די טעכנישע טייל פון תשובה און תשובה בעצם
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

[justify]מיר זעהן אז מצות תשובה איז א מצוה אין די תורה, איינער פון די תרי"ג מצוות. פשטות איז די מצוה אז ווען איינער האט געזינדיגט איז דא פאר אים א מצוה צו טוהן תשובה. ער דארף עס טוהן כהלכה אזויווי יעדער מצוה, דהיינו ווידוי חרטה עזיבה קבלה אויף להבא, כמבואר ברמב"ם הלכות תשובה און מיט דעם איז ער יוצא די מצוה פון תשובה כהלכה.
איינער וואס האט נישט געזינדיגט און נישט עובר געווען אויף א מצוה פון די תורה, לכאורה קען נישט מקיים זיין די מצוה. אודאי א צדיק וואס איז קדוש מבטן קען זיכער נישט מקיים זיין די מצוה פון תשובה. מיר זעהן אין זוהר אז עתיד מלך משיח לאתבא צדיקיא בתיובתא קמיה קוב"ה, אז משיח גייט מחזיר בתשובה זיין אלע צדיקים. לכאורה אז מען רעדט פון צדיקים פארוואס דארפן זיי תשובה טוהן? אלא מאי איז די מצוה אזא מצוה וואס איז לאו דוקא שייך פאר בעלי עבירות, נאר אויך פאר צדיקים. דארף מען עס פארשטיין, וואס דאס וועט אביסל אונז ארויסברענגן די תוכן פון מצות תשובה.
יעדער מצוה איז דא צוויי חלקים אין דער מצוה, די טעכנישע חלק און די תוכן פון די מצוה. די טעכנישע חלק איז די מעשה המצוה, לייגן תפילין במקומה הראוי, שאקלן לולב, עסן מצה. וואס יעדער פאר זיך האט סאך פרטים מיט דקדוקי הלכות וואס אהנדעם איז מען נישט יוצא. תפילין דארף זיין געמאכט מן המותר בפיך, פון א בעל חי, צורת האותיות, חק תוכות, וכו'. מצה מוז זיין מיט א שמירה, א גאנצע כזית, נישט קיין עשירה, וכו'. לולב יעדער מין כדינה, מיט זיין שיעור אתרוג כאגוז, לולב ד' טפחים, נישט יבש, וכו'.
דער תוכן פון די מצוה איז בכלליות אונז צו ברענגען נענטער צום רבש"ע. בפרטיות, תפילין כדי לשעבד הלב והמח, אתרוג לשעבד די אברים עקריים, אתרוג איז לב, לולב איז די שדרה, הדס איז די עינים, ערבה איז די פה. מצה צו דערמאנען חירות, און אזוי איז יעדער מצוה ברענגט אונז נענטער צום רבש"ע דורך די תוכן פון די מצוה.
עס מוז באטאנט ווערן אז די מצוה אליינס אהנע כוונות האט א כח סגולי צו ערוועקן די מענטש צום רבש"ע. אבער דאס איז נישט א פראקטישע זאך נאר א נשמה'דיגע ענין. אז די נשמה פילט אז עס ווערט געטוהן מיט אים די רצון השם, האט עס א כח צו ברענגן די מענטש בפועל ממש נענטער צום רבש"ע.
כאטש כדי 'יוצא צו זיין די מצוה' מוז מען האבן די טעכנישט חלק פון די מצוה, אבער דער תוכן איז אן עבודה בפני עצמה, וואס אהן דעם איז עיקר חסר מן הספר.
ביי די מצוה פון תשובה איז די זעלבע זאך עס איז דא די טעכנישע חלק פון די מצוה, און די תוכן פון די מצוה.
די טעכנישע חלק פון די מצוה איז ביי יעדער דבר לא טוב וואס ער האט געטוהן , צו טוהן חרטה עזיבה מיט קבלה. דאס דארף געטוהן ווערן בפרטיות אויף יעדער זאך בפני עצמו. נאר אזוי איז ער 'יוצא' מצות תשובה.
