א סוף צו די בחור'ישע קנעכטשאפט
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
א סוף צו די בחור'ישע קנעכטשאפט
[center][justify]שלום עליכם טייערע ברודער, קאווע טרינקער. דאס איז א ווינקל ווי מיר וועלן אויסלופטערן אקטועלע טעמעס וואס איז נוגע יעדן פון אונז און טוט אונז אפעקטירן אינעם טאג-טעגליכן לעבן, מיר וועלן אויפשטורעמען יעדן ביזן טיפסטן הארץ-סטורנע, ערוועקן ציפעדיגסטע געפילן, און אויפווייזן אז זאכן דארפן געטון ווערן.
בחור'ל! יא! דו דארטן! שלעפ מיר אריין דעם באקס סעלצער...
זיי אזוי גוט! ברענג מיר א קאווע! שטארק הייס! צוויי קאצקא...
טוה א טובה שפרייט אויס אויף די אלע טישן די צעטלעך...
איך וויל דיר נישט מטריח זיין אבער גיב א טראג ארויף די בעג צום דריטן שטאק...
האלא! דו! האלט מיר דעם טלית, כ'קום שוין ארויס...
ולאידך גיסא:
בחורים נישט ערלויבט צו קומען צום דינער...
א בחור האט נישט קיין דריסת הרגל צום מלוה דמלכה...
דו דארטן! טרעט נישט אריין אין קאך! נאר טאטעס מעגן...
בחורים קענען נישט זיצן דא, גייטס אויף די פארענטשעס....
דו רוקסט אפ פון דאנעט, דו קליינער חצוף...
בחורים האבן נישט קיין פלאץ, פוץ אפ דו זכר...
דו יונג! דו עזות פנים! כ'וועל זאגן דיין פאטער זאל דיך אויפפאטשן...
מורי ורבותי, מיר זענען טרויעריגע עדות צו א ביטערן מציאות. די חשוב'ע טייערע בחורים, וועלכע זיצן און לערנען, הארעווען אינעם אויבערשטנס תורה, צוקונפטיגער לגיון של מלך מלכי המלכים אויפבויענדיג בתים נאמנים בישראל, זענען טאג-טעגליך מינוט-מינוטליך אויסגעשטעלט פארוואנדלט צו ווערן צו א פולשטענדיגע שקלאף, צו דינען און אויספירן די מאדנסטע קאפריזן פון סיי וועמען מיר וועלן נאר אנטרעפן אין גאס, ביהמ"ד, ביים טיש, און ווי נישט...
ווער עס פארמאגט נאר שבת א שטריימל אויפן קאפ, האט שוין די אויסשליסליכע רעכטן אויף א יעדן בחור וואס קומט אים צווישן די הענט. ווען דא וואלט זיך געענדיגט די מעשה וואלט גוט געווען, די פראבלעם איז נאר אז יעדער יונגערמאנטשיקל אין ביהמ"ד פון די שבע ברכות ולמעלין בקודש, און ווי עלטער אלס געזונטער און האסטיגער, פילט זיך גאר באקוועם אן די מינדעסטע געוויסנביסן, צו נעמען א יעדן פארבייגייענדן אומשולדיגן צענערלינג, און אים פשוט טראנספארמירן אין זיין פערזענליכן חפצא, טוה מיר, גיי מיר, ברענג מיר, טראג מיר, שיק מיר און קער דיר איבער, און אלעס גייט נאך מיט אזא "האלא דו דארטן" אדער טיילמאל מיט "איך וויל דיר נישט מטריח זיין" אבער טאנץ אראפ פון דאך... אהובי ידידי אפשר ווילסטו אים יא מטריח זיין און דו לאזט אים אפ? ווער האט באשלאסן אז א ישיבה בחור איז אן עבד עברי צו א יעדן מיטליעריגן איד?! ווי שטייט דאס?! און ווער איז דאס מתיר?!
