כאפ נישט קיין הייסע לאקשען - אין חינוך הילדים

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

כאפ נישט קיין הייסע לאקשען - אין חינוך הילדים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער וועלט זאגט א ווערטעל 'ביז צום קרעטשמע דארף מען אויך עפעס טרינקען'. כלפי מה הדברים אמורים? יעדער באזעסענע מענטש, מיט א ביסל לעבענ'ס ערפארונג, ווייסט אז דאס וואס א קינד טוט אלס קינד האט לאו דוקא א שייכות מיט וויאזוי ער וועט אויסוואקסען. צומאל ווייל ער טוט וואס ער טוט פאר אנדערע סבות ווי די געוואונטשענע, צומאל ווייל אנדערע זאכען רוקען זיך אריין, צומאל ווייל זיין מעשים זענען אוממעגליך זיך אן צו האלטען א גאנץ לעבען. עכ"פ בלייבען בלייבט עס נישט, און נישט צו דעם צילט מען ביים חינוך.

נאר וואס? דער וואס יאגט זיך צום פלייש, ער וויל שוין זע'ען עולמו בחייו, קען אמאל זיך פארגרייזען און שעפען נחת און גליק זע'ענדיג זיין צדיק'ל ווי ער פיהרט זיך אויף כזקן ורגיל. ער מיינט אז דאס איז צו וואס ער האט געשטרעבט און געצילט, און מ'האלט שוין אויף א וועג. דערווייל לא מיניה ולא מקצתיה, ואבאר דברי.

יעצט איז ב"ה אריבער א יו"ט, נישט נאר א יו"ט נאר א גאנצע תקופה פון ימים טובים. מ'האט געהאט סליחות מיט ר"ה, עשי"ת און יוכ"פ, סוכות הושע"ר און שמח"ת. געווענדליך זענען קינדער אביסל מושפע פון די סביבה און מ'זעט ביי זיי אויך דער ערנסטקייט פון די ימי הדין. שטייענדיג אין ביהמ"ד צוקוקענדיג ווי די קליינע קינדער האלטען מיט די דאווענען, זינגען מיט די נוסח ווען זיי קענען, און שפירען די ערנסטקייט פון א שלש עשרה מדות ביי נעילה, צו די פרייליכע הלל'ס אום יו"ט, קען מען מיינען אז ס'איז געקאנדזשעט, דאס קינד איז אויפ'ן ריכטיגע וועג.

דערווייל איז עס גארנישט אזוי מוכח. דאס קינד ווייסט ווייניג אויף וואס מ'דאווענט, ער פארשטייט בכלל נישט וואס מ'רעדט ביים שלש עשרה מדות, און ער האט קיינמאל נישט געהאט די דערווייטערטקייט וואס עבירות ברענגט צו א מענטש'ן צו קענען שפירען די דערהויבענקייט פון מחילת עוונות. ער טאנצט מיט וואס ער זעט ארום זיך, און דאס גיבט איהם עפעס א געפיהל צו דעם. פירוש המלות האט מען איהם נישט אויסגעלערנט, און ער ווייסט ניטאמאל אז דאס דארף ער זוכען.

א מענטש וואס איז זיך טועה אין די פשוט'ער זאך, קען זיך פארלייגען אויף די קלייניקייטען כאילו זיי זענען אלס. די סבה וואס אפילו היינו זעט מען עלטערען וואס טרייבען זייער קינדער צו דאווענען שיין, על אף אז יעדער ווייסט די מימרות פון אסאך קלוגע אידען ובתוכם דער סאטמאר רב זצ"ל, אז קינדער דאווענען נישט פון ווערען געשטופט צו דאווענען, נאר פון צוזען ווי זייער טאטע דאווענט, מ"מ זוכט מען מיט אלע מיטלען אז דאס קינד זאל דאווענען שיין און ערליך. פארוואס? ווייל ווען ס'פאסירט און די קינד דאווענט טאקע (אפט פון די אייגענע ווילען, נישט פון די טרייבונג פון טאטע'ן), שפירט דער טאטע אזוי באגליקט אז ער מיינט אז דאס איז טאקע די תכלית.

די תכלית, וואס נעמט צייט און מיה, איז אז דאס קינד זאל האבען א טעם אין דאווענען, ער זאל זיין צוגעוואוינט צו די ווערטער, ער זאל זיין נייגעריג צו וויסען פירוש המלות און ער זאל טרעפען זיין אייגענע פלאץ אין סידור און אין ביהמ"ד, אז דער דאווענען זאל זיין אן אייגענעם עבודה שבלב, מיט אן אייגענעם געפיהל.

