מיין באזוך אין אומאן ראש השנה תשע"ז

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

מיין באזוך אין אומאן ראש השנה תשע"ז

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

נאך יארן פון "מניעות" בין איך ענדליך אויפן פליגער צו אומאן אויף ראש השנה תשע"ז.

ווען מ'גייט שרייבן פון אומאן איז שווער צו וויסן וואו אנצוהייבן און וואו צו ענדיגן. אומאן איז נישט אן עקספירענס וואס מ'קען שרייבן מסודר. אומאן איז א מיש מאש פון אלע מיני מענטשען, געפילן, גשמיות, רוחניות און פאלפל באלס. אומאן איז א פלאץ וואו אהבת ה', אהבת הצדיק און אהבת ישראל נעמען אויף די זעלבע קליינע פלאץ אין הארץ און מח. אומאן איז אן עקספירענס וואס געבט האפענונג אויף א טאג פון שלום ואחדות צווישן אלע חלקים פון כלל ישראל, און לאזט איבער די מיטלעבער מיט נאסע אויגן פון אהבה, שמחה און דערהויבנקייט.

אין די פאלגענדע הודעות וועל איך באריכטן מיין וואך אין אומאן די פארגאנגענע ראש השנה. איך וועל שריייבן וואס כ'האב געזעהן און געהערט פון פארשידענע חבורות וואו איך האב מיך אריינגעשווערצט מיט רשות אדער אן רשות. פון די סאטמערע, ביז די מתנחל'ישע קעמפינג סייטס. פון די קומזיצן ביז די שיעורים און דרשות און אלעס אינצווישן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מיין באזוך אין אומאן ראש השנה תשע"ז

שליחה דורך גר ותושב »

עס האלט שוין ביי 16 לייקס הגיע הזמן
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ריכטיג! אוי "מניעות" געוואלד!

חוה"מ וועט זיין אסאך צייט. אנטשולדיגס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

"נא, רויטע'לע ווען פארסטו שוין אויף אומאן" הער איך שוין די לעצטע פאר יאר פון חברים און קרובים.

"אומאן? כ'בין נישט קיין ברסלבער און כ'פלאן נישט צו ווערן איינס. בד"וו, כ'האלט נישט ביים שלאפן ווי קו אין שטאל".

"זארג נישט, ס'גוט, ס'פיין.. ס'נורא נוראות רויטע'לע... פליז!!!

און פאסירט האט עס ענדליך היי יאר. געלאזט די פאמיליע און די ביזנעס אויף הפקר פאר א קלייכיגער וואך, און געיאגט צו אן אומבאקאנטן שטאט אין הארץ פון אוקריינא: אומאן.

----

נאכן זיך געזעגענען מיט מיין ליבע ווייב און קינדער אין JFK, בין איך פארשווינדן געווארן העכער די וואלקענעס מיט נאך צוויי הונדרעט חרדי'שע אידן. נאכאמזל מען איז געפארן ביינאכט, האב איך נישט געדארפט דורך גיין די שחרית-טלית-תפילין טראמא, וואס יא, מען איז דורך א מייגרעינד ביז יעדער האט עספיעט אריינצושטופן זיינע פעקלעך ממצרים ועד הנה אין די איבער די קאפ לאקערס, בשעת די סטוערדס רעגן זיך אז מ'איז שפעט.

צווישן שלאפ'דיגע, מאווי וואטש'דיגע און גאום קייענ'דיגע בחורים, ליג איך מיר איינער אליינס אן קיין היימיש פנים. דא דארט פלאצט מען אויס אין א געלעכטער איבער א גוט קארני זשאק איבער אוקריינא אדער די סטוערד, ווען מ'דרייט זיך ארום ויחלום שנית.

נאכן כאפן א קענעקטינג פלייט אין פולין, איז מען ענדליך דא על אדמת אוקריינא. צוויישן טויזענטער אנגעקומענע, פיל איך מיר פארלוירן. וואו גייט מען? כ'זעה נישט קיין וועג, ס'איז א בהלה, ווען פלוצלונג הער איך איינעם מיר רופן ביים פולן נאמען. כ'דריי מיר אויס, כ'האב יענעם נישט דערקענט אבער ער האט מיין בילד שוין אמאל געזעהן, והנה, אונזער [tag]ברסלבער[/tag] אליינס איז דא מיר מקבל פנים זיין!

כ'זאג אייך דער ברסלבער איז אן עסקן א געשמאקער אז איר ווייסט גארנישט. דער שטייט מיט די גרויסע וואלענע ציצית און פירט א רעדל ארגענאזירן די טראנספארטאציע פאר זיין חבורה. בחפץ לב האט ער מיר ערלעדיגט א זיץ אויף זיין גאר געשמאקער קאוטש באס, און היידא, מ'פארט צום רעבין.

