שואל כענין - קושיות ותמיהות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אדנירם האט געשריבן:זיך זייפן מיט שעמפו [רינעדיגע], און זיך ווישן מיט א האנטוך, איז מותר אפילו אום שבת,


די זייפען מיט שעמפו אדער ליקוואד סאופ איז נאר מתיר די זייפ חלק אבער אויסקוועטשען האר מיט די הענט בשעת זייפען איז אסור און אויף דעם דארף מען אכט געבען. לכאורה איז בעסער צי ניצען אזא מין פלעסטיק ספאנדש וואס איז נישט סחיטה מחמת די פלעסטיק און כלאחר יד טאמער מ'קוועטשט אויף די האר

אדנירם האט געשריבן:כפי ששמעתי מפי הגאון רבי בן ציון וואזנער שליט"א.... און זיך ווישן מיט א האנטוך, "לכתחילה", אפילו אין שבת.


בנוגע די ווישען מיט א האנטעך איז שוין דא פריערדיגע גרויסע פוסקים וואס שרייבען קלאר אז ס'איז מותר.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך נעגעל וואסער »

איך וואונדער מיך פארוואס הייסן די שבע מצוות וואס די גוים זענען מחיוב "בני נח"? וואס האט דאס מיט נח און זיינע קינדער?
די גמרא אין סנהדרין דף נו רופט עס אזוי אהן, אין די לימודים זענען פון פסוקים וואס איז געזאגט געווארען פאר אדם הראשון.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך קל וחומר »

נח איז די זיידע פון אלע גוים זינט די מבול האט אויסגעהרגעט דעם 'עולם'.
לכאורה איז עס ווי א זכיה וואס מ'וויל אים געבן ווייל א דאנק זיין צדקות האט די וועלט א קיום.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך נעגעל וואסער »

קל וחומר האט געשריבן:נח איז די זיידע פון אלע גוים זינט די מבול האט אויסגעהרגעט דעם 'עולם'.
לכאורה איז עס ווי א זכיה וואס מ'וויל אים געבן ווייל א דאנק זיין צדקות האט די וועלט א קיום.

איך קלער יעצט א פשוטע פשט. וואס איז לכאורה אמת. די גמרא דארט זאגט אז 6 מצוות איז אדם הראשון נצתוה געווארען און פאר נח האט מען מוסיף געווען די זיבעטע מצווה וואס איז אבר מן החי. ( ע"ע ברמב"ם פ"ט מה' מלכים ) אשע"כ רופט מען די שבע מצוות ע"ש "בני נח", ווייל נאר פון נח און ווייטער זענען זיי מצווה געווארען מיט 7 מצוות.
[NAMELESS]

ר' נהוראי - ר' מאיר

שליחה דורך [NAMELESS] »

נישט לאנג צוריק האב איך אריינגעטראכט אין די מאמר חז"ל (מסכת עירובין י"ג ע"ב): "תנא לא רבי מאיר שמו אלא רבי נהוראי שמו, ולמה נקרא שמו רבי מאיר? שהוא מאיר עיני חכמים בהלכה".

כ'האב געטראכט א קשיא, אז אויב מ'האט אים גערופן ר' 'מאיר' ווייל ער איז מאיר עיני חכמים, וואלט מען אים פונקט אזוי געקענט רופן ר' 'נהוראי', וואס איז אויך א לשון פון ליכטיגקייט, און ער דערלייכט די עיני חכמים?!

ואמרתי לתרץ בדרך אפשר, אז היא הנותנת. זיין אריגינאלע נאמען איז געווען 'נהוראי', און ער איז דאך געווען א מאיר עיני חכמים, אויב וואלט ער פארבליבן מיטן נאמען 'נהוראי', וואלט קיינער נישט געקענט ארויסברענגען זיין ספעציעלע חשיבות מיטן זיין א מאיר עיני חכמים. משא"כ מיטן טוישן דעם נאמען צו 'מאיר', האט יעדער געכאפט אז זיין נאמען קומט דירעקט ארויסברענגען זיין ספעציעלקייט אלס 'מאיר עיני חכמים'.


וואס זאגט דער עולם צום געדאנק?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך קל וחומר »

כ'האב אויך אזוי געלערנט פשוט אין גמרא.
אדער איז יתכן אז מאיר דוקא דמאיר לחכמים משא"כ מלשון נהוראי לא נשמע זה.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

הרב שש, מ'קען אפשר לערנען פשט אזוי: נהורא איז טייטש א ליכט. מאיר איז טייטש א באלייכטער. וואס איז דער חילוק ? א ליכט איז נישט נוצליך אין די ליכטיגקייט ווייל שרגא בטיהרא לא מהני. משא"כ די רמז אויף ר' מאיר איז דאך אז אויך צעווישן ליכטיגע האט ער באלויכטן, אזויווי ס'שטייט מאיר עיני חכמים, דערפאר ריפט מען אים מאיר וואס טוט אנדייטן אז בכל אופן טוט ער אייביג באלייכטן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

שבתי וראיתי דקושיא מעיקרא ליתא ואי קשיא הא קשיא שבאמת מבואר בגמ' שהיה נקרא שמו נהוראי לפי שמנהיר עיני חכמים בהלכה ועל זה יש לתמוה איזה חילוק יש ביניהם.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]קל וחומר[/tag]'ס ענטפער, אז אפשר שמלשון נהורא לא נשמע זה, און אזוי אויך [tag]נהורא נפישא[/tag]'ס ענטפער, אז נהוראי איז נישט אזוי חשוב ווי מאיר, איז אפגעפרעגט טאקע אדאנק נהורא'ס צווייטע תגובה, אז די נאמען פון ר' נהוראי איז אדאנק דעם וואס ער איז געווען א מנהיר עיני חכמים [אגב, נהוראי מיינט נישט א ליכטל, נאר באלייכטער].

נהורא נפישא האט געמאכט א טעות מיט זיין לעצטע תגובה, מיינענדיג אז ר' נהוראי שנקרא כן ע"ש שמנהיר עיני חכמים, איז ר' מאיר. ולא היא, ר' נהוראי וואס ווערט אפטמאל געברענגט אין ש"ס איז גאר א צווייטער. [הגאון משמרות כהונה (בחידושיו לקידושין דף נ"ד ע"א) הסביר דברי הגמרא הנ"ל, שמה שאמרו ולא נהוראי שמו, לא חוזר על רבי מאיר שהיה שמו ר' נהוראי, אלא על רבי נהוראי דעלמא. וכן כתב במסורת הש"ס (עירובין שם). והסכים עמהם רבי רחמים חי חויתה הכהן זצ"ל בכללי ש"ס ופוסקים שלו (בסוף ספר זכרי כהונה מהדורא בתרא) אות ו'. הגם שבהקדמת בן המהר"ם מלובלין לספרו, כתב שר' נהוראי ור' מאיר הם כינוים לר' נחמיה, והדבר דחוק].
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך קל וחומר »

נהוראי מיינט מיין ליכטיגקייט.
מנהיר מיינט באלייכטער.
מנהירי מיינט מיין באלייכטער.

מאיר מיינט באלייכטער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט מסתם פארזען נהורא'ס ווערטער.

די גמרא איז זיך מתייחס צום נאמען 'נהורא' אלס א 'מנהיר עיני חכמים'. פון דעם איז דיין טעארעטישע תירוץ אפגעפרעגט. מנהיר און מאיר טראגט דאך יא דער זעלבער באדייט, און אויף נהורא דרש'נט די גמרא די זעלבע 'מנהיר' עיני חכמים ווי 'מאיר' עיני חכמים.

דערפאר קום איך צוריק צו מיין געדאנק.
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך אהרן »

שפתותיו דובבות, מען איז עוסק בתורת ר מאיר.
ר' מאיר הוה דייק בשמא (יומא פג,ב)
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך אהרן »

כפול
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אהרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך אהרן »

כפלי כפליים
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך נעגעל וואסער »

אלע חיות בהמות אין חיות זענען דעטראנקען געווארען ביים מבול! פארוואס?!

בפשטות איז די הסבר ווי ס'שטייט אין רש"י ווייל אפילו וכו' נזקקין לשאינם מינם. אבער געוואלד, זיי זענען נישט קיין בר עונשין טא וואס איז די פראבלעם מיט דעם? חוץ אם נאמר אז די עצם השחתה איז גורם כליה.

אויף גוגעל מיטשעט זיך א גרויסן עולם מיט דער קשיא, אבער פאר איך קוק דארט, ווער קען צוצייכענען א מראה מקום.

א דאנק.
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

עוג מלך הבשן האט איבערגעלעבט ווייל ער איז געווען ערליך אדער וואס?
דאס אז ער איז געווען גרויס איז נישט קיין תירוץ, איז דען שווער פארן באשעפער אים אפצעווישן אונטער אן אויגנבליק?
איך טראכט אז אולי איז נתקדש געווארן ש"ש על ידו ביי זיין פגירה, ס'דא א שיטה אז ער איז געווען אליעזר עבד אברהם, אפשר פארן ראטעווען לוט, ווער ווייסט?
האט עס ערגעצוואו א מקור?
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך קל וחומר »

נעגעל וואסער האט געשריבן:אלע חיות בהמות אין חיות זענען דעטראנקען געווארען ביים מבול! פארוואס?!

