וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

Hey האט געשריבן:thanks


וועטערבאריכט האט געשריבן:אויב איהר זענט א מעמבער' ביטע געט א לייק. יישר כח!
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מאנטאג אווענט- פרשת נצבים - וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, הערליכע וועטער האט אינז באגלייט די לעצטע פאר טעג. היינט קומט אבער אהן א קאלד פראנט ,אנדרעשט ווי רוב זוממער וועט זיך די פראנט אפשטעלען און א שטורם וועט ארויפקומען מיט רעגען. עס קען דעמאלטס זיין א ברעיק דינסטאג נאכמיטאג און מיטוואך פאר א נייע שטורם און פראנט קומט אהן. עס איז נאך נישט קלאר פונקליך וויפיל רעגען און וועלעכע טעג עס וועט רעגענען . וואס מען קען יא פארזאגען איז אז עס קען רעגענען אהן און אויס פון שפעט היינט נאכט ביז פרייטאג אדער אפילו שבת. עס קען זיין אז די זון קומט ארויס אביסעל שפעט דינסטאג , מיטוואך , און שבת נאכמיטאג ספעציעל אפסטעיט ווי זיי זענען ווייטער פון די פראנט. . ביי ערב ראש השנה און די ערשטען טאג יום טוב זעט אויס ווי עס ווערט מערסטענס זיניג און מילד. קיין עכט ווארעמע טעג זעהן נישט אויס צו קומען אין די נעקסטע 7-10 טעג.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי

מאנטאג נאכט- פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך שפעט ,מילד , ארום 65 ביינאכט.
דינסטאג -פארוואלקענט מיט שויערס , מילד, ארום 72 בייטאג. טייל פארוואלקענט מיט א שויער מעגליך אין אווענט , ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך-טייל זיניג און מילד,א שויער מעגליך נאכמיטאג, ארום 75 בייטאג . פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך . ארום 62 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך ,מילד, ארום 70 בייטאג. ארום 64 ביינאכט.
שבת -מערסטענס פארוואלקענט , שויערס מעגליך פארמיטאג. ארום 72 בייטאג. מערסטענס קלאר , ארום 62 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג- מערסטענס זיניג און מילד, ארום 72 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 60 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מאנטאג נאכט- פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך שפעט ,מילד , ארום 62 ביינאכט.
דינסטאג -פארוואלקענט מיט שויערס , מילד, ארום 72 בייטאג. טייל פארוואלקענט מיט א שויער מעגליך אין אווענט , ארום 60 ביינאכט.
מיטוואך-טייל זיניג און מילד,א שויער מעגליך נאכמיטאג, ארום 74 בייטאג . פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך . ארום 62 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך ,מילד, ארום 70 בייטאג. ארום 62 ביינאכט.
שבת -מערסטענס פארוואלקענט , שויערס מעגליך . ארום 72 בייטאג. רעגען ענדיגט זיך ,דערנאךמערסטענס קלאר , ארום 58 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג- מערסטענס זיניג און מילד, ארום 72 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 57 ביינאכט.


וועטער מאנסי און מאנרא-

מאנטאג נאכט- פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך שפעט ,קיהל , ארום 60 ביינאכט.
דינסטאג -פארוואלקענט מיט שויערס מערסטענס פארמיטאג, אביסעל זון מעגליך נאכמיטאג, מילד, ארום 72 בייטאג. טייל פארוואלקענט און קיהלער , ארום 50 ביינאכט.
מיטוואך-טייל זיניג און מילד,א שויער מעגליך נאכמיטאג, ארום 68 בייטאג . פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך . ארום 55 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך ,קיהלער, ארום 65 בייטאג. ארום 55 ביינאכט.
שבת -מערסטענס פארוואלקענט , שויערס מעגליך פארמיטאג. ארום 68 בייטאג. מערסטענס קלאר , זייער קיהל,ְארום 52 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג- מערסטענס זיניג און מילד, ארום 68 בייטאג. קלאר און זייער קיהל, ארום 52 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דינסטאג אווענט, א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דינסטאג אווענט- פרשת נצבים-וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, צום סוף איז געווארען שענער און זיניג היינט נאך אביסעל רעגען אינדערפרי. היינט נאכט וועט בלייבען טרוקען ווי אויך מיטוואך פארמיטאג. ביי מארגען נאכמיטאג קומען די וואלקענעס צירוק מיט אביסעל לייכטע רעגען מעגליך שפעט נאכמיטאג און ביינאכט. ביי דאנערשטאג קומט א שטערקערע שטורם וואס וועט זיך ריקען שטייטליך אדורך די נארטאיסט. דאס קען אינז ברענגען אונזער ערשטער נארטאיסטער פונעם הערבסט/ווינטער. דאנערשטאג ביז מוצאי שבת זעהן אויס זייער רעגענדיג און גאנץ קיהל עס קען אויך זיין שטארק ווינטיג ספעציעל נאנט צום ים. (דאס מיינט נישט אז עס קען נישט זיין אפאר ברעיקס פון טרוקענע וועטער פאר א פאר שעה אפסטעיט) לגבי די רעגען , פון 1-2 אינטשעס רעגען קען פאלען סך הכל ביז שבת. ביי ערב ראש השנה זעט אויס ווי שויערס ענדיגען זיך און יום טוב אליינס קען זיין שיין זיניג מיט מילדע טעג און קיהלע נעכט.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי

דינסטאג נאכט- מערסטענס קלאר און קיהל , ארום 62.
מיטוואך-טייל זיניג און מילד פארמיטאג,ווערט פארוואלקענט מיט א chance פאר אביסעל לייכטע רעגען נאכמיטאג, ארום 72 בייטאג . פארוואלקענט און ווינטיג מיט רעגען מעגליך . ארום 60 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג-פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך heavy ,קיהל און ווינטיג , ארום 67 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.
שבת -מערסטענס פארוואלקענט , שויערס מעגליך . ארום 72 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , ארום 62 ביינאכט.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך ביז מיטאג, דערנאך טייל פארוואלקענט , ווארעם, ארום 75 בייטאג. טייל פארוואלקענט , ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג( יום טוב) מערסטענס זיניג און מילד, 68-72 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 58 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט- מערסטענס קלאר און קיהל , ארום 58.
מיטוואך-טייל זיניג און מילד פארמיטאג,ווערט פארוואלקענט מיט א chance פאר אביסעל לייכטע רעגען נאכמיטאג, ארום 72 בייטאג . פארוואלקענט און ווינטיג מיט רעגען מעגליך . ארום 62 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג-פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך heavy ,קיהל און שטארק ווינטיג , ארום 68 בייטאג. ארום 62 ביינאכט.
שבת -מערסטענס פארוואלקענט , שויערס מעגליך . ארום 72 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , ארום 58 ביינאכט.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך ביז מיטאג, דערנאך טייל פארוואלקענט , ווארעם, ארום 75 בייטאג. טייל פארוואלקענט , קיהלער ,ארום 58 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג( יום טוב) מערסטענס זיניג און מילד, 68-72 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 55 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

דינסטאג נאכט- מערסטענס קלאר און זייער קיהל , ארום 50.
מיטוואך-טייל זיניג און מילד פארמיטאג,ווערט פארוואלקענט מיט א chance פאר אביסעל לייכטע רעגען נאכמיטאג, ארום 68 בייטאג . פארוואלקענט און ווינטיג מיט רעגען מעגליך . קיהל,ארום 55 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג-פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך heavy ,קיהל , ארום 65 בייטאג. ארום 55 ביינאכט.
שבת -מערסטענס פארוואלקענט , שויערס מעגליך . ארום 68 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , ארום 58 ביינאכט.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך ביז מיטאג, דערנאך טייל פארוואלקענט , מילד, ארום 72 בייטאג. טייל פארוואלקענט , ארום 55 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג( יום טוב) מערסטענס זיניג און מילד, 65-68 בייטאג. קלאר און זייער קיהל, ארום 50 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מיטוואך אווענט, א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

א נייער טראפיקעל שטורם צו האלטען אן אויג אויף

שליחה דורך וועטערבאריכט »

אזוי ווי אפאר מאל אין די זוממער און סעפטעמבער/אקטאבער קומען רוב האריקעינס און טראפיקעל שטורמס נאנט צו די איסט קאוסט, געווענטליך אין 80-90 פערצענט פעלער רוקט זיך די שטורם וועסט ביז עס קומט אהן צו פלארידא אדער די קאראליינעס און די געווענטליכע jet stream ווינטען פירען עס דעמאלטס שיין ווייט ארויס אין ים. פון מאל צו מאל איז דער וועטער פאטטארן אויס געשטעלט אין א וועג ווי א שטארקע trough פון low pressure זוצט איבער די גרעיט לעיקס,און אויב אלס פאלט פונקט אין פלאץ קען א טראפיקעל שטורם יא ארויפקומען נענטער צו נאו יארק און נאו דזערסי. עס איז געשען יאהרען צירוק מיט hurricane gloria אין 1985 און אין 1992 -hurricane bob ביי irene אין 2011 אין sandy אין 2012. אינז האבען געהאט א טראפיקעל שטורם הערמין אפאר וואכען צירוק ,וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט.

