוואס זענען מיר משועבד אויסצוהאלטען א זאך נאך איידער מ'האט זיך באמיט אונז ערקלערען פארוואס ס'איז אויסגעהאלטען?
לב טהור האט ערנסטע פראבלעמען אבער דאס וואס דו זאגסט דא איז אומפארשטענדליך, מיר וועלן זיי העלפן נאר ווען זיי קומען קיין לעיקוואד צו וואו סזאל נאר זיין? זייער לעבנסשטייגער איז מאדנע? פארוואס ווייל סאיז אנדערש ווי אונזערע? פארוואס דארפן זיי ערקלערן זייער לעבנסשטייגער? דעס אלעס איז מדת סדום, חסד דארף קומען אנקאנדישענעל אז נישט איז עס חסד לאומים חטאת.
די פראבלעם מיט לב טהור איז מענטשן רעכט עביוז, מיט העלפן זיי העלפט מען צו די עביוז. אבער חוץ פון דעם זאלן זיי גיין קיין יאהופעץ און אנטהון גאשטעס אויפן קאפ און איך וועל זיי ווייטער העלפן ווייל אונז זעמיר ברודער.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ביבער: דא איז בעצם דא א 2 פאכיגער פראבלעם. זיי ווערן גערודפ'ט דורך פארשידענע רעגירונגען. אבער מיט א ציל. דער ציל איז אז זיי זאללן זיין אפן און ארויסגעבן אלע זייערע אינערליכע פיהרונגען. אבער זיי אליינס זענען שולדיג אין זייערע צרות. ווייל ס'איז דא ערנסטע קלאנגען אז זייער גאנצע אויפפיהרונג ווי א גרופ איז עביוסיוו. און דער תכלית פון די אויספארשונגען איז צו ברענגען א טויש. אז די אנגעבליכע פייניגונגען פון אומבאהאלפענע יחידים זאללן זיך אויפהערן. און זייער פיהרער זאלל טוישן זיין עביוסיוו הנהגה. אבער דאס איז א גלגל החוזר. ווייל זיי וועללן זיך נישט טוישן. און זייער מנהיג וועט אוודאי נישט טוישן זיינע מאדנע און אפשר קרימינאלע פיהרונגען. און ביי אלע זייטיגע צוקוקערס, אידן און גויים (רעגירונגען) איז דאס א בחינה פון לא תעמוד על דם רעיך...!
די שאלה איז נאר וואס איז אזוי שטארק אטראקטיוו ביי זייער גרופ וועלכע האלטן זיך צוזאם, און ציען אויך צו נייע מעמבערס. און זיי לאזן זיך פון זייער מנהיג, אז ער קען זיי קאנטראלירן...!
די שאלה איז נאר וואס איז אזוי שטארק אטראקטיוו ביי זייער גרופ וועלכע האלטן זיך צוזאם, און ציען אויך צו נייע מעמבערס. און זיי לאזן זיך פון זייער מנהיג, אז ער קען זיי קאנטראלירן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: גירוש גואטאמאלא
ווען איינער קומט בעטען געלט פאר עסען, פארשטייט מען אז מ'גיבט איהם אן א חשבון. ווען איינער האט א שטוב פיהל מיט עסען און ער בעט עסען, און ווען מ'פרעגט איהם פארוואס ער דארף עסען זאגט ער ווייל ער פארט יעצט קיין אומן און אין אומן האט ער נישט קיין עסען, איז דער טייטש ער וויל איך זאל אויסהאלטען זיין נסיעה קיין אומן, נישט זיין לעבען. לעבען קען ער, אומנ'ן קען ער נישט. טאמער ביי מיר איז אומן א נערישקייט, זעי איך נישט קיין סבה אויסצוהאלטען נערישקייטען. ווען איינער קומט שנארען געלט פאר הונגעריגע כולל יונגעלייט אין א"י, איז עס נאר וויכטיג פאר דער וואס האלט אז כולל איז אן אויסגעהאלטענע זאך.
חסידי לב טהור זענען נישט געפייניגט פון דער לעבען, זיי ליידען פון זייער לעבענסשטייגער און זיי זוכען הילף ווייטער אנצוגייען דערמיט. טאמער זיי זאגען אונז נישט וואס איז דער לעבענסשטייגער, הייסט קויפען א 'קאץ אין א זאק'
חסידי לב טהור זענען נישט געפייניגט פון דער לעבען, זיי ליידען פון זייער לעבענסשטייגער און זיי זוכען הילף ווייטער אנצוגייען דערמיט. טאמער זיי זאגען אונז נישט וואס איז דער לעבענסשטייגער, הייסט קויפען א 'קאץ אין א זאק'
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איינער קומט בעטען געלט פאר עסען, פארשטייט מען אז מ'גיבט איהם אן א חשבון. ווען איינער האט א שטוב פיהל מיט עסען און ער בעט עסען, און ווען מ'פרעגט איהם פארוואס ער דארף עסען זאגט ער ווייל ער פארט יעצט קיין אומן און אין אומן האט ער נישט קיין עסען, איז דער טייטש ער וויל איך זאל אויסהאלטען זיין נסיעה קיין אומן, נישט זיין לעבען. לעבען קען ער, אומנ'ן קען ער נישט. טאמער ביי מיר איז אומן א נערישקייט, זעי איך נישט קיין סבה אויסצוהאלטען נערישקייטען. ווען איינער קומט שנארען געלט פאר הונגעריגע כולל יונגעלייט אין א"י, איז עס נאר וויכטיג פאר דער וואס האלט אז כולל איז אן אויסגעהאלטענע זאך.
חסידי לב טהור זענען נישט געפייניגט פון דער לעבען, זיי ליידען פון זייער לעבענסשטייגער און זיי זוכען הילף ווייטער אנצוגייען דערמיט. טאמער זיי זאגען אונז נישט וואס איז דער לעבענסשטייגער, הייסט קויפען א 'קאץ אין א זאק'
די יוונים האבן אויך געלאזט די אידן לעבן, סך הכל די לעבנסשטייגער האבן זיי געוואלט טוישן.
נישט אז איך אגרי מיט לב טהור'ס לעבנסשטייגער, אויף אלע מיינע שונאים געזאגט, אבער אויב פאר א איד אדער אידענע שמעקט אן אזא סארט לעבנסשטייגער איז טאקע דאס זייער לעבן.
נ.ב. מיט לעבנסשטייגער באצי איך מיר בכלל נישט צו די פיזיקל אביוז אלעגאציעס, אויב עקזיסטירט עס און פארשטייט זיך מיט הארטע באווייזן נישט בלויז השערות, ברויך עס ווערן קעיר גענומען בכל תוקף ועוז
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: גירוש גואטאמאלא
די יוונים האבען זיך געשלאגען מיט די תורה, העלבראנץ האט נאך נישט באוויזען אז ער האט מיט תורה צוטוהן. ביזדערווייל איז עס סתם א מאדנע לעבענסשטייגער וואס מיר האבען נישט קיין ענין צו שטיצען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די יוונים האבען זיך געשלאגען מיט די תורה, העלבראנץ האט נאך נישט באוויזען אז ער האט מיט תורה צוטוהן. ביזדערווייל איז עס סתם א מאדנע לעבענסשטייגער וואס מיר האבען נישט קיין ענין צו שטיצען.
