[tag]אדנירם[/tag] האט געשריבן: איך האב געמאכט א רשימה וואס האלט דערווייל ביי קרוב צו הונדערט רבי'ס, וואס איך האב געזען ספרים פון זיי עהש"ס וכדומה, אדער לפחות קטעים וואס זענען פארבליבן פון זיי].[/size]
[tag]אדנירם[/tag] האט געשריבן: איך האב געמאכט א רשימה וואס האלט דערווייל ביי קרוב צו הונדערט רבי'ס, וואס איך האב געזען ספרים פון זיי עהש"ס וכדומה, אדער לפחות קטעים וואס זענען פארבליבן פון זיי].[/size]
רבי עמרם בלוי זצ"ל איז געווען א מקורב ביים בריסקער רב. צו מצות באקן, האט ער געהאט די אמט פון שעפן וואסער פאר מים שלנו, און צומאל האט ער אפילו אריינגעגאסן די וואסער אין די מעל [כידוע האט דער רב געהאט נערוון ע"ג נערוון און ספעציעלע יערליכע תפקידים פאר יעדן איינעם, ביים מצות באקן].
איין יאר איז ר' עמרם געגאנגען זיצן אין תפיסה, מסתם נאך א הפגנה כדרכו בקודש, און עס איז אויסגעקומען אז ווען דער רב האט געוואלט גיין מצות באקן איז ר' עמרם נאך געזעצן אין תפיסה. האט זיך דער רב ארומגעדרייט נערוועז: 'וואס וועט מען דא טאן? רבי עמרם איז ניטא'!
ווען איינער פון די מקורבים האבן זיך אנגערופן צום רב, אז ער איז גרייט איבערצונעמען ר' עמרם'ס שטעלע, האט אים דער רב אפגעענטפערט: "איך זוך איינער וואס זאל אים איבערנעמען דארט אין תפיסה, אז ר' עמרם זאל קענען אהערקומען מצות באקן"...
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
ר' אברהם יהושע האט אמאל געזאגט - נאך עפעס אן הפגנה אויף מלכי ישראל צו וואס - אז ער האט מורא צו לאזן זיינע תלמידים נאכאמאל אדורכגיין יענע גאס.
פארוואס? ווייל אין די 'העדה' איז געשטאנען, אז טויזנטער אידן האבן אנטיילגענומען אינעם פראטעסט, און ער האט געזען אז פאקטיש זענען נאר אהיים פון יענע גאס עטליכע הונדערט אידן. מוז דאך זיין, אז די איבעריגע זענען פשוט 'פארשוואונדן געווארן', אלזא, איז א סכנה אז מ'זאל אדורכגיין יענע גאס...
ר' אברהם יהושע פארנדיג אמאל אין א טעקסי האט ער געהערט אז מען האט גערופן הרב הערמאן 'דער חפץ חיים פון אמעריקע' רופט ער זיך אן 'און איך בין רעק''א פון דעם טעקסי'.
ווען ר' חיים קורלאנסקי האט געארבעט אויף זיין הערליכן ספר 'הראשון לשושלת בריסק' - קורות חיי הבית הלוי, האט ער ווי פארשטענדליך געוואלט הערן מעשיות און פרטים פון די בריסקע קינדער. אבער אין בריסק ווי אין בריסק איז דא דער עליטיסטישער צוגאנג, אז מ'זאגט גארנישט ווייל יענער וועט סייווי נישט כאפן די עומק, אדער ווייל יענער קען אפשר גאר פארדרייען פשט. אזוי ארום איז אויסגעקומען אז ער האט נישט באוויזן ארויסצושלעפן אינפארמאציע פון די בריסקע קינדער.
דאן איז ר' חיים אויפגעקומען מיט א געניאלן איינפאל. ווען ער האט זיך ווידער געטראפן מיט איינע פון די בריסקע קינדער, האט ער אנגעהויבן דערציילן מעשיות וכו' פארדרייענדיג געוויסע דעטאלן ביי יעדן סיפור. 'דאס' האבן די בריסקע קינדער, אויפגעהאדעוועט אויף דייקנות אין יעדע פרט פון זייער בריסקע דינאסטיע, שוין נישט געקענט צולאזן, און האבן שנעל פארראכטן דעם בעל מספר אז די מעשה איז גאר געווען אזוי און אזוי... אזוי ארום האט ר' חיים באוויזן ארויסצובאקומען די אינפארמאציע קונצליכערהייט פון די בריסקע קינדער...
די פאלגענדע מעשה האט פאסירט [כמדומה], ווען דער ספר 'בדי השולחן' איז ארויסגעקומען כמתכונתו של הספר משנה ברורה. פאר רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט דאס שטארק פארדראסן, און ביים קומענדיגן 'חומש רש"י' שיעור האט ער דערציילט א מעשה פון זיין פעטער און מומע, אז ווען חיים דער רב'ס איז געווען א קינד האט ער אויסגעשטעלט בענקלעך איינע נאכן אנדערן, און געזאגט אז 'דאס איז א באן'. זיין בארימטע שוועסטער ליפשא [אשת הגרי"מ פיינשטיין] האט געזאגט אז 'דאס איז נישט קיין באן'.