און פון די אנדערע זייט ווערן בחורים אראפגעמאלן ווי אומגעפארטיגטע פראדוקטן און אומצוויליזירטע ברואים. די פינסטערע בליק אין די אויגן ביי אלע ווען א בחור גייט אדורך, ווי צו זאגן נעם שוין און גיי שוין, אבער גיי!! די זלזול'דיגע פארוואורפן פאר די בחורים, וואס הערן זיך כסדר ווי ווען און וויאזוי אימער, אומאיינטריט ביי מעמדים און כינוסיים, דאס איז עפעס מן הנימוס? דאס שטאמט פון מענטשליכע אינסטינקטן? פון איבעראל שטויסט מען זיי ארויס ווי נבילות סרוחות, אבער ווען מער דארף זיי האבן ניצט מען זיי אויס ביז צום לעצטן טראפן בלוט.
זענען זיי דען באשאפן געווארן צו זיין עבדים כנענים, גענצליכע שקלאפן מיט איבערמענטשליכע כוחות אן די מינימאלסטע באדינגונגען [עפ"ל] אז ווען א זיידע טראכט פון האבן א קאווע, אדער קלערט פון גיבן א באקס (פאנטש בלע"ז) אדער האט אינזין צו דערלאנגען א שטויס פאר איימיצן, זאל זיין גלייך איינער פאר דעם געברויך, און ער מעג ווייל ער קען זיין טאטעס ערשטע נאמען, כא! כא! ער איז נאך געווען זיין רבי! במילא וועגן דעם פירט איר זיך אזוי אויף? אביסל בושה! איר פארשעמט די זקני העדה איר דארפט ווען זיין א מוסטער פון אשרי זקנותינו שלא בייישה את ילדותינו, און נישט זיין פארנומען ארומצוגיין געבן זעצעס פאר אלע יונגווארג.
כ'וועל נישט לייקענען, בחורים ווייסן זייער גוט וויאזוי אנצוקומען פונקט ווען מ'ברויך זיי נישט, און רואיג שפאצירן אויף די נערוון און קריכן אויף די געהירן אז ס'ממש א פחד. הונדערט פראצענט אמת, אבער צו איז דען די חתונה זאל א שפיטאל? דער חתן רבי א פסיכילאג? און די כוס וויין אינעם יחוד שטיבל א מעדעצין? כ'מיין וואס?
און ווער קען נישט הונדערטער נארמאלע באזעסענע בחורים, וועלכע זענען מקדש שם שמים מסוף העולם ועד סופו מיט זייער איידעלע באנעמונג און ערליכע התנהגות אשר כל רואיהם יכירו וידעו כי זרע ברך ה' המה, במילא האט נישט קיין שום פשט אראפצוגעבן דעם 'בחור' ווי א אוממענטש, ווייל עס האט מיט די יארן נישט קיין שייכות, ווער ס'נעבעך אזוי בלייבט אזוי נאך די חתונה אויך! חוץ פארשטייט זיך אויב מ'גייט פאר העלפ.
איז אלע חשוב'ע אידן, אנערקענטע מרביצי תורה און אהערגעשטעלטע בעלי בתים און וויכטיג מאכערישע עסקנים:
"לאזט דעם בחורישן עלעמענט לעבן"!!
ער האט אייך קיינמאל קיין שלעכטס געטאן, ניטאמאל געקרומט מיט די נאז אויף אייך (און אויב יא ביטע רעכנט אייך אפ פערזענליך מיט אים און טשעפעט נישט צוליב דעם יעדן בחור וואס איר טרעפט). ער איז נישט קיין בהמה, ער איז דירעקט נישט דא אייך צו באדינען, און ער איז נישט אינטערעסירט אין אייערע הויכע קאמפלימענטן רויט-מאכנדיג זיין אומשולדיגן געזיכט, ער וויל לעבן זיין לעבן אן קיינע אינצידענטן, און אויב ווילט איר אים שטארק מחנך זיין ער זאל זיין א בעל דרך ארץ און זיך אויסלערנען אז מ'דארף זיך אויפפירן איידל צו עלטערע אידן, זייט אזוי גוט און מענטשלט אייך אויס, אויטאמאטיש גייען די יונגע זען נארמאלע עלטערע מענטשן, וועלן זיי זיך אפלערנען פון אייך און אויך רעספעקטירן נארמאלקייט און אנשטענדיגקייט.
און אויב ווילט איר פשוט מזכה זיין מיט א מצוה אנצוגרייטן טועמי', קידוש, אא"וו, איז דער בחור נישט די איינציגסטע אפציע. נעמט אויכעט אייערע חברים, יונגעלייט מיין איך זענען זייער אחריות'דיג און פאראנטווארטליך און וועלן גערן טון די טובה פאר אייך פאר שיין באצאלט!!