לשיטתך ולשיטתי האט עס קיין שייכות מיט די תורה,
לשיטתו ולפי שיטת בני קהילתו איז עס תורה מסיני
ענד דעי אר פולי ענטייטלד טו דעיר אפיניען
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
שושן פורים האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איינער קומט בעטען געלט פאר עסען, פארשטייט מען אז מ'גיבט איהם אן א חשבון. ווען איינער האט א שטוב פיהל מיט עסען און ער בעט עסען, און ווען מ'פרעגט איהם פארוואס ער דארף עסען זאגט ער ווייל ער פארט יעצט קיין אומן און אין אומן האט ער נישט קיין עסען, איז דער טייטש ער וויל איך זאל אויסהאלטען זיין נסיעה קיין אומן, נישט זיין לעבען. לעבען קען ער, אומנ'ן קען ער נישט. טאמער ביי מיר איז אומן א נערישקייט, זעי איך נישט קיין סבה אויסצוהאלטען נערישקייטען. ווען איינער קומט שנארען געלט פאר הונגעריגע כולל יונגעלייט אין א"י, איז עס נאר וויכטיג פאר דער וואס האלט אז כולל איז אן אויסגעהאלטענע זאך.
חסידי לב טהור זענען נישט געפייניגט פון דער לעבען, זיי ליידען פון זייער לעבענסשטייגער און זיי זוכען הילף ווייטער אנצוגייען דערמיט. טאמער זיי זאגען אונז נישט וואס איז דער לעבענסשטייגער, הייסט קויפען א 'קאץ אין א זאק'
די יוונים האבן אויך געלאזט די אידן לעבן, סך הכל די לעבנסשטייגער האבן זיי געוואלט טוישן.
נישט אז איך אגרי מיט לב טהור'ס לעבנסשטייגער, אויף אלע מיינע שונאים געזאגט, אבער אויב פאר א איד אדער אידענע שמעקט אן אזא סארט לעבנסשטייגער איז טאקע דאס זייער לעבן.
נ.ב. מיט לעבנסשטייגער באצי איך מיר בכלל נישט צו די פיזיקל אביוז אלעגאציעס, אויב עקזיסטירט עס און פארשטייט זיך מיט הארטע באווייזן נישט בלויז השערות, ברויך עס ווערן קעיר גענומען בכל תוקף ועוז
א מין צושטעל?
יכה יוסי את יוסי און לאז מיך אפ!
אפגעזען אויב זיי לשיטתם גייען ע"פ תורה אדער נישט, היות איך האלט נישט אזוי פארוואס זאל איך זיי שטיצן?
ער האט די רעכט עס אנצוקוקן ווי מיר האבן אנגעקוקט די יוונים בשעתם, אבער איך האב די רעכט עס אנצוקוקן ווי א קולט, און אויב נישט פרובירן עס מקעקע ביצה צו זיין, דאן דארף איך עס כאטש נישט שטיצן.
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
שש, כאילו איינער האט דיר דא איינגעטיילט וואס צו טהון אדער האלטן? ס"ה האט מען געזאגט אז דו זאלסט נישט איינטיילן פאר יענעם.
יעדער קען און זאל האלטן וויאזוי ער פארשטייט. אבער זאל עקספעקטן דעם אנדערן צו פארשטיין וויאזוי יענער וויל. ביים זאגן פאר יענעם איך גיי דיר העלפן נאר אויב דו גייסט פארשטיין אדער זיך אויפירן אזוי ווי מיר ווייזט עס אויף מדת סדום נישט אויף חסד. דאס איז רשעות נישט צדקות.
יכה יוסי את יוסי? געוואלד מען רעדט דאך דא פון קינדער! א מין גערעדעכץ. אלע פון זיי זענען וויקטים'ס צו איין געפערליכער סייקאפעט, אלע פון זיי אפילו די ראשי קהלה דארט, ווי ראבאטס אין א פעקטארי זענען אין די הענט פון העלבראנס, ליינט אביסל וויאזוי מיינד קאנטראל ארבעט וועסטו פארשטיין אביסל וואס דאס מיינט.