פארוואס עפעס רעדט איך יעצט וועגען דעם? עס איז דא א שטורם יעצט אין די carribean sea וואס קען זיך דעוועלאפען ווי א טראפיקעל שטורם נעקסטען וואך. ווי געווענטליך די מאדעלס זענען all over the place מיט דיטעילס ווי די שטורם וועט בייגרייפען . די לעצטע פאר טעג זענען א חלק פון די וועטער מאדעלס ארויס מיט א מעגליכע שטארקע האריקעין וואס קען זיך אריינדרייען אינעם נארטאיסט און ברענגען גרויסע פראבלעמען פאר אינזער היימישע ערטער פאר ענדע נעקסטע וואך און שבת שובה . לאמיר האפען אז דאס איז נאר א גליטש און עס וועט זיך ענדיגען ארויס אין ים. אבער מען קען עס נישט אינגאנצען איגנארירען... איך וועל האלטען אן אויג אויף די דיוועלאפמענטס און אי״ה אפדעיטען אויב עס פעלט אויס.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מיטוואך אווענט - פרשת נצבים - וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, א שטורם וואס ברענגט אסאך רעגען צו פלעצער ווי וואשינגטון און באלטימאר וועט פרובירען אונז צו ברענגען רעגען . די פראבלעם איז אז א שטארקע היי פרעשור איבער קאנאדע וועט בלאקירען די שווערע רעגענס פון אנקומען דא. עס וועט אבער בלייבען קיהל און ווינטיג מיט לייכטע רעגען אדער drizzle איבערנאכט און דאנערשטאג. ביי דאנערשטאג נאכט קומט די שטורם נענטער און די היי וועט שוואך געניג אז עס איז דא בעסערע chances פאר א געהעריגער רעגען. רעגען און שויערס קענען אזוי גיין אן און אויס ביז ערב יום טוב. די ערשטע נאכט ראש השנה וועט זיך אויסטרוקענען און יום טוב אליינס זעהט אויס מערסטענס זיניג און מילד.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי

מיטוואך נאכט-פארוואלקענט און ווינטיג מיט לייכטע רעגען אדער drizzle מעגליך , קיהל,ארום 57.
דאנערשטאג -פארוואלקענט מיט לייכטע רעגען אדער drizzle מעגליך , ווינטיג און קיהל , ארום 65 בייטאג. רעגען מעגליך איבערנאכט , ווינטיג און קיהל , ארום 58 .
פרייטאג און שבת -פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ,קיהל און ווינטיג , ארום 65 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , דערנאך מערסטענס פארוואלקענט , מילדער , ארום 72 בייטאג. טייל פארוואלקענט , מיט א קליינע chance פאר א שויער אין אווענט ,ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג (יום טוב) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 72 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 58 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט-פארוואלקענט און ווינטיג מיט לייכטע רעגען אדער drizzle מעגליך , קיהל,ארום 58.
דאנערשטאג -פארוואלקענט מיט לייכטע רעגען אדער drizzle מעגליך , ווינטיג און קיהל , ארום 65 בייטאג. רעגען מעגליך איבערנאכט , שטארק ווינטיג און קיהל , ארום 62 .
פרייטאג און שבת -פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך ,מילד און שטארק ווינטיג , ארום 70 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , דערנאך מערסטענס פארוואלקענט , מילדער , ארום 75 בייטאג. טייל פארוואלקענט , מיט א קליינע chance פאר א שויער אין אווענט ,ארום 58 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג (יום טוב) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 72 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 55 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מיטוואך נאכט-פארוואלקענט און ווינטיג מיט לייכטע רעגען אדער drizzle מעגליך , זייער קיהל,ארום 52.
דאנערשטאג -פארוואלקענט מיט לייכטע רעגען אדער drizzle מעגליך , ווינטיג און קיהל , ארום 62 בייטאג. רעגען מעגליך איבערנאכט , ווינטיג און קיהל , ארום 52 .
פרייטאג און שבת -פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ,קיהל און ווינטיג , ארום 62 בייטאג. ארום 52 ביינאכט.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , דערנאך טייל פארוואלקענט , מילדער , ארום 68 בייטאג. טייל פארוואלקענט , מיט א chance פאר שויערס , ספעציעל אין אווענט ,ארום 56 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג (יום טוב) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און זייער קיהל, ארום 50 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג און מילד, ארום 68 בייטאג.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט, א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

אפדעיט- טראפיקעל שטורם Matthew

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א טראפיקעל שטורם האט זיך טאקע אנטוויקעלט און עס האט שוין גאנץ שטארקע ווינטען , עס קען ווערען א האריקעין איבער די נעקסטע טאג צוויי און דערווייל ווייזען די מאדעלס אז עס פארט וועסט ביז cuba און נאנט צו פלארידא פאר עס געט זיך א דריי נארט און קומט ארויף די איסט קאוסט, ביז ווי עס קומט אהן פאר עס גייט איסט און out to sea ,און ווי שטארק די אימפעקטס וועלען זיין פאר אונז אויב עפעס בכלל איז נאך ווייט פון קלאר. מען דארף האלטען אן אויג ...
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

אפדעיט- hurricane Matthew
די טראפיקעל שטורם איז יעצט געווארען א האריקעין מיט ווינטען פון איבער 75 מ.פ.ש.
די לעצטערע מאדעלס ווייזען אז דאס קומט ארויף און קען אומפעקטען די איסט קאוסט. ווען , ווי שטארק און בכלל אויב יא צו נישט איז נאך ווייט פון קלאר.
איך וועל אי״ה ארויפלייגען געהעריגע אפדעיטס ווען מעגליך. בילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דאנערשטאג אווענט-פרשת נצבים-וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, היינט איז געווען פארוואלקענט מיט אפאר טראפען דא און דארט. א שטורם וואס ברענגט שווערע רעגען און שטארקע ווינטען צו פלעצער ווי סאוט נאו דזערסי און דעלעוועיר וועט ציביסעליך ארויפברענגען א געהעריגער רעגען ביז אונז . א שטארקער קענעדיען היי פרעשור איז וואס האט צירוקגעהאלטען די רעגען ביז יעצט. ביי פרייטאג פארטאגס וועט שוין מסתם רעגענען אין שטאט און איינמאל עס רעגענט וועט עס רעגענען אן און אויס פאר א שיינע פאר טעג. שטארקע ווינטען וועלען אונז עפעקטען און מיט די קיהלע טעמפרעטורס וועט זיך עס שפירען מער ווי הערבסט. יעצט אז עס האט גענימען לענגער פאר די רעגען אנצוקומען קען עס נעמען לענגער ארויסצוגיין איז דעריבער קען מען נאך זעהן אפאר שויערס אויף די ערשטען טאג יום טוב. ביי די צווייטע נאכט און טאג וועט שוין יא זיין שענער און מילדער און עס וועט אזוי בלייבען רוב פון נעקסטער וואך. צום סוף נעקסטען וואך קען אנקומען האריקעין Matthew וואס ווי פריער ארומגערעדט איז נאך ווייט פון א קלארע זאך און עס וועט נעמען ביז כאטש מוצאי יום טוב צו האבען א בעסערע בילד פון ווי עס גייט און וואסערע וועטער עס קען ברענגען צו אונז.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי

דאנערשטאג נאכט -פארוואלקענט מיט לייכטע רעגען מעגליך איבערנאכט , שטארק ווינטיג און קיהל , ארום 57 .
פרייטאג -פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ,קיהל און שטארק ווינטיג , ארום 60 בייטאג. רעגען און שויערס מעגליך ,ווינטיג ,ארום 58 ביינאכט.
שבת קודש-רעגען און שויערס מעגליך , ווינטיג און קיהל, ארום 65 בייטאג. שויערס מעגליך איבערנאכט, ארום 60.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , מילדער ,ארום 70 בייטאג. פארוואלקענט , מיט א chance פאר שויערס ,ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג ( א׳ ראש השנה) מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס , ספעציעל אינדערפרי,ארום 72 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 60 ביינאכט.
דינסטאג (ב׳ ראש השנה) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 58 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט -פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך שווער מיט פלאדינג איבערנאכט , שטארק ווינטיג און קיהל , ארום 58 .
פרייטאג -פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך שווער פארמיטאג ,קיהל און שטארק ווינטיג , ארום 65 בייטאג. רעגען און שויערס מעגליך ,ווינטיג ,ארום 62 ביינאכט.
שבת קודש-רעגען און שויערס מעגליך , ווינטיג און מילד, ארום 75 בייטאג. שויערס מעגליך איבערנאכט, ארום 60.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , מילדער ,ארום 75 בייטאג. פארוואלקענט , מיט א chance פאר שויערס ,ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג ( א׳ ראש השנה) מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס , ספעציעל אינדערפרי,ארום 75 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 58 ביינאכט.
דינסטאג (ב׳ ראש השנה) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 55 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

דאנערשטאג נאכט -פארוואלקענט מיט לייכטע רעגען מעגליך איבערנאכט , שטארק ווינטיג און קיהל , ארום 52 .
פרייטאג -פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ,זייער קיהל און ווינטיג , ארום 55 בייטאג. רעגען און שויערס מעגליך ,ווינטיג ,ארום 52 ביינאכט.
שבת קודש-רעגען און שויערס מעגליך , ווינטיג און קיהל, ארום 62 בייטאג. שויערס מעגליך איבערנאכט, ארום 52.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט שויערס מעגליך , מילדער ,ארום 67 בייטאג. פארוואלקענט , מיט א chance פאר שויערס ,ארום 55 ביינאכט.
מאנטאג ( א׳ ראש השנה) מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס , ספעציעל אינדערפרי,ארום 70 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 60 ביינאכט.
דינסטאג (ב׳ ראש השנה) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 52 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 68 בייטאג. ארום 52 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג נאכמיטאג ,א גוטע נאכט און א גוט שבת.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

אפדעיט- האריקעין Matthew

שליחה דורך וועטערבאריכט »

די האריקעין האט זיך זייער שנעל דעוועלאפט ביז א major hurricane מיט ווינטען פון 130 מ.פ.ש. די האריקעין איז איבער שטארק ווארעמע וואסערען און דאס העלפט צו פארשטערקערען דער שטורם. דער שטורם וועט אדורכשניידען cuba און ארויסקומען אינעם אטלענטיק גאנץ ווייט איסט פון פלארידא. געווענטליך איינמאל א שטורם איז אזוי ווייט איבט גייט עס דערנאך נארטאיסט און ארויס אין מיטען ים און בלייבט ווייט פון אינז. 90 פערצענט געשעט דאס. אמאל אבער קומט א שטארקער upper trough און גאס קען צומאל ארויפברענגען א האריקעין ביז די קארליינעס אדער אפילו נאו יארק. דאס איז זייער אויסערגעווענטליך אבער עס איז שוין געשעהן ווי ביי סענדי. פון וואס איך זעה יעצט האלט איך אז דער שטורם וועט ארויסגיין אין ים אריין אבער עס איז נאך צופרי אינגאנצען אוועקמאכען אזא שטורם ספעציעל אזא מעכטיגע. די מאדעלס זענען יעצט צוטיילט מיט א ריק איסט און ארויס לויט א טייל מאדעלס און אנדערע ווייזען אז עס פארט יא גראד ארויף און נענטער צו די איסט קאוסט זעה גרעפיק.
איך וועל אפדעיטען אי״ה מוצאי שבת אדער ערב יום טוב.
א גוט שבת.‏
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קען עס שאטן פאר די וועלכע האבן שוין געבויעט זייער סוכה?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך וועטערבאריכט »

שמעקעדיג האט געשריבן:קען עס שאטן פאר די וועלכע האבן שוין געבויעט זייער סוכה?

אויב עס קומט ארויף ביז אונז יא, איך האלט אבער אז דער שטורם וועט ארויס גיין אין ים אריין. לאמיר טאקע האפען , עס איז א שטארקע שטורם מיט ווינטען פון 140 מ.פ.ש. א category 4 האריקעין איז נישט א joke . א גוט שבת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

אפדעיט- hurricane Matthew

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוט וואך,
האריקעין Matthew איז יעצט אין די carribean sea ציווישען סאוט אמעריקא און קובא . פרייטאג צונאכטס איז עס געווארען א קאטאגארי 5 האריקעין -די שטערקסטע שטורם מעגליך און די ערשטע אזא שטורם אין 9 יאהר אין די סאוט אטלענטיק. ווי דאס גייט פון דא איז זייער קאמפלאצירט . א האריקעין טרעקט געווענטליך נארט און נארטאיסט ווען עס קומט אהן ארום פלארידא ווי די upper air winds בלאזען פון די וועסט צו איסט. די פראבלעמען הייבען זיך אהן ווען א שטארקע upper air trough וואס דאס איז ווי א מאגנעט וואס ציעט א שטורם צירוק און לאזט עס נישט ארויספארען ווי געהעריג אין ים אריין. די אמעריקען מאדעלס ווילען האלטען אזא trough אין די גרעיט לעיקס און דאס וואלט געהאלטען דער מעכטיגער שטורם נאנט צו די קאוסט און וואלט געברענגט גאר ערענסטע אימפעקטס צו נארט קאראליינע און דערנאך וואלט עס ארויפגעקומען נאנט געניג צו אינז צו ברענגען כאטש אסאך רעגען , קאוסטעל פלאדינג און שטארקע ווינטען אבער נישט אזוי ערענסט ווי א סענדי שטורם. עס וואלט דערנאך ארויפגעגאנגען צו נאו ענגלאנד און באסטען וואלט באקומען ערענסטע אימפעקטס . אבער אויף די אנדערע צד איז דא דער european און אויך די קענעדיען וואס האבען גאר א שוואכער trough אין די גרעיט לעיקס און דעריבער גייט די שטורם ווייטער ארויס אין ים און וואלט נישט געברענגט קיין גרויסע אימפעקטס צו די איסט קאוסט , אפשר שויערס אביסעל ווינטיגע וועטער און הויכע כוואליעס טיף אין ים.
אינטראסאנט אז דער אמעריקאנער האלט זיך מערסטענס ביי זיינס און דער euro צו זיינס. באמת האט דער euro סאך א בעסערען רעקארד פון זיין מער גערעכט מיט האריקעינס , נארטאיסטערס און שניי שטורמס. די פראבלעם איז אז דער euro אליינס וואקעלט זיך שטארק מיט דער שטורם און איז אריינגעקומען זייער אנדערשט א יעדע טאג צוויי דערווייל האלט דער אמעריקאנער מאדעלס גאנץ steady און ברענגט די שטורם ארויף די קאוסט מער ווייניגער מיט א יעדע פרישער ראן.
איך האלט אז ביז מוצאי יום טוב וועט מען נישט קומען צו א קלארער באשלוס אבער אין דער זעלבער צייט האלט איך אז דאס וועט יא ארויסגיין ווייטער אין ים. סאו בקיצור אסאך מער אינפארמעשאן האבען מיר נישט, יא האלטען אן אויג אויף דעם מיז מען זיכער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וועטערבאריכט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

וועטער אפדעיט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוט וואך, שבת איז געווען פארוואלקענט אבער נישט צו רעגענדיג, איבערנאכט קען זיין אפאר לייכטע שויערס און מארגען וועט ווייטער זיין פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס אדער drizzle דא און דארט.דער ערשטע טאג יום טוב קען זיך די זון אביסעל באווייזען אבער די מעגליכקייט פאר א שויער קען מען נישט אינגאנצען ארויסנעמען ביז דינסטאג דער צווייטער טאג יום טוב ווען עס וועט ענדליך ווערען זיניג און שיין. איך וועל בעזרת ה׳ ארויפלייגען א וועטערבאריכט מארגען מיטאג צייט. א גוט וואך .
Bpjew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:54 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך Bpjew »

Weather for yomtov Monsey?

Sent from my Nexus 6P using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

זונטאג נאכמיטאג- ערב ראש השנה - וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען ערב יום טוב, פארוואלקענטע און קיהלע וועטער האבען זיך אריינגזעצט פאר די לעצטע פאר טעג. ציביסעליך אבער וועט זיך אויסטרוקענען, היינט נאכמיטאג קען מען זען א בליק צוויי פון שוואכע זון און נאך א מערסטענס פארוואלקענטע נאכט וועט זיין כאטש טייל זיניג און מילדער מארגען. עס קען נאך זיין א שויער אין טייל פלעצער אבער די chances זענען שוואך און איך וואלט נישט געווען איבעראשט אויב עס בלייבט טרוקען גאנץ יום טוב כאטש אין שטאט. פון דינסטאג דער צווייטען טאג יום טוב ביז דאנערשטאג זעט אויס צו זיין מערסטענס זיניג און מילד. פרייטאג און שבת וילך-שובה וועט זיך דער וועטער ווענדען אין דער טרעק פון האריקעין Matthew. נעכטען ביינאכט האט די אמעריקאנער מאדעל
ענדליך געוויזען אז דער שטורם גייט ארויס ווייטער אין ים, נאר צו טוישען צירוק צו א טרעק וואס גייט גלייך ארויף די איסט קאוסט מיט ערענסטע עפעקטס.דער euro איז נאך נישט זיכער און טוישט אויך א יעדע פאר ראנס. איך האלט נאך אלס אז דאס וועט זיך ענדיגען ארויס אין ים און נישט ברענגען ערענסטע עפעקטס צו די נארטאיסט. מען וועט דארפען זעהן ווי עס האלט מוצאי יום טוב ...

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער נאו יארק סיטי-

זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינער chance פאר א שויער, קיהל ,ארום 65. מערסטענס פארוואלקענט , מיט א קליינער chance פאר שויערס ,ארום 58 ביינאכט.
מאנטאג ( א׳ ראש השנה) טייל פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס מילדער,ארום 72 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 58 ביינאכט.
דינסטאג (ב׳ ראש השנה) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 55 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהל,ארום 57 ביינאכט.
פרייטאג און שבת- טייל זיניג ,מיט א מעגליכקייט פאר רעגען און ווינט (ווענדט זיך אויפן טרעק פונעם האריקעין) ארום 70 בייטאג. ארום 58 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינער chance פאר א שויער, קיהל ,ארום 65. מערסטענס פארוואלקענט , מיט א קליינער chance פאר שויערס ,ארום 58 ביינאכט.
מאנטאג ( א׳ ראש השנה) טייל פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס מילדער,ארום 72 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 55 ביינאכט.
דינסטאג (ב׳ ראש השנה) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 55 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהל,ארום 57 ביינאכט.
פרייטאג און שבת- טייל זיניג ,מיט א מעגליכקייט פאר רעגען און ווינט (ווענדט זיך אויפן טרעק פונעם האריקעין) ארום 70 בייטאג. ארום 58 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינער chance פאר א שויער, קיהל ,ארום 62. מערסטענס פארוואלקענט , מיט א קליינער chance פאר שויערס ,ארום 55 ביינאכט.
מאנטאג ( א׳ ראש השנה) מערסטנס פארוואלקענט מיט א chance פאר שויערס, מילדער,ארום 68 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 52 ביינאכט.
דינסטאג (ב׳ ראש השנה) מערסטענס זיניג און מילד, ארום 68 בייטאג. קלאר און זייער קיהל, ארום 48 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 68 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהל,ארום 50 ביינאכט.
פרייטאג און שבת- טייל זיניג ,מיט א מעגליכקייט פאר רעגען און ווינט (ווענדט זיך אויפן טרעק פונעם האריקעין) ארום 68 בייטאג. ארום 55 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מוצאי יום טוב ,א גוט יום טוב,א כתיבה וחתימה טובה , א גוט געבענטשט יאהר.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מוצאי ראש השנה- וועטערבאריכט און אפדעיט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט און א גמר חתימה טובה,
א פאר שיינע און מילדע טעג קומען פון מיטוואך ביז פרייטאג , די זון וועט ארויקומען און טעמפרעטורס וועלען זיין אין די low 70s. נעכט וועלען זיין מערסטענס קלאר און קיהל. דערווייל האלט מען אן אויג אויף דער שטארקע האריקעין Matthew. דער האריקעין איז נאך אלס זייער א שטארקע שטורם מיט ווינטען נאנט צו 145 מ.פ.ש. איבער יום טוב האט זיך עס אדורכגערוקט חלקים פון Cuba און Haiti און געברענגט אסאך שאדענס . די וועטער מאדעלס ווייזען יעצט אז חלקים פון איסטערן פלארידא און אויך נארט קאראליינע קענען זען ערענסטע אימפעקטס פון די שטורם. ווי עס גייט איינמאל עס קומט העכער די קאראליינעס איז נאך אלס נישט אינגאנצען באוויסט , אבער עס זעט אויס ווי עס רוקט זיך ווייט געניג אין ים (250-350 מיייל פון נאו יארק סיטי) אז עס קען ברענגען שווערע רעגען און ווינט שבת שפעט ביז זונטאג נאכמיטאג ,אבער נישט טראפיקעל שטורם אדער האריקעין קאנדישענס. דאס איז גוטע נייעס פארשטייט זיך ,איך וועל אפדעיטען איבער די נעקסטע פאר טעג אי״ה. נעקסטע וואך זעט דעמאלטס אויס צו ווערען זיניג אבער גאנץ קיהל ביז ערב יום כיפור.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער נאו יארק סיטי-

דינסטאג נאכט- טייל פארוואלקענט און קיהל, ארום 55.
מיטוואך ביז פרייטאג- טייל זיניג און מילד, 70-75 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהל,ארום 57 ביינאכט.
שבת און זונטאג- פארוואלקענט מיט א מעגליכקייט פאר רעגען און ווינט נאכמיטאג און ביינאכט(ווענדט זיך אויפן טרעק פונעם האריקעין) ארום 67 בייטאג. ארום 58 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג- מערסטענס זיניג און קיהלער, ארום 62 בייטאג. מערסטענס קלאר און זייער קיהל, ארום 52 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט- טייל פארוואלקענט און זייער קיהל, ארום 50.
מיטוואך ביז פרייטאג- טייל זיניג און מילד, 70-75 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהל,ארום 55 ביינאכט.
שבת און זונטאג- פארוואלקענט מיט א מעגליכקייט פאר רעגען און ווינט נאכמיטאג און ביינאכט(ווענדט זיך אויפן טרעק פונעם האריקעין) ארום 67 בייטאג. ארום 58 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג- מערסטענס זיניג און קיהלער, ארום 65 בייטאג. מערסטענס קלאר און זייער קיהל, ארום 48 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

דינסטאג נאכט- טייל פארוואלקענט און זייער קיהל, ארום 48.
מיטוואך ביז פרייטאג- טייל זיניג און מילד, 67-72 בייטאג. מערסטענס קלאר און זייער קיהל,ארום 50 ביינאכט.
שבת און זונטאג- פארוואלקענט מיט א מעגליכקייט פאר רעגען און ווינט נאכמיטאג און ביינאכט(ווענדט זיך אויפן טרעק פונעם האריקעין) ארום 65 בייטאג. ארום 50 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג- מערסטענס זיניג און קיהלער, ארום 60 בייטאג. מערסטענס קלאר און זייער קיהל, ארום 45 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מיטוואך אווענט ,א גוטע נאכט און א גמר וחתימה טובה .

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

[tag]וועטערבאריכט[/tag] יעצט צום נייעם יאר ווען עס ווערט שוין באלד צוויי יאר וואס דו ביסט מהנה דעם עולם מיט טעגליכע קלארע און בא׳טעמ׳טע באריכטן וויל איך דיר וואונטשן זאלסט האבן געפועלט אלעס גוטס מיט א גמר חתימה טובה און א זיס לעכטיג יאר
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

אפדעיט- האריקעין Matthew

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען טאג, hurricane Matthew איז אין אפענע וואסערען ציווישען קובא און סאוט פלארידא. די לעצטערע מאדעלס ווייזען זייער אינטרעסאנטע טרעקס מיט איין מאדעל (אמערקיאנער)וואס ווייזט אז עס גייט נאנט צו פלארידא און דערנאך געט עס זיך א דריי אויס און מאכט א הקפה און צירוק נאנט צו פלארידא א טאג צוויי שפעטער. בעצם וואס איז וויכטיג פאר אונז איז אז עס בלייבט גאר ווייט אוועק פון די נארטאיסט און עס איז יעצט מעגליך אז מיר באקומען כמעט קיין שום רעגען אדער ווינט פון דעם. א פאר שויערס קענען אנקומען פאר שבת אדער זונטאג אבער דאס וואלט געווען פון א קאלד פראנט און נישט אפילו פון די האריקעין.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מיטוואך נאכמיטאג- פרשת וילך-וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען, נאך א קיהלע נאכט וועט מארגען און פרייטאג ווערען ווארעם און זיניג. ווי פריער אדורכגעשמוסט עס זעט אויס ווי די האריקעין בלייבט ווייט אוועק פון אונז אבער א קאלד פראנט וועט יא ברענגען א קליינע chance פאר אפאר שויערס פאר שבת. מערסטענס זיניגע און קיהלע וועטער וועט דעמאלטס צירוקומען ביז נאך יום כיפור.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער נאו יארק סיטי-

מיטוואך נאכט-מערסטענס קלאר און קיהל, ארום 55.
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 75 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהל,ארום 58 ביינאכט.
שבת קודש-מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס נאכמיטאג און ביינאכט. ארום 68 בייטאג. ארום 55 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג-מערסטענס זיניג און קיהלער, ארום 62 בייטאג. מערסטענס קלאר און זייער קיהל, ארום 52 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך -מערסטענס זיניג און מילד, ארום 68 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 55 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט-מערסטענס קלאר און קיהל, ארום 55.
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 75 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהל,ארום 55 ביינאכט.
שבת קודש-מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר שויערס נאכמיטאג און ביינאכט. ארום 70 בייטאג. ארום 55 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג-מערסטענס זיניג און קיהלער, ארום 65 בייטאג. מערסטענס קלאר און זייער קיהל, ארום 50 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך -מערסטענס זיניג און מילד, ארום 68 בייטאג. קלאר און זייער קיהל, ארום 52 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מיטוואך נאכט-מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 45.
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 75 בייטאג. מערסטענס קלאר און זייער קיהל,ארום 50 ביינאכט.
שבת קודש-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר שויערס נאכמיטאג און ביינאכט. ארום 67 בייטאג. ארום 50 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג-מערסטענס זיניג און קיהלער, ארום 60 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, 40-45 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך -מערסטענס זיניג און מילד, ארום 65 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 45 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט ,א גוטע נאכט .

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דאנערשטאג אווענט - פרשת וילך- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, שיינע און מילדע וועטער וועט ווייטער זיין מארגען פאר א קאלד פראנט קומט אהן שבת נאכמיטאג און מוצאי שבת מיט אפאר שויערס מעגליך. זונטאג ביז דינסטאג וועט זיין זיניג אבער אביסעל קיהלער מיט זיניגע און מער מילדע וועטער פאר יום כיפור און דאנערשטאג. דערווייל האט זיך האריקעין Matthew נאכאמאל געשטארקט צו א category 4 און עס קען ברענגען ערענסטע שאדען צו איסטערן פלארידא אבער עס וועט דערנאך זיך ארויסדרייען און אומגלויבליך מאכען כמעט א circle און צירוקקומען נאנט צו פלארידא, פאר אונז אין די נארטאיסט וועט עס בכלל נישט זיין אין די פוקטשער ב״ה מיט דעם וואס עס בלייבט מיט א גוטער טויזענט מייל אוועק.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער נאו יארק סיטי-

דאנערשטאג נאכט-מערסטענס קלאר און קיהל, ארום 58.
פרייטאג- מערסטענס זיניג און מילד, ארום 72 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהל,ארום 60 ביינאכט.
שבת קודש-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר שויערס נאכמיטאג און ביינאכט. ארום 70 בייטאג. ארום 57 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג-מערסטענס זיניג און קיהלער, 60-65 בייטאג. מערסטענס קלאר און זייער קיהל, 50-55 ביינאכט.
מיטוואך(יום כיפור) און דאנערשטאג -מערסטענס זיניג און מילד, ארום 68 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 57 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט-מערסטענס קלאר און קיהל, ארום 54.
פרייטאג- מערסטענס זיניג און מילד, ארום 72 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהל,ארום 55 ביינאכט.
שבת קודש-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר שויערס נאכמיטאג און ביינאכט. ארום 72 בייטאג. ארום 55 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג-מערסטענס זיניג און קיהלער, 62-67 בייטאג. מערסטענס קלאר און זייער קיהל, 45-50 ביינאכט.
מיטוואך(יום כיפור) און דאנערשטאג -מערסטענס זיניג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און קיהל, ארום 52 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

דאנערשטאג נאכט-מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 45.
פרייטאג- מערסטענס זיניג און מילד, ארום 74 בייטאג. מערסטענס קלאר און זייער קיהל,ארום 50 ביינאכט.
שבת קודש-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר שויערס נאכמיטאג און ביינאכט. ארום 67 בייטאג. ארום 48 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג-מערסטענס זיניג און קיהלער, 60-65 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, 38-42 ביינאכט.
מיטוואך(יום כיפור) און דאנערשטאג -מערסטענס זיניג און מילד, ארום 67 בייטאג. קלאר און זייער קיהל, ארום 48 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג אווענט , א גוטע נאכט און א גוט שבת.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וועטערבאריכט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

לבי אומר לי אז מיר וועלן נאך יא ליידן פונעם האריקען
וואס איז דען מיין אינוועסטמעט, ווער בין איך דען צי זאגן, אבער אויב געלינגט מיר דאן...
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Hurricane Matthew bearing down on florida eastern coast

שליחה דורך וועטערבאריכט »

.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

אפדעיט האריקעין

שליחה דורך וועטערבאריכט »

עס איז ממש א מזל אז דערווייל בלייבט דער האריקעין מיט א 50-75 מייל איסט פון די פלארידא קאוסט, דער לינקע זייט פון א האריקעין האט שוואכערע ווינטען און די רעכטע זייט ( northeast quadrant ) האט די ערגסטע ווינטען און קאוסטעל פלאדינג . לויט דעם און אויך וויאזוי עס רוקט זיך וועלען די שטערקסטע ווינט און רעגען בלייבען איבער דער אטלענטיק ocean. עס קען נאך זיין אסאך שאדען און אויך אסאך פלאדינג פון 10-15 אינטשעס רעגען איבער די לאנד אבער עס איז נישט די worst case scenario.
פארשפארט