אה, איר זוכט אומזיסטע ארבעטער! דאן קענט איר נעמען אייערע קינדער. בחורים זענען נישט קיין גמ"ח וואס ווען מ'וויל נעמט מען זיי ארויס און ווען נישט לאזט מען זיי דארט. זיי זענען ערנסטע באשעפענישן מיט א ציל, האבן פונקט אזוי הוצאות, אויך געבוקט מיט א סקעזשועל, האבן אויך נישט איבריג צייט און זענען אויך ביזי! פרובירט איינמאל צו נעמען יונגעלייט פאר א מנין ביים ציון זאגן צען קאפיטלעך תהלים, משניות, א קדיש, און דערנאך א... קלינגעדיגע שכח, און קוקט די רעאקציעס! פארוואס פארשטייט מען פשוט אז א בחור איז פאר אייערע אינטערעסן און מוז זיך צושטעלן צו אייך?
אין קורצן: העכסט צייט אז די גמ"ח בחורים זאל ווערן אפגעשפארט!! געענדיגט מיט די טעראריזם, דיסקרימינאציע, אויספיינונגען, דערנידעריי.
לעבן זאלן די מענטשליכע געפילן, לעבן זאל גלייכבארעכטיגונג, יוסטיץ און דעמאקראטיע!!![/justify][/center]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעלקא'לע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אזא פעדער!
לדעתי, די קולטור קלאפט אראפ בחורים פאר איין סבה. מ'וויל מאכען דער בחור פילען אומבאקוועם כדי ער זאל וועלען חתונה האבען. אבי א פרוי. דאס אליינס אז חתונה האבען איז די מוסטער פון הצלחה אין אונזער געזעלשאפט זאגט אונז וואס זיי ווילען אויפ'ן אמת. דעריבער מעג א בחור נישט צוגייען צום עמוד ועוד ועוד...

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
ר'שמעלקא זאגט אייזן. אבער אויב ביי סתם בחורים איז אזוי געפערליך ווען ער איז נישט אליינס און ער האט זיין גאנטצע כיתה מיט זיך , איז ווער רעדט נאך ווען ער פארעלטערט זיך אביסלע און ער ווערט "אן אלטע בחור'" און אלע זיינע חברים האבן חתונה און אפילו די יונגערע פון עים האבן חתונה ווערט דאך דער בחור אינגאנצן אויסגעשפילט.
ישיבות נעמען עים נישט אריין. צו אלט.
כוללים.נעה נישט געמאכט פאר א בחור.
ארבעט. פאר א בחור געט מען ווייניגער פארוואס ווייסט איין באשעפער אליינס. קוים וואס מען נעמט עים אן פאר א דזאב.
ישיבות נעמען עים נישט אריין. צו אלט.
כוללים.נעה נישט געמאכט פאר א בחור.
ארבעט. פאר א בחור געט מען ווייניגער פארוואס ווייסט איין באשעפער אליינס. קוים וואס מען נעמט עים אן פאר א דזאב.
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
לגבי דאס וואס ראובן האט געשריבן אז מושג פון עלטערע בחורים וואס זענען געצווינגען ארומצוגיין שבת מיט א הוט ווי אן אות קין אז זיי האבן נאך נישט קיין ווייב איז רשעות ביז גאר. האב איך אייך נייעס אז גראדע האט וועד ארבע ארצות געהאט געמאכט א תקנה אז פון די 20 טוט יעדער אהן א טלית, אבער למעשה זעסטו דאך אליין וואו זיי זענען אנגעקומען. אך, נשתכחה תורת המיטפיל.
אבער איך בין בכלל נישט דא צו רעדן איבער די "אלטע בחורים" וואס פארדינט זיך אן עקסטערן אשכול פאר זיך. איך רעד יעצט פון די בר מצוה ביזן יחוד שטיבל איבערגאנג. דעט'ס איט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעלקא'לע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
לדעתי, די קולטור קלאפט אראפ בחורים פאר איין סבה. מ'וויל מאכען דער בחור פילען אומבאקוועם כדי ער זאל וועלען חתונה האבען... דעריבער מעג א בחור נישט צוגייען צום עמוד ועוד ועוד...
מאדנע, אין מיינע צייטן האט מען געצווינגען בחורים צוצוגיין צום ברעטל...
אבער סייווי, די דיסקרימינאציע איז אסאך מער פון דעם, פרעגט נאר א בחור'ל וואס איז בטעות געשטאנען נעבן אן עסקן איידער א מעמד, צו ער איז באפרייט געווארן איידער צאת החמה והנשמה!
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך מיין שבת און יו"ט, נישט א וואכעדיגע מנחה. איך קען בחורים מיט פיינע שטימעס און יונגעלייט וואס קענען נישט קיין עברי.
און איידער דו ביסט מקנא ליטווישע עלטערע בחורים, מ'זעט עס גלייך אויפ'ן נאז אז דער איז א בחור. און דאס איז אחוץ דער הלכה למשה מסיני הלכתא בלא טעמא ענין עפ"י קבלה אז יעדער בחור מוז גאלען זיין בארד, און אכ פאר יאר נאכ'ן חתונה מוז יעדער יונגערמאן לאזען וואקסען א בארד. איך האב זיך אזוי געפיהרט ערליכעהייט און מסתמא וועט זיך די הייליגע קייט ווייטער ציען, ביז איינער וועט כאפען די טעם דערצו און מ'עט עס קענען אויפהערען.
און איידער דו ביסט מקנא ליטווישע עלטערע בחורים, מ'זעט עס גלייך אויפ'ן נאז אז דער איז א בחור. און דאס איז אחוץ דער הלכה למשה מסיני הלכתא בלא טעמא ענין עפ"י קבלה אז יעדער בחור מוז גאלען זיין בארד, און אכ פאר יאר נאכ'ן חתונה מוז יעדער יונגערמאן לאזען וואקסען א בארד. איך האב זיך אזוי געפיהרט ערליכעהייט און מסתמא וועט זיך די הייליגע קייט ווייטער ציען, ביז איינער וועט כאפען די טעם דערצו און מ'עט עס קענען אויפהערען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
לעטס בי אנעסט.
א בחור ווערט אויסגעהאלטן ביי זיין טאטן.
איך דארף א נייע היט, טאטי
איך דארף א נייע סוט, טאטי
וואס קען איך האבן פאר לאנטש , מאמי
נאכן חתונה, הי העס טא פענד פאר הימסעלף.
סא די יחוד שטיבל איז נישט קיין האספיטל, נאר א רחיים על צוארו שטיבל.

One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
–The Rebbe of Kotzk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: א סוף צו די בחור'ישע קנעכטשאפט
אייז קריעם האט געשריבן:לעטס בי אנעסט.
א בחור ווערט אויסגעהאלטן ביי זיין טאטן.
איך דארף א נייע היט, טאטי
איך דארף א נייע סוט, טאטי
וואס קען איך האבן פאר לאנטש , מאמי
נאכן חתונה, הי העס טא פענד פאר הימסעלף.
סא די יחוד שטיבל איז נישט קיין האספיטל, נאר א רחיים על צוארו שטיבל.
דאס געבט אבער נישט קיין רעכט פאר פרעמדע צו מקדים זיין די ריחיים על צוארו יעצט פארן חתונה.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:הערליך ארויסגעברענגט.
בכלל דער מושג אז עלטערע בחורים זענען געצווינגען ארומצוגיין שבת מיט א הוט ווי אן אות קין אז זיי האבן נאך נישט קיין ווייב איז רשעות ביז גאר.
ס'וואלט געוועהן א ביליגערע אפציע אז די פארהייראטע זאלן בלייבן מיט די היט ווי איידער אנטוהן שטריימלעך פאר בחורים...
לא באתי לנצח (שולי)
- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
א ענדליך׳ס איז געשריבען געווארן דא אין שטיבעל פון שר [tag]יואב[/tag],
שווער צו גלייבן קיינער געדענקט נישט דער ארטיקעל
שווער צו גלייבן קיינער געדענקט נישט דער ארטיקעל
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
דאס אז דער אינגערמאן האט רחיים בצווארו און דער בחור נישט, מיינט נאכנישט דער בחור מעג נישט עקזיסטירן און אטעמען לופט וואס באלאנגט מכלומר בלויז פאר די פארהייראטע צווישן אונז... און בכלל וואס האט רחיים בצווארו מיט די הימל-שרייענדע דיסקרימינאציע? צוויי אנדערע זאכן. אפילו דער בחור ארבעט נישט, מיינט נאכנישט אז זיין צייט איז אים לעול ולמשא, און ער זוכט מיט הבדלות וויאזוי לויז צו ווערן דערפון. א בחור האט פונקט אזוי צו ערלעדיגן, און ער איז אבסאלוט נישט געמאכט צו דינען אלס דער אפיציעלער שמאטע פון די אינגעלייט, און פיל מער מיטל - עידזש אידן, על אחת כמה וכמה די זיידעס.
חברה, גענוג איז גענוג! לאמיר אלע אויפהייבן א קול מחאה און שרייען:
גיווואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאלד!!!
חברה, גענוג איז גענוג! לאמיר אלע אויפהייבן א קול מחאה און שרייען:
גיווואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאלד!!!
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:א ענדליך׳ס איז געשריבען געווארן דא אין שטיבעל פון שר [tag]יואב[/tag],
שווער צו גלייבן קיינער געדענקט נישט דער ארטיקעל
כ'האב גראדע יא געדענקט, נאר נישט געהאט די מינוט צו אפירזוכן די לינק. א דאנק אייך!
לעצם הענין מיין איך אז מען טרייבט אביסל איבער דא. אמת, פאראן מאנכע מענטשן אויסנוצער וואס מיינען אז די בחורים זענען באשאפן געווארן אך ורק זיי צו באדינען, און זיי פארדינען טאקע א העווי פארציע מוסר פאר דיסקרימינאציע, אבער ס'רוב מענטשן זענען בכלל נישט אזוי, מען רעספעקטירט בחורים פאר וואס עס קומט זיי, מצד שני זענען אסאך בחורים נישט אזוי אומשולדיג ווי מען לייגט זיי דא אראפ, לא מבעי' די חלק פון נישט לאזן בחורים קומען צו א דינער אדער מל"מ, ווי זיי באשטייערן נישט קיין דאלער און קומען נאר עסן די טשאקלעטס מיט די האט פוד און נעמען צו דאס פלאץ פון אנדערע אידן וואס ווילן קומען באשטייערן א נדבה הגונה, און כ"ש ביי אזעלכע סארט מעמדים ווי בוני עולם וכדו' ווי בחורים באלאנגען נישט, דאס אלעס איז מיין איך זייער פארשטענדליך פאר יעדן איינעם. אבער לאמיר דאס לייגן אין די זייט - די שפראך וואס דו נוצט, אז מען שטויסט זיי ווי נבילות סרוחות (!), עבדים כנענים, שקלאפן, גיבן א באקס אדער א שטויס, דינט אלס אן אפיציעלער שמאטע, וכדומה. דאס איז ווייט איבערגעטריבן, און דאס איז נישט מעשים בכל יום.
אך בין אויך געווען א בחור, א בחור איז טאקע נישט ווייניגער ווי יונגערמאן, אבער אויך נישט מער. דער בחור דרייעט זיך ארום פראנק און פריי, זארגלאז, אן קיין דאגות אויפן קאפ. ע"פ רוב גאנץ בין הזמנים שטופט ער די צייט און ווערט משוגע פאר ליידיגגיין (איך ווייס נישט וואס דו טראכסט ווען דו שרייבסט "א בחור האט פונקט אזוי צו ערלעדיגן"). עס וועט גארנישט פאסירן אז ער וועט מקיים זיין דעם עזוב תעזוב און צוהעלפן אן עלטערן איד וואס עול ריחיים בצווארו און עכ"ז פרובירט ער צו מזכה זיין אנדערע אידן אויסטיילן א גליון אויפן טיש אדער העלפן שלעפן א טאץ קעיק צום קידוש, מ'שטיינס געזאגט די היינטיגע בחורים זענען אזוינס געספויעלט אז מען טאר זיי שוין קיין טובה נישט בעטן! איי פארוואס ער רופט אים מיטן צונאמען "האלאו דו דארטן"? מסתמא ווייל ער ווייסט נישט ווי אזוי ער הייסט. אבער עס מיינט נישט קיין פחיתות הכבוד, דען זיין ווייב רופט ער אויך האלאו. האסט א בעסערן מהלך? ווי אזוי וואלסטו גערופן א בחור'ל וואס דו קענסט נישט זיין נאמען?
איך נעם עס אביסל צום אנדערן עקסטרעם פשוט צו באלאנסירן דעם בילד. אונטערשטע שורה, מען דארף שעצן יעדן מענטש, יונג ווי אלט, יעדער האט דעם זעלבן צלם אלקים, אבער מאכטס נישט קיין עבודה זרה פון דעם הייליגן בחור וואס ווייסט טאקע גארנישט נאר פון די הייליגע תורה און מען איז זיך זאגאר משמש מיט א ת"ח...
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 75 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
עס איז נישט קיין פראבלעם צי בעטען א טובה פין א בחור
די פראבלעם הייבט זיך אן אז די קליינער אינגערמאן וואס האט יעצט חתונה געהאט קוים 18 יאר קען זאגען פאר אן עלטערע בחור וואס איז עטליסט 5 יאר עלטער פין אים.
ני, בחורל גיי גלילה
ני, גיי צי צים עמוד.
אין נאך אזאליכע זאכן.
עס איז כאילו די קליינע אינגערמאן האט יעצט געטאנצען אזא 7 יאר עלטער......

לאמיר זינגען ציזאמען.
אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.
זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.
שקויח פארן מיט זינגען
אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.
זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.
שקויח פארן מיט זינגען
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
פעינטער האט געשריבן:עס איז נישט קיין פראבלעם צי בעטען א טובה פין א בחור
די פראבלעם הייבט זיך אן אז די קליינער אינגערמאן וואס האט יעצט חתונה געהאט קוים 18 יאר קען זאגען פאר אן עלטערע בחור וואס איז עטליסט 5 יאר עלטער פין אים.
ני, בחורל גיי גלילה
ני, גיי צי צים עמוד.
אין נאך אזאליכע זאכן.
עס איז כאילו די קליינע אינגערמאן האט יעצט געטאנצען אזא 7 יאר עלטער......
זייער גוט געזאגט. די טענה אז עס איז איבערגעטריבן, מיין איך אז אפשר איז אזוי טאקע, כ'האב גענוצט עקסרעמיזם און ראדיקאליזם, כדי אויפצעוועקן דעם עולם...
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
בעטען א בחור, צו א יונגערמאן, איז ניט קיין פראבלעם. די פראבלעם איז ווען דער בחור האט נישט קיין ברירה צו זאגען ניין. ווען ער זאגט אז ער קען נישט, הייסט ער שוין א מחוצף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: אויף דעם איז אויך דא אן עצה. אויב דער מענטש? (מיטל יעריג אדער עלטער) איז מוחזק צו זיין אן אויסניצער פון בחורים, ווען ער שטעלט אפ א בחור און בעט איהם ער זאלל איהם ברענגען א קאווע קאסטום מעיד, לויט זיין געשמאק. זאלל איהם דער בחור ענטפערן..."איין מינוט"... און אוועק גיין אן קיין גילטי קאנשיענס. דער אויסניצער וועט שטיין און ווארטן ביז ער וועט איינזעהן אז אויב ער וויל א קאווע וועט ער מוזן אליינס גיין ...אדער וועט ער בלייבן מיט די צונג אינדרויסן...!
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן: זאלל איהם דער בחור ענטפערן..."איין מינוט"... און אוועק גיין אן קיין גילטי קאנשיענס. דער אויסניצער וועט שטיין און ווארטן ביז ער וועט איינזעהן אז אויב ער וויל א קאווע וועט ער מוזן אליינס גיין ...אדער וועט ער בלייבן מיט די צונג אינדרויסן...!
כא כא ... און אויב דער בחור'ל שפירט זיך נישט אזוי היימיש, און האט מורא אז דער קאווע - טרינקער וועט ווערן אויך א בלוט - טרונקער און אים אויסרודפ'ן יעדן מאל וואס ער טרעפט אים פארן זיין א "קליינער חצוף איינער", מה יעשה הבן שלא יחטא?
און דאס איז נישט אומזיסטע זארגן, נאר מעשים בכל יום וואס ביודעי ומכירי קאמינא!