בד"ה, זיך געהאלטן זייער פריש ביז ממש לעצטענס. מ'קוקט זיך אזוי אים און מ'נעמט אין אכט אז ס'שוין כמעט נישטא ווער ס'קען דערציילן ערשטהאנטיג פון דער אלטערהיים. ר' בנימין האט זייער ליב געהאט צו דערציילן למען ידעו דור אחרון. די שאלה איז נאר ווי באגלייבט ער איז געווען. איך בין געווארן טורנד אפפ ווען כ'האב געהערט אויף קול מבשר אן אינטערוויו ווי מ'האט אים געפרעגט וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן א חנוכה ליכט צינדן ביים מנחת אלעזר אויף וואס זיין תשובה איז געווען: גיי אריין צום היינטיגע מונקאטשע רב וועסטי זעהן ממש די זעלבע ווי ביים מנח"א גיוו מי עי ברעיק!
אלע זיינע חברים פון די ישיבה יארן דערמאנן כסדר ווי ער איז שוין געזעצן אין ביהמ''ד פירע פארטאגס חק ולא יעבור און געלערנט מיט זיין באקאנטע באסעווע שטימע.
נאך זיין חתונה איז ער געווען פון די ערשטע יונגעלייט מיט וועם האדמור מבעלזא שליט''א האט מייסד געווען זיין כולל מתיבתא בביתו אן ער האט עם שפעטער געשיקט קיין ב''פ צו ווערן דיין און שפעטער דיין ראשי. ער האט פארמאגט א שטארקע כוח הרבנות.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
כ'בין כמה פעמים געווען אין מאדזיצער שטיבל ביי די יאהרצייטען און איך האב אסאך גלערענט פון ר בנציון ע"ה. ר בנציון איז געווען א זעלטענער בעל מחדש און פראפעסיאנעלער מוזיקאנט. ער האט געזינגען פון די נאטען זייער מדוקדק אין אויך קאמפאזירט ניגונים אויסגעהאלטען לויט די חוקים און כללי חכמת המוזיקא. ליידער זענען די היינטיגע מלחינים א באנדע אום עדיוקירטע בורים מיט רויע טאלאנט, און עס איז שטארק ניכר אין די בתי מדרשים ביי לכה דודי ...