מען דארף העלפן ווייל זיי זענען אידן, זיי זענען ברודער, זיי זענען מענטשן, זייער הנהגה איז נישט די פראבלעם, זאלן זיי זיך פירן וויאזוי זיי פארשטייען. די פראבלעם איז פארקערט, העלפן קען שאטן, געווענליך דער דיקטאטור נעמט די הילף פאר זיך בו בעת וואס ער עביוזט ווייטער זיינע אונטערטעניגטע. בלי שום ספק אז ווען ישראל זאל זיי נישט פייניגן וואלטן די קינדער אסאך סעיפער געווען אין קאנאדא ווי אין א דריטע וועלט דזשאנגעל. מדארף העלפן די שאלה איז נאר וויאזוי.
יעדער קען און זאל האלטן וויאזוי ער פארשטייט. אבער זאל עקספעקטן דעם אנדערן צו פארשטיין וויאזוי יענער וויל. ביים זאגן פאר יענעם איך גיי דיר העלפן נאר אויב דו גייסט פארשטיין אדער זיך אויפירן אזוי ווי מיר ווייזט עס אויף מדת סדום נישט אויף חסד. דאס איז רשעות נישט צדקות.
יכה יוסי את יוסי? געוואלד מען רעדט דאך דא פון קינדער! א מין גערעדעכץ. אלע פון זיי זענען וויקטים'ס צו איין געפערליכער סייקאפעט, אלע פון זיי אפילו די ראשי קהלה דארט, ווי ראבאטס אין א פעקטארי זענען אין די הענט פון העלבראנס, ליינט אביסל וויאזוי מיינד קאנטראל ארבעט וועסטו פארשטיין אביסל וואס דאס מיינט.
מען דארף העלפן ווייל זיי זענען אידן, זיי זענען ברודער, זיי זענען מענטשן, זייער הנהגה איז נישט די פראבלעם, זאלן זיי זיך פירן וויאזוי זיי פארשטייען. די פראבלעם איז פארקערט, העלפן קען שאטן, געווענליך דער דיקטאטור נעמט די הילף פאר זיך בו בעת וואס ער עביוזט ווייטער זיינע אונטערטעניגטע. בלי שום ספק אז ווען ישראל זאל זיי נישט פייניגן וואלטן די קינדער אסאך סעיפער געווען אין קאנאדא ווי אין א דריטע וועלט דזשאנגעל. מדארף העלפן די שאלה איז נאר וויאזוי.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
[tag]אדנירם[/tag] ווייל פונקט ווי אין סאטמאר האלט מען אז אין בעלזא וכדומיהן איז מען זיך טועה בעיקרי הדת, און אין בעלזא האלט מען אז די סאטמארע התנהגות האט נישט קיין שום מקום אין די תורה און איז סתם איבערגעטריבענע קנאות, דאך וועט קיין איין סאטמארע חסיד נישט עולה זיין על הדעת זיך צוצוקוקען גלייכגילטיג ווי מען נעמט אוועק קינדער פון בעלזא יושבים ענד ווייס ווערסע.
סך הכל רעדט מען דא פון אנשים אחים מבשרנו, שומרי תורה ומצוות, וועלכע ווילן דינען דעם באשעפער אויף זייער אייגנארטיגע שטייגער, לשיטתם די אריגינעלע, אין ערגסטן פאל מאכן זיי א פארדריסליכע טעות, און צוליב דעם מעגן מיר שוין צוקוקען גלייכגילטיג ווי מען פרובירט זיי אונטערצוברענגען בכל מיני אופנים?
און נאכאמאל, איך רעד איבערהויפט נישט פון די פיזישע אביוז, אויב ווערט עס פעסטגעשטעלט מיט הארטע באווייזן דאן איז עס אנאנדערע מעשה.
סך הכל רעדט מען דא פון אנשים אחים מבשרנו, שומרי תורה ומצוות, וועלכע ווילן דינען דעם באשעפער אויף זייער אייגנארטיגע שטייגער, לשיטתם די אריגינעלע, אין ערגסטן פאל מאכן זיי א פארדריסליכע טעות, און צוליב דעם מעגן מיר שוין צוקוקען גלייכגילטיג ווי מען פרובירט זיי אונטערצוברענגען בכל מיני אופנים?