האט דער בריסקער רב געפרעגט ליפשא'ן: פארוואס זאגסטו אז ס'איז ניט קיין באן? האט זי געענטפערט אז אין א באן איז פארהאן צוויי דינים, איינס איז די 'צורה' פון א באן, און איינס איז די 'פעולה' פון א באן, די מאטארן וכו'. חיימ'קע האט אויסגעשטעלט די בענקלעך מיט די צורה פון א באן, אבער עס קען ניט טאן די פעולה פון א באן. עס פארט פשוט ניט...
מיט דעם האט ר' אברהם יהושע צוגעענדיגט: אינעם משנה ברורה זענען אויך פארהאן צוויי דינים, די צורת הספר און די תוכן הספר, ווען איינער שטעלט אויס זיין ספר מיטן צורה פונעם משנה ברורה, איז עס טאקע אויסגעשטעלט ווי א באן, אבער עס פארט פשוט ניט..
א חסידישע איד האט אמאל געזאגט פאר רבי חיים בריסקער, אז ער האט א ראי' אז די חסידישע מהלך איז אמת, ווייל עס שטייט דאך 'שקר אין לו רגלים', און אויב חסידות שטייט נאך איז א סימן אז ס'איז אמת.
האט אים רבי חיים צוריקגעענטפערט אויפן פלאץ, אז אלעס וואס חסידים פון איין רבי'ן רעדן צאם אויף א צווייטן רבי'ן, דאס איז דער פינטעלע אמת וואס האלט צאם די שקר פון חסידות...
הגאון רבי מרדכי בעק שליט"א האט דערציילט וואס בדידיה הוה עובדא, ווען ער איז אלס בחור'ל זיך געקומען פארהערן ביי רבי בערל [בן הגרי"ז] אריינצוקומען לערנען אין בריסק. רבי בערל האט אים פרובירט אפצושטופן אז ס'איז נישטא קיין פלאץ, און האט אים געפרעגט: 'וואס מיינסטו, וויפיל מענטשן קענען אריינגיין אינעם קליינעם שיעור צימער'? רבי מרדכי האט אים געענטפערט אז ער גלייבט אז ארום 30 תלמידים קענען דארט אריינגיין. האט ר' בערל אים געזאגט, אז פאקטיש גייען דארט אריין צום שיעור איבער זעכציג תלמידים יעדן טאג, און ס'איז נישטא קיין פלאץ.
רבי מרדכי האט געענטפערט, אז דאס מוז זיין ממש א נס, ווייל ע"פ דרך הטבע איז נישטא קיין פלאץ פאר אזויפיל בחורים, נו, אויב ס'איז שוין סייווי שלא כדרך הטבע וועט נישט אויסמאכן די פלאץ פאר נאך איין בחור... רבי בערל האט הנאה געהאט פון זיין ענטפער און האט אים מקבל געווען אין ישיבה.
אין בריסק איז דאך דא א גאנצע סדר השלשלות הענינים, פון ווען א בחור קומט אריין אין ישיבה, ביז ער איז זוכה אריינצוקומען צו רבי אברהם יהושע'ס שיעור, און ער באקומט א פלאץ וכו'. איז אמאל געווען אן אמעריקאנע בחור וואס האט נישט געוואוסט פון די אלע דינים, און מחמת אי ידיעה איז ער גלייך אריין צום שיעור, און זיך גאר אראפגעזעצט אין די ערשטע שורה.
ווען רבי אברהם יהושע איז אריינגעקומען צו געבן די שיעור, און ער האט באמערקט דעם בחור זיצן אין די פאדערשטע שורה, האט ער אים געהייסן ארויסגיין פון שיעור. דער בחור האט גלייך צוריקגעענטפערט: 'איך געב פארן ראש ישיבה דמי כולה סעודה' [מיינענדיג מרמז צו זיין אויפן מעשה פון קמצא ובר קמצא, וואס האט זיך אזוי אויסגעדריקט אז דער בעה"ב זאל אים נישט מבייש זיין]...
רבי אברהם יהושע האט אים געלאזט בלייבן ביים שיעור...
ביי איינע פון די הפגנות וואס די טשאלמערס האבן געמאכט קעגן עפעס א פירצה, האט רבי אברהם יהושע דאס שארף מגדיר געווען: "זיי גייען מאכן אן הפגנה, כדי צו קענען ווערן ארעסטירט, כדי מ'זאל האבן א פרישע סיבה פארוואס צו מאכן אן הפגנה"...
מ'האט אמאל נאכגעזאגט פארן בריסקער רב, דער באקאנטער ווארט פון רבי ישראל סאלאנטער, אז עס איז גרינגער צו זיין א בקי בש"ס ווי צו צוברעכן איין שלעכטע מידה. האט דער רב גלייך מגיב געווען: "אויב אזוי, דארף מען אנהייבן פון דאס גרינגערע"... (כידוע האט רבי חיים בריסקער נישט געהאלטן פון תנועת המוסר).