אויפן וועג האט מען פיין ארומגעשמועסט איבער אלעס ברסלב און די חילוק צווישן פארשידענע חבורות. נאך א שווערע טרעפיק זענען מיר אנגעקומען קיין אומאן, וואו מ'האט זיך ארומגעשלאגן מיט די פאליציי אריינצופארן טיפער נעבן די אכסניות, וואו איך האב אפגעשטיגן און זיך גענומען גיין זוכן מיין אכסניא.

-----

הזאת אומאן? זומפיגע גאסן באצירט מיט פעדלערס אויף ביידע זייטן! כ'שפיר דא גארנישט, חוץ א קאלט ווינטל. אבער כ'בין נישט געקומען קיין אומאן צו שפירן עפעס אדער מיט א ספעציפישע ציל, כ'בין דא ווי א טוריסט אויסטשעקען דער מצב.

כ'גיי טיפער אריין צום צענטער פון שכונה, ווען די נ נח מוזיק פארכאפט די אויערן און מח. צווישן פאלפל און פיצא געשעפטן, דרייט זיך א ציבור ציללאז ווי די ערשטע טאג אין קעמפ. פארלוירן פון די רעש און געפילדער יאג איך צו מיין נארוואס געטראפענע אכסניא אויף די זעקסטע שטאק פון א בנין, וואס קוקט ארויס גראד העכערן ציון.

ס'איז שפעט דאנערשטאג ביינאכט, ווען איך טרעף ענדליך די הכנסת אורחים שאטער, וואו עסן איז פארטיילט געווארן כמעט ביז פארטאגס. ס'איז צו שטוינען ווי ארגאנאזירט די הכנסת אורחים ווערט געפירט. גאר פונקטליך, ריין און געשמאק.

מ'כאפט א שנעלע דרימעל, ווייל מארגן איז דא א ביזי סדר היום...
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'איז פרייטאג אינדערפרי. כ'וויל זאגן גוט מארגן פאר די ווייב און כאפן די באס פאר מיינע קינדער, אבער וואו קינדער, וואו ווייב. איך רייב זיך די אויגן, כ'בין אין אומאן! נאך דריי פרישע חברה זעה איך שלאפן ביי מיר אין צימער. די צימער פליט ווי א דאמערטארי נאך א קאלערוואר אויסבראך. דער האט געהאנגן די נעכטיגע גאטשעס ביים ראש המיטה, ווי אויף אפצושפרעכן אן עין הרע, און דער צווייטער האט געלאזט זיינע נעכטיגע זאקן כאפן א שפאציר צו מיר אין די נעגל וואסער.

---

מיט פארשלאפענע אויגן טשעק איך מיין סעלפאן. א מעסעזש פון [tag]ברסלבער[/tag] פרעגט, "ביסט שוין געווען ביים ציון?"

"ניין, כככ'בין נאך ביזי מיט הכנות" פארענפער איך זיך, ווי כאילו מ'האט מיר געכאפט ביי אן ערנסטע עבירה.

"כאפ אריין די ציון, אינדערהיים איז נישט דא קיין ציון"

אקעי... דער לייגט נאך מער לחץ ווי די קונטרס טיילער, מוז מען שוין טוען צו די זאך.

---

שוין געווען שפעט, האב איך שנעל אפגעדאווענט, געגעסן פרישטאג און געגאנגען הערן עפעס א דרשה פון א אינגערמאנטשיק מיט א ישראלי ברסלב געשטעל און א שפאלער זיידע בערדל.

גאלינסקי הייסט ער דער תכשיט, אן אייניקעל פון המגיד רבי יענקעלע גאלינסקי ז"ל. דער האט געבאכעט אין די קישקעס איבער לימוד התורה און ווי עס וואשט אויס די נשמה, געפלאכטן האט ער זייער שיין זיינע מאמרים מיט רבי נחמן'ס תורות, אלץ מיט א לעכטיג שמייכעל און געלאסענקייט.

אהההה, פון דארט בין איך געגאנגען צו אן ערב שבת קומזיץ מיט'ן באקאנטן ברסלבער מלחין, זינגער און שפילער ר' יוסף קרדונר. דער האט מיר ארויסגעשלעפט א שמייכעל אויף די ליפן בעת'ן שעפן טרערן פון די אויגן. דער האט אויפגעריסן מיין הארץ ווי א באמבע פון ווארימקייט. איי האבן זיינע הערליכע שבת און ברסלבער לידער בוקע געווען מיינע אינערליכע געפילן, און געגרייט מיין זעהל פאר א לעכטיגע שבת בצל פילע טויזענטער אידן דא אין אומאן.

