וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
- האט שוין געלייקט: 475 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
קאמענטירער האט געשריבן:[tag]berlbalaguleh[/tag]
ביזט אונז נאך שולדיג א ביישרייבונג, מיר אלע קוקען ארויס דערויף, אויב דו וועסט נישט זיך אונטערגארטלען און ארויסקומען מיט אן הבהרת דברים און אן אויפקלערונג איבערן ארטיקעל וועט א צווייטער דיר נאך אויסכאפן!!!!... לאמיר צוענדיגען מיט דיינע באליבטע
טייערע באלעגאלע שוין דורך אפאר וואכן, ווי לאנג לאזטו אונז ווארטן?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דיקע "מעגא" סוכות אויסגאבע!
איך האב עס שוין געקויפט און אביסל אדורכעבלעטערט דעם שבת, איך זאג ענק רבותי עס לוינט יעדע פרוטה, טעמו וראו כי טוב!
די גאנצע אפטיילונג פון "רייך און ארעם", ווי עס ווערט ארויסגעברעגנט די שוועריגקייטן וואס די ארימע צווישן אונז גייען אדורך, איז מורא'דיג, און הארצרייסענד! כ'האב געשלונגען מיט דארשט יעדע ווארט.
הלואי ווען איך האב א עצה דערצו.
.

וירח ה' את ריח הניחוח
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
קען מיר איינער שוקן א בילד אדער סקען פון דער ארטיקל? יישר כח למפרע.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
הוגה האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
קען מיר איינער שוקן א בילד אדער סקען פון דער ארטיקל? יישר כח למפרע.
א ק"ש מעמבער האט עס שוין אריינגעשיקט. יישר כח ותשח"ח לו.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
הוגה האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
קען מיר איינער שוקן א בילד אדער סקען פון דער ארטיקל? יישר כח למפרע.
א ק"ש מעמבער האט עס שוין אריינגעשיקט. יישר כח ותשח"ח לו.
פארוואס נישט ארויף לייגן ברבים נאך אידן זאלן הנאה האבן.
תודה למפרע
דאס מענטשעלע שפילט........
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]
אין אמת'ן האלט איך אויך אז מ'זאל עס נישט פאוסטן דא און איך האב עס טאקע נישט געפלאנט דא צו פאוסטן. כאטש אז מיר זעהט אויס אז להלכה און לעגאל מעג מען ווי אויך זעה איך נישט א מאראלישע פראבלעם דערמיט, דאך, אויב האט איר הנאה פון ליינען עפעס און איר באצאלט נישט דערפאר שיסט איר זיך אליינס אין די פוס, ספעציעל ביי היימישע פראדוקטן וואס א יעדע פעני מאכט אויס פאר זיי. איי, פארוואס האב איך דא געבעטן אז מ'זאל עס מיר שוקן? דער ענטפער איז אז איך האב נישט קיין שום אינטערעסע צו ליינען דער ארטיקל אדער עני ארטיקל (כמעט) אין היימישע אויסגאבעס. נאר איך האלט יעצט אינמיטן שרייבן אן ארטיקל אויף דער נושא און איך האב געוואלט מאכן זיכער אז איך שרייב נישט גענוי די זעלבע ווי דער שרייבע אינעם מאמענט.
.[/justify]
ראשעקאל האט געשריבן:(הוגה מעג אפשר ווייל ער גייט גרין און ניץ נישט פעיפער..........)