אבער דאס אליינס איז עיקר חסר מן הספר.
די מיטעלער רבי זי"ע זאגט אויפן פסוק אוילים מדרך פשעם, ומעונותיהם יתענו: אז אוילים-נערנים לאזן איבער די 'דרך פשעם', אבער אויף וואס טוהן זיי תשובה,ומעונותיהם יתענו, זיי פאסטן פאר זייער זינד.
ער איז מסביר אז די שורש פון יעדער עבירה איז פריקת עול. א מענטש וואס האט אן עול מלכות שמים אויף זיך כדבעי, וואלט אפילו נישט געקענט דורכפאלן מיט א שוגג. דאס אז ער איז אדוכגעפאלן, איז ווייל ער האט נישט גי עול כדבעי. דאס איז די דרך פשעם. די וועג צו פשעים איז פריקת עול.
אפילו אויב א מענטש וועט מאכן תשובה- חרטה עזיבה וקבלה, אויף אלע פרטי'שע עבירות שבא לידו, איז ער נאך אלס נישט געקומען צו דער פוינט. ווייל ווילאנג ער נעמט נישט אויף זיך עול מלכות שמים האט ער נישט תשובה געטוהן אויף די 'דרך פשעם'.
די זאך פון פריקת עול שטעלט זיך אויס לאו דוקא ביי עבירות, נאר אפילו ביי דרגות אין עבודת השם איז אויך דא די ענין פון פריקת עול. אזויווי עס איז דא די תשובה פון רבי סעדי' גאון. יעדן טאג האט ער תשובה געטוהן אויף די נעכטיגע עבודה. ווייל לויט זיין היינטיגע השגות איז די נעכטיגע עבודה גארנישט. די שורש פון דעם אז א צדיק זאל נישט טוהן זיין עבודה כדבעי, קומט אויך פון די ענין פריקת עול בדקות מן הדקות.
מיט דעם ווערט מתבאר די עבודה פון צדיקים לגבי תשובה. אז יא, אויך די צדיקים דארפן תשובה טוהן פאר זייער 'דרך פשעם'-פריקת עול.
אז מען טראכט אריין אין דעם נושא, וועסטו זעהן אז לגבי די 'דרך פשעם' איז נישט קיין חילוק אויף וואס דו טוסט תשובה, נישט קיין חילוק וואסארא עבירה, שמעקט עס מיט פריקת עול, וואס פארלאנגט א קבלת מלכות שמים מחדש. אזוי אויך איז נישט קיין חילוק פון א צדיק אדער (אזויגערופענע) רשע, ווייל אלע דארפן תשובה טוהן אויף זייער פריקת עול, וואס לגבי די רבש"ע ווי שטארק אונזער קבלת עול וועט נאר זיין איז עס נישט גענוג קעגן זיין גרויסקייט.
ווען דו גייסט טוהן תשובה בפרטיות אויף די חטאים עונות ופשעים וואס דו האסט געטוהן, דארפסטו געדענקן, אז דאס איז נאר די טעכנישע חלק פון די מצוה, דער עיקר איז די תוכן פון די מצוה, אז מיר זענען פון פריש מקבל עלינו עול מלכות שמים.[/justify]

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
די תשובה איז נישט אויף די מעשה עבירה. דאס קען זיין האט די צדיק קיינמאל נישט געטוהן.
אבער אויף די פריקת עול-דרך פשעם, דאס איז שייך ביי יעדער. אפילו א צדיק וואס איז עובד את השם איז אלץ דא בדקות די ענין פון פריקת עול. ווייל אה"נ לפי השגתו האט ער געדינט דעם באשעפער כפי יכלתו, אבער ווען ער האט ווען מער קבלת עול, וואלט ער געמאנט מער פון זיך.
ווי וועלן מיר לערנען פשט אין די פסוק כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?
שטייט אין ספרים אז יחטא מיינט מלשון חסרון. אז עס איז נישטא קיין צדיק וואס עס פעלט נישט פון זיין עבודה.
וואס מיינט אז עס פעלט פון זיין עבודה?
לפי מה שכתבנו יובן, אז וויפיל א צדיק וועט נאר טוהן איז אלץ דא חסרון כלפי די גרויסקייט פון די באשעפער.
אבער אויף די פריקת עול-דרך פשעם, דאס איז שייך ביי יעדער. אפילו א צדיק וואס איז עובד את השם איז אלץ דא בדקות די ענין פון פריקת עול. ווייל אה"נ לפי השגתו האט ער געדינט דעם באשעפער כפי יכלתו, אבער ווען ער האט ווען מער קבלת עול, וואלט ער געמאנט מער פון זיך.
ווי וועלן מיר לערנען פשט אין די פסוק כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?
שטייט אין ספרים אז יחטא מיינט מלשון חסרון. אז עס איז נישטא קיין צדיק וואס עס פעלט נישט פון זיין עבודה.
וואס מיינט אז עס פעלט פון זיין עבודה?
לפי מה שכתבנו יובן, אז וויפיל א צדיק וועט נאר טוהן איז אלץ דא חסרון כלפי די גרויסקייט פון די באשעפער.
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
אונז מעסטן נישט קיין צדיקים בכלל. ומי יבא בסוד קדושים
מיר רעדן נאר עבודת הצדיק במצוות תשובה.
דער צדיק וויל מקיים זיין די מצוה פון תשובה, מחמת כמה טעמים.
קודם ווייל עס איז א מצוה ווי אלע מצוות. יעדער איד זיכט מקיים צו זיין עני מצוה.
ועוד שטייט דאך אז במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד. זיי ווילן אויך די מדריגות פון די בעל תשובה בנוסף צו זייערע מדריגות פון צדיקים.
אין זוהר שטייט די טעם אויף במקום שבע"ת וכו' איז דמשכא בחילא יתיר. א מענטש וואס איז דורכגעפאלן, כדי ער זאל זיך קענעם דערהייבן איז נישט גענוג סטעפ ביי סטעפ. ווייל ער וועט גלייך צוריק פאלן. ער מוז זיך אהנגארטלען מיט איבערמענטשליכע כוחות, און זיך אוועקרייסן פון שלעכטס. ווען א מענטש גייט בחילא יתיר, קומט ער אהן צו מדריגות וואס מען קען נישט אהנקומען אויב ער גייט דרגא בתר דרגא.
וואס איז דאס אונז נוגע? אונז זענען דאך נישט קיין צדיקים?
דאס ווארפט אן אור אויף די תשובה בעצם.
מיט דעם געבט עס אונז א לימוד אז דער עיקר איז נישט די טעכנישע תשובה, דער עיקר איז די תשובה בעצם. און טעכניש לגבי די עצם אין לה שיעור וערך.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ראש הישיבה האט געשריבן:א מענטש וואס איז דורכגעפאלן, כדי ער זאל זיך קענעם דערהייבן איז נישט גענוג סטעפ ביי סטעפ. ווייל ער וועט גלייך צוריק פאלן. ער מוז זיך אהנגארטלען מיט איבערמענטשליכע כוחות, און זיך אוועקרייסן פון שלעכטס.
לויט רוב ספרים איז דאס נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל א מענטש וועט צוריקפאלן אויב שפרינגט ער צופיל אויף אמאל. אדרבה, נאר דאס איז דער וועג, סטעפ ביי סטעפ.
וירח ה' את ריח הניחוח
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:ראש הישיבה האט געשריבן:א מענטש וואס איז דורכגעפאלן, כדי ער זאל זיך קענעם דערהייבן איז נישט גענוג סטעפ ביי סטעפ. ווייל ער וועט גלייך צוריק פאלן. ער מוז זיך אהנגארטלען מיט איבערמענטשליכע כוחות, און זיך אוועקרייסן פון שלעכטס.
לויט רוב ספרים איז דאס נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל א מענטש וועט צוריקפאלן אויב שפרינגט ער צופיל אויף אמאל. אדרבה, נאר דאס איז דער וועג, סטעפ ביי סטעפ.
דו ביסט גערעכט.
בעצם איז די נושא פון דרגא בתר דרגא א שמועס פאר זיך, וואס באלאנגט אין א באזונדערע אשכול (קען זיין אז עס איז שוין דא אזא אשכול). איך האב עפעס ביי מיר אפגעשריבן וועגן דעם נושא. איך דארף עס זיכען.
דאס איז די כלל אין אלגעמיין אז מען מוז גיין דרגא בתר דרגא, ווייל אויב נישט כי יפול הנופל ממנו. אזוי שטייט אין ספרים, און אזוי וועלן דיר זאגן אלע פסיכאלאגען (כיהודה ועוד לקרא), און אזוי ווייזט די מציאות.
ווען עס קומט אבער צו א מענטש וואס שטייט און א מצב וואס פילט ער פילט זיך מרוחק- דערווייטערט פון די רבש"ע, אויב וועט ער גייט סטעפ בי סטעפ, וועט זיך זיין מצב נישט טוישן, ער וועט זיך דראפן אויף גראדע ווענט. ער מוז מאכן א פעסטע החלטה אז די מצב גייט זיך טוישן. דער החלטה מוז זיין כיתד שלא תמוט לעולם, ביי האק אר ביי קראק, איך וויל נישט בלייבן אין דער מצב, איך וויל אז עס זאל זיך טוישן, און עס גייט זיך טוישן.
דער החלטה איז נישט קיין קליינע סטעפ. דאס איז א שפרינג פון א מצב לא טוב, צו א מצב טוב. דערנאך גייט ער דרגא בתר דרגא. דאס מיינט אז נאכדעם וואס ער שטייט שוין מיט די פנים אויסגעדרייט צו די ריכטעגער ריכטונג זאג ער נישט שפרינגען נאר גיין סטעפ ביי סטעפ.
איך שרייב בקיצור, ווייל דאס איז נישט די נושא פון די אשכול.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
לכאורה איז בפשטות לויט רוב ראשונים נישטא אזא מצווה אין די תורה פון תשובהראש הישיבה האט געשריבן:מיר זעהן אז מצות תשובה איז א מצוה אין די תורה, איינער פון די תרי"ג מצוות. פשטות איז די מצוה אז ווען איינער האט געזינדיגט איז דא פאר אים א מצוה צו טוהן תשובה. ער דארף עס טוהן כהלכה אזויווי יעדער מצוה, דהיינו ווידוי חרטה עזיבה קבלה אויף להבא, כמבואר ברמב"ם הלכות תשובה און מיט דעם איז ער יוצא די מצוה פון תשובה כהלכה.
איינער וואס האט נישט געזינדיגט און נישט עובר געווען אויף א מצוה פון די תורה, לכאורה קען נישט מקיים זיין די מצוה. אודאי א צדיק וואס איז קדוש מבטן קען זיכער נישט מקיים זיין די מצוה פון תשובה. מיר זעהן אין זוהר אז עתיד מלך משיח לאתבא צדיקיא בתיובתא קמיה קוב"ה, אז משיח גייט מחזיר בתשובה זיין אלע צדיקים. לכאורה אז מען רעדט פון צדיקים פארוואס דארפן זיי תשובה טוהן? אלא מאי איז די מצוה אזא מצוה וואס איז לאו דוקא שייך פאר בעלי עבירות, נאר אויך פאר צדיקים. דארף מען עס פארשטיין, וואס דאס וועט אביסל אונז ארויסברענגן די תוכן פון מצות תשובה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
ס'איז נישט שייך צו זאגן לגבי צדיקים דער ענין פון פריקת עול, וואס יא, מ'קען זאגן אזראש הישיבה האט געשריבן:מיט דעם ווערט מתבאר די עבודה פון צדיקים לגבי תשובה. אז יא, אויך די צדיקים דארפן תשובה טוהן אויף זייער 'דרך פשעם'-פריקת עול.
ס'פעלט אין קבלת עול, אזוי ווי די בעל התניא זאגט לגבי א צדיק'ס אהבת-יראת ה' , 'יש מי שאוהב' .