שש און רויטע דעבאטע...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

שש און רויטע דעבאטע...

שליחה דורך [NAMELESS] »

נעכטן נאכט האבן מיר פארברענגט צוזאמען בנעימים, [tag]רויטע וואנצעס[/tag] איז געווען פארנומען מיט זיין פרישקייט איבערן פארוויילן אין אומאן דעם ראש השנה, ער האט געשפירט די אורות און געווען א הייסע חסיד פון רבינו נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה.

מיר האבן ביידע געלאכט אביסל לכבוד שמחת בית השואבה, זיך טשעפענענדיג און וויצלנדיג מיט גראמען. רויטע האט געזאגט אז אפשר איז כדאי מהנה צו זיין דעם עולם מיט אונזער ווערטער אויסטויש. נו, אין מסרבין לגדול, אפשר וועט טאקע דער עולם הנאה האבן. אדער ווי יענער האט געזאגט, אויב איינער וועט הנאה האבן, וועט זיך שוין האבן געלוינט די דרשה...

אלזא, געגאנגען:
אדנירם האט געשריבן:דו זעסט אויס שטארק בשמחה, מלך אדום

רויטע וואנצעס האט געשריבן:נ נח נחמ נחמן מאומן לא יעזב אותי לעולם!

אדנירם האט געשריבן:א נייע נ-נח שוואנצעס
טאנצט מיט די שמאנצעס
מיין ליבער רויטע וואנצעס

רויטע וואנצעס האט געשריבן:חחחח‎
געווארן א נחמן שוואנץ‎
קאווע שטיבל מח, ברסלבע מרה.


אדנירם האט געשריבן:געווארן ר' נחמן'ס שוואנץ,
געכאפט אין אומאן א טאנץ,
נעבעך שוין נישט מח גאנץ,
געווען זאפטיג ווי א מאראנץ,
אבער פאר'כישופ'ט פון ר' נחמן'ס גלאנץ,
לייגט ער דארט אראפ א קראנץ,
און ער פארלירט זיין שאנץ,
אביסל שכל צו געבן אן איינפלאנץ.

רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער משזר האקט אין קאפ
מישט זיך אין נזיד עדשים טאפ
אין מלך אדום א מורד
לסוף דעתו נישט יורד
היינטיגע אויבער חכם
לאכט פונעם תמים
אנחנו עם רבינו לעולם
בשעה שהוא צוחק כגולם.‎

אדנירם האט געשריבן:האב נישט קיין פאראיבל,
גארנישט קומט צו צום שטיבל,
מיין ק"ש, מיין זיסע ליבל,
וואו מ'רעדט פון רבי'ן ביזן ביבל,
און ס'טוט זיך א געווירבל,
פון אריינקריכן בעומק ביז כאפן א טיבול,
פון א כלי שבור ביז א כלי קיבול,
וואו מ'עסט אייער דווקא אן צוויבל...

רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער האט צופיל קאווע געטרינקן
אין שאול תחתית געזינקן
מאכט חוזק פון יעדע הייליג זאך
מיט די הענט אוועק א מאך
אפילו ציממערמאןס קולות
מיט ראבינאוויטש תורות
וועט גארנישט אויפטוען
ווען מ'רעדט צו א קאווע טרינקער מין.

אדנירם האט געשריבן:איך קען שוין די תורה'ס,
יעדער וואס שפירט פלוצים 'אורות',
הייבט אן שפייען צרורות,
פונקט ווי תרנגולים'ס סחורה'ס,
דבריהם דברי טיפשות ובורות,
אבער האבן די חוצפה צו זאגן בברורות,
'דו ביזט א שייגעץ, א מין, און אן אפיקורס'.


רויטע וואנצעס האט געשריבן: :like
עפן א שמייכל אשכול "שש און רויטע דעבאטע".
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

פארוואס עפעס נאר שש מיטן רויטע
וואס בין איך עפעס א שויטע
ווי בין איך
איך קען קומען זייער גיך
מיט לייץ בלוי מיט רויטע

זייער נישט שיין
מיר צי לאזן אין האלז מיט א ביין
מיר ווילן אלע דארט זיין
מיר ווילן אלע קומען צי גיין
מיר זענען דאך דא גלייך ווי טויטע
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיר האבן א פראבלעם מיט הרב [tag]פליקער[/tag]
ווען זיין קול ווערט געשמאקער און דיקער
און איז אין אונזער ריכטונג א וויצן שיקער
קען ער זיין א פאטאלער דערשטיקער
ווען מ'דערשטיקט זיך פון די זיסע ציקער
דערפאר האבן מיר אנגענומען אן עיקר
זיך צו האלטן פון דיר היבש מנוכר
ווייל עס קען נאך דורך דיר פאלן שטיקער.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

