שמערל האט געשריבן:געהערט אמאל פון איינער וואס איז אמאל געווען אלס קינד ביי א חתונה ווי יום טוב ערליך האט געשפילט אויף זיין אקארדיון. דעמאלטס איז די ניגון ובאו האובדים בארץ אשור ארויסגעקומען און עס איז געווען פון די האט ניגונים ביי חתונות, האט דער אינגל געבעטן יום טוב ערליך זאל שפילן די ניגון. אבער ער האט נישט געוואלט ווייל עס קומט פון שלמה קארלבאך...
איז ער געווען אזא היפאקריט?
זייער אן אינטערעסאנטר אנקדאט. ס'איז שווער צו זאגן אז עהרליך איז געווען אן היפאקריט. זיין חן באשטייט אין גרויס טייל אז ער הערט זיך אוטענטיש און אמת'דיג. אנדערש פון רוב - אויב נישט אלע - אנדערע חסידישע רעקארדינג ארטיסטן וועלכע זינגן אידישקייט כדי צו קעיטערן צו א קלייענטעל, האט עהרליך רעקארדירט אידישקייט מלובש אין מוזיק, קונסט און הומאר, האפענדיג אז ער וועט באשאפן א קלייענטעל דערפאר, ווי אויך אז ער וועט פארלויפן די מידיום וואס הייבט זיך אן אריינצובאקומען אין אידישע הייזער (רעקארד פלעיארס) און אנשטאט צו הערן קארלבאך, קווארטין און זשאו אמאר, וועט זיינע ווארעמע הוראות, חוזק פון סעקיוליזם, און ראמאנטאזירונג פון אידישקייט און דער גליקליכער-אמאל אריינדרינגן אין די וויליאמסבורגע בראונסטאון הייזער. אין אנדערע ווערטער, איך זעה עהרליך אלס אזא א סארט רבי/משפיע (בעיקר פאר מאמעס) פון איבערפלאנצן א אידישקייט און חסידישקייט פאר די פאסט-האלאקאוסט דור און זיין מעטאד איז געווען די נייע טעכנעלאגיע פון רעקארדירונג און די אור אלטע קונסט פון מוזיק.
מ'קען זאגן אז ער האט געהאלטן אז דער בעל שמחה וואלט עס נישט געוואלט פאר די סיבה און עהרליך איז סך הכל א שכיר וואס ברויך דינען דעם בעל שמחה'ס רצון. אויך קען מען מחלק זיין אז ס'איז געווען אן השקפה'דיגע באשלוס וויבאלד קארלבאך איז געווען, ווי מ'זאגט, בכם ומכם און אקטיוו, און האט מושך געווען. משא"כ א פאלקס ליד וואס האט נישט קיין בעה"ב אונטער דעם און זיכער נישט א לעבעדיגע ציענדע פיגור. ס'איז זייער אן ארטאדאקסישע וועג פון טראכטן, ווי די עיקר פראבלעם ווערט געמאסטן לויט וואס פארא השפעה דאס קען אימפארטירן און וויפיל חומת התבדלות דאס קען אומווארפן. דאס איז די יסוד פון "השקפה" איבער הלכה, לפי דעתי העניה. דא קומט אריין די "נאז" און "שמעק" פון א פרומער איד. ס'איז א שפיר פון הא לן והא להוא וואס איז נישט היפאקריטיקעל.
וואס אן אמת איז דאס ביסודו מדאורייתא ומדרבנן. פון חוקת הגוי ביז בישל עכו"ם. יעדע זאך איז געמאסטן לויט וויפיל קירב הדעת ס'ברענגט מיט א גייסט וואס מ'וויל זיך אפטיילן און דראעט זיך אריינצוברעכן.