נאר ביז צום קרעטשמע דארף מען אויך עפעס. ווען חינוך וואלט געווען בלויז אינוועסטירען און אריינלייגען און מ'וואלט גארנישט באמערקט ביז צום ערוואקסונג פון קינד, וואלט מען נישט געקענט אויסהאלטען. אונטערוועגענס דארף מען אויך עפעס זע'ען, עפעס שפירען אז דאס הארטע פעלזען צוברעקעלט זיך אביסל און עפעס וואקסט דארט. ווען נישט, ווילאנג וואלטען מיר געקענט אנגייען דערמיט? דעריבער דארף מען נישט אוועק מאכען אין גאנצען די צייטווייליגע ערשיינונגען פון 'נחת' פון קינדער, ווי זיי ליינען די פרשה צעטעל, צו זיי זינגען הויך און שיין די חומש, צו זיי דאווענען שיין אז אנדערע עלטערען טייטלען מיט זייער פינגער און זאגען פאר זייער קינדער "פארוואס דאווענסט דו נישט ווי די קליינע יחזקאל'ע דארט?"

אבער בד בבד דארף מען האלטען קאפ אז דאס איז נאר א טפל, נישט דער עיקר. נישט זוכען די געשמאקע גערויך פון די עסען אויפ'ן חשבון פון די עסען אליינס.

אזוי איז אמת ביים לערנען אויך. א מענטש דארף צו וויסען אז דאס שיין טייטלען, אדער איבערזאגען א דבר תורה ביים טיש, האט ווייניג צוטוהן מיט זיין תלמיד חכמ'שאפט אלס ערוואקסענע, און אפילו דאס קענען פרעגען א קשיא און ענטפערען א תירוץ, צו ענדיגען מסכתות אויסעווייניג מיינט נישט קיין סאך. ס'איז נאך דא א גאנצע גאנג ביז ער איז א ארטיגע זאך, און דאס זיך פארלייגען אויף די סטאנציע'ס אונטערוועגענס קען פאראורזאכען די פארקערטע אויסקומף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

שליחה דורך נאטירליך »

איך טראכט אלעמאל נאכמער, אז אפילו גרויסע מענטשן בלייבן stock מיט די קינדישע אידישקייט, זיי פילן זיך גוט ווען די חיצוניתדיגע אידישקייט גייט גוט. הגם די חיצונית'דיגע אידישקייט איז בעצם נישט קיין עיקר. רש"י אין מסכת מגילה איז מסביר אז קטנים זענען פטורים מן המצוות דלאו בני דעה נינהו די גאנצע עיקר איז די דעת
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די תכלית, וואס נעמט צייט און מיה, איז אז דאס קינד זאל האבען א טעם אין דאווענען, ער זאל זיין צוגעוואוינט צו די ווערטער, ער זאל זיין נייגעריג צו וויסען פירוש המלות און ער זאל טרעפען זיין אייגענע פלאץ אין סידור און אין ביהמ"ד, אז דער דאווענען זאל זיין אן אייגענעם עבודה שבלב, מיט אן אייגענעם געפיהל.


האסט א דרך אגב אנגערירט א שטארקע נקודה וואס איז זייער נאכגעלאזט ביי אונז פון גרויס ביז קליין.

מ'לערנט נישט "סידור" און רוב curriculum פון די מוסדות. אפשר ביי מיידלעך יא אבער כמעט נישט ביי יונגלעך. ווי גוט וואלט געווען ווען מ'לערנט מיט יונגלעך אביסעל פירוש המילות פון דאווענען, אין די עלטערע כיתות וואלט מען געדארפט צילייגען אביסעל פראקטישע כללים פון תפילה אזוי ווי וואס שטייט אונטער די סדר התפילה און אנדערע גדרים פון תפילה, און ביי בחורים וואלט מען געדארפט צילייגען די מער טיפערע געדאנקען פון די תפילות ארויס ציברענגען אביסל דער עבודה שבלב.

דאס וואלט געדינט אלס אן התעוררות פאר התקרבות צום אייבערשטען ביז און די שפעטערע יארן אריין אפשר נאך מער ווי סיפורי צדיקים און שארפע מוסר וכו' הנהוג בין כותלי ישיבתנו די בכל אתר ואתר.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'וואלט אפשר געדארפט עפענען א פארום פאר זאכען וואס מ'דארף צולייגען צום סדר הלימוד אין חדרים. אזוי ווי שש האט געברענגט פון די שרייבער אין די גאס פאר ישיבות אין די וועקער.

איך בין נישט אינגאנצען איבערגעצייגט אז דו ביסט גערעכט. די שייכות מיט דער באשעפער דארף זיין א פערזענליכע, און מ'דארף האבען אן אייגענעם שטופ צו זוכען פירוש המלות און די תוכן פון תפילה. אפשר וואלט יא געווען אז עכ"פ אביסל זאל מען לערנען אנצורייצען דער אפעטיט, אבער דער עיקר לערנען דארף מען טוהן אליינס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין נישט אינגאנצען איבערגעצייגט אז דו ביסט גערעכט. די שייכות מיט דער באשעפער דארף זיין א פערזענליכע, און מ'דארף האבען אן אייגענעם שטופ צו זוכען פירוש המלות און די תוכן פון תפילה. אפשר וואלט יא געווען אז עכ"פ אביסל זאל מען לערנען אנצורייצען דער אפעטיט, אבער דער עיקר לערנען דארף מען טוהן אליינס.


דוקא מיט דעם געדאנק וואלט איך מחולק געווען, אין בפרט נאך ליינען אייערע קלארע ארטיקלען וועגען דעם צימישטען יונגערמאן אין וועקער זעט מען שטארק א חסרון וואס קומט ארויס היינט פונ'ם העדר פון אסאך מהלכים וואס וואלט ווען געקענט ענהענסען די לעבען. פארוואס זאל איינער זיין א תועה ביער יארן לאנג און דארפן זוכען א "פערזענליכע" שייכות צום באשעפער ,ווי די שרייבסט, און שפעטער דאס דיסקאווערען דורך טרייעל ענד עראר. אדרבה, זאל מען מדריך זיין צעירי הצאן ווי אזוי צי האבן א שייכות מיט'ן באשעפער אויף אן אבדזשעקטיוו וועג מיט אן אמת פון יונגווייז אן און אזוי אויך בחורים און יונגע יונגעלייט.

דאס נישט איינפירען וויכטיגע זאכען וועס זעען אויס צו זיין פערזענליך אדער נישט מעיקרי הלימודים דערמאנט פונ'ם אמאליגען פלוגתא אין די עולם הישיבות וועגען לימוד המוסר, וואס היינט איז קלאר אז דאס איז א גרויסע תועלת פאר שלימות האדם.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מישו מאוד מעניין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 19, 2016 8:54 am
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך מישו מאוד מעניין »

איין גרויסע לייק איז נישט גענוג
ליפא מאכט לאכט פון א יעדער
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פאר וועמען ווילט איהר לייקען?

וואלווי - אונטער די ראמען פונ'ם היינטיגען חסידישע געזעלשאפט, וואס פראבירט מיט אלע מיטלען אפצוהאלטען א בחור און יונגערמאן פון טראכטען אליינס, ביסטו גערעכט. דער יונגערמאן וועט עס אליינס נישט טרעפען, און ער וועט זיך פלאגען ווי ר' נחמן. אבער בכלליות, ווען מ'וויל אוועק שטעלען וועלכע זאכען באלאנגען אין די מוסדות, וועלכע אין שטוב און וועלכע ביים חניך אליינס, דוכט זיך אז רוב מושגים פון תפילה זאלען בלייבען ביים מענטש אינעווייניג
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: כאפ נישט קיין הייסע לאקשען - אין חינוך הילדים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב לעצטענס באמערקט אויף דער טעמע.

ווען קינדער לערנען ערשט עברי, מאכט זיך אפט אז זיי ווערען שטארק אריין אין דער זאך, און זיי האבען ליעב צו זיצען און דאווענען. זיי קענען ארויסנעמען א תהלים פון זיך אליינס, צו דאווענען מער מ׳פאדערט פון זיי ווען זיי קומען אין שול.

רבותי, דאס איז נארמאל, דאס מיינט נישט אז א נייע ח"ח וואקסט זיך אונטער דא. ס׳גייט אוועק נאך א פאר מאנאטען און דער סיסטעם גייט ווייטער. נישט דאס איז וואס מ׳האפט, ס׳איז א סטאנציע אונטערוועגענס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט