אדנירם האט געשריבן:זיך זייפן מיט שעמפו [רינעדיגע], און זיך ווישן מיט א האנטוך, איז מותר אפילו אום שבת,
די זייפען מיט שעמפו אדער ליקוואד סאופ איז נאר מתיר די זייפ חלק אבער אויסקוועטשען האר מיט די הענט בשעת זייפען איז אסור און אויף דעם דארף מען אכט געבען. לכאורה איז בעסער צי ניצען אזא מין פלעסטיק ספאנדש וואס איז נישט סחיטה מחמת די פלעסטיק און כלאחר יד טאמער מ'קוועטשט אויף די האר
אדנירם האט געשריבן:כפי ששמעתי מפי הגאון רבי בן ציון וואזנער שליט"א.... און זיך ווישן מיט א האנטוך, "לכתחילה", אפילו אין שבת.
בנוגע די ווישען מיט א האנטעך איז שוין דא פריערדיגע גרויסע פוסקים וואס שרייבען קלאר אז ס'איז מותר.