די ווילדע מוזיק האט ווייטער באמבאדירט, די גאסן זענען ווייטער געווען באצירט מיט פעדלער און פיצא, אבער אומאן האט שוין געשפירט צו מיר עפעס ספעציעל. ביי די ליכטיקייט פון טאג איז געווען גרינגער צו זעען טויזענטע אידן פון אלע קאלירן אינעם עם ישראל רעגנבויגן, פארברענגן דא - אין א קליין פלאץ - צוזאמען כאיש אחד בלב אחד. די הארץ האט מיר געפרייט צו זעען ווי אלע פארברענגן, שמועסן, העלפן זיך איינער דעם צווייטן מיט א שמייכעל. א פאזעטיווקייט האט געהערשט וואו כ'בין נאר געגאנגען.

נאכן גיין אינעם שמוציגן מקוה לכבוד שבת, האב איך ענדליך געוואנדן מיינע טריט צום בנין הציון פון רבינו נחמן בן פיגא. ווי באקאנט האט רבי נחמן געזאגט ער וועט ארויסציען פון גהינם דער וואס גיבט צדקה און זאגט די תיקון הכללי. אלזא, געגאנגן, כ'זוך נישט גהינם, פיאות האב איך גאנץ לאנגע, וועט מיר די רבי ביי די פיאות ארויסשלעפן אויב וועל איך טוען וואס ער הייסט.

אנגעקומען צום ציון בין איך א קאלטער. די ווארים הארץ זעהט אויס איז פארלאשן געווארן דורכן שווארמע כ'האב געקויפט אין שוק אלץ לאנטש. אבער מ'איז געקומען קיין אומאן, מוז מען דאך גיין צום ציון...
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דער עולם וויינט, דער עולם זינגט, דער עולם טאנצט, אז איך ווייס נישט אין וועלכען עולם איך געפין זיך.

דא אין בנין הציון פילט זיך ווי די שמחה אין מירון, געמישט מיט די בכיות פון תשעה באב ביים כותל.

דא אין בנין הציון דרייט זיך א סאטמאר ראדני עולם, געמישט מיט א מתנחל'ישע קיבוץ עולם.

דא אין בנין הציון זענען דא קליידער פון יעדע קאליר, געמישט מיט געפילן פון יעדע סארט.

דא איז די מקום מנוחתו פון רבינו נחמן בין שמחה ופיגא, וואס זיין דעקלעראציע פון "האש שלי תוקד עד ביאת המשיח" פלאקערט מער ווי סיי ווען.

דא איז א פלאץ ווי איך אלץ מענטש, איד, לץ, אויבער חכם, חסיד, טראכטער, געפילישער פערזאן, שפירט זיך צושמישט פארוואס איך בין דא, אבער איך בין דא!

---

מיט'ן גרעסטן מאס תמימות זאג איך אפ די קאפיטלעך, אבער ביים זיבטן קאפיטל, האב איך פארלוירן קאנטראל. די הרגשים פון זיין דא באחדות מיט אזוי פיל לעכטיגע אידן האבן זיך אריינגעכאפט ביי מיר און קאפ און פון דארט זייער שנעל צום הארץ. די הארץ האט זיך מיר געשפאלטן, בעת כ'האב נישט געקענט באהערשן מיינע טרערן. פארשעמטערהייט האב איך צוגעדעקט די פנים מיט'ן תהלים און געוויינט פאר התרגשות פון דעם העכערן געפיל מ'שפירט דא.

---

אומאן איז נישט וואס איר טראכט, אומאן איז נישט מירון אדער עמוקה. אומאן איז ספעציעל. אומאן האט א שטארקע אפיעל צו אידן פון אלע קרייזן. די סיבות קלער איך זענען ווי פאלגענד:

1. פשטות. על אף וואס ליקוטי מוהר"ן איז א טיפע ספר, איז אבער רבי נחמן'ס דרך זייער קלאר פארשריבן דורך תלמידו ר' נתן. אידן בדורינו זוכן און דארפן קלארקייט און פשטות.
2. ברסלב גיבט גאר אסאך קרעדיט פאר יעדן איד אויף וואס ער טוט נאר, און לערנט אז אידישקייט אפילו במשהו איז פאזעטיוו.
3. ברסלב איז זייער ביזי מיט אין שום יאוש און שמחה, וואס באפעסטיקט נאר די פאזעטיווע צוגאנג צו אידישקייט.
4.ר' נחמן איז געווען א דרויסענדיגער נרדף, פילע מענטשן שפירן ער איז דער "אנטי סיסטעם - פרא אמת" צוגאנג זיי ציען צו.
5. יא, אומאן איז א fun נסיעה פאר טייל. מ'איז דא צו האקן א לעבן.
6. די סאציעלע מצב האט נישט זיינס גלייכן. די אהבה און סטרעס פריי געפיל איז עפעס פאר זיך זעלבסט, אפילו אן ברסלב, וואס דאס אליינס ציט מענטשן אהין.
7. פאר'ן ברסלבער איז פשוט אז זיין גאנצע יניקה איז אומאן ראש השנה, לויט ווי רבי נחמן האט געזאגט, און רבי נתן האריך.