בפשטות איז די הסבר ווי ס'שטייט אין רש"י ווייל אפילו וכו' נזקקין לשאינם מינם. אבער געוואלד, זיי זענען נישט קיין בר עונשין טא וואס איז די פראבלעם מיט דעם? חוץ אם נאמר אז די עצם השחתה איז גורם כליה.

אויף גוגעל מיטשעט זיך א גרויסן עולם מיט דער קשיא, אבער פאר איך קוק דארט, ווער קען צוצייכענען א מראה מקום.

א דאנק.

די פשטות וואס קומט ארויס פון די פסוקים איז אז דער רבש"ע איז נישט געווען צופרידן פונעם גאנצן בריאה, דאס איז בכלל נישט געווען אין פלאן, וינחם ה' וגו'.
ס'איז נישט געווען דוקא אן עונש פאר די בהמות, נאר ענדערש א כליה מצד ווייל זיי האבן נישט געדינט זייער תכלית (קיין נפ"מ וואס די סיבה דערצו איז געווען).
משל למה"ד, א מענטש בויעט א מאשין וואס דארף דינען א געוויסע תועלת, נאכן ענדיגן בויען זעהט ער אז די מאשין אנשטאט ער זאל דינען דעם תועלת איז עס מקלקל זאכן און זייעט אן כאאס, האט ער צענומען די מאשין ארויסגענומען די גוטע חלקים וואס קענען צונוץ קומען פארן קומענדיגן בעסערן מאשין און די איבעריגע האט ער אוועקגעווארפן.
מודיעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 19, 2016 12:22 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך מודיעין »

איין פשט איז, ווייל די אדם איז תכלית הבריאה, און אלעס איז באשאפן לצורכו, און אויב מען איז נישטא קיין מענטשן, דארף מען נישט די גאנצע בריאה, וכן מדויק בהפסוקים, וינחם וגו' כי עשה את "האדם", אמחה את "האדם". רש"י סוף בראשית.
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

אקוראט. אדם הראשון האט באקומען א מתנה זיך צו משתמש זיין מיט די אלע באשעפענישן. אויב עס איז נישטא קיין מענטש, ווער דארף דען די איבעריגע בריאה? אלעס איז דאך בלויז געווען צוגעשטעלט פארן מענטש, דער מבחר הבריאה. אויב נישט דער מענטש, פארוואס דען זאל דער דזשיראף עקזיסטירן?
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך קל וחומר »

אי משום הא בלייבט דאך נח איבער, זיינע קינדער גייען דאך נהנה זיין פון די חיות ובהמות.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך החוקר »

שבת איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה איז נח "געגאנגען גרין" בלע"ז (ענווייראמענטאליסט) ווייל אויב נישט, וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע אונטערשטע שטאק, יעדעס אינטש איז זיכער געווען פריים ריעל עסטעיט און ער וואלט ווען געקענט דאמפן אלע מיסט און אפפאל אינדרויסן, נאכמער, די עיפוש איז זיכער געווען אומדערטרעגליך זאל איינער פרובירן צו וואוינען מיט מיסט און צואה פאר דריי חדשים, נאר מן הסתם האט ער נישט געוואלט פאלוטען די ענווייראמענט.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך החוקר »

וואס האט נח געהאט פון שיקן די יונה, ער וואלט געקענט ארויסקוקען פון פענסטער אויב ס'איז טריקן, ווייל אפילו אויב די יונה זאל טרעפן 100 מייל אוועק טריקן לאנד מיז ער נאכאלץ קוקן אויב דא ווי ער איז קען מען ארויסגיין.
פארוואס האט דער אייבירשטער געהייסן מאכן די תיבה אויף א מאס מיט אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן די דאך, ער האט געקענט זאגן מאך א תיבה מיט גענוג פלאץ און זעה עס זאל זיין גוט weatherproofed.
[NAMELESS]

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

שליחה דורך [NAMELESS] »

החוקר האט געשריבן:וואס האט נח געהאט פון שיקן די יונה, ער וואלט געקענט ארויסקוקען פון פענסטער אויב ס'איז טריקן, ווייל אפילו אויב די יונה זאל טרעפן 100 מייל אוועק טריקן לאנד מיז ער נאכאלץ קוקן אויב דא ווי ער איז קען מען ארויסגיין.
.

נח האט געלאנדעט אויף א בארג ער האט געוואלט וויסן צי אינטען איז שוין אויך טריקען.


Sent from my SM-G930T using Tapatalk
פארשפארט