די מגיפה פון די יו"ט'דיגע לייען מאטעריאל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

די מגיפה פון די יו"ט'דיגע לייען מאטעריאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ב"ה מיר זענען באשאנקען געווארן אין די לעצטערע יארן מיט א צונאמי פארפלייצונג פון לייען מאטעריאל יעדן ניסן ותשרי, אלעס לויטער לכבוד יו"ט. ס'טייטש, ווי מעג מען לאזן אידן אויסגיין פאר ליידיגגיין גאנצע 8 אדער 9 טעג? האבן די פארזארגער פון כלל ישראל אונז באגליקט און באשאנקען מיט אויסגאבעס איינס דיקער ווי דעם צווייטן, צייטונגען פון 500 ביז 600 בלעטער, מאגאזינען וואס מען דארף א היילאו זיי אונטערצוהייבן, כדי מען זאל אויסנוצן די יו"ט טעג ווי עס ברויך צו זיין, און נישט אפפוסטעווען ווי אונזערע זיידעס וואס פלעגן נעבעך משוגע ווערן מיטן טאג.

רבותי, וויט אלל דו רעספעקט פאר אלע אויסגאבעס – זענען מיר משוגע געווארן? לאמיר א מינוט אריינטראכטן, איז דאס נארמאל? מען נעמט אונז אוועק יעדעס ביסל ישוב הדעת פונעם יו"ט, און מיר לאזן זיך ווי די קעלבלעך? מען צאלט נאך געלט דערפאר עס איינצוהאנדלען! און מען מאכט יעדן ערב יו"ט אשכולות 'וואס ערווארט אונז אין די יו"ט אויסגאבעס'... און קום מיר נישט זאגן "מוזט נישט אלעס קויפן", ווייל אז מען פיטערט שלינגט מען. עס איז שווער אפצוזאגן די אלע שיינע גלאנציגע דעקלעך, אז איינער גלייכט צו ליינען און קונה זיין חכמה, רעדט עס צו אים, אלזא פארוואס זאלן די רעדאקציעס פון די פראקציעס אונז אריינשטעלן אין אזעלכע נסיונות אז מיר זאלן זיך דארפן איינהאלטן? מי ביקש זאת מידכם? (חוץ מזה וואס מען קויפט טאקע נישט אלעס, אבער אפילו נאר אפאר שטיק איז שוין אויך צופיל.)

ווען איך וואלט געוארן ערגעץ רב (ווארשיינליך וועל איך טאקע ווערן גלייך נאך יאיר) ;) וואלט איך פארבאטן מיינע חסידים צו קויפן לייען מאטעריאל אויף יו"ט! טראץ וואס [tag]מור וקציעה[/tag] וואלט מיר באשריבן אין עברית אינעם אכשר דרא אשכול מיט א גראבע העדליין! אפשר אין קאווע שטעטל אין שמעקעדיגסוויל וועט מען נישט פארקויפן קיין לייען מאטעריאל אויף יו"ט...

וויצן אין דער זייט. אביסל התבוננות ביטע! (הגם ס'איז שוין נאך יו"ט). מיר זענען א גאנץ יאר אין א מלחמה מיט די צייט. מיר זענען אין א געיעג אריינצוכאפן ווי מער אין די קורצע טאג שעות, היום קצר והמלאכה מרובה. מען קומט אהיים ערשעפט, מיט דאגות אויפן קאפ. נישטא קיין צייט פאר די קינדער, קוים דא צייט פאר א אידיש ווארט! עפנט מען שוין יא א ספר, טראסקעט תיכף דער קאפ אראפ פון האלז פונעם טיפן דרימל... עס איז נישט קיין לעבן, נישט ברוחניות נישט בגשמיות. פאריאגט און פארפלאגט פשוטו כמשמעו. גלות אמעריקע לאזט דאך נישט טראכטן, טיים איז מאני, און מאני איז די עבודה זרה... ווי איך האב שוין מסביר געווען באריכות אין די "פרנסה אשכול".

השי"ת האט אונז ברוב רחמיו געשאנקען א יו"ט. א וואקאציע פאר די נשמה. מיר זאלן אביסל נתקרב ווערן לעבודתו. מיר זאלן האבן מער צייט פאר אונזערע אוצרות, אונזערע נשמה'לעך, די טייערע קינדער. נישט נאר זיי טראגן צו ריידס אדער פארן צו א פארק, נאר טאקע באמת קאנעקטן מיט זיי מיט א קשר של קיימא. מיר ליינען דא כסדר אויף ק"ש אז מען וואלט זיך גרינגער געקענט אן עצה געבן מיט די היינטיגע שווערע וועלט אלמלי מען זאל אריינבאקן אין די קינדער פון יונגווייז אן דעם ריכטיגן בליק. אם לא עכשיו אימתי? ווען איז א פאסיגערע צייט אויב נישט יו"ט און חוה"מ? צי זאל עס זיין ווי אזוי צו דיעלן מיט נסיונות אינעם לעבן, צי אקעגן ראסיזם, וואס איז וויכטיג אין לעבן און וואס איז א טפל, א.א.וו. מען קען דאך רעדן פאר חדשים! אבער לכה"פ די פאר טאג וואס מיר האבן באקומען, איז דאך קריטיש וויכטיג אריינצוגעבן אין די קינדערלעך א שטיקל ריכטיגן בליק אויפן לעבן, א מהלך החיים וואס זאל זיי באגלייטן די שפעטערדיגע יארן! מיר דארפן אויסנוצן די מתנה וואס מיר זענען באשאנקען געווארן פון הימל! איז מען אונז מטמטם און מצמצם דעם קאפ מיט שיינע לייען מאטעריאל? הזאת נעמי? דאס זענען דאך ממש רויבער, מען רויבט אונז אוועק די איינציגסטע שאנס פונעם יאר בשאט נפש!