(כ'פארשטיי בכלל נישט גוט ברסלב, אבער דאס זענען מיינע ארימע אבזערוואציעס, והמוסיף יוסיף)

---

אן אויסגעוויינטער פארלאז איך דעם ציון, מיט א געפיל פון תקוה, פארלייכטערונג, אהבת ישראל און דערהויבנקייט.

צו די הערליכע שבת געזאנג אויפן הויעכהילכער לויפן דא טויזענטער מענטשן יעדער צו זיין חבורה און מנין. דא זעהט מען די שטריימעל עולם לויפן צום קלויז, און דארט זעהט מען די קאלירטע תימענע קאפלעך לויפן צום ציון. צוביסלעך ווערן די גאסן ליידיג, און די שולן פול. א רואיגקייט שפרייט זיך אויס אויף אומאן מיט די אנקום פונעם הייליגן שבת. די נ נח מוזיק איז שטעקן געבליבן אין א שטורעמישן עבר, בשעת די מנוחה פארנעמט יעדער אינטש אינעם הוה.

---

אויפן וועג צו שול זינגט זיך מיר אינטער א פרישע ווערסיע פון ר' יו"ט עהרליך'ס ניגון. די בלאטע פארשמירט מיר די הויזן אן רחמנות, אבער איך טאנץ אין זיי צום טאקט פון די הערליכע פערל ווערטער...

''שבת קודש, שבת קודש,
גרייטן זיך אידן צום שבת קודש
שטארק צופרידן מיט שבת קודש
יעדער איינער וויל זיין הייליג
אין דעם שבת קודש
יעדער איינער וויל א חלק
אין דעם שבת קודש

די נחמנ"ים, די "שובה בנים"
הנה מה טוב "חסידים מיט תימנים"
עפעס טאן פארן שבת קודש
וואס מען קאן פארן שבת קודש
דער גאנצער כח,
דער גאנצער מח,
שבת, שבת.

די "מענער" צינדן ליכט לכבוד שבת
די "ישראלים" זאלצן פיש לכבוד שבת
די "אונגערישע" בראקן קרויט
די "מתנחלים" מאכן פייער
"די גוים" טראגן וואסער לכבוד שבת
"רבי נחמן" מאכט ריין א קאפ פון א בהמה
אלץ לכבוד שבת
און מיט אהבה, און מיט אימה
אלץ לכבוד שבת

א גרויסע זכיה אן עליה
יעדער איד מיט זיין יגיעה
עפעס טאן פארן שבת קודש
וואס מען קאן פארן שבת קודש
וואס מער לויפן,
וואס מער קויפן, שבת, שבת
ליכט אנגרייטן לכבוד שבת
פוצן, קנייטן לכבוד שבת
אלץ בעדארפן,
די שפינוועבס ווארפן,
דעם מעסער שארפן לכבוד שבת
נאר עס זאל פאר אלעמען טויגן
אלץ לכבוד שבת
נישט שטיין "די עסקנים" פאר די אויגן
אלץ לכבוד שבת

א גרויסע זכיה, אן עליה
יעדער "עסקן" מיט זיין יגיעה
עפעס טאן פארן שבת קודש
וואס מען קאן פארן שבת קודש
וואס מער מיהען
וואס מער ציהען, שבת, שבת
באקן חלה לכבוד שבת
עסנס אלע לכבוד שבת
אליין געבראטן
אליין געקנאטן
איז פיל מער געראטן לכבוד שבת
יעדער איינער וויל זיין הייליג
אין דעם שבת קודש
יעדער איינער וויל א חלק
אין דעם שבת קודש."
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

גאונ'יש.

כ'טענה שוין לאנג אז דריי דרייסיג פארטאג'ס שרייבט זיך דאס בעסטע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך רויטע. דיינע זיבן נקודות זענען לדעתי גארנישט קיין ארימע אבזערוואציעס, גאר גוט אפגעלערנט די משיכה אהין, סיי די ברסלבע חסידים און סיי די חולקים וועלן מסכים זיין אז דאס איז עס. כ'האב עס געלייענט צוויי מאל, ס'ערשטע מאל האב איך פראבירט אנצוטוהן [tag]ברסלבער[/tag]'ס ברילן, און יא, כ'מיין ער וואלט מסכים געווען. דאס צווייטע מאל האב איך פראבירט אנצוטאהן די ברילן פון אן אנדערן ניק, יא, ער איז מסכים, ער האט אפילו געלייקט דא. אן עקסטערן דאנק פאר יענעם פארן לאזן דעם אשכול און נישט ספינען ווייטער (כאטש איך אליין וואלט מסתמא מסכים געווען מיט זיין ספין).
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אזא אשכול איז וואס מאכט קאווע שטיבל פאר קאווע שטיבל און לאמיר געדענקען אז קאווע שטיבל איז גרעיט ביקאוס קאווע שטיבל איז גוד!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

יישר פאר די חיזוק. (אין אומאן לערנט מען אז מ'דארף כסדר חיזוק :D )

