וויקיליקס זאגט צו מעידזשאר אויפדעקונג אויף קלינטאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

וויקיליקס זאגט צו מעידזשאר אויפדעקונג אויף קלינטאן

שליחה דורך [NAMELESS] »

מענטשן אין די טראמפ קאמפיין זאגן אז וויקיליקס האט סחורה קעגן קלינטאן וואס וועט אינגאנצען אונטערברענגען איר קאמפיין. ס'האט געהייסן אז דינסטיג די צווייטע טאג ראש השנה גייט זיין די דראמאטישע אויפדעקונג, אבער יעצט זאגן רעפארטס אז ס'איז געקענסעלט ווייל אסאנדזש פון וויקיליקס האט מורא פון זיין לעבן.

ס'קומט א ראש השנה און אונז גיימיר זיין אפגעהאקט פון די וועלט פאר צוויי טעג ווען ס'גייט זיך אפשפילן גרויסע זאכן- אריינגערעכענט די דעבאטע צווישן די צוויי ווייס פרעזידענט קאנדידאטן דינסטאג נאכט.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

ספעלט נישט אויס צו עפענען א פרישע אשכול יעדעס מאל ווען וויקיליקס סטראשעט. זיי סטראשענען שוין פאר די לעצטע פאר חדשים. זיי טוען דאס יעצט צו צוחוש׳ן די עולם וועגן טראמפס פרישע טעקס-סקאנדאל.

נ.ב. די דעבאטע גייט מען קענען מיט האלטן מוצאי ראש השנה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרייוויליג ביסט גערעכט געוועהן. גארנישט מיט נישט
פארשפארט