אנשטאט מיר זאלן פארברענגען מיט די אינגלעך און בחורים אין ביהמ"ד, אביסל לערנען און שמועסן מיט זיי – א זאך וואס איז כמעט נישטא קיין צייט איבערן יאר (חוץ אפשר דאס ביסעלע אבות ובנים אין די מוצ"ש וואס מען גייט נישט צו די מלוה מלכה'ס וכו'), איז מען פארזינקען אין א טייך פון לייען מאטעריאל. יו"ט איז דאך דער געלעגנהייט דאס צו מתקן זיין! פארציילן א שיינע מעשה, צי אינדערהיים צי אין א פארק ביים וואסער, זיי אויסהערן, אבער קאנעקטן מיט זיי! לאמיר טראכטן פון אונזער תכלית החיים! עס איז נישט פאראן קיין בעסערע געלעגנהייט ווי א יו"ט, צו אויסנוצן די צייט כראוי, עלינו ועל בנינו, פאר אונז און פאר די קינדער! ווער דארף צייטונגען מיט הונדערטער בלעטער? עס ברענגט טאקע ידיעות שונות אבער איז אין אלגעמיין אומוויכטיג! ווי גוט שפירט מען אליינס נאך א טאג אויסגענוצט ווי עס דארף צו זיין, ווי גוט שפירן זיך די קינדער נאכן האבן א שטיקל קשר מיט זייער באליבטן טאטן, וואס א גאנץ יאר קענען זיי אים קוים זעהן ביינאכט...

עס איז יעצט געווען פסח. דער יו"ט פון והגדת לבנך. ווען א טאטע האט א כח צו רעדן צו די קינדער און איינבאקן אין זיי אמונה, אהבת תורה, אהבת ה' ואהבת ישראל. לא ניתנו מועדים לישראל אלא כדי שיתעסקו בתורה. דאס איז דער תכלית פונעם יו"ט. זיך צו דערהייבן פון די גשמיות, טראכטן פונעם תכלית החיים, נישט נאר פונעם היינט.

שרייבנדיג בליצט מיר אריין דער הערליכער אשכול פון הגה"צ [tag]ברסלבער[/tag] שליט"א, ווי ער איז מסביר דעם יו"ט פראבלעם פון א אנדערע פרעספעקטיוו, אבער מען קען עס צוזאמענשטעלן מיט דעם אשכול.

רבותי, ווארפט אוועק די לייענען מאטעריאלן – ווי אויך די קאמפיוטערס און סעלפאונ'ס – פאר די יו"ט טעג! עבדים היינו צו די לייען-בוכלעך און מאגאזינען, אבער מיר גייען ארויס מעבדות לחירות! אם לא למענינו, חמול על עוללינו וטפינו! אפילו בגשמיות וועט זיך עס אויסצאלן!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

שמעקעדיג, קנאקעדיג, און פיין אריין געסלייסט, אגב איצט איז מיר פארענטפערט געווארן פארוואס זיי האבן געאסרט סעלפאון'ס איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא אזויפיל ליין מאטריאל, איך קען נאר ליינעכץ וואס פיגערירט אויף מיין כלי און פארשטייט זיך אויך פריי פון אפצאל, חוץ די שטערן און שפאקטיוו, אבער מיט אזא פה-סח האב איך איבערגעהיפט אויף זיי אויך סארי לאבין וחביריו.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקי, זייער שיין. אבער נאך א מזל דו שרייבסט נאך יו"ט און נישט חוה"מ.

קודם כל, ווייל דעמאלס וואלט איך געדארפט אראפווארפן אלע מאגאזינען פון האנט.
און צווייטנס, ווייל ווער האט צייט אויף חוה"מ צו ליינען אזא לאנגע אשכול? מ'דארף דאך פארברענגען מיט די קינדער וכו'...
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אדנירם האט געשריבן: ווייל ווער האט צייט אויף חוה"מ צו ליינען אזא לאנגע אשכול? .

שש, דאס האסטו געשריבען? נעההה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט נישט געכאפט מיין כוונה.
איך האב קיין פראבלעם מיט לאנגע אשכולות, כ'באצוה זיך דרך שחוק צום נקודה פון [tag]שמעקעדיג[/tag] זעלבסט, דו"ק ותבין.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אדנירם האט געשריבן:האסט נישט געכאפט מיין כוונה.
איך האב קיין פראבלעם מיט לאנגע אשכולות, כ'באצוה זיך דרך שחוק צום נקודה פון [tag]שמעקעדיג[/tag] זעלבסט, דו"ק ותבין.

כ׳האב שוין איינמאל געכאפט
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

כמיין האסט נאך אלץ נישט געכאפט
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

ליפא האט געשריבן:כמיין האסט נאך אלץ נישט געכאפט

אז מ׳מיינט נאר׳ט מען זיך.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

שמעקי, א ריכטיגע נקודה אין גוט געזאגט, אבער לפע״ד צו באציען די טענה צום בעלי הצייטונגען איז נישט ריכטיג.
ער דארף מאכן זיין געלט, די יו״ט אויסגעבן איז לכאורה פאר זיי א שיינע אינקאם נאכן אריין לייגן איבער הונדרעט עדדס.
נו, זאל ער יעצט קאטן שורט זיין אינקאם ווייל בעלי תאווה קענען זיך נישט אנהאלטען פון קויפן?
מארגן וועט די פעשע פרעסער טענהן אז מדארף פארמאכן יעדער פיצע סטאר אין שטאט ווייל ס׳רייצט עיהם אונטער,
הערסט א געשעפט? פרעס נישט ווי עוג מלך הבשן אין לאז די פיצה סטאר געמאכט.
איך האב טאקע פון די אלע מאגאזינען גארנישט געקויפט, נאר געדריקט פה סח.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

מען מעג קויפן אבער מען דארף וויסן ווען צו ליינען... שכוח שמעקעדיג א שיינע פאוינט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאור די ערב תשרי טעג, ברענג איך נאכאמאל ארויף דעם אשכול.
לעצטע מאל האב איך געעפנט דעם אשכול אביסל צו שפעט, שוין נאך יו"ט; יעצט גיב איך גענוג צייט נאך בעפאר דער חודש הייבט זיך אן... לאמיר טון צו דער זאך!


אגב, עס האט מיר גענומען אפאר מינוט צו טרעפן דעם אשכול, זוכענדיג האב איך געטראפן נאך 2 תגובות פון מיר אליינס ווי איך באקלאג זיך

אין 14'
viewtopic.php?p=227367#p227367

אין 15'
viewtopic.php?p=302334#p302334
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: ייש"כ. זייער שיין. סיי דער פתיחת האשכול. און סיי דער היינטיגער קאמענט. אבער איין קליינע נקודה. די אלע ארויסגעבערס פון די מאגאזינען מיט די גלאנציגע דעקלעך צווינגען קיינעם נישט. נעה זיי זאגן נישט אפילו איין ווארט. אפילו ברמיזא, אז מ'זאלל ליינען זייער סחורה. די אלע זאכן זענען טאקע נאר געמאכט פאר א בדיעבד שבדיעבד. ווען איינער האט טאקע ממש גארנישט בעסערס צו טון אום יו"ט, איז דאס אן הצלה פורתא. אבער א יעדער נארמאלער, ערליכער איד פארשטייט און ווייסט אויסצונוצן די שעות וואס מ'האט נאכ'ן דווענען און די סעודות, און אפשר שינה ביו"ט, צו עפענען א ספר אדער לערנען שיעורי תורה.דאס אז די מאגאזינען מיט די גלאנציגע דעקלעך (און די הויעכע פרייזן) זענען דא מיינט דאך נישט אז איך מוז עס קויפן. נאר, לפענ"ד איז עס פון די זאכן וואס מיעוטן יפה ורובן קשה. א איד וויל דאך וויסן וואס ס'טוטצעך אויף די וועלט. די אידישע וועלט. ווען האט ער א ביסל צייט. יו"ט אדער חוה"מ. ס'איז נישט קיין שום עוולה אין דעם כשהוא לעצמו. פארשטייצעך אז איינער ליגט נאר אין די פוסטע זאכן און גאנץ יו"ט נעמט ער נישט קיין ספר אין האנט אריין. איז ער זיך אליינס שולדיג. אז זיין נשמה מאנט עס נישט ביי איהם, צריך בדיקה. דארף מען בודק זיין אויב ס'איז נישט עפעס ערנסט נישט אין ארדענונג...!
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

מ'דארף ארויסגעבן א מאגאזין וואס ברענגט ארויס באריכות די חסרונות פון די אלע מאגאזינען....

פשטות איז די בענעפיט פון די פאבליקאציעס אז די נשים זאלן נישט דארפן ליינען קיין גואישע ביכער. די פריערדיגע גענערעישן פלעגט ליינען גויאישע מאגאזינען און נאוועלס.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך ברוך שאמר »

ווער עס וויל ליינט ווייטער
פארשפארט