[tag]ריכטיג[/tag], ייש"כ פאר דיינע ווערטער. בד"וו, אדרבה, אפשר קען מען מאכן א צווייטע אשכול מיט יעדעמ'ס הערות איבער די נושא. כ'בין אקעי אויב מ'שרייבט דא אויך, אבער מיט א עקסטערע אשכול וועט דא זיין מער מסודר און דארט זיין מער מסודר.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ניי נא נא נא, ניי נא נא נא... לכה דודי לקראת כלה, ניי נא נא נא, ניי נא נא נא... פני שבת נקבלה.. דינערט אין גרויסן קלויז. די ברסלבר לכה דודי ווערט דא געזינגען דורך טויזענטער מענטשן אויפאמאל. דער גן עדן האט באקומען פליגלן צו פליען דא אריין אין קלויז. דער הארציגער ליד שווימט פון מזרח צו מערב, און פון דארט ארויף אויבן צום באלקן, וואו איך שטיי און קלאץ א פארגאפטער אויפן רויטען בין השמשות הימל. צווישן א בארג ברסלבר תורה צעטלעך, פארלוירענע מחזורים פון פאריאר, און קראצעדיגע בענק, שאקלט זיך יונג און אלט צו א דערהויבענעם דאווענען אינעם גרעסטן ביהמ"ד אין אומאן: דער קלויז.

קומי צאי מתוך ההפכה.. שניידט דער בעל תפלה שטיקער. די געפילן רייסן מיט בקשה אויף דערלייכטערונג און ליכטיגקייט אינעם פרעזענדליכן לעבן, ווי אויך אויף די מצב פון כלל ישראל און די וועלט בכלוליות. די אמת קלער איך צו זיך איז, אז די שלום און אחדות צווישן טויזענטער סארט אידן פאר זיך, איז שוין אן אור אינעם פינסטערן חשכות.

---

דער עולם איז גוט אויפגעלייגט, אבער הונגעריג ווי בערן גלייך נאכ'ן הייברענעישאן. דער עולם יאגט עסן סעודת שבת איש על מחנהו ואיש על דגלו. איך בין ווי א לאגער איד געגאנגען עסן אין שיינער'ס הכנסת אורחים, אבער באלד געזעהן אז כ'בין זיך טועה, כ'בין גאר א מלך. אפילו מען סערווירט דארט מסתמא פופצן טויזענט מענטשן אדער מער, דערקענט זיך עס גארנישט. די עסן איז הערליך שיין צוגעשטעלט ווי אין א האטעל, און איז גאר פראפעסינאל ארגאנעזירט ביזן לעצטן דעטאל.

ביים סעודה האב איך אנגעקניפט א פריינדשאפט מיט א געשמאקן אינגערמאנטשיק. אויסגעזעהן האט ער ווי א פארלוירענער ברסלבער נשמה, אבער איז למעשה א געוועזענער YU תלמיד מיט היפשע ידענות אין ספרי רב קוק וחסידות. א פלאמפייערדיגע ברסלבער חסיד, האט ער פארכאפט האלב פון זיין כתה קיין ברסלב.(שפעטער מער איבער דעם)

נאכן סעודה איז פארגעקומען א שיינע באטע ביי שיינער'ס ביהמ"ד המכונה "ביהמ"ד משולם פייש ע"ש הרה"ק מ'טאהש". ווייטער האט מען דא הערליך צוגעשטעלט פאר'ן עולם א גאר ברייטע באטע פון פרוכט, ניס, קוגל און ביר לרחבות כל לב בשר. וואס טאהש האט אהער ווייס איך נישט, אבער אויב איינער ווייסט, ביטע אויך קלאר מאכן פארוואס אין אומאן איז אויך דא א בית חבד מיט א נוסח אריז"ל מנין.

---

שבת אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען שפעט שלא כשיטת ברסלב. ווי א האלבע גוי און א גאנצע חסיד האב איך מיך אריינגעכאפט צו עפעס א צופראסקעטן מנין, אבער עפעס וואונדערליך האבן זיי יא פארשטאנען צו א גוטן קידוש.

די שיינע אינדערפרי סעודה האבן ווייטער נישט אנטוישט. אבער די נאכפאלגענדע שיעורים האבן געלאזט א טעם אין מויל לענגער ווי די פעטע טשולענט.

