ברוך ה' שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!
עס איז מיר א גרויס כבוד צו פרעזענטירן פאר אייך דעם פינפטן זשורנאל פון "דער וועקער" (תשרי תשע"ז), מעשי ידיהם להתפאר פון אונזערע באליבטע פריינט, די סאמע געלונגענסטע מוחות און בעסטע פעדער'ס פון 'קאווע שטיבל', און גראפירט דורכן גלגול חדש פונעם באקאנטן ארטיסט - החכם [tag]פיקאסא[/tag] הי"ו. ווי אויך קומט א דאנק פאר החברים היקרים [tag]שלום שטיסל[/tag], [tag]געוואלדיג[/tag] און [tag]אבטולמוס[/tag], פאר זייער הילף.
א באזונדערע שמחה דריקן מיר אויס, מיטן ערשיינונג פונעם 'תשרי וועקער', וואס איז א פארגרעסערטער נומער - מיט 136 זייטן, אנגעפאקט מיט 25 הערליך-שיינע אטעם-פארכאפנדע ארטיקלן.
איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט וואס איז אריינגעגאנגען דערינען, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם שיינעם זשורנאל "דער וועקער" אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה.
מיר האפן אז גאר בקרוב וועט אי"ה שוין זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן דעם זשורנאל אויף עמעזאן [קאלירט, און שווארץ/ווייס], און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.
גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן וואס ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן ווייטער פאר וועם ער קען נאר, כדי דאס זאל האבן א הילכיגע ווידערקלאנג אין גאס.
ליינט מיט הנאה, און האטס מיר אלע א שנה טובה ומבורכת!
ווי עס וואונטשט,
אייער פריינט - אדנירם
קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" #5 - (תשרי תשע"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3334
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
- געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15301 מאל
קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" #5 - (תשרי תשע"ז)
- בייגעלייגטע פיילס
-
- Der Veker 5.pdf
- (13.71 MiB) אראפגעלאדנט 2608 מאל
דער אשכול פארמאגט 58 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן