פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אזוי וועט עס אויסזעהן די בילדער פון די חרדישע צייטונגען אויב פרוי קלינטאן געווינט.
בילד גענומען פון דער ענגלישע "הומדיע".
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך ישראל גלויבער »

איך הער! נו נו..
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך מיר'ער בחור »

פרייוויליג האט געשריבן:א זשורנאליסט פון ניוסוויק פלאנט מארגן ארויסצוקומען מיט פרושע נייעס איבער טראמפ, וואס לויט אים קען דאס טוישן די קאמפיין.

צווישן אנדערע שרייבט ער אז טראמפענען האט געליטן א נערווען צוזאמברוך אין 1990
וואס איז מיט דעם געבליבען ?
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

א שטארקע דאקומענטערי איבער די עלעקשאנס און די קאנדידאטן היי יאר:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=s7uScWHcTzk[/youtube]
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

עס ווערט יעצט באקאנט דורך וויקיליקס אז די קלינטאן קאמפיין האט זייער שטארק געוואלט אז טראמפ זאל זיין נאמעני. אזוי ווי אלע האבן געטראכט איז ער דער איינציגסטער קאנדידאט וועמען קלינטאן האט געקענט באזיגן. און עס איז געלונגען. לויט די ליק האבן די דעמאקראטן מיט געשפילט מיט טראמפ'ס נאמעני:

http://theresurgent.com/new-wikileaks-r ... for-trump/
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

שליחה דורך גר ותושב »

דאס איז דאך א באקאנטע זאך. דא האסטו א עד פון טעד קרוז ביי די פריימעריס וואס רעדט דערפון
https://youtu.be/4cpqoVqqDGk
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

Well done. נאך די עלעקשענס גייט טראמפ זיין די מערסט פארהאסטע פארשוין ביי די רעפובליקענס, און ביי א גרויס חלק אמעריקע. אסאך צוליב די אויסגעשפראכענע שנאה קעגן אים, און אסאך צוליב די פאקט אז צוליב אים איז קלינטאן פרעזידענט. זיי גייען אים דאס קיינמאל נישט קענען מוחל זיין.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך גראף »

בילד
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך גר ותושב »

וויינוגער ווי צוויי וואכן צו די וואלן און די עולם שלאפט.
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

בילד



The choice is clear.., Vote your conscience..! [emoji6]
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

בילד


אלברט פריעדמאן, אין די צייטונג..
still the best..!
!..A Lonely Man of Faith
[NAMELESS]

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך [NAMELESS] »

סך הכול פונעם 2016 קאמפיין

Clinton emails. Trump admitting sexual assault. Clinton emails. Trump charity fraud. Clinton emails. Trump calls for nuclear proliferation. Clinton emails. Trump calls for national stop and frisk. Clinton emails. Trump violates trade embargo with Cuba. Clinton emails. Trump sued over Trump U fraud. Clinton emails. Trump bribes DA. Clinton emails. Trump doesnt pay taxes for 20 years. Clinton emails. Trump employs campaign manager involved in illegal corruption with Russia. Clinton emails. Trump calls for ban of an entire religion from entering US. Clinton emails. Trump lied about support for Iraq War over and over in debate. Clinton emails. Trump in court for rape of a minor. Clinton emails. Trump unaware of Russia's Crimea occupation. Clinton emails. Trump unaware of situation in Syria. Clinton emails. Trump penalized for racist housing discrimination. Clinton emails. Trump files for bankrupcy 6 times. Clinton emails. Trump goes 0-3 in debates by showing scant knowledge of world politics. Clinton emails. Trump slams people for being POWs. Clinton emails. Trump calls mexicans rapists. Clinton emails. Trump questions judge's integrity because of parent's heritage. Clinton emails. Trump deletes emails involved in casino scandal. Clinton emails. Trump commits insurance fraud after florida hurricane. Clinton emails. Trump has dozens of assault victims and witnesses come forward with allegations of abuse. Clinton emails. Trump attacks former Ms America for being overweight. Clinton emails. Trump tweets about sex tapes at 3am. Clinton emails. Trump calls for US citizens to be sent to Gitmo. Clinton emails. Trump calls for more extreme forms of torture to be used. Clinton emails. Trump asks why cant we use our nukes if we have them. Clinton emails. Trump calls for offensive bombing attack on sovereign nations because someone gave the middle finger. Clinton emails. Trump calls to kill women and children of suspected terrorists. Clinton emails. Trump says women should be punished for having abortions. Clinton emails. Trump makes fun of disabled people. Clinton emails. Trump calls for end of freedom of the press. Clinton emails. Trump calls global warming a chinese hoax. Clinton emails. Trump praises Putin and Kim Jong Un's strong leadership. Clinton emails. Trump openly admits to not paying his employees during debate. Clinton emails. Trump calls Obama an illegitimate noncitizen hundreds of times over 7 years. Clinton emails. Trump uses campaign donations to enrich his own businesses. Clinton emails. Trump says Ted Cruz involved in JFK assassination unironically citing National Enquirer. Clinton emails. Trump says laziness is an inherent trait in black people. Clinton emails.