---

נאכן סעודה איז זיך אן אמעריקאנער ציבור צאמגעלאפן אויפן פארטש פונעם קלויז, וואו דער גוט באקאנטן מגיד ר' לעזער ברודי האט אין ענגליש פארקויפט ברסלב, הומאר און שניידיגע מוסר. מיט זיין ברייטן שפראך האט ער גאר גוט קאמיונעקירט פילע גוטע נקודות. בעיקר האט ער זיך באצויגן צו די ענין פון אמת און אמת לאמיתו והחילוק, וואס איז א באקאנטע נושא בתורת ברסלב. צוגענדיגט האט ער אז דער עולם זאל שוין מתפלל זיין קומענדיגן יאר ר"ח תמוז, אז דער ווייב זאל לאזן גיין אויף ראש השנה, צו וואס איינער האט רעאגירט, אז ביי טייל ווייבער פאדערט זיך שוין תפילות פון חנוכה אז זיי זאלן לאזן די מענער גיין.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מיין באזוך אין אומאן ראש השנה תשע

שליחה דורך גר ותושב »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:נאכן סעודה איז פארגעקומען א שיינע באטע ביי שיינער'ס ביהמ"ד המכונה "ביהמ"ד משולם פייש ע"ש הרה"ק מ'טאהש". ווייטער האט מען דא הערליך צוגעשטעלט פאר'ן עולם א גאר ברייטע באטע פון פרוכט, ניס, קוגל און ביר לרחבות כל לב בשר. וואס טאהש האט אהער ווייס איך נישט, אבער אויב איינער ווייסט, ביטע אויך קלאר מאכן פארוואס אין אומאן איז אויך דא א בית חבד מיט א נוסח אריז"ל מנין.


איך האב געהערט אז שיינער האט אמאל באקומען א ברכה פון טאהש'ע רבי זצ"ל פאר עשירות (יש אומרים אז עס האט געהאט א תנאי אז ער זאל שטענדיג דאווענען מיט מנין, איך האב געהערט אז וואו אימער ער פארט נאר נעמט ער מיט א מנין מיט זיך). די הכנסת אורחים איז ביז פאריגע יאר געווען לרפואת משולם פייש בן צירל, ולאחר פטירתו איז עס לעילוי נשמתו.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

"ער איז ר' ניסן דוד קיוואק, גיי רעד צו אים" שטופט מיר א חבר פון די זייט גאס צום צווייטן זייט. כ'זעה א איד מיט א שיין הדרת פנים, און איך לאז מיך איבעררעדן צו גיין זאגן היי פאר די גיי. "ווער איז ער" פרעג איך? ,פרעג נישט קיין שאלות..

מיט הרב קיוואק האב איך שפאצירט אפאר מינוט און געהערט שיינע פערל ווערטער. געלאנדענט האב איך מיט אים אין פארענט פון אן האטעל מיט א גרויסע פלאקאט "קהל אנשים פשוטים". נא, זעהט אויס כ'בין אנגעקומען אהיים, אבער ס'גאר נישט געווען אזוי פשוט דארט אריינצוגיין, אבער זייענדיג מיט הרב קיוואק האב איך אזוי אריין געסניקט מיט אים, ווי כאילו כ'בין זיין לאנג יעריגע גבאי.

אין א לעכטיג גרויסע בעיסמענט זענען געווען אפאר הונדרעט מענטשען פארזאמלט פאר שלש סעודות. אויבן אן זענען געזעצן פילע ברסלבע משפיעים און שיינע אידן. (יא, אין ברסלב זעהט אויס איז אויך דא אזא זאך ווי א שיינע איד) גע'דרשנט דאן האט המשפיע הרב פנחס בונקר, א תלמיד פון הרב קיוואק. הרב בונקר זעהט אויס צו זיין מער אן אגרעסיווער סארט משפיע מיט שארפע ווערטלעך געספרינקלט דא און דארט. זיין דעלעווירי איז אויך גאר הומאריסטיש און לאזט נאך זיך ווילדע געלעכטער פון זיינע צוהערער. פאר א מינוט האב איך אויך געמיינט אז ס'איז א לייו ק"ש פארום, צוליב זיינע נאכנאנדיגע סיסטעם, אדמורות און פארטיי האקעריי.

דערנאך האט הרב קיוואק גערעדט גאר שיין און באצויבערנד. עפעס האט ער א נשיאת חן און איידלקייט וואס מ'קען נישט מסביר זיין, קוים וואס מ'האט אים געקענט הערן, אבער זיין שמייכעל האט יעדער מיט געזונטע אויגן, גוט געקענט זעען און ס'האט איבערגעלאזט א זיסן נאכטעם.

---

במוצאי יום מנוחה, האט זיך געהערט ביי מיר ווי א סארקאסטישע זשאק. א מינוט נאכן זמן איז די מנוחה פארטריבן געווארן דורך די באמבאסטישע נ ננח ספיקערס. די גאסן זענען ווייטער פיל, און די פיצא שמעקט צו גוט. נאכן זיך שטעלן און א שטויס'ישע שורה, האט מען מיר פארקויפט א פיצא, וואס אפילו "אמר רבי בנימין" וואלט אויף דעם קיין טשיז נישט געטראפן. נאכן וואנדערען צווישן די טשאטשקע געשעפטן צו קויפן עפעס לייטיש פאר די משפחה, בין איך געגאנגען אנטייל נעמען אינעם גרויסארטיגן קאנצערט אין ביהמ"ד משולם פייש.

די קאנצערט איז געווען אויפן העכסן קאליבער, א ליינאפ פון פופצן חסידישע, היפישע און מתנחלישע זינגער. יעדער מיט זיין טעיסט און סטייל. בעיקר בין איך משוגע געווארן פון די זושא באנד, (וועם איך קען גראדע זייער גוט, די חברה דארפן זייער אייגן אשכול.) און די וועלט בארימטער נ נח זינגער עדי רן. דער איז מתוק מדבש, מ'דארף אים זעען לייוו! ער איז האניג צוקער זיס.

דער עולם האט אזש געהאפקעט דארט, אז מ'האט געמיינט ס'איז שוין מוצאי ראש השנה. די מוזיק קוואלעטי און געווען טאפ אויף די ליין. די חברה האבן אריינגעברענגט א משוגענער סכום פון עקוויפמענט (מסתמא אויפן חשבון פון הרב שיינער), און זינגער מכל רחבי תבל. דער עולם איז געווען מער קאלירפול פון די סטעיזש לייטס, אן אנלויף פון יעדן שבט מישראל. בעיקר האט אויסגעזעהן ווי די קילע חסידים האבן גאר א גאד טיים.

---

א קליפ פון "זושא באנד" ביים קומזיץ. (אפס, זעה איך יעצט אז דער רויטער איז אויפן קליפ, ווער ס'געסט ריכטיג גייט אריין אין א גורל צו געווינען א נחמן שלאף קאפל)

דא איז די פאסטער פונעם מוצ"ש קאנצערט:
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

נאכן קומזיץ האבן מיר מיינע רוממעיטס מודיע געווען אז ערב ראש השנה איז די זאך. וועלכע זאך? תיקון הכללי זאגן זיי איז זייער וויכטיג ער"ה, און מארגן חצות נאכמיטאג קומט פאר די תיקון הכללי העולמי. נאכן הערן אז דארט איז א באלאגאן, האב איך אפגעראכטן מיין אייגענע רעביסטעווע אזוי צווייע פארטאגס זונטאג.

קומענדיג צוריק פון ציון בערך דרייע אזייגער פארטאגס, האב איך מיר אנגעשטויסן אין א ספרד'ישע מידנייט קומזיץ. מיט זייער מאדנע אינסטרעמונטן האבן זייער אונטערגעהאלטן א גרויסן רינג פון ספרדים וחסידים. כ'זאג אייך, דאן האט מיר געכאפט ווי געשמאק דא איז, אז קיינער גיבט נישט קיין hoot וועגן א סקעזשול, ס'איז עפעס אזא פרייהייט ווי כ'האב קיינמאל געשפירט.

שלאפענדיג גאר נאנט צום ציון איז כמעט נישט געווען שייך צו שלאפן, נישט נאר ער"ה, נאר די גאנצע וואך האב איך ארויפגעהערט ביז די זעקסטע שטאק כל מיני קולות משונות פון תפלה, וויינען, זינגן, טאנצן און סתם שמועסעריי פון די גאס דערנעבן.

אבער זייענדיג זייער מיד בין אנטשלאפן נאך אן עקספרעס ותיקין מנין. אויפגעשטאנען בין איך צו די קולות פונעם תיקון הכללי העולמי דארט אונטען. די גאסן באדעקט מקצה אל קצה האט געשטורעמט ביזן הימל און אויפן וועג ארויף פארטייבט מיינע מידע אוירען און גערייניגט מיינע נייגעריגע אויגן. ארויסקוקענדיג איז געווען א מצב כ'האב נישט געוואלט פארפאסן. פון אויבן זעה איך משוגעים קריכן אויפן דאך פונעם בנין הציון, ווייל דאס איז געווען זייער לעצט פארליבענע אפציע צוצוקומען צום קבר הצדיק.

---

די הימל קלאר,
די ערד פיל מיט האר,
אין די גאסן מ'שערט,
קיינער קערט,
א געפילדער א געלויף,
פון יעדן הויף,
די גאס פיל מיט לויפער,
דער שלעפט חלה, דער שופר,
נאסע פיאות פון מקוה,
דער ביים ציון האפט אויף תקוה,
פעדלער ביי יעדן עק,
טשאטשקעס פילע זעק,
איינער פאטראכט,
דער צווייטער לאכט,
א בילבול פון געפילן,
קינדער אויפן גאס שפילן,
דער פארקויפט חלה מיט מעסער,
בלאטע אויף אלע געסער,
ביי שיעורים געוויסע שוואנצן,
בעת די נ נח'ס טאנצן,
פאליציי איבעראל,
אויך ליידיגגייער זייער cool,
ריזיגע עולם קומט און גייט,
די גאסן שרעקליך טייט,
אבער א שמחה אין יעדן הארץ,
ווייס, גרוי אדער שווארץ,
ווייל דאס איז ביי יעדעם קלאר,
אם ר"ה אצל רבינו, וועט זיין א זיס לעכטיג יאר!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מיין באזוך אין אומאן ראש השנה תשע"ז

שליחה דורך גר ותושב »

רויטע מיר ווארטן אויפן המשך.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ייש"כ. נאך איינער ווארט אויפן המשך? אויב יא "עט" מען זיך אנשטרענגן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איז שייך צו געדענקען פון אזוי לאנג ציריק? אבער אדרבא אז דו געדענקסט לאמיר הערן
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:ייש"כ. נאך איינער ווארט אויפן המשך? אויב יא "עט" מען זיך אנשטרענגן.


וואס דען? מיר קוקען אלע פאראויס מיט כליון עינים
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מאנסי אינגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מאנסי אינגערמאן »

זיכער מיר ווארטן מיט שפאנונג
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

שליחה דורך יעלה ויבא »

כ'האב געווארט און געווארט.......
מאנסי אינגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מאנסי אינגערמאן »

ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט
אפשר גייען מיר באקומען א נייע באריכט די יאר
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מיין באזוך אין אומאן ראש השנה תשע"ז

שליחה דורך גר ותושב »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:ייש"כ. נאך איינער ווארט אויפן המשך? אויב יא "עט" מען זיך אנשטרענגן.

9 לייקס איז נישט געניג?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'איז צוויי שעה פאר'ן זמן ערב ראש השנה. מיין ברודער טעקסט מיך אריין פון אמעריקא אז איך מוז גיין אויסטשעקן די מתנחל'ישע אנ"ש. פונקטליך וואו צו גיין האב איך נישט געוואוסט, אבער ער זאגט ס'קלאר נישט אין שטאט, און כ'דארף קריכן דארט ווי גרינס וואקסט און וואו די הימל ליניע ווערט נישט אנגעפירקלט מיט מענטשליכע בנינים.

נו, געגאנגען, מיין ווייב בעט מיר נישט ארויפצולייגן די בלעך, כ'האב נישט דא קיין קינדער וואס מ'דארף האלטן אין טיים אוט, ס'איז טאקע נאנט צום זמן, באוט הא קערס.

נאכ'ן גיין אראפ א גאס און ארויף צוויי, א דריי אויף לינקס, און א דראפע אויף א שיפע בארג, הער איך מוזיק'לישע קלאנגען פון אן איידלן סארט. דארט צווישן די תשליך לעיק און א וועלדל האבן די חברה פארכאפט שטחים. צווישן אלטע בודקעס און פארשטויסענע געצעלטן לויפן אלטע לייט מיט יונגע כוחות, און יונגע מיט א צהלה פון אין דאגה בעולם. א אינגעלע מיט א גרויס געשטריקטע קאפל גיבט גראז פאר א קליין ציג, בעת א צירקל פון מענער טאנצן אין א רינג צום געזאנג פון הארציגע לידער.

מ'שלעפט מיר אריין אין רינג, און ס'כאפט מיר אן התלהבות באגלייט מיט בלאטע אויף מיין פריש געביגלטע יו"ט הויזן. וועם גייט אן אביסל בלאטע ווען די טאנץ דא איז אזוי ריין און לויטער? איך שפיר זיך אזוי ווייט אז ס'זאל מיר אנגיין. די נאטרליכע joy איז אזוי הויעך, קלאר און ריין אז איך שפיר איך וויל דא בלייבן מיט די חברה אויף אייביג...

שפעטער האב איך זיך אוועקגעזעצט מיט זיי שפילן שטאטע מתנחל'ישע לידער וואס דריקט אזוי שטארק אויס זייערע געפילן פון אהבת א"י, אבער צווישן די נאטן שפירט מען גאר שטארק קנייטשן פון זייער פחד און צפיה אויף ביאת המשיח.

----

ס'שוין די זמן, איך לויף צווישן די בלאטיגע וועגן צוריק אריין צום צענטער פון שטאט. וואו קען מען כאפן א מנין? ס'שוין שפעט, רוב מנינים שטעלן זיך דא זייער פרי. געכאפט בעקיטשע און שטריימעל און געגאנגן צום ציון וואו כ'האב געטראפן א שפעטע מנין מיט די חבורה פון הגרי"מ מארגענשטערן. זייער חסידיש און שיין, אבער געשלעפט געפערליך. הער, כונות ארי' איז אין קליינע אותיות, ס'נעמט א וויילע זיי אפצוליינען.

אנגעקומען צו די סעודות בין איך שפעט, אפגעגעסן שנעל און זיך באטייליגט ביי א הערליכע באטע מיט מיינע נייע חברים, א גרויסע גרופע פון מאדערן געווארענע חסידים. מ'האט פיין געשמועסט אין די נאכט אריין פון חסידות, וועלטליכע זאכן און אוודאי זייער גרויסע התפעלות פון אומאן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט