זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ביליג האט געשריבן:ווען א גרופע תורים ובני יונה מאכן הכנות אויף מיין קאר ! [emoji35]
אדער ווען טרעט אויף מיין הינעראויג
Sent from my C6743 using Tapatalk
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
טרויבן88 האט געשריבן:[tag]פליקער[/tag] דאס איז וואס איך צירוק באקומען
מיר האט דער מייאר אויך געענטפערט עפעס זייער עינדלעך
Dear Mr. פליקער
Your email message to Mayor de Blasio of September 28, 2016, requesting the installation of a bike stations in the Williamsburg section of Brooklyn was referred to the Department of Transportation (DOT).
New Yorkers deserve and expect safe streets. Through Mayor de Blasio’s Vision Zero plan, the City is making a bold new commitment to improve street safety in every neighborhood and in every borough – with expanded enforcement, new street designs and configurations, public education and increased penalties for dangerous drivers. The Department of Transportation (DOT) recently announced each borough’s Pedestrian Safety Action Plan, which establishes a comprehensive set of actions for DOT, NYPD, and other agencies in achieving Vision Zero initiatives announced last year. The Borough Pedestrian Safety Action Plans are available on the DOT website at http://www.nyc.gov/html/dot/html/pedestrians/ped-safety-action-plan.shtml.
We appreciate your concerns and will make every effort to address the issue that you have raised. Your request has been assigned to the appropriate Operational Unit and has been given case
# DOT-312541-V8L6 . Brooklyn Borough Commissioner Keith Bray will provide you with our recommendations when the inspection is completed.
If you wish to contact us again in the future, please use the online form that is available on the DOT web site athttp://www.nyc.gov/html/dot/html/cont ... form.shtml. This will help us to act on your inquiry promptly, and to track your message to ensure that it is handled appropriately.
Thank you for sharing your concerns with us.
Roseann Caruana
Customer Service Unit
NYC Department of Transportation
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
DJ123go האט געשריבן:You could take one by myrtle & Franklin its pretty out from willi
סזעט נישט אויס ווי די ווייסט וויאזוי וויליאמסבורג זעט אויס
לעב אין לאז לעבן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גראדעמעכעלע: ס'איז אבער נישט איינס און א האלב בלאקס פון ביהמ"ד ראדני...ביטע זאג מיר נישט אז איך ווייס נישט וויאזוי וויליאמסבורג איז אויסגעלייגט. ווייל דער ..."טרייענגל"... איז א האלבן בלאק פון ווי מיין טאטע ע"ה האט געוואוינט...! און די ביהמ"ד אויף ראדני ווייס איך דאך זיכער אוואו ס'געפינט זיך...אפילו די הייוועי זייט...
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעון וואלף: פארקאש טליתים/זילבער איז געניג בזכות עצמו אז מ'זאלל לייגן א בייק סטעישן. אויסער דעם וועט דער עולם וועלכע קומען אין ביהמ"ד אויף ראדני האבן וואו צו פארקן זייערע בייקס. ווייל אויף ראדני איז נישט דא קיין פלאץ. ס'איז פארנומען מיט קארס. און די יונגעלייט די נייע יאפפי'ס האבן נישט וואו צו פארקן. די אמאליגע קאאל גייס (פון מיינע צייטן) זענען שוין געווארן זיידעס און עלטער זיידעס...!
- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אז קאווע שטיבעל האט באקומען א נייע טראל! ניטעמאל זיין נאמען קען איך אויסלייגען..
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:נעכטען צוויי אויפדערנאכט, דער שכן מיינע וואס איז דער קעניג פון פארשלעפטקייט, דער לקיטי בתר לקיטי דלקיטי. א מומחה און די בין השמשות ראיאן ,דעמאלדס שטיפט ער אריין מקוה'ס גראסערי, מנחה'ס, ענדיגן שלאק, אהיים ברענגן טלית ותפילין, קויפן חותך חיי מעסערל.
