ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דארט ליגט דער הונט באגראבן!
וואס האט מופתים צו טוהן מיט אידישקייט? ווען קיין איין מופת איז נישט אמת, בלייבט א קשיא אויף די תורה? די תפילין קוקן דעמאלס אויס אנדערש? המלוה את חבירו בעדים דארף פלוצלונג צוריק צאלען מיט עדים?
דער תורה שטייט נישט אויף די מעשה'ס, און ווען איינער איז מחנך/מחונך אז יא, איז ער שוין איינמאל אין געפאר!
ליטוואק, קיינער זאגט נישט אז דאס איז דער "יסוד", אבער איז עס דען נישט א חיזוק אין אמונה?
אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס האט השי"ת געדארפט מאכן נסים אין מצרים?
"ולמען תספר באזני בנך ובן בנך את אשר התעללתי במצרים, ואת אותותי אשר שמתי בם,
וידעתם כי אני ה'!"
יא, זעהן מופתים איז מחזק אמונה! אזוי זאגט מיין תורה. יעצט פרעגסטו "ואס האט מופתים מיט אידישקייט"?
אין א וועלט ווי דרך רשעים צלחה, פאר די רשעים גייט אלעס גוט, השעה משחקת להם, רשע וטוב לו - אז מען זעהט אז ביים צדיק איז דא מופתים, נעמט עס אביסל אוועק די קשיות און דעם נסיון! עס באלאנסירט דעם בילד אביסל מער.
אודאי איז נישט די תורה תלוי אין דעם, און נישט אין דעם ווענדט זיך צי מען דארף דינען השי"ת, אבער א א גוטן בוסט פאר אן ערליכן איד איז עס זיכער.