טאמבל סאס האט געשריבן:א סאושעליסט ביסטע אפשר אבער א שרייבער ביסטו נישט געווארן
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
ווען איך בין א שרייבער פארברענג איך נישט מיין צייט צו טענה'ן זיך מיט דיר איבער דיין ק---!
בן תמליון האט געשריבן:אגב געטראפן דעם מאמענט עדיטאר ער האט מיר פארזיכערט דער ארטיקל איז אויטענטיש געשריבן דורך דעם עני אן קיין הוספות. מיין שאלה אויב שרייבט ער אזוי גוט האט ער דאך א פאך אין הענט, ער זאגט ער האט געזאגט די זעלבע קום שרייבן מער וועסט עפעס פארדינען.
הוגה האט געשריבן:[justify]בן תמליון האט געשריבן:אגב געטראפן דעם מאמענט עדיטאר ער האט מיר פארזיכערט דער ארטיקל איז אויטענטיש געשריבן דורך דעם עני אן קיין הוספות. מיין שאלה אויב שרייבט ער אזוי גוט האט ער דאך א פאך אין הענט, ער זאגט ער האט געזאגט די זעלבע קום שרייבן מער וועסט עפעס פארדינען.
אויב טרעפסטו ערגעץ א פול טיים שרייבן פאזיציע וואס באצאלט גענוג (אן דריידלעך) אויף צו אויסהאלטן א קינדער געבענטשטע משפחה, ביטע לאז מיך וויסן. איך וועל אפלאזן מיין יעצטיגע ביזנעס און שרייבן פול טיים. שרייבן באצאלט גאר ווייניג.
[tag]פליקער[/tag], די חילוק צווישן דיר און דער עני הכותב איז אז יענער שרייבט כאטש עטליכע מאל אינעם ארטיקל אז ער פארשטייט ניטאמאל דעם עושר'ס נסיונות און שוועריקייטן ווייל ער איז קיינמאל אין זיין שיך נישט געשטאנען. דו רעדסט דיך אבער איין אז דו פארשטייסט יא דעם עני צוליב דעם ווייל דו ביזט א שפארזאמע מענטש און אויך ווייל דו פארמאגסט נישט א יוקאן מיט ברייטע רעדלעך.
נאך א חילוק, דער גביר וואס טרעפט זיך געטראפן פון די מאמענט ארטיקל וועט אהיים גיין ביינאכט, זיך זעצן אויף זיין באקוועמע קאוטש, זיך אנגיסן א גלעזל וויין און טועם זיין אביסל בעלגישע שאקאלאד. וואס וועט טון דער ארימאן וואס פילט זיך געטראפן פון דיינע שטעכיגע ווערטער? טרינקן אביסל סינק וואסער, אנבייסן אביסל פארבליבנע חלה פון יו"ט אין זיין קליין צואווארפנע קיך?
מיין פוינט איז אז איך וואונטש מיר, מיינע קינדער, ברודער, שוועסטער און נאנסטע חברים די צער און פיין וואס דו מאלסט אראפ אז די עשירים מאכן נעבעך מיט רח"ל.
.[/justify]