ער האט וויכטיג געדארפט בויען די סוכה טאקע יעצט באישון ליל, און איך קורטשע מיר (ווי א חסיד) פון רעכטס אויף לינקס וחוזר חלילה, שוין געפליפט די קישן לכל הצדדים אבער א מכה. לחשבונו איז ער לכאורה הייליג גערעכט, ווייל אויב ווען ביי אונז איז שוין שבת איז נאך ביי אים גרויס טאג, דאן ווען ביי אונז איז נאכט, איז לכאורה דריי נאמיטאג, איי עס איז טינקל? מסתמא א ליקויי החמה.
די חכם עתיק-יונה תטיק, די גלייבסט נישט אז דאס איז א מצווה הבאה בעבירה, א סוכה גזולה, געבויט אויף שינה גזולה.
איך וואלט שוין מסכים געווען ווען די האקסט אויפן טאקט, די טראפעלעך וואס קראכט אויפן ערקאנדישן איז נאך אויף צו שלינגן, עס קלאפט אויפן טאקט ווי א שווייצער זייגער. דו אבער, האקסט ווי א בום-באקס ד'אנשי חם, אבי אין קאפ אריין!!
איך קען נישט איינשלאפן!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ווען איך באקום פאסט (כ'באקום אסאך!) מיט די ענוועלאפס אזוי פארקלעבט, אז ניטעמאל קען איך אריינשטעקן א פינגער עס אויפצורייסן! עס איז פולשטענדיג פארקלעבט מסוף הענוועלאפ ועד סופו. וליתר שאת וועלן מאנכע נאך ארויפקלעבן סקאטש טעיפ איבער די גאנצע ברייט פאר א עקסטערע דאזע אף פראטעקשאן.
זאג נאר, וויפיל שעה ביסטו פארנומען מיט די געקלעבעכץ, הא? וויפיל סאה שפייעכץ גייט לבטלה פאר די קלעב פראצעס? טיפש איינער! וואס האסטו מורא? אז דער פאפיר אדער טשעק וועט ארויספליען אויפ'ן וועג פונעם אפענעם נאדל לאך?
בכלל האב איך געזען אז אין ארץ ישראל (און מסתמא אין נאך לענדער) קומען רוב ענוועלאפס מיט א ספעציעלע עפענונג צו קענען גרינג אויפרייסן, ממש א מחי'. פונקט אין אמעריקע איז מען נאך אזוי צוריקגעשטאנען.

וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג: דו ביסט גערעכט. אבער א יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל. למשל ווען די שטאט שיקט אפיציעלע דאקומענטן וואס מ'מוז צריקשיקן אין זייער ענוועלאפ. און די קלעבאכץ אויפ'ן ענוועלאפ איז אויף אזא קליינעם שטח און זייער שוואך אז ס'איז דא אן ערנסטער חשש אז די דאקומענטן וועלן ארויספאללן. דאמאלס ביניך מיך אויך נוהג ארויפצולייגן א ביסל סקאטש טעיפ ליתר שאת וליתר עוז. אבער איך מאך זיכער אז ס'זאלל איבערבלייבן א שיעור ג' אצבעות (דער שיעור פון געוויסע שטאטישע ארבייטערס) צו קענען אויפמאכן גרינג דעם ענוועלאפ...!
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
כדרכי בקודש האביך שנעל אדורכגעבלעטערט די יו"ט אויסגאבעס פאר כ'זעץ זיך געהעריג ליינען. בלוט איז מיר ווידער ארויף אין קאפ, די קאלטע איז ווידער אנגעהיצט געווארן, און רויעך איז ווידער פון מיין נאז געגאנגען.
איך ווייס נישט צו די אמעריקאנער אויסגאבעס האבן פשוט נישט דאס געלט [קעטש 22], אדער האט דער רבי זי"ע דייקא געוואלט בעלי בתים מטומטמים.
פארוואס קען נאר די א"י משפחה...
... אראפשיקען צוויי שרייבער אויף א וואך צייט אין די הרי אררט אויפן גרעניץ פון רוסלאנד און כינע וואו סטאלין האט אויפגעשטעלט דאס ערשטע אידישע אויטאנאמיע, און עס דערנאך באשרייבען אין ניין פרקים, [און יא... זיי האבן אפיציעלע-דזשורנאליסט דאקומענטן].
... רעדן פון קעפלער'ס געזעצן לגבי שמחת בית השואבה, און אפי' ברענגען קריטיק אויפ'ן חידוש פון 'אמת'ע' וויסנשאפטלער.
