ברוך השם!
היי יאר האב איך זיך פארהאנדעלט א מטר מאט פאר א דריטעל פון מיין סוכה. א שכן מיינע האט עס געקויפט פאראיאר'ן און היי יאר איז ער געפארען קיין א"י (דער וואס קען ערלויבען דער טייערע סכך קען ערלויבען צו נעמען די משפחה קיין א"י...). איך זיץ מיר יעצט אין סוכה אין די חלק ווי מ'האט עס געלייגט און איך קוק ווי ס'טראפט אין די אנדערע זייט פון די נאסע סכך.
איך האב היינט געהאט א ברית פון א חבר'ס א קינד, כמבואר
כאן, און אין מיט'ן דאווענען האט זיך עס גענומען רעגענען שטארק. דער סעודה האט מען אויפגעשטעלט אין בית המדרש (ס'איז א נוסח ספרד שול, ווי די זאכען ווערען ערלויבט) און מ'האט זיך דארט געוואשען. איך האב געקלערט צו זיך 'ממילא דער עולם, זיי זענען דאך מצטערים, זיי האבען נישט קיין סוכה ווי צו גייען. איך האב אבער יא, פארוואס זאל איך מעגען זיך וואשען דא? נאר פאר די סעודת מצוה איז עס נישט מעגליך זיך צו באטייליגען אחוף ווען איך זיץ דא אין בית המדרש. למעשה ביני לביני האט זיך אויפגעהערט רעגענען פאר דעם וואס איך האב זיך געוואשען און איך האב שוין נישט געמעגט וואשען, האב איך אהיים גענומען א זעמעל און געגעבסען ביי מיר.
היי יאר איז עס נישט געווען פארקויפט, ער האט עס נישט פאבריצירט. דאס ביסל וואס איז געבליבען האט ער יא פארקויפט. בתוך הקונים איז געווען מונקאטשער רבי שליט"א, וואס האט עס געלייגט ביים פערזענליכע סוכות (האסט געמיינט א רעבע קען זיך באגענוגיגען מיט איין פריוואטע סוכה?) און בעז"ה וועט מען איבער א יאר פאבריצירען מער, ובתוכם לענגערע שטיקלעך.
אין בתי מדרשים אין לעיקוואוד האט מען פארטיילט א גליון פון דער טשיקאגא כולל, און דארט האט מען אראפ געברענגט פון ר' משה פיינשטיין אין ספר מסורת משה אז ער האט עס מתיר געווען לכתחילה און געזאגט אז אין יוראפ האבען אסאך אזוי געטוהן אפצוהאלטען די רעגען. טאמער איך וועל קענען וועל איך ארויפשטעלען א קאפי. טאמער איינער האט דער ספר מסורת משה, איז ער געבעטען דאס ארויף צו שטעלען.