אין אמת'ן האלט איך אויך אז מ'זאל עס נישט פאוסטן דא און איך האב עס טאקע נישט געפלאנט דא צו פאוסטן. כאטש אז מיר זעהט אויס אז להלכה און לעגאל מעג מען ווי אויך זעה איך נישט א מאראלישע פראבלעם דערמיט, דאך, אויב האט איר הנאה פון ליינען עפעס און איר באצאלט נישט דערפאר שיסט איר זיך אליינס אין די פוס, ספעציעל ביי היימישע פראדוקטן וואס א יעדע פעני מאכט אויס פאר זיי. איי, פארוואס האב איך דא געבעטן אז מ'זאל עס מיר שוקן? דער ענטפער איז אז איך האב נישט קיין שום אינטערעסע צו ליינען דער ארטיקל אדער עני ארטיקל (כמעט) אין היימישע אויסגאבעס. נאר איך האלט יעצט אינמיטן שרייבן אן ארטיקל אויף דער נושא און איך האב געוואלט מאכן זיכער אז איך שרייב נישט גענוי די זעלבע ווי דער שרייבע אינעם מאמענט.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
איך האב עס געקויפט, און קען זיך נישט געניג איבערווינדערן ווי נידריג די ארימע לייט בארעדען די עשירים אויף יעדע טריט און שריט, איך פארשטיי וואס זיי ווילן, הער אויף צי לעבען פאר יענעם גיי דיר דיין וועג, ער פרעסט זיך אן ביים עושר'ס קידוש, נאך איידער ער פיעט אויס ארויף צי ברענגען זיין גרעבעכץ איז ער שוין מלא חמה אז ער קען דאס נישט באווייזן מיט זיין מינאמום געהאלט, זייער מיעס סארי. איך דיסאגרי מיט זייער אגענדע וואס זיי מאכן פון 'ארעם און רייך'.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
איך האב זייער הנאה געהאט פונעם מאמענט, זיך ליידער היבש אידעטיפיצירט מיט דאס געשריבענע,
אבער איך מיין אז די פראיעקט איז נישט גאנץ, איך האב ערווארטעט צו ליינען דעם עושר׳ס פרעספעקטיוו זיין לעבן זיין הלוך ילך, איך וויל איהם פארשטיין.

עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
איך האב נאר געשריבן און די שנעליקייט, איך האב חשק צי שרייבן א געהעריגע אפענטפער. נישט אז איך בין דער רייכער רייסער פון וועם זיי רעדן, איך אינדעטיפיציר זיך אלס א סאקסעספולער ארימאן, איינער וואס האט כל ימיו געלעבט שטארק אויסגערעכענט, נישט אויסגעגעבן קיין איבריגע צענט קיינמאל, ממילא קומט מיר דאס בליט ארויף ווען איך זעי די ארימע ביטשען ארים, קומט ביי מיר גלייך ארויף די שאלה ווי קען דאס זיין, און מיין תירוץ איז אז דאס זענען סתם גוזמות פון די טאבלויד שרייבער וואס אן קיין פארוואס האבן געמאכט א דיסידזשען אז מען גייט זיך א לאז געבען אויפן חשבון פונעם רייכען מאן. נישט אז איך נעם זיך איצט אן פארן פאריקטן רייכען וואס פליקט זיך אויף ביי א שבע ברכות פאר א ידיד מיט פרישע טישן און בעינק לכבודו, נאר איך לאך אים ענדעש אויס, ער איז ביי מיר ניטאמאל ווערט מיין שפייעכץ. די זענען סתם חולי נפש, נישט איך זאל ארים וויינען און שפירן דערפון דערנידערט. ענדערש וואלט געברויכט זיין געווידמעט פיל בלעטער ווי ארימע לייט געבען זיך יא פיין א עצה ווען מען לעבט מיט א חשבון, און עשירים וואס דרייען זיך ארים אן א קאפ ווען ער ווערט געוואויער ווי זיין חבר עושר פליינט צי קויפן א געצעלט און די בעהאמעס, אדער עס האט געפעלט אגידת איזוב ביי די שמחה. און איך זאג אייך אז איך קען פיל נארמאלע ארימע לייט וואס קומען גאנץ פיין אויס, אוודאי איז דא אויסנאמען, אבער וויפיל נאר איך האב געזען צדקה צוועקען וואס זענען מיר געווען באקאנט ווער עס איז, איז געווען איין צד השווה, נישט אויסגערעכענט און באצאלט דעם פרייז. פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון די תלמןד חכם די גרויסע בעל חוב.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
בכלל האב איך עפעס וויכטיג געלערנט אין לעבן. מ'ווערט נישט רייך פון זיצן מיט די פענע אין דער האנט און אנפילען טעצלעך אש. אויך נישט פון זיך האלטן "אפדעיטעד" מיט די נייעס שלש פעמים ביום אדער פון זיין א מיטגליד אין יעדן וואטסעפ און טעלעגראם טשאנעל. יעדער עושר וואס האט אנגעהויבן האט שווער געארבעט. קודם שפיי בלוט און עס מכות מיט פעפער דערנאך זאלסטו מיר סאציאליזירן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
ס'איז ריכטיג אז מהאט א טענה אויף גבירים המתעשרים על הציבור ע"י השתלטות עליהם און זיי זארגן נישט אויף זיי נאכדעם. די פראגע דארף אבער זיין, ווער זענען עס די וואס פארפירן? אויב זענען עס די וואס זענען פלעין אנלאקי, אזעלכע וואס האבן ערווארטעט נתעשר צו ווערן איבערנאכט מיט א רגל של זהב און זענען אצינד אנטוישט אז אומנתם נגזרה להיות מסופרי סת"ם ומלמדי תינוקות ברויך מען בודק זיין אם לא נזרקה רוח קנאה, גאווה ועצלות בהם..
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
א סאושעליסט ביסטע אפשר אבער א שרייבער ביסטו נישט געווארן
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
פליקער טייערער כהאב א חשד איר זענט אויפגעוואקסן אין א בעלבעטיש הויז און האט קיין אנונג. איך בין אויפגעוואקסן אין א ארעם שטוב און אידנטיפיציר מיט יעדן ווארט אינעם ארטיקל. זאגסט דער ארימאן זאל לעבן אויסגערעכנט? וואס טוט א מלמד וואס זיינע פיר מאות האט ער נאר באקומען איינמאל אין דריי חדשים און אויך נאר אין די אלטע פיי סאמעך ביכלעך. דו פארשטייסט נישט וואס מיינט עס איז פשוט נישטא קיין געלד, עס זענען דא אסאך וואס זענען אין דעם מצב. איך קען שרייבן אזא ארטיקל און לענגער פון מיין טאטנס שטוב. איך געדענק מיין מאמע האט געדארפט פארן צום געבורט פון א קינד מיין טאטע האט קיין געלד פאר א קאר סערוויס צום שפיטאל נישט געהאט געלאפן בארגן פון שכנים צום סוף געמוזט רופן אן אמבולאנס. זיינע בזיונות ווען דער עושר האט איהם באוואשן אז עס איז שוין פיר וואכן ער דארף צוריק דעם טויזנטער. כהנה וכהנה. דאס איז א באגריף פון ארימקייט וואס דער רייכער פארשטייט נישט אדער וויל נישט פארשטיין.
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
א גיטן הרב בן תמליון
עס איז ווערט געווען אלעס אבי אייך ארויסשלעפן פון הייברענאציע.
איך זעי אז מען פארשטייט נישט מיין פונקט, מען מיינט אז איך בין טאטאל מחולק אז עס איז נישטא קיין שום עניות דא, און יעדער פאבלעצירט זיין עק וועלט מעשה ווי בן תמליון און דערמיט בין איך אוודאי אפגעוואנדען. און א צייט וואס איך האב שוין אזוי פיל ציזאמען געשריבן דא וועגן דעם ענין, און די אישו איז מיר דייקו קרוב ללב הגם איך בין טאקע נישט קיין ארימאן און נאך זעלבט ב''ה קיין מאל נישט געווכן המצב עני ואביון, אבער קיין עושר בין איך אויך נישט, און ווי שוין געשריבן לעיב איך זייער עינג און טייט כל ימי, און ווער באטוטל'ט צימאל ווי א קארגער, אבער צים ענין.
מיין פונקט וואס איך בין מחולק איז אז דער מאמענט וואלט געברויכט ווידמענען די אלע בלעטער אויף צי שרייבן עיצות וואס דער ארימאן ברויך טוען זיך נישט צי פארפלאנטערען אדער ווי אזוי זיך ארויסציזעין דערפון. לאמיר זיך נישט פאפן יעדע אינגערמאן וואס הייבט אן איז אין די אדמה, קיינער הייבט נישט אן מיט הינדערט פיפציג טויזענט נדן צי אינוועסטירן, נאר וואס דען, דער אינגערמאן ווען ער האט חתונה בדרך כלל שפירט זייער בגדול'ט, ער איז מחליט החלטות גמירות ווי אזוי זיין שנה ראשונה ושניה זאל אויסזעין, צי ער זאל וויילן און ארץ ישראל פאר צוויי וואכען, און אנדערע האנימאנעכץ, און פארלענדט זיין ביסל נדן אויף צי קויפן פרישטאגס ביי בעקערייען, און בלימען אויף שבת קודש. ווען איינער איז א חבוש לויטעט דער כלל אז אין חבוש מתיר עצמו, ער קען ניטאמאל כאפען ווי ער גיבט אויס געלט אימנויטיג, און ווען ער גיבט אויס אפילו קליין געלט, גייט אים גלייך אין זיין מוח פונקט דא זאל איך קארגען, דעי צוואנציגער גייט מיך גליקלעך מאכען, אבער ווען איינער קוקט זיך צי פון דער זייט און באטראכט אים זעיט גענוי ווי יענער פארט שלעכט. די זעלבע מחשבה בערך ווי עס האט א פעשער מאן ווען אים גליסט א קאקי אדער עפעס מינאמום ביים וואכנאכט אדער סעודת הילולי דצדקיא.
דער עושר ווידער פון די אנדערע זייט איז נישט רייך געווארן דורך ירושה, ער געווענטלעך האט אנגעהויבן גענוי ווי דער ארימאן, נאר זיינע שוויצערייען און ריזיקעס האבן זיך יא אויסגעצאלט, ער איז נישט בעצם שילדיג פארן ארימאן גארנישט, אבער דאך דרייט זיך זיין גאנצע סדר היום ארים צדקה, ווי אזוי מען זויגט אים אויס נאך, וועלכע מהלך ארבייט אויף אים, פילע שטאַבּער מיט חברה לייט זיצן מיט לעיזער בימס אריין צינעם אין טאש, און דער מאמענט איז איינע פון די וועיגען אים צי מאכן שפירן אימבאקוועים, אים מאכן שפירן גילטי און שילדיג פאר זיין עשירות, ולא זי הדרך, ער איז נישט שילדיג אז איינער האט געמאכט א החלטה צי ווערן א מלמד אדער מגיד שיעור, נישט אז איז נישט וויכטיג צי האבן מלמדים, אהער עס איז נאך אלס נישט זיין שילד.
בן תמליון ווי אנדערע זענען אויך מיט מעשהלעך פארנימען און צימאל דראמעטעזירן די עובדא כדי צי עררייכן דעם פונקט, ווי זיין מעשה מיטן מלמד וואס פארדינט פיר מיאות, מיר אלע ווייסער אז א מלמד מאכט מער ווי פיר מיאות, און יעדע מלמד איז אטאמאטיש אלעגעבעל צי קאווערן זיין באדזשעט ממקורות זרים, צי דורך כל ערליי קומחא דפוסחות און פעקלעך פון אלע גיטהארציגע ארגענעזאציעס וואס מעלקען דעם אזוי פארהאסטען עושר, פון וואנעט ווייס איך, ווייל מה דאך איך נישט עושר ראסט מיר יעדע שחרית, יעדע מנחה ומעריב, יעדע מזל טוב, יעדע שמחה, יעדן טאג ביי מיר אין געשעפט, פארוואס עפעס ווייל עס זענען פארהאן אידען ארימע לייט, מען הערט נישט אויף צי שינדען מיין הויט נישט קיין חילוק צי איך בין רייך אדער ארעם, יעדען טאג מיט א פרישען מעטאד ארויסצישווערצען א סכום הגון מיט כל מיני סגילות און דרואינגען אויב פעילט אויס, איך קען אפילו נישט זאגן איך האבן נישט, ני דער באשעפער הערט..