און נאכאמאל, איך רעד איבערהויפט נישט פון די פיזישע אביוז, אויב ווערט עס פעסטגעשטעלט מיט הארטע באווייזן דאן איז עס אנאנדערע מעשה.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שושן פורים: די מציאות איז, אז מיט די העלבראנס גרופ און זייערע משפחות און דער גאנצער טומל ארום זיי, האט מער צו טון מיט נעגלעקט/נאכלעסיגקייט, ענדערש ווי אביוז.די שמועות איבער שטארקע, דירעקטע פיזיקל אביוז דורך זייער מנהיג זענען נאך דערווייל נישט מער ווי שמועות. אבער די קאנאדישע וועלפעיר אויטאריטעטן אין דעם שטעטל סט. אגאטה האבן זיך בעיקר קאנצענטרירט און איבערצייגט אז דארטן איז דא א סאך פיזיקל נעגלעקט. ספעציעל פון די קינדער. און זיי האבן דאס אויפגעוויזן. דורך עטליכע דערוואקסענע מיידלעך וועלכע האבן געהאט פונגוס אויף די פוס, אלס רעזולטאט פון נישט שלאפן אן די זאקן. און א קליין יונגעלע וועלכער האט נישט געזעהן א טרעפיק לייט אין זיין יונגן לעבן. נאר די אויטאריטעטן דארט האבן נישט געטון די ריכטיגע זאך, וואס האט געברענגט צו זייער אנטלויפן און וואנדערן ממקום למקום. זיי וואלטן געדארפט אריינברענגען טיטשערס און אינסטראקטארס וועלכע זאללן מאכן זיכער אז די מענטשן לעבן אונטער מינימאלע היגיענישע אומשטענדן. און אז די קינדער באקומען א בעיסיק עדיוקעישן איבער וועלטליכע זאכן...איי דער הויפט קולטיסט לאזט נישט. א רעגירונג האט נאך אזויפיהל מאכט אדורכצופיהרן אזעלכע עלעמענטארע זאכן...!
דרך אגב: בערך א יאר פאר די גאנצע לב טהור קעיס האט געפלאצט איז געווען שמועות איבער זייער גרופ. און מ'האט געפרעגט דעם מעיאר פון די שטעטל פארוואס ער מישט זיך נישט אריין האט ער געזאגט אז ער וויל נישט מ'זאלל איהם באשולדיגן אין אנטיסעמיטיזם...!
דרך אגב: בערך א יאר פאר די גאנצע לב טהור קעיס האט געפלאצט איז געווען שמועות איבער זייער גרופ. און מ'האט געפרעגט דעם מעיאר פון די שטעטל פארוואס ער מישט זיך נישט אריין האט ער געזאגט אז ער וויל נישט מ'זאלל איהם באשולדיגן אין אנטיסעמיטיזם...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: גירוש גואטאמאלא
מ'שטעלט צוזאמען צוויי זאכען. ווען א בעלזער דארף עסען, גיבט מען איהם. ווען ער דארף בויען א בעלזער בנין, וואס עפעס? דער לב טהור'ניק דארף עסען, בכבוד גדול! ער וויל דאך נישט עסען, נאר אלס א חלק פון זיין לעבענסשטייגער. נישט עסען בעט ער, נאר אנערקענונג. דער בעלזער זאל טאקע נישט געבען א דאללאר פאר א מסע מלכות פון סאטמאר און א גערער דארף נישט מנשה זיין פאר א סקווערע צו קויפען נייע שטיוועל. מצד מיר אויס, קענסטו גייען פאנטאפעל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ביבער: במחכת"ה. איז יא דא שטארקע חילוקים צווישן נעגלעקט און עביוז. ביי עביוז ווערן זאכן געטון בייזוויליג און רשעות'דיג. און דאס איז א ממשות'דיגע סכנה, אויסער אן אומרעכט וואס מ'דארף אפשטעללן מיט אלע כוחות און דאס שנעלסטע מעגליך. די צווייטע איז נעגלעקט. וואס קומט נישט מכח שלעכטקייט און בייזוויליגקייט. נאר פאר פארשידענע סיבות ווערן קינדער פארנאכלעסיגט. אין דעם ספעציפישן פאלל פון די לב טהור גרופ זענען טאקע געווען א סאך באשולדיגונגען פון עביוז (פיזיקל און מענטל) אבער די טשארדזשעס זענען נישט אויפגעוויזן געווארן. פארשטייצעך אז דער פיהרער און זיינע אדיוטאנטן לייקענען אלעס אפ. אבער די פיזיקל נעגלעקט פון די קינדער איז יא קלאר אויפגעוויזן געווארן. דאס ברענגט אריין די צומישעניש ביים עולם. פון איין זייט האט מען רחמנות אויף זיי. און מ'וויל זיי העלפן. אבער פון די 2'טע זייט ווילן זיי אנגיין 100% מיט זייער מאדנע, און נישט אויסגעהאלטענעם וועג נישט עפ"י תורה און נישט עפ"י מענטשליכקייט...!
ס'איז אויך מעגליך אז ס'דא ווער ס'האט אן אדזשענדא זיי צו רודפ'ן, אזוי ווי זיי טענה'ן. למשל די איזראעלי געזעץ אויטאריטעטן. ווייל אין א"י איז געווען א סאך נעגאטיווע פובליסיטי איבער די גרופ. ווי למשל טי.ווי. פראגראמען ווי ..."פנים אמיתיות"... פון מענטשן וועלכע האבן מעמבערס פון זייער משפחה וועלכע זענען אריינגעפאללן ביי זייער גרופ...!
ס'איז אויך מעגליך אז ס'דא ווער ס'האט אן אדזשענדא זיי צו רודפ'ן, אזוי ווי זיי טענה'ן. למשל די איזראעלי געזעץ אויטאריטעטן. ווייל אין א"י איז געווען א סאך נעגאטיווע פובליסיטי איבער די גרופ. ווי למשל טי.ווי. פראגראמען ווי ..."פנים אמיתיות"... פון מענטשן וועלכע האבן מעמבערס פון זייער משפחה וועלכע זענען אריינגעפאללן ביי זייער גרופ...!
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
איך פארשטיי נאכאלס נישט די חילוק צווישן די צוויי עביוזעס, עביוז איז עביוז נישט קיין חילוק וואס די אינטענשן איז, די איינציגסטע חילוק וואס דו שרייבסט איז אז איינס איז אויפגעוויזן געווארן און די אנדערע נישט, גערעכט?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ביבער: יא. דו ביסט גערעכט. ממש אזוי. ווייל אויב ס'וואלט טאקע אויפגעוויזן געווארן אז דארט גייט אן עביוז, אזוי ווי געבן מלקות און מאכן בריען פאר פרויען און קינדער, וואלטן זיי פארדינט די פארדאמונג פון א יעדן נארמאלן מענטש. און זייער מנהיג וואלט געווען א פשוט'ער קרימינאל. וואלט געווען א מצוה אז די מיליטער זאללן אריינקומען און צושטערן די גאנצע גרופ. אבער די זאכן זענען דערווייל נאר שמועות. און זענען נישט אויפגעוויזן געווארן. אפילו אומ-דירעקט...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: גירוש גואטאמאלא
טאמער דער נעגלעקט איז נישט מער ווי נישט וויסען וואס א טרעפיק לייט איז, איז עס גאר א שוואכער טענה. דו ווייסט וואס איז דאס מארמייט? דער פונגוס אויף די פיס איז א פראבלעם, אבער נישט אזא פראבלעם וואס בארעכטיגט אוועק נעמען קינדער פון זייער עלטערען.
טאמער מ'האט אויפגעוויזען מער ווי דעם, זאל מען ווייזען