אין די פרישע סוכות נומער פון די קינדער אויסגאבע "קינדליין" איז דא אן ארטיקעל פון א געוויסן ר' חיים יהודה גרינפעלד ווי ער פארקויפט מופתים מעשיות וואס זענען יא אדער נישט געשעהן באגלייט מיט בילדער. קיין איין בילד פון דעם ארטיקעל ווייזט נישט אז די מעשה איז אמת, נאר איין דראמאטישע בילד - וואס קינדליין האט דערנאך אויפגעשטעלט אויף זייער אדווערטייזמענטס - ווייזט אז א כלומר'שטע מופת פון רבי איציקל פשעווארסקער האט אמת'דיג פאסירט.
לויט די מעשה האט א חסיד נישט געהאט קיין פאספארט מיט וואס אהיימצופארן, האט רבי איציקל אים געגעבן א זמירות און האט אים געזאגט אז "דאס וועט דינען אלס פאספארט אינ'ם עירפארט"... וכך הוה...
דא איז די מעשה ווי באשריבן אין קינדליין
די מעשה דערציילט מען שוין צענדליגער יאהרן, אבער פאר א מיסטעריעזע סיבה האט נאך קיינער נישט באוויזן צו לייגן א האנט אויף דעם זמירות ווי די גרעניץ באאמטע האבן אריינגעזיגעלט. ביז... קינדליין האט געדרוקט דעם בילד וואס ווייזט אויף די מעשה שווארץ אויף ווייס:
די פראבלעם איז נאר אז די בילד איז פאלטש, און ווען עס איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף קאווע שטיבל איבער צוויי יאהר צוריק, האט גענומען פאר חברינו [tag]outspoken[/tag] א קורצע צייט אויפצו-ווייזן בלי שום ספק אז עס איז פאלטש:
דא איז די לינק ווי די אריגינעלע זיגל ליגט שוין זייט 2011,
https://commons.wikimedia.org/wiki/File ... ter-UK.jpg
און עס איז נישט דא קיין שום רעקארד בעולם אז די בילד אדער זמירות זאל עקזיסטירן פאר עס איז ארויספגעשטעלט געווארן דא אין קאווע שטיבל מאי 29, 2014.
קינדליין האט גענומען די בילד פון קאווע שטיבל, און מ'קען נאך אפילו זעהן די איבערבלייבענישן פון קאווע שטיבל'ס וואטערמארק וואס זיי האבן פראבירט צו פארמעקן. פארשטייט זיך אז זיי האבן נישט געקעירט קיין איין רגע מברר צו זיין אויב ס'איז אמת, און נאך ערגער - ס'איז זייער מעגליך אז זיי האבן קלאר געוויסט אז ס'איז פאלטש און האבן דאך מחליט געוועהן עס צו דרוקן ווייל עס וועט זיין אינטערסאנט פאר די קינדער, און who cares אז ס'איז פאלטש.
אין די הקדמה פון די אויסגאבע שרייבט די קינדליין רעדאקציע אזוי:
- אונזער נייער שרייבער, הר"ר חיים יהודה גרינפעלד, ברענגט אייך אן עקסלוסיוו ארטיקל, איבער נסים אדער היסטארישע געשעענישן וואס מען קען נאך זען "היינט" בזמן הזה. דער ארטיקל ווערט באגלייט מיט עכטע קראנטע בילדער און וועט אייך האלטן געשפאנט און גלייכצייטיג געבן חיזוק אין אמונה בה' ובמשה עבדו.