האלא רב שש
איך האלט מיר דא אינדערמיט פון א מאגער שטיקל פלייש
הער אויף מיט דיינע מעשות של סוטה
ווען דו האקסט א לעבן מיטן וואנץ דער רויטע

מיר לאזט איר דא אליין שוויצן
איך האב מיין האנט נישט מיט וואס צי ניצן
נאר אולי צי פיצן מיין נאז
אדער מיין שטערן ווישן פון די היצן
איך וועל נאר מיינע ציינער קריצען
סארי פאר דיין אשכול צי פארשמיצן

איך וויל נישט אריין אין קיין דיבאטע
ווען איך האב נאר פארקא*טע גראמען
צווישען אזעלכע לייבען זיך געבען א מיש
און פארשטערן די געהויבענעם טיש
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: שש און רויטע דעבאטע...

שליחה דורך קל וחומר »

ניסן דער חתן, איז אים צעריסן די הויזן...

כ'האב געמיינט אז דיינע טעותים זענען נאר אין ספעלינג.
די פינגער פארן דיך שנעלער ווי די מח...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

טיפיקל שש
זיך מחמם מיט יענעמס אש
אלע לייקס פאר זיך
איך בארוועס אן שיך
מיטאר ניטאמאל רעדן מיט אזא בור
ער קען אפקילן רבי נחמן'ס אור.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פון א דריטע פארטיי פליקער
צום דעבאטע גיבט צו טעם כעיקר
שש פון כבוד שיכור
אז מ'שמירט אים מיט צוקער
פליקער איז פרישער ווי פריש
אין ביידע באקן א רויטע קוש.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא יא, רויטע געבט קישעס גאנצע זעק,
מ'קען מיינען ער ליבט אן קיין עק,
סתם א חונף ממש א שרעק,
זוכט א חבר געבט א לעק,
בעצם קומט אים ביטערע שלעק,
כ'האלט מיך איין פאר איין צוועק,
וואס פאר ענק אלע איך אויפדעק:
כ'האף נאך פון די נ-נח'ס אים צו נעמען אוועק...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דער שש שרייבט מיט פאמפ
באלד אזא מויל ווי טראמפ
נעמט אלעמאל די בעיט
אויף ק"ש די מערסטע ריעל עסטעיט
עסט לייקס ווי א דראגען
דערנאך וויל יעדעם אנקַלאגען
א גבר אלים אן שרעק
מחזק אנדערע צו טיילן שלעק.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: שש און רויטע דעבאטע...

שליחה דורך פליקער »

וואס האט דא פליצלינג פאסירט
ווען שש מיט רויטע א מחלוקה פארמירט
אהגעהויבן מיט אזא שיינע דיבאטעס
און פליצלינג פליען דא טעמאטעס
איך האף עס איז נישט מיין שילד
איך שפיער עפעס אזא גילט
אולי האט געפלאצט איינעמס געדילד
ציריק צים פותח האשכול ביטע
מיר אלע וועלן ווייטער הערן לויב געזאנג שיינע און גיטע
שוין אויפהערן מיט די טענות ומענות
איידער איך קלאפ אויף.אייך.מיינע שענות.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער רויטער קען נישט פארנעמען קיין שוני,
עלה פיהו מרמות ולשונו עמל ואון והיא יגוני,
ער זאגט איבער און איבער בטל רצונך בפני רצוני,
יעצט גיי שלאג דיך מיטן גערעגטער אדמוני.

איך בין נישט צוקריגט מיט אים א נייעם,
איך גיי בדרכי ה' שהוא משפיל גאים,
ווען רויטע גיסט אן פונעם קוואל מים חיים,
בין איך מיט אים מטפס ועולה לשמים,
אבער ווען נישט ווערט נתבטל די אהבת ריעים,
ווייל עס ברויזט דער רויטער שפתיים.
גלאז קאווע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 26, 2016 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך גלאז קאווע »

מיינע צוויי צענט אריינווארפן מעג איך,
כאטש איך שרייב נישט דא אינעם שטיבל טעגליך,
מ׳מוז די קריגערייען סטאפן ווי ווייט מעגליך,
ווייל אויב נישט קען דאס ווערן גאר שעדליך,

ווייל @רויטע איז א ברסלבער מיינט נישט אז ער איז עפעס א קטלא קניא,
שש, זיי דיר מחזק מיט דיין פראפייל בילד פונעם הייליגן בעל התניא,
אפשר פרוביר טאקע חב״ד חכמה בינה ודעת ,
און פון @רויטע נעם אוועק דיין כעס,

די מחלוקת סטאפן מוז מען פרובירן,
הערטס אויף דעם @רויטען צו אטאקירן,
נישט שרייען און נישט קרוטיקירן,
נאר איינעם דעם צווייטן שיין קאמפלימענטירן,
אזוי וועט מען קענען קעגן משיח׳ן פירן,
פארשפארט