Sent from my SM-G930T using Tapatalk
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך גר ותושב »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:סך הכול פונעם 2016 קאמפיין

Clinton emails. Trump admitting sexual assault. Clinton emails. Trump charity fraud. Clinton emails. Trump calls for nuclear proliferation. Clinton emails. Trump calls for national stop and frisk. Clinton emails. Trump violates trade embargo with Cuba. Clinton emails. Trump sued over Trump U fraud. Clinton emails. Trump bribes DA. Clinton emails. Trump doesnt pay taxes for 20 years. Clinton emails. Trump employs campaign manager involved in illegal corruption with Russia. Clinton emails. Trump calls for ban of an entire religion from entering US. Clinton emails. Trump lied about support for Iraq War over and over in debate. Clinton emails. Trump in court for rape of a minor. Clinton emails. Trump unaware of Russia's Crimea occupation. Clinton emails. Trump unaware of situation in Syria. Clinton emails. Trump penalized for racist housing discrimination. Clinton emails. Trump files for bankrupcy 6 times. Clinton emails. Trump goes 0-3 in debates by showing scant knowledge of world politics. Clinton emails. Trump slams people for being POWs. Clinton emails. Trump calls mexicans rapists. Clinton emails. Trump questions judge's integrity because of parent's heritage. Clinton emails. Trump deletes emails involved in casino scandal. Clinton emails. Trump commits insurance fraud after florida hurricane. Clinton emails. Trump has dozens of assault victims and witnesses come forward with allegations of abuse. Clinton emails. Trump attacks former Ms America for being overweight. Clinton emails. Trump tweets about sex tapes at 3am. Clinton emails. Trump calls for US citizens to be sent to Gitmo. Clinton emails. Trump calls for more extreme forms of torture to be used. Clinton emails. Trump asks why cant we use our nukes if we have them. Clinton emails. Trump calls for offensive bombing attack on sovereign nations because someone gave the middle finger. Clinton emails. Trump calls to kill women and children of suspected terrorists. Clinton emails. Trump says women should be punished for having abortions. Clinton emails. Trump makes fun of disabled people. Clinton emails. Trump calls for end of freedom of the press. Clinton emails. Trump calls global warming a chinese hoax. Clinton emails. Trump praises Putin and Kim Jong Un's strong leadership. Clinton emails. Trump openly admits to not paying his employees during debate. Clinton emails. Trump calls Obama an illegitimate noncitizen hundreds of times over 7 years. Clinton emails. Trump uses campaign donations to enrich his own businesses. Clinton emails. Trump says Ted Cruz involved in JFK assassination unironically citing National Enquirer. Clinton emails. Trump says laziness is an inherent trait in black people. Clinton emails.





Sent from my SM-G930T using Tapatalk

בקיצור נמרץ אין א קליפ.
https://youtu.be/N-VbrN02V54
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך החוקר »

באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=JqIml8Q1cEw[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

למעשה שטעלט זיך ארויס אז מען האט אים בכלל נישט געוואלט שיסן...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

א שאד, טראמפ האט געפייגערט ס'זאל אזוי הייסן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:א שאד, טראמפ האט געפייגערט ס'זאל אזוי הייסן.


איינער האט פשוט געפייגערט פאר קלינטאן...!
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך mevakesh »

דא האב איך געטראפען א וועבזייטל וואס ברענגט צוזאם אלע projections אויף די וואלן אלע ווייזן אז קלינטון האט עס חוץ CNN האט נאר 268 פאר קלינטון נאכאלץ היבש זיכערער פון טראמפ אבער נישט גענוג פארזיכערט
http://www.270towin.com/2016-election-forecast-predictions/
צווישען די אלע איז דא דריי וואס ארבייטען מיט סטאטיסטיקעל מאדעלס נאט סילבער פון 538 די ניו יורק טיימס און האפינגטאן פאסט אלע זאגן פאר א קלינטון געוואונס נאר שיידן זיך אין זיכערקייט
די האפינגטאן פאסט געט פאר קלינטון 98 % צו געוואונען די ניו יורק טיימס געט איר 85% אבער נאט סילבער געט נאר 65 % און ער הייסט די מערסטע פרעסטיזשפול (הגם ביי די פריימעריס האט ער זיך געשוווירען אז טראמפ גייט עס נישט מאכן אפשר טוט ער יעצט פשוט תשובת המשקל )
די דעמאקראטן זענען היבש נערוועז פון זיין פרעדיקציע נעכטן האט איינער אויף האפינגטטאן פאסט געשריבען א שארפע ארטיקל קעגן נאט אז ער שפילט זיך מיט די פאלס פאר ער לייגט עס אריין אינעם מאדעל און נאט איז געווארען שטארק באליידיגט און צוריקגעשאסן
http://m.huffpost.com/us/entry/us_581e1c33e4b0d9ce6fbc6f7f
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך ביליג »

גאסט עדיטאריעל / פארוואס יעדער יחיד מוז גיין מארגן צו די שטים בודקע

הרב יואל אשר לאבין ברעגנט ארויס די חובת השעה און מאכט קלאר פארוואס אונזער קאנדידאט איז אויסדריקליך הילערי קלינטאן.

די בירגערליכע פליכט פון יעדן יחיד צו אפגעבן א שטימע איז די גרונדשטיין פון דעמאקראטיע, און מיר אלס אידן וואס געניסן פון א מלכות של חסד דארפן נעמען דעם פליכט מיט א ערנסקייט, און מיט א מאס פון אחריות און כובד ראש, דעריבער איז וויכטיג אז מיר זאלן גייענדיג צו די שטים בודקעס וויסן ווי וויכטיגע אונזער שטימע איז אלעמאל, און איבערהויפט אין די יעצטיגע אומגעווענליכע וואל-סעזאן.

אויב יעדער בירגער קוקט אן די רעכט צו וועלן אלס א פריוועליגיע, איז אבער זיכער אזוי מיט אונז; קינדער און אייניקלעך פון חורבן איבערלעבער, א ציבור וועלכע שטאמט דורי דורות פון אידן וואס האבן געלעבט אונטער פיינטליכע הערשער, און געציטערט אימת מוות פונעם דיקטאטור. די פאקט אז מיר האבן א מאכט צו ערוויילן אונזער פירער, און מיר האבן א ווארט אין דאס פירערשאפט פון לאנד איז א פריוועליגיע וואס מיר דארפן האלטן טייער, עס איז א רעכט וואס אונזערע זיידעס האבן נישט פאנטאזירט אין זייערע זיסטע חלומות אז דער פארפליכטעטער איד וועט נאך אמאל נעמען א אקטיווע טייל אין א דעמאקראטישע סיסטעם וואס ערוועלט איר פירער.

אויסער דעם מוזן מיר דאס טוהן למען הכלל, אונזער ציבור האט שווער געארבעט אין די לעצטע צענדליגע יארן אז אונזער קול זאל געהערט ווערן אין די רעגירונג קארידארן. און דאס קען נאר געטון ווערן אויב מיר שטימען אינאיינעם ווי איין קאמיוניטי. דאס איז א גאר שטארקע כח און דאס געט כלים פאר אונזערע שליחי ציבור צו קענען אויפקומען מיט גוטע קאאפעראציע און פראקטישע לעזונגען צו פראבלעמען וואס מיר האבן, און צו קענען געניסן פון די פינאנציעלע און פאליטישע שטיצע אין וועלכע אונזערע אינסטיטוציעס נוטיגן זיך אזוי שטארק. די קאנדידאט וואס ערנסטע שליחי ציבור קלויבן ארויס און אינדארסירן איז ווארשיינליך די שכל'דיגע אויסוואל, וואס וועט בענעפיטירן דעם ציבור און די קהלישע אינטערעסן.

פארוואס מיר דארפן שטימען מיט די דעמאקראטישע פארטיי

די לאנג-יעריגע טראדיציע ביי די עסקני הציבור אין די אמעריקאנער מדינה איז צו זיין אין די דעמאקראטישע פארטיי. די מנהיגים ואישי ציבור האבן אייביג געשפירט אז די דעמאקראטישע פארטיי, וואס איז פרא פליטים און טראגט די פאן פון העלפן די באקריוודעטע, איז די פארטיי ווי אידן וועלן זיין מער רוהיג און באקוועם און מער שטיצן ציבורישע אנגעלעגנהייטן, קראנקע און היימלאזע.
חרדישע אידן, אנגעהויבן פון די סאטמארער פירערשאפט אין וויליאמסבורג ביז די אמעריקאנער אגודה עולם האבן געשפירט אז די דעמאקראטישע פארטיי איז די פאליטישע היים פאר אמעריקאנער אידן, אלס א מינאריטעט שה אחת בין שבעים זאבים.
אבער די סיבה איז אויך א ריין פאליטישע און סטראטעגישע וואס חרדישע עסקנים און אישי ציבור האבן אוועקגעשטעלט אז אזוי האבן די אידן מער איינפלוס און קענען מער פארזיכערן די טובת הציבור, ווייל מען קען האבן א אקטועלע השפעה ווער עס זאל זיין דער קאנדידאט אין די דעמאקראטישע פארטיי, וואס דא קען דער ציבור האבן א שטארקע ווארט.
ווי קלענער די וואלן זענען איז גרינגער אז א גרופע פון מענטשן זאל האבן א וואל כח, און אז מען קען האבן א השפעה אין די פריימעריס, נוצט מען דאס אויס פאר די אידישע אינטערעסן.
עס איז כדאי אנצומערקן אז די באלאנגען צו א פארטיי און נעמען אנטייל אין די פאליטישע שפיל האט נישט באדייט קיין פארטייאישע, פאטריאטישע אונטערנעמונג, און ערליכע אידן מוזן נישט ווערן אריינגעשלעפט אין די ווילדע שפראך און "פיינט האבן" די צד שכנגד, דאס איז הייפער-פארטייאישקייט און נישט דאס האט געמיינט די אידישע בונד מיט די דעמאקראטן אדער רעפובליקאנער.

די נייע ווינט פון חסידישע רעפובליקאנער

די לעצטע יארן איז ערשינען די נייע רעאליטעט אז מאסן חרדישע אידן שטימען רעפובליקאנער און שפירן זיך אסאך נאנטער צו די רעפובליקאנער וועג פון טראכטן. א שנאה צו קאמוניזם וואס האט אזוי געפייניגט אידן, און איבערגעגעבנהייט צו טראדיציאנאלע ערשיינונגען און קולטורעלע קשר וואס זיי האבן ליבערשט געהאט מיטן רעפובליקאנער, ווי מיטן קאסמפאליטישן דעמאקראט.
לעצטנס האט זיך עס גאר פארמערט ווען די לעצטע יארן זענען פארהאן גדולי תורה וואס זענען זייער קעגן שטימען פאר ליבעראלע קאנדידאטן, צוליב פארשידענע נישט תורה'דיגע אידעאלן ווי די ליבעראלן זענען פורץ גדרות עולם, ווען די קאנסערוואטיוון וואס האלטן אן געוויסע מאראלישע גבולים וואס איז טיילמאל נשפע פון די תורה,

וועקט אייך אויף, טראמפ איז נישט קיין רעפובליקאנער בכלל!

