ליטוואק פון בודאפעסט: אט דאס טענה איך. אז די אויטאריטעטן אין קוויבעק זענען געגאנגען צו ווייט. זיי וואלטן געדארפט זיך קאנצענטרירן אויף די אויפגעוויזענע פאקטן און דאס מתקן זיין דורך אריינברענגען אינסטראקטארס וועלכע זאללן פארשטארקן די עלעמענטארע היגיענישע פראקטיצירונג. נאר עפעס איז דאך דא אין די טענה פון די גרופע פיהרערס אז איינער מיט אן אגענדא רודפ'ט זיי...!
מעגליך די געזעץ אויטאריטעטן פון די מדינת ישראל גאווערנמענט. ווייל אין א"י איז געווען א סאך ערנסטע קאמפלעינטס איבער מעמבערס פון פרייע משפחות וועלכע זענען אריינגעפאללן אין די לב טהור גרופ און זיי האבן אפגעהאקט א יעדן שייכות מיט זייער פאמיליע ווי א זון מיט זיין מאמע וכדומה...!
גירוש גואטאמאלא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: גירוש גואטאמאלא
ווי וואלט געווען ווען די איינציגסטע עצה צו פונגוס איז אוועק נעמען די קינדער? לדעתי לאזען די קינדער איז בעסער.
איך גלויב נישט די ציונים זענען דא שולדיגט. זיי האבען דען נישט בעסער וואס צו טוהן? א פאר בעלי תשובה גייט זיי אזוי אן? ט'זענען זיי פלוצלונג געווארען צדיקים? ווייז אן אינטערעס וואס זיי זאלען האבען דא זיך אריינצומישען. אפשר א פארווייטיגטע פליט פון זיי איז גענוג טיכטיג צו האלטען די אויג פון די רעגירונג בא'אמטע אויף זיי, אבער ס'איז אויך נישט מסתבר.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: איך בין בדרך כלל נישט קיין חסיד פון קאנספיראציעס. אבער אין ארץ ישראל איז געווען זייער א סאך מידיא דעקונג. און ס'זענען אפילו געווען עטליכע קאמפלעינטס צו די איזראעלישע פאליס איבער די העלבראנס גרופ. נאר לויט וואספארא טעמבעלס זיי זענען זוכן זיי אלעס ארויפצושמירן אויף די..."ציונים." אבער די פאקט איז דאך אז די אלע שמועות איבער די פאררוקטע און געפערליכע טאקטיקן וואס העלבראנץ האט אדורכגעפיהרט איבער זיינע צאן מרעיתו זענען נאך ביז היינט נישט אויפגעוויזן געווארן. אפילו איינס אויכעט נישט. איך ווער נאכנישט זיינס א חסיד. ער און זיינע חסידים זענען גוט פאררוקט. אנגעהויבן פון זייער לבוש ביז די אנדערע פאררוקטע מנהגים. אבער פון דארט ביז פיזיקל עביוז איז נאך א שטיקל מהלך...!
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
די פאנגוס קעיס איז געווען איין אינדעווידואלע קעיס צווישן אלע אלעגאציעס, איך האב גרויס רחמנות אויף דאס קינד אבער לפענ"ד השפלה ברויך מען נאכנישט אוועקנעמען דאס קינד פון די עלטערן, אפשר שטעלן אונטער אבזערוואציע מיט ספאנטאנישע וויזיטן ביי די איינע פאמיליע, און אוודאי קען מען נישט באשילדיגן די גאנצע קהילה פונקט ווי מיר וואלטן צושוידערט געווארן עד דכדוכה של נפש אויב איינער וואלט אפילו בלויז געשריבען אז אלע חסידים זענען רעיפיסטס צוליב איין נחמיה וועבערמאן אדער שווינדלערס צוליב איין רובאשקין.
אלע אנדערע אלעגאציעס איז דערווייל בלויז שפעקולאציעס אן באווייזן, אוודאי יכול להיות אז עס עקזיסטירט נאר די חברה פארדעקן עס און יעדער האט מורא צו זאגן דעם אמת אבער דאס איז בדרך אפשר, די כלל פון אינאסענט אנטיל פראווען גילטי איז גילטיג דא אויכעט, אין ערגסטן פאל זאל מען עס באהאנדלען בבחינת כבדהו וחשדהו.
בנוגע דאס קינד וועלכע האט נישט געוואוסט פון קיין טראפיק לאמפ צו זאגן, קודם כל אין די עטליכע גאסן וואו זיי האבן געוואוינט אין סעינט אגאט איז נישטא קיין טראפיק לאמפ, גערעכט טאקע אז געציילטע גאסן אוועק איז דא בשפע אבער פונקט אזוי איז געווען טעאטערס געציילטע גאסן אוועק פון מיין הויז ווי איך בין אויפגעוואקסן אין ברוקלין און אלץ קינד האב איך נישט געהאט קיין אנונג וואס דאס מיינט בכלל.
למען האמת האב איך גרויס מיטלייד מיט דאס קינד פונקט אזוי שטארק ווי מיט א עווריזש 14 יעריגער חסיד וועלכע קראצט זיך אויס "מי יעס גאו אפען דאר פעי טומאראו"

דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שושן פורים: אבער איך טענה אז אויב ס'וואלט עכט געווען פיזיקל אדער מענטל עביוז אויף אן ערנסטן פארנעם וואלט דאך דאס געמוזט ארויסקומען. נאך די אלע חקירות ודרישות און אינוועסטיגעישן'ס פון די רעגירונג'ס אגענטורן און די מידיא אין קענעדע און גואטעמאלא. דער העיליגער לב טהור רעבע האט דאך געגעבן פאר א רעפארטערין מיט איהר קרו, אריינגערעכנט א פאטאגראפירער/קעמערעמאן פרעצעדענטלאזע צוטריט צו די משפחות פון שטעטל. די רעפארטערין האט דארט פארברענגט א פאר טעג. און זי האט נישט געטראפן מער ווי זייערע צודרייטע, פאררוקטע מנהגים פון אנטון די שווארצע בגדים און די ספעשל באדי בעגס פאר די פוס. מ'האט זיי אפילו אריינגעלאזט אין ביהמ"ד און אין די תלמוד תורה. אזויפיהל איז געווען אז די רעפארטערין האט נישט געטארט אריינגיין אין חדר. איז דער קעמערעמען אריינגעגאנגען מיט א מייק. די מסקנא פון אט די אלע מעשיות איז אז זיי זענען אן אומשעדליכע, נארישע גרופ מיט צודרייטע מנהגים וועלכע שטאמען פון די מוסלאמינער...אויב זיי ווילן זיך פיהרן אזוי. וועם אהרט עס. אפשר וועללן זיי איין טאג קלוגער ווערן און איבערלאזן זייער רבי'ן אליינס. מיט א פאר משוגעים. אבער ס'קומט זיי נישט צו רודפ'ן...!