ווען איינער איז נאך א פרימטשיקער, דאן מיז מען אים צושטעלן סוסים לרוץ לפניו, אקעי לאו דווקא, אבער מיר מיזן אים שינדען זיין פיש, שעכטען זיינע ספעציעלע פלייש, זייען זיין הייליגע רחיים של יד, און גליען זיין אויבן, לעיזן זיינע טרויבען און פּרעסן זיין מאסט, די אלע זאכן קאסטן א הון, און מהיכן ירד זה חי..
יעדער קען פארציילן א מעשה, און צימאל איז די מעשה אפילו אמת, אדער וואלט עס געקענט כאטש זיין אמת, עכ''פ איך קען נישט אפווענדען די מעשה ווען איך קען עס נישט אינוועסטיגירן, וואס איך זאג איז אז וויפיל מאל איך האב אינוועסטיגעיטעט מעשות מיט ארימע לייט, אז געווען א קלארע פראבלעם וואס האט געפירט יענעם אינדער ערד אריין, ווי למשל דער מעשה מיטן עני זיין בראך האט זיך קלאר אנגעהויבן ווען ער האט נאכלעיסיגעהייט ארויסגענימען א הלוואה פאר א גנב און איז באשווינדעלט געווארן מיט זיין גאנץ פארמעיגן, און וואס איך נעם ארויס איז אז מען טאר נישט זיין נאכלעיסיג, אוודאי ווען ער קומט צי מיר וועט איך ווערן צילאזט און אים פריוון העלפען וויפיל איך קען, אבער דאס איז נישט קיין מעשה פון ארימאן ווערסעס עושר, ענדערש א מעשה מיט איינעם וואס איז ביטער אריין געפאלען אין די לאפעס פון א שווינדלער, און דער עושר וועט אים ארויסבעילן דערפון.
איך ווייס למשל אין מיין שיל ווי איך דאווען, דארט דרייט זיך א אנדערקאווער ארימאן, מען קלויבט צדקה פאר אים, אבער ווי נאר איינער נייגט א אויג זעיט מען אז אלע זיינע קינדער זענען אויסגעשטראמפעט לכבוד החג כאחד הגבירים, אויך זיין קאר צייגט ארויס זיין הצלחה נעמלעך ער האט א יוקאן מיט די ברייטסטע רעידער וואס וואלט אפילו געווען אפראווט צי באגלייטן דעם רבין ווייל עס האט אלע ערליי לייטס און די פענסטער זענען טינקל. יא איך קען אלע גמרות אז דער עושר ברויך עומד זיין די ניסיון און נישט פרעגען קיינע קשיות, אבער איז דאס דען נישט קיין פראגע וואס דער ארימאן פאלט נישט איין ווען ער ברעכט אינטער.
עס איז א דבר פשוט בעיני אז די עשירים טוען פיל פאר די ארימע, און ארימע קענען וועין פיל מער טוען פאר זייער הצלחה, פארשטייט זיך אז ווען מען שטייט אין פיש סטאר און די קרעדיט קארטל ארבייט נישט קען מען שוין נישט קיין סך טוען שארט טערם, נאר מען ברויך פיל מער טוען ווען זאכן קוקן אויס כשורה, אלעס איז האנקי דוטי, דאן צו זעין אז עס איז שוין גארנישט אזוי פויגעלדיג, און עס לויערט א שווערע גזירה פון חתונה מאכן יעדען קונד וואס ווערט געבוירן. און עס איז דא אזויפיל זיך צי פארבעסערן און די הינזיכט, ואין פוצה, נאר מען איז פארנימען מיטן עושר'ס אויפרייס פון זיין קידוש.