די ווירדן וואס די רעפובליקאנער פארטיי פארמאגט פון האלטן טראדיציע און פרעזערווירן א קולטור, האט טאקע א צד מיט וועלכע א איד קען זיך אפשר אידענטיפיצירן, אבער אין די יעצטיגע פאל איז די דאזיגע רעפובליקאנער ישות צעפאלן. די בונד מיט רעליגעזע מענטשן איז א פארגאנגענהייט. פאליטישע קשרים האבן געזיגט אידעאלאגיע און דער וואגאבונד וואס רעספעקטירט נישט קיין שום רעספעקטירבארע זאך און האט בכלל נישט קיין מאראלישע געוויסן אין זיין מאטריאליסטיש געטריבענע קאפ, האט פארכאפט די געוועזע מאראלישע פארטיי.
אז אידן קענען בעפארצוגן רעפובליקאנער פערזענליכקייטן צוליב אסאך שטעלונגען ווי זיי זענען נאנט צו די אידישע, איז עס דערהערט; אבער דאס מאל איז דאס נישט געווען, לא מיניה ולא מקצתיה. דער רעפובליקאנער קאנדידאט האט ניטאמאל די רעפובליקאנער פירערשאפט. אלע פירער וועמען די רעפובליקאנער האבן ארויסגעקוקט צו, די בוש'ס, ראמני, מקעין, רייען, גרעהעם, קרוז, רוביא, אלע זענען אקעגן טראמפ וועלכער טראגט נישט קיין שום שיטות און רעפובליקאנער אגענדעס און זיין ענד ציל איז גאר ענגע מאטעריאליסטישע און צווייפלהאפטיגע פאליסיס.
די פארטיי פון טראמפ איז א פארטיי פון גראבע מאטעריאליזם, א פאליטישע באוועגונג אן קיין מאראלישע פאן.

פארוואס עס איז א סכנה פאר אמעריקא אויב טראמפ געווינט

טראמפ איז א סעלפישער עגאאיסט, א אומגעלערנטער מענטש וואס האט נאכנישט געוויזן קיין שום מאראלישע כאראקטער און קיין שום מענטשליכע קוואליטעט וואס זאגט נישט קיין פלענער אדער פאליסיס, נאר אן איבערגעטריבענע גאוה און א שפראך ווי "איך וועל עס בעסער מאכן".
זיין מעסעדזש איז נישט קאהערענט און איר איינציגע קאנטענט איז אנשרעקן און שפילן אויף שנאה געפילן, און אז גלאט שנאה און ייאוש איז נישט גענוג האט ער גענומען נוצן די אלטע שעיר לעזאזל טריק פון קלויבן א ספעציפישן עטנישע ראסע ווי מעקסיקאנער צו ווערן פאפולער דורך שנאה צו מוסלמענער און צו מעקסיקאנער און עווענטואל צו יעדן וואס איז נישט קיין ווייסער מאן.
אבער נישטאמאל האט ער זיך אנגעשטרענגט צו רעדן, צו קלארשטעלן אדער צו אראפשטעלן א פאזיטיווע קעיס. עס האנדלט זיך פון א מעגלאמאן וואס גלייבט נישטאמאל אז זיין אוידענץ איז גענוג קאמפעטענט צו הערן א גאנצע זאץ.
עס האנדלט זיך פון א מענטש מיט אן עקסטרעם פעסימיסטישע בליק אויף די וועלט, אן אגרעסיווער ביזנעסמאן וואס גלייבט אז נקמה נעמען, צוריקשטויסן און אונטערברענגען קאנקורענטן איז די שליסל צו יעדע סארט סוקסעס און זעהט בכלל נישט קיין ערך אין גוטע מדות און פארמאגט בכלל נישט קיין פלאץ פאר מענטשליכע געפילן אדער א מאראלישע געוויסן.
ער איז א שלעכטער מענטש וואס וועט אייביג נעמען די גירסא פון דיקטאטורישע רשעות'דיגע רעגירונגען און זיך אידענטיפיצירן מיט זיי, אנשטאט מיט די אנטלאפענע פליטים און וועט נעמען א איינצעלנע טעראר אטאקע פון א פאר'סם'טער פארברעכער צו פארשעמען און העצן אקעגן די רעליגיע וואס פארמאגט הונדערטער מיליאנען וואוילע און פרידליכע מענטשן.
יא, מען האט אייך אפשר געפיטערט מיט שנאה צו מוסלמענער. אבער צו ווייסט איר אז די וועלט פארמאגט קרוב צו צוויי ביליאן מוסלמענער, און ניין און ניינציג פראצענט פון זיי זענען בכלל נישט אין קיין שום וועג שלעכט. מען העצט אסאך קעגן מוסלמענער און מען וויל נישט וויסן אז אין אינדאנעזיע וואוינען כמעט אזויפיל מענטשן ווי אין אמעריקע, און איר האט קיינמאל נישט געהערט עפעס שלעכטס פון די הונדערטער מיליאנען מענטשן אין אינדאניזיע. און די הונדערטער מיליאנען מוסלמענער אין אינדיע? אין באנגלאדעש אדער טערקיי, וואוילע מענטשן, מענער פרויען און קינדער. אדער טאקע די מיליאנען אמעריקאנער מוסלעמענער וואס זענען אונזערע אומשעדליכע און פריינטליכע שכנים.
טראמפ זוכט נישט די טובה פון די מערב מיט זיין אנטי איסלאם רעטאריק, ווייל נאר מיט חכמה קען מען אויסרייסן טעראר, אראפנעמען די שלאנג פונעם כוס אן צוברעכן דעם כוס. אבער מיט העצע וועט נאר זיין חורבן אויף די וועלט.
טראמפ איז א נאציאנאליסט וואס וויל מיט כח אנהאלטן דאס וואס האט חרוב געמאכט די וועלט די לעצטע פאר טויזנט יאר. זיין סלאגאן בענקט זיך צו אן אלטע ווייסע אמעריקע, און זיין פאטריאטיזם איז נישטאמאל צו קיין ווירדן אדער העלדן, בלויז צום שטיק ערד און אירע ווייסע מענער. גלאט נאציאנאליזם אן קיין שום פלענער פאר א בעסערע עתיד.
טראמפ האט ארויסגעצויגן פון די לעכער אלע ראסיסטן און געמיינע יונגען וואס חלום'ען פון די זיסע טעג ווען אמעריקע איז געווען א אימפעריע פון שלעכטס, קנעכטשאפט און מלחמות, אימפעריאליזם און דערדרוקן מינאריטעטן און יובילירן איבער צוריקברענגען יענע גוטע טעג.
טראמפ איז אפען מזלזל אין מענטשן, ראסן, לענדער און קרייזן ווי גארנישט, אן סימפאטיע. א פירער וואס וועט זיך נישט צוריקהאלטן פון פארשעמען צובראכענע משפחות פון געפאלענע זעלנער, א פירער וואס וועט פארשעמען אלטע אמעריקאנער העלדן אין א עגאאיסטישע מאמענט. א פירער וואס קען רעדן גלאט און רוהיג איבער פייניגונגען און רדיפות, וואטער באורדינג און בלוטיגע התנהגות קעגן די צד שכנגד, אן קיין הארץ קלאפעניש אן דארפן מסביר זיין אז עס איז נאר א גרויסער בדיעבד און פאר זיכערע טעראריסטן, גארנישט, זאל מען פארשוועמען מיט וואסער דעם שונא! א פירער וואס טראגט צוריק זיין לאנד צו א מיינד-סעט אין וועלכע מען האט צוריקגעפירט מענטשהייט צו די פייניגונג עפאכע?
טראמף איז איינער וואס קען פארוויקלען אין אמעריקע אין שווערע און קאמפליצירטע מלחמות וואס וועט אפקאסטן לעבנס. די מיטל מזרח איז אין א סענסיטיוו קאמפליצירטע פראנט, א קוריאזער אומסטאבילער מענטש טאר נישט האבן די לעצטע ווארט אין אזא סענסיטיווע צייט און פלאץ. מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז ווען די סי-איי-עי דארף א לעצטע החלטה איבער א גרויסע ריזיקאלישע אקציע, זאל דער גוזר ומקיים זיין אן אומבאלאנסירטער מענטש וואס האט נישט קיין רעספעקט צו לעבן און צו מאראלן. ווען א איבער נאציאנאלע זיכערהייט קעגן מענטשליכע לעבנס, קלאפט אים דאס הארץ, אבער וויפיל גרינגער וועט אזעלכע זאכן מחליט זיין, אן קיין הארץ קלאפעניש, א עגאאיסט אן קיין הארץ?