... אויף איין בלאט באשרייבען דער הייליגער רמ"מ מויזניץ, און אויפן נעקסטען האבן בילדער פון בגין און משה דיין.
... פארציילען איבער א פארברענגען ביין ליובאוויטש'ער רבי'ן ז"ל.
... האבן אינטעליגענטע אדווערטייזמענטס.
... ארויסגעבען א גאנצע נאוועל וואס יעדע פרק איז געשריבען דורך אן אנדערער שרייבער.
פארוואס קען נאר די א"י בקהילה...
...אראפשיקען שרייבער קיין צפון אפריקא באשרייבען דאס אידיש לעבן אין שאטן פון אייסיס.
... דרוקען די הרגשים פון יעקב ב. פרידמאן בכבודו ווען ער האט געזען א ליובאוויטשער משיחיסט בלאזן שופר אינמיטן די גאס, און אפי' צושרייבען אז יענעמ'ס 'יחי' קאפל איז אים נישט געווען אזוי באקוועם.
... דערמאנען קאפקא - הגם זיי רופען אים 'אייזיק' קאפקא. [לדבריהם איז ר"נ'ס סיפורי מעשיות גארנישט אונטערשטעליג פון קאפקא].
דאס אלעס איז כטיפה מן הים, בלעטערנדיג. כ'וועל נישט רעדן איבער די גאונ'ישע מליצות, די שולד אויף דעם לייג איך אן אויף די אידישע שפראך.
#מאמענט #שטערן #קול ברמה #הילל וויינבערגער

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
איך וויל זיך גיין לייגן שלאפן, די מאטראץ ליגט אין סוכה גרייט, כ'ליין קר"ש אינעם דיינונג רום, כ'טו זיך איבער, און ווי נאר איך עפען די טיר פונעם בעק יארד האט מיר עס געשלאגן אין פנים.
האקט מוזיק ווי איך געפין זיך אין עטרת אברהם.
א חוצפה פון די קליינע רעבעלעך, וויבאלד זיי דארפן בילדער אינעם צייטונג קענען יעצט 250 אידן פונעם בלאק נישט מקיים זיין די מצווה פון שלאפן אין די סוכה.
וואס מיינט דאס איינס אזייגער קנאקן מוזיק? כ'דארף מארגן אויפשטיין 7, כ'קען נישט פופן ווי דיר ביז חצות,
אין בארא פארק האקט יעצט מוזיק אויפן העכסטן גראד אין איבער 10 סוכות זיכער.
יעדע רעבעלע סוכה איז ארום גענומען מיט פריוואטע סוכות, כ'וואלט געשאצט איבער 250 מענטשן ליידן פון די מוזיק פער רעבעלע.
כ'גיי אריין אין מעסטער בעד רום שלאפן, דו רעבעלע וועסט געבן א דין וחשבון אויפדעם, (צווישען נאך טויזענט זאכן).
האקט מוזיק ווי איך געפין זיך אין עטרת אברהם.
א חוצפה פון די קליינע רעבעלעך, וויבאלד זיי דארפן בילדער אינעם צייטונג קענען יעצט 250 אידן פונעם בלאק נישט מקיים זיין די מצווה פון שלאפן אין די סוכה.
וואס מיינט דאס איינס אזייגער קנאקן מוזיק? כ'דארף מארגן אויפשטיין 7, כ'קען נישט פופן ווי דיר ביז חצות,
אין בארא פארק האקט יעצט מוזיק אויפן העכסטן גראד אין איבער 10 סוכות זיכער.
יעדע רעבעלע סוכה איז ארום גענומען מיט פריוואטע סוכות, כ'וואלט געשאצט איבער 250 מענטשן ליידן פון די מוזיק פער רעבעלע.
כ'גיי אריין אין מעסטער בעד רום שלאפן, דו רעבעלע וועסט געבן א דין וחשבון אויפדעם, (צווישען נאך טויזענט זאכן).
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ווען טפשים - ענד איטס אלוועיס דע טפשים - זענען צום ערשטן מאל מסביר זייער שטעלונג אבער הייבען אהן דעם זאץ מיט 'נאכאמאל'... (עם התנועה המיוחדת לזה).