פארוואס מיר דארפן שטימען פאר קלינטאן

די קאנדידאט קלינטאן איז לעצטנס גאר שטארק אראפגעריסן געווארן צוליב פארנאכלעסיגונגען אין די זיכערהייט קאמיוניקאציע רעגולאציעס. דאס מאכט אסאך מענטשן האבן שוועריגקייטן איר צו געטרויען.
יא, עס איז אמת אז זי איז א פאליטישאן וואס האט נישט אויסגעפאלגט אזוי ערליך יעדע ביוראקראטישע רעגולאציע און בסך הכל גענוצט די נישט ריכטיגע פויגל צו שיקן אירע בריוולעך. געוויסע טענה'ן אז די אמת איז ביי איר בוגיזאם און רעגירונג געזעצן און רעגולאציעס זענען בלויזע רעקאמאנדאציעס.
אבער מען דארף אריינלייגן זאכן אין פרעספעקטיוו, קלינטאן איז שוין א פובליק פיגור יארן און האט שיינע אויפטוען אונטער זיך, אסאך פארשטאנד צו פירערשאפט און גאר גוטע קשרים מיט געמיינדעס און אירע חסרונות זענען ווייט נישט איבערוויגענד אקעגן אירע מעלות.
די חרדישע ציבור האט גאר גוטע ערפארונגען מיט פרוי קלינטאן, אלס סענאטאר פון ניו יארק איז זי געווען אן ערשטקלאסיגע שטיצער און פריינט צו אונזער ציבור, און האט די פאטענציאל צו זיין א גאר גוטע פרעזידענט וואס קען גוט די אויפגאבע און קומט דערצו מיט אן אחריות געפיל.

אבער די סיסטעם איז ריגגד

אבער די סיסטעם איז ריגגד, די סיסטעם איז שלעכט! אזוי טענה'ט יעדער טראמפ שטיצער, אבער די ענטפער איז אז ער איז נישט די ענטפער, ער איז א חלק פונעם פראבלעם.
דאס אז געלט און פאליטיק זענען פארמישט און קארופציע הערשט אין די פירערשאפט איז טאקע א זאך ווי טראמפ איז א מחותן!
יא, אוודאי, פאליטיקעל קארעקטנעס פאראליזירט אסאך מאל פון זאגן דעם אמת און זיין פראקטיש ,אבער וואס איז מיט קארעקטנעס אליין? איז חוזק מאכן פון איינעם מיט פיזישע באגרעניצונגען קארעקט, נאר בלויז נישט פאליטיש קארעקט?
צו ווייל פאליטיקעל קארעקטנעס און פאלשע ליבעראליזם גריצלט, קען מען גיין צו נעמען צו א עגאאיסט וואס גלייבט בכלל נישט אין קארעקטנעס?!

למה יאמרו הגויים – די ראסיזם פראבלעם

מיר אידן וואוינען ארומגענומען מיט מינאריטעטן. מיר וואוינען מיט זיי און צווישן זיי און מוזן האבן אביסל פארשטאנד און סימפאטיע מיט זיי. אלע מינאריטעטן אין אמעריקע שפירן באדראעט און דערנידערט פון א קאנדידאט וואס האט אפען זיי באזידעלט און וואס האט פאראייניגט ארום זיך אסאך ראסיסטן.
אויב מיר וועלן שטימען מיט טראמפ וועט עס געבן נישט בלויז א מאדנע בליק איבער שומרי תורה ומצוות וואס שטימען פאר א פארדארבענער אוממאראלישער מענטש, נאר אויך ווי א זלזול אין די סענסיטיוויטעט פון אונזערע מינאריטעטן וואס וואוינען ארום אונז.
מעקסיקאנער און שווארצע דרייען זיך אין אונזערע הייזער, דעליווערן, ארבעטן אדער אלס שכנים, און צינדן אן שבת אונזערע לייטס. בארא פארק און פלעטבוש איז אנגעפילט מיט מוסלמענער און כינעזער אימיגראנטן און מיר זענען אין פאקט א טייל פון אט די שבט, אימיגראנטן וואס נעמען רעגירונגס שטיצע.
אז עס וועט זיין בולט אז מיר זענען טאטאל אומסענסיטיוו צו אונזערע שכנים און מיר אידענטיפיצירן זיך מיט די באוועגונג וואס דערשרעקט אונזערע שכנים און מאכט אונזערע ארבעטער שלאפלאזע נעכט, וועט דאס אונז שאדן אויף א געוואלדיגע פארנעם!

מיר זענען די פליטים!

עס איז לעכערליך אז אידן זאלן שטיצן א קאנדידאט וואס שעצט נישט קיין פראגראמען פאר ארימע און רעספעקטירט נישט קיין שום זאך, און קענען זיך אידענטיפיצירן מיט איינער וואס האסט פליטים. ווער נאך ווי אונז, אייניקלעך און קינדער פון פליטים, קען צולייגן די הארץ און מח צו די געוויין פון די פארטריבענע און זעען אויס היפאקריטיש פארן איגנארירן ווייטאג.
אידן דארפן זיין באזארגט ווען פאליטישאנס נוצן שנאה צו אפגעשוואכטע געמיינדעס צו אנצינדן שנאה, מיר זענען די אייביגע אנדער'דאג, די שה אחת בין שבעים זאבים, און אז מען קען מיאוס באליידיגן אנדערע געמיינדעס, זענען מיר זיכער באדראעט. א אידישע שטיצע פאר טראמפ וועט אונז מאכן א ריזיגע שאדן פאר די אימעדזש אלס א גוטער שכן צו אונזערע מינאריטעט שכנים.

א זיג פאר טראמפ אין די חרדישע געגענטער איז א טויט קלאפ פאר אונזער אימעדזש

מיר וועלן זיין ללעג ולקלס אויב די איינציגע געגענטער אין ניו יארק ווי טראמפ וועט זיגן, וועט זיין די חרדישע געגנטער.
וויאזוי וועט די וועלט אנקוקן אז א שטעטל וואס זיצט ביים אויבנאן אויף יעדע סארט רעגירונגס פראגראם מיט יעדע סארט פלפול, קעמפט פלוצלונג פאר קאפיטאליזם און איינוואוינער פון געגנטער ווי די בית דין איז מגביל די רענט, קעמפט פאר די פרייע מארקעט!
ווי טראגי קאמיש איז עס ווען אן אייניקל פון פליטים וואס באקומט שנאה בליקן צוליב זיין רעליגיע, האט פיינט אנדערע רעליגעזע מענטשן און קוקט זיי אן פאני און מסוכן'דיג!
ליידן מיר נישט גענוג אין אמעריקע פון ראסיזם און פסל'ען קאמיוניטיס? פון חשדנות און פחד, פון שטחיות'דיגע בליק וואס זאגט אויף א גאנצע שבט אז זיי זענען שלעכט, די פרעמדע זענען שלעכט און רשעות'דיג? צו זענען מיר נישט נעקסט?
עס איז שווער מאריך צו זיין, אבער איינער וואס האט א שטיקל הבנה קען נישט נעמען אין קאפ אריין וויאזוי חסידים קענען שטיצן טראמפ.

ניין. מיר קענען נישט נעמען די ריזיקע!

אסאך זאגן אז טראמפס וואוילגארע שפראך און שנאה פארשפרייטונג איז נאר א שפיל, א וועג צו רעדן צו די המון עם, און זיצנדיג אין אמט וועט מען זעהט זיין גוטע זייט, אבער עס איז א ריזיקע. מיר אידן האבן א היסטאריע פון וועלכע מיר דארפן זיך לערנען, מיר האבן זיך שוין צופיל אפגעבריהט פון דיקטאטורן וועמען מען האט אנגענומען לייכטזיניג און זיך איינגערעדט אז אלעס וועט זיין גוט. יעצט טארן מיר נישט מאכן דעם טעות, און מען גייט שטימען פאר די איינציגע געבליבענע קאנדידאט.
די ענדע רעזולטאטן ליגן בידיו של מי שלב מלכים ושרים בידו, און מיר בעטן הקב"ה פאר אונזער הצלחה און באשיצונג, ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך ביליג »

בילד
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

צו איז טראמפ א "ראסיסט"?

דער שרייבער – שרייבערס – ברענגן ארויס זייער שארף אז "דאנאלד טראמפ" טוט "בארעדן געוויסע געמיינדעס" און "העצט קעגן געוויסע עטנישע גרופעס". די צוויי געמיינדעס וואס ער "העצט" און "בארעדט" זענען לויט די שרייבער די "לאטינאוס" און "מוסלעמענער".

וואס ער העצט? וואו ער העצט? ווען ער העצט? די בריוון זאגן נישט!

אבער אז די קעגנערישע פארטיי מיט די הילף פון די מידיע זאגט עס פאר א פאקט.. נאאא איז דאך עס זיכער אן אמת! (כ'האף אז קיינער האלט שוין נישט היינט אז דאס איז א "קאנספיראציע" צו זאגן אז די מידיע ארבעט "פול פארס" פאר פרוי קלינטאן און איר פארטיי).

אלזא, זאגט די אנדערע פארטיי און די מידיע, אז "טראמפ העצט קעגן לאטינאוס".

וואו העצט ער?

וואס הייסט וואו!! ער זאגט מען זאל ווערן שטרענג אויף אימעגראציע!

צו ווייסט איינער ווער נאך זאגט אז מען זאל ווערן שטרענג אויף אימעגראציע?

יעדער!!

ביידע פארטייען, פאליטיקאנטן פון ביידע פארטייען! אלע זענען מודה אז די אפענע גרעניץ איז א ביטערער פראבלעם פארן לאנד. עס איז א ביטערע פראבלעם ווייל אז די גרעניץ איז אפען קומען אריין אומלעגאלע ארבייטער און זיי ברענגען אראפ די וועידזשעס פון די לעגאלע אמעריקאנער בירגער. ווייל אז די גרעניץ איז אפען קומען אריבער די גרעניץ פילע פארברעכערס. ווייל אז עס איז אפען די גרעניץ קומען אריבער פילע וואפן און דראגס. און ועל כולם, אז די גרעניץ איז אפען איז זייער איינגעשטעלט אז עס קענען אריבערקומען טעראריסטן וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין מעקסיקאו און ווילן אריינקומען קיין אמעריקע שעדיגען אמעריקאנער אינטערעסן.

אויסער די מעקסיקאנער רעגירונג, די דראג קארטעלן, די גאר עקסטרעם לינקע און די פארברעכער אליין, איז נישטא וואס האלט אז די אפענע גרעניץ איז נישט קיין פראבלעם.

אלזא אז טראמפ זאגט דאס מיט די "טראמפ שפראך" מאכט דאס איז א "ראסיסט" וואס "העצט" קעגן לאטינאוס? ווען אלע זאגן אז מען דארף אפשטעלן די הפקירות ביים גרעניץ, און טראמפ זאגט אז ער גייט בויען א וואנט און מעקסיקאו גייט באצאלן... איז די נקודה שוין נישט א ריכטיגע, און זאגאר ראסיזם?

האסט נישט ליב די "שפראך" פון טראמפ? האלסט אז ער איז נישט גענוג דיפלאמאטיש? כ'הער! און כ'וועל אפשר מסכים זיין מיט אייך, אבער זיין א "גרויס מויל" און א "בדחן"... מאכט נישט איינעם פאר א ראסיסט!

לאמיר גיין צו די מוסלעמענער.

"טראמפ העצט קעגן די מוסלעמענער".

אוואו? ווען? מיט וואס?

אההה... טראמפ האט געזאגט אז מען זאל נישט אריינלאזן די "מוסלעמענער פליטים" קיין אמעריקע!

איז ערשט ער האט דאס נישט געזאגט, ער האט געזאגט אז מען זאל זיי נישט אריינלאזן "בעפאר" מען קומט אויף מיט א סיסטעם וויאזוי זיכער צו מאכען אז מען ברענגט נישט מיט דעם א צרה אויף זיך.

און צום עצם זאגן מען זאל זיי נישט אריינלאזן. איז ער נישט גערעכט? איז ער א "העצער" קעגן א "רעליגיעזע גרופע" פארן דאס אויפפאדערן?

אין די צייט וואס די אינטעלעדזשענס געמיינדע זאגט קלאר אז צווישן די פליטים געפונען זיך טעראריסטן און עקסטראמיסטן, וואס נוצן אויס די רחמנות פון די וועלט צו די אומגליקליכע צושטאנד פון די סירישער בירגער, און כאפן זיך אריין צווישן זיי און אינוואדירן לאנד נאך לאנד מיט פלענער פאר טעראר, איז עס "העצע" צו זיין פארזיכטיג וועמען מען לאזט אריין?

צו זענען די סירישער פליטים א רחמנות? אן קיין פראגע!

צו מיינט דאס אז אמעריקע זאל צוליב די רחמנות איינשטעלן איר זיכערקייט, פארוואס? "מאי חזית דדמא דידך סומק טפי" צו איז נישט " חייך קודמים"? איז מען א "העצער" ווייל מען וויל נישט איינשטעלן די זיכערקייט פון א לאנד?

עס איז באמת א זייער הייקעלע טעמע פאר אידן, און די שרייבער נוצן אויס די פאקט אז אידן זענען אויך געווען פליטים, און אז אידן ווערן אויך גערודפ'ט און זענען געווארן גערודפ'ט אלע יארן, און "אויסנוצן" די פאקט צו פארשטיין געבן די סכנה פון נישט אריינלאזן וויפיל פליטים מעגליך.

מען קען אריינגיין אין א לענגערע שמועס פארוואס עס איז בכלל נישט קיין צוגלייך די צוויי זאכן, פארשטיין געבן אז אידן ווערן גערודפ'ט און געפייניגט באמת אל לא דבר, עפעס וואס יעדע אינטולעקטואלע נישט איד וועט מסכים זיין, און אז די גרעסטע "שרעק" וואס די לענדער פון די וועלט האבן געקענט האבן פון די אידן אין די צייטן פון די צווייטע וועלט מלחמה איז באמת געווען א בילבול און אויפגעבלאזן, און אפילו אזוי א געלעכטער קעגן די שרעק וואס די וועלט האט היינט פון די מוסלעמענער. אבער דאס איז א "שמועס פאר א צווייטן טאג".

איינע פון די שרייבער ברענגט ארויס אז %99 פראצענט מוסלעמענער זענען פרידליך. לאמיר זאגן עס איז טאקע אזוי - כאטש וואס אלע "פאולס" פון צווישן מוסלעמענער ווייזן אנדערש – אבער צו פארשטייט איר וואס "איין פראצענט" פון "2 ביליאן איז"?

איין פראצענט פון 2 ביליאן איז ..... 20 מיליאן!! דאס הייסט אז די שרייבער איז מודה אז עס זענען דא 20 מיליאן מוסלעמענער וואס זענען ראדיקאלן און מעגליכע טעראריסטן. און דאס פארשטייט יעדער בר שכל אז די מוסלעמנער וואס וואוינען אין די פרידליכע לענדער זענען א קלענער פראצענט טעראריסטן. די מוסלעמענער אין אמעריקע צום ביישפיל אין א קלענערע פראצענט ראדיקאל. קומט אויס אז אין א לאנד ווי סיריע איז די פראצענט מער ווי איין פראצענט, און א שיינע נומער – נישט מעגליך צו וויסן וויפיל – פון די סירישער איינוואינער זענען טעראריסטן, און אויב האבן זיי די מינדערסטע פארשטאנד וועלן זיי אויסנוצן אזא צייט און מעגליכקייט פון א "פליטים" מצב זיך אריינצודרינגען אין מערב וועלט לענדער.

איז אז דאנאלד טראמפ זאגט ער וויל דאס נישט צולאזן, איז ער א "ראסיסט"?

די פאקט איז אז דאנאלד טראמפ האט נישט קיין היסטאריע פון "ראסיזעם".

עקסטער וואס זיין טאכטער איז א איד, זי האט זיך מגייר געווען און האט חתונה געהאט מיט א איד וואס איז אנגעבליך א שומר תורה ומצות, זענען זיינע אנדערע דריי קינדער [ליידער] אלע געהייראט צו אידן!

דאס איז עקסטער וואס זיין הויפט ביזנעס אדוואקאט איז א איד מיט א קאפל! ער טרעפט זיך גערן ער שמועסט זייער גערן מיט אידן אן קיין אנטערשיד צו יענער איז א פרייער צו להבדיל א איד מיט א בארד און לאנגע פיאות.
איי אפשר "אידן" האט ער נישט פיינט, און אנדערע מינאריטעטן יא? עס קען זיין, אבער די היסטאריע און סאטיסטיקס ווייזן, אז א "ראיסט" צו סיי וועלכע ראסע, פאלק אד"ג וועט צום אלעם ערשט פיינט האבן "דעם איד"! עכ"פ "ליב האבן אידן" דאס זיכער נישט.

טראמפ האט אויפגענומען ארבייטער אין זיינע ביזנעסער פון אלע סארטן. און ווען עס איז נאך נישט געווען "פאפיולער" אויפצונעמען פרויען אויף גאר הויכע פאזיציעס אין ביזנעס, האט טראמפ דאס שוין יא געטאן! עפעס וואס די מידיע וואלט ארויסגעלייגט אין שיינעדיגע אותיות פאר סיי וועלכען מענטש זיי וועלטן געוואלט ארויסברענגן אז ער איז דוקא נישט קיין ראסיסט.

טראמפ האט נישט קיין היסטאריע פון נישט וועלן אויפנעמען קיין ארבייטער מינאריטעטן, אין פאקט איז קאמיש ווען די זעלבע מידיע וואס באשולדיגט טראמפ אין זיין א ראסיסט און ספעציעל קעגן לאטינאוס, זאגן אויך אז ער האט איז א היפאקריט פארן זיין שטרענג אויף אימעגראציע, ווייל ער אליין האט געהאט "אומלעגאלע אימעגראנטן" פאר ארבייטער....

אלזא וואס איז עס? איז ער א ראסיסט וואס האט פיינט לאטינאוס און וואלט זיי נאטורליך נישט אויפגענומען פאר ארבייטער, אדער איינער וואס נעמט אויף לאטינאוס פאר ארבייטער?
CP ivelt
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]זאגסט אפאר גוטע נקודות וואס מען דארף אבער ווערעפייען אויב די פאקטן זענען טאקע אזויווי דו לייגסט זיי אראפ. דו שרייבסט אבער וואס אלע אין די טראמפ לאגע שרייען און קוויטשען אז די גאנצע מידיא איז אויסן צו העלפן קלינטאן געווינען און מאכן טראמפ פארלירן, כאילו דאס איז א טענה וואס דארף העלפן טראמפ. וואס זאגט דאס אויף א מענטש וואס אלע אין די מידיא אויסער אפאר שטארקע רעכטע טוען כל מה שביכלתם למען תבוסתו? צייגט דאס נישט אין א גרויסע חסרון אינעם קאנדידאט? דאס אליינס וואלט מיר געמאכט doubt'ן אויב עס איז נישט דא עפעס א underlying פראבלעם מיט דער מענטש אזש די מידיא איז מער ברענעדיג אקעגן איםאים ווי סיי וועלכע קאנדידאט בעפאר.

חומר למחשבה.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט