דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ר'בערל איינער וואס בויעט זיין איגא אויף קאווע שטיבל איז אין טיפע טראבל. ווייל איגא קען מען נישט בויען פון יענעם. מען דארף.עס טרעפן אין זיך. דערשרעקט אייך נישט אז מען ענטפערט דיר נישט אזוי ווי פונקטליך איר חלומ'ט. זייט וויסן אז מיר האבן זייער הנאה פון אייערע תגובות און אייער יומער און זאפט. ואל יבוש מפני המלעיגים לאך דיך אויס... טשיל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאצקע ציקער: יישר כח. דיינע ווערטער זענען פאר מיר ממש כמים קרים על נפש עייפה. אדער אזוי ווי א שטיקל קאצקע ציקער וואס מ'בייסט צו צום גלעזל קאווע שבת אינדערפריה..!
לפי האמת, בוי איך נישט מיין איגא אויף די תגובות און לייק'ס פון קאווע שטיבל. און איך האב באמת א הנאה צו שרייבן דא. ווייל אין קיין שום אנדער פלאץ וואלט איך נישט געקענט אויסדרוקן מיינע בויך סברות און מיינונגען אזוי ווי דא. אבער צומאל דרוקט עס א ביסל צו בראותי כל עיר על תילה בנויה. א סאך זענען דא געוויסע יחידים וועלכע זאגן גרויסע נארישקייטן, און מ'כאפט עס אויף אלס חכמה. און מ'באווארפט זיי מיט לייקס. און אויך זענען דא געוויסע אראגאנטע פארשוינען וועלכע רעדן זיך איין (אדער מ'האט זיי איינגערעדט) אז זיי זענען א יש. און צו א בעל עגלה פאסט זיי אפילו נישט צו ענטפערן. אזוי האט איינער פון די גרויסע חכמים דא בפירוש געשריבן צו מיר. כאילו א בעל עגלה פארשטייט נר צו פערד. און ער זאלל טאקע גיין צו די פערד. און נישט זיך דרייען אין א סאסייעטי פון קלוגע מענטשן...!
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

ענק פארפארן פון ענין
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

ר' בערל,
און יודיש זאגט מען; וויי צום גערעכטן.
ס'איז זייער אינטערעסאנט אז כאטש מיר זענען אלע דא אנאנים, דאך נעמט מען די לייקס והמסתייף אזוי פערזענליך.
דער אמת איז אז דאס באקומען א שוואכע רעאקציע צו א תגובה מיינט בסך הכל אז געוויסע מענטשן זענען נישט נתפעל געווארן פון אייער קאמענטארן, און פון אייער שרייבערישע טאלאנטן, אבער עס וועט איייך נישט שאטן צו שידוכים אדער אייער משפחה רעספעקטירט אייך נאך די זעלבע, אנדערש ווי אין ריעל לייפ וואס מען קיקט אייך אן אנדערש אויב איר האט א פאבליק דורכפאל.
אלזא, אן ווערן צי פילאזאפיש, אייער זעלבס ווירדע איז צוטיילט פון אסאך חלקים און עס מיינט נישט אז איר זענט אן אפגעפרעגטער מענטש טאמער אפאר עליטס זענען זיך נישט מתייחס צו אייך אבדזעקטיוולי.
נאך א זאך, די עליטע חברה וואלטן זיך נישט געוואגט צו ביהעיוון אזוי און ריעל לייף ווייל מען וואלט אויף זיי אראפגעקיקט.

איך האב שוין לאנג געוואלט צונעמען דעם גאנצן ענין און א באזינדערן אשכול, נאר איך בין געווען קאנסערנד אז די אשכול וועט גיין און בית הקברות שנעלער ווי עס נעמט צו זאגן פיטום הקטורת.

נאט אייך אפאר פון די סחורה 8-) :lol: :idea: :oops:
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גרוש האט געשריבן:ענק פארפארן פון ענין

גרוש: אנטשולדיג פאר אוועקנעמען די אטענשן פו דיר פאר דריי און א האלב מינוט...! ואיתו הסליחה...ב.ד.וו. וויאזוי איז געווען שמחת תורה און שבת בראשית. איך האב באקומען א גוטע פארציע פון מיין געוועזענע כלה פאר זיך אנשיכור'ן ביים קידוש פון חתן בראשית...(אום פ' נח... :lol: )
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ר' בערעלינו אביסל סענסיטיוויטי וואלט נישט געשאדט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

berlbalaguleh האט געשריבן:
גרוש האט געשריבן:ענק פארפארן פון ענין

גרוש: אנטשולדיג פאר אוועקנעמען די אטענשן פו דיר פאר דריי און א האלב מינוט...! ואיתו הסליחה...ב.ד.וו. וויאזוי איז געווען שמחת תורה און שבת בראשית. איך האב באקומען א גוטע פארציע פון מיין געוועזענע כלה פאר זיך אנשיכור'ן ביים קידוש פון חתן בראשית...(אום פ' נח... :lol: )



אטו ב'אטענשאן קא מיירי,
יעדע אשכול האט זיין ענין,
ביי אונז אין סאטמאר איז נישט דא קיין צייט צו שיכור'ן מ'מאכט קידוש בין השמשות,
מ'דארף נאך אריין כאפן זיך צו וואשן צו די סעודה פאר די 72
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

גרוש האט געשריבן:בס"ד
דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י
די גמרא זאגט אין מסכת מגילה "ליכא דידע לישנא בישא כהמן אמר ודתיהם שונות מכל עם דמפקי לכולי שתא בשבת היום פסח היום", פשוט פשט אז זיי פארברענגען א גאנץ יאר מיט זייערע מצוות און חוקי התורה און זיי האבן נישט קיין צייט צו די חוקי המלך, במילא "ולמלך אין שוה להניחם",
לכאורה וואס איז די לשון הרע, פונקט פארקערט, עס איז דאך די גרעסטע שבח פאר כלל ישראל, אז זיי זענען עוסק אין שבת ויו"ט, און זענען מקיים די מצוות,

טריד בטירדא דחג,
שטייענדיג בין גאולה לגאולה ארויסגייענדיג פון חודש אדר אריין אין חודש ניסן, ווען אידן זענען פארנומען מקיים צו זיין מצות "תשביתו" מ'עסט אויף די שירי "משלוח מנות", מ'גרייט אהן די "חמץ" און די "לולב וערבה" צו פארברענען, מ'מאכט "פסח'דיג" מ'קויפט איין פאר "יום טוב", אידן זענען מסובב במצוות, מ'איז מקיים דעם "מקרא קודש" ווי רש"י זאגט קדשהו בכסות נקי', מ'איז מקיים "ושמחת אתה וביתיך" מ'קויפט איין פאר די משפחה, קליידער און מתנות, מ'פארקויפט די חמץ, מ'כשר'ט, מגייט באקן מצות, מ'שוויצט, די נשים, זענען פארנומען בנקיון הבית, די זאכן קומען נישט אהן גרינג, מ'טוט עס נאר כדי לעשות נח"ר להבוית"ש, לכאורה איז דאך דאס די שיינקייט פון כלל ישראל,
ווער רעדט נאך פון די "צדקה" וואס ווערט פארטיילט אין חדשי הגאולה, וויפיל געלט אידן פארטיילן פאר "מתנות לאביונים", מ'איז מקיים דעם "כל הפושט יד נותנין" במלוא מובן המלה מ'עפענט זיך די טאשן, מ'גיט אוועק אויסגעהארעוועטע געלט, אלעס פאר אנדערע אידן, ובפרט פאר די נצרכים, און נאך פורים ווען די טאשן זענען שוין לייידיג, הייבט מען אהן פריש, וויפיל צדקה אידן גיבן פאר "קמחא דפסחא", אין שיעור ואין קץ וויפיל ארגאנאזאציעס כלל ישראל פארמאגט וואס טיילן געלט אדער פראדוקטן פאר פסח, פאר אידן וואס זענען ב"ה געבענטש מיט גרעסערע משפחות און קענען זיך ליידער נישט ערלויבן, צוליב די צרכי החג מרובים, ואחר כל זה, נאכדעם וואס מ'איז שוין מקבל דעם יום טוב, עס קומען די ימי חול המועד, מ'קומט אריין אין בית מדרש, מ'זעהט די זעלבע אידן וואס האבן געטיילט "פורים" געטיילט "קמחא דפסחא", אידן וואס זענען נישט קיין גרויסע פארדינער, זייער אייגענע לעבן קאסט אויך אסאך געלט, אודך כי עניתני, ואשנה ואשלש, די אידן גיבן נאכאמאל געלט, דאס שיינקייט פון כלל ישראל קומט ארויס במלוא הדרו ותפארתו,
און באמת נישט נאר פאר פסח, טיילן אידן צדקה, נאר א גאנץ יאר מדי שבת בשבתו, טיילן אידן אוועק גרויסע געלטער פאר משפחות, וויפיל ארגאנאזאציעס איז דא וואס טיילן שבת פעקלעך, מתן בסתר, אהן דעם וואס איינער זאל אפילו וויסן,
ווערט דאך נאר שטערקער און שטערקער די קשיא, פארוואס רופט עס די גמ' אהן "לישנא בישא" אין אונזער שפראך "לשון הרע"

כי ידעתי את מכאוביו
די גאנצע יו"ט פסח, איז דאך זכר לשעבוד וגאולת מצרים, כידוע, מ'זאגט הלל, מ'לויבט השי"ת אויף די נסים שעשה לאבותינו בימים ההם בזמן הזה, אין דעם חודש ניסן אויף ווען דער אייבערשטער האט געזאגט, "ראה ראיתי את עני עמי אשר במצרים, וארד להצילו מיד מצרים "כי ידעתי את מכאוביו", די ספה"ק טייטשן די ווערטער "כי ידעתי את מכאויביו", אז הקב"ה האט געזאגט, אז כאטש זיי זענען משוקע אין טומאת מצרים, זענען זיי נאך אלץ ראוי צו ווערן אויסגעלייזט, ווייל ווען איד טוט א עבירה, טוט ער עס נישט בשלימות, ער טוט עס נישט מיט קיין שמחה, עס טוט אים וויי, אז ער פאלט אריין בעצת היצר, ער קרעכצט, כי ידעתי את מכאויביו, איך ווייס, אז אפילו ווען ער טוט א עבירה, טוט עס אים ווייס עד דכדוכה של נפש, במילא ראוי הם לגאול,
לענינו, ליידער האלט מען נאך ווייט פון עולם התיקון, אידן גיבן טאקע אויס אסאך געלט פאר צרכי החג, און מ'קרעכצט, עס קאסט ליידער אזוי סאך, ווי קען מען שניידן, פארוואס דארף די מצות קאסטן אזוי טייער, פארוואס קאסט די פלייש אזוי טייער, ווי נעמט מען געלט, פאר נייע קליידער, די קינדער דארפן נייע שיך, מ'דארף קויפן א מתנה פאר די בני בית, עס איז דאך א זמן פון "ושמחת אתה וביתיך" פארוואס קאסט עס אזוי סאך, אידן שטייען און קרעכצן,
אין די זעלבע צייט שטייען אנדערע אידן און קוקן צו די קרעכצן אבער זיי וויינען סאך שטערקער, זיי קוקן אהן די גאנצע מצב מיט א אנדערע בליק,
אידן זענען זוכה אריין צו ברענגען דעם יום טוב אין שטוב, בהרחבת הדעת, מיט שמחה, מ'קומט אהיים די בני בית און די קינדער ווארטן אפ מיט א שמייכל, מ'זעהט די קינדער מיט די נייע קליידער, מיט די הגדות, זאגן קדש, ורחץ, וכו', זאגן די קשיות, יעדע קינד לפום דרגא דילי', מ'זעהט די אריין ברענגען די פסח האט טאקע געקאסט, ס'איז אנגעקומען שווער, אבער עס האט זיך אויסגעצאלט,
ליידער זענען דא אידן וואס זענען נישט זוכה דערצו,
ר' איד, האט איר אמאל בשעת'ן קרעכצן אז די פסח קאסט צו סאך, אריין געטראכט,
וויפיל אידן וואס זענען געגאנגען מיט אייך אין חדר און אין ישיבה, וואלטן זיך געוואונטשן אז די פסח זאל זיי קאסטן דאס געלט, זיי האבן נאר ליידער נישט קיין קינדער, פאר וועם עס זאל זיי קאסטן,
וויפיל אידן וואלטן זיך געוואונטשן צו פירן א סדר און עס זאל זיי קאסטן געלט, און ליידער קאסט עס זיי נישט, ווייל זיי ליגן אין שפיטאל על ערש דוי,
וויפיל אידן וואלטן זיך געוואונטשן די פסח זאל זיי קאסטן געלט, נאר זיי זיצן ליידער איינגעשפארט בבית האסורים, און קענען נישט פארברענגען מיט די משפחה פסח,
וויפיל אידן וואס דרייען זיך ארום אין בית מדרש יום טוב מיט א שמייכל, און האבן ליידער נישט קיין משפחה, וואס זאל זיי קאסטן, געלט
די אידן לייגן זיך אריין אין בעט די נעכט בעפאר יום טוב ובפרט יום טוב, און וויינען, הלואי וואלט מיר די פסח געקאסט געלט, עס איז דא אידן וואס די פסח קאסט זיי ברוך השם אסאך געלט, און זיי האבן א אמת'ע שמחת יו"ט, אבער ליידער אנערקענען זיי נישט די חסד ה', נאר זיי קרעכצן, עס קאסט דאך אזויפיל געלט,
די אידן וויינען, הייליגע באשפער, ווען דו וועסט מיר גיבן די געלעגענהייט, אז איך זאל האבן פארוועם עס זאל מיר קאסטן די הוצאת החג, וועל איך וויסן מיט וויפיל שמחה איך דארף צוגיין צום יום טוב, בשבח והודאה, ברוך ה' די יום טוב קאסט מיר געלט, עס איז דא פארוועם,
ליכא דידע לישנא בישא כהמן, המן האט זייער גוט געוויסט אויסצוקוועטשן די חסרונות פון כלל ישראל, דמפקי לכולי שתא, בשה"י בפה"י, זיי רעדן זיך אפ אז די צרכי שבת ויו"ט קאסט זיי צופיל געלט, און זיי ווייסן ניטאמאל ווי א שטארקע חסד ה' עס ליגט דערין אז עס קאסט ברוך השם, מ'האט פארוועם און פארוואס אויסצוגעבן די געלט,

כלפי מה דברים אמורים לענינינו
איך גרייט מיר שוין ליידער צו ניינטן יום טוב פסח, וואס מיר זעצן זיך ב"ה צום סדר מיטן שטריימל און קיטל, בצהלתו בפניו ואבלו בלבו,
ליידער די גאנצע פסח קאסט מיר נאר 70 דאלער "ערב פסח מצות", און אמאל א נייע בעקיטשע, אדער קלינען די בעקיטשע וכדומה,
עס קאסט מיר ליידער נישט מער ווי דעם, ווייל איך האב ליידער נישט קיין משפחה פארוועם עס זאל מיר קאסטן, איך פראווע די סדרים און די סעודות ביי מיינע עלטערן, יעדע מאל עס קומט פאר יום טוב, דערמאן איך מיר נאכאמאל די קאשמארן, עס קומט נאכאמאל יום טוב, מיר גייען נאכאמאל גייען אויפן גאס, זענען וויזוי אידן וואקן מיט די משפחה און קינדער מיט א שמייכל, מ'שפאצירט אין די רואיגע יום טוב טעג, מ'נעמט ארויס די מאקסימום פונעם יום טוב, ואני אנה אני בא, איך האב נישט פארוועם צו קויפן קליידער, איך האב ליידער נישט פארוועם צו קויפן א מתנה, איך קען ליידער נישט מקיים זיין דעם "ושמחת אתה וביתך", מ'גייט אויפן גאס נאכן דאווענען פארן סדר, מ'זעהט ווי קאפלעך מיט די קינדער שפאצירן צו די עלטערן, מיט א שמחה, די קינדער מוטשענען טאטי מאמי, מ'ווייסט עס נישט צו שעצן, מ'רעדט זיך אפ, מושי, רחי, שיינדי, מוטשע נישט, סטאפ צו וויינען,
איך שפאציר מיר אזוי אליין קיינער ווארט נישט אויף מיר, קיינער שמייכלט נישט צו מיר, קיינער איז נישט אינטערסירט אין מיין עטענשען, כ'האב ליידער נישט קיין קינדער וואס זאלן וויינען צו מיר, טאטי איך דארף דעס, וכדומה,
נאך אזא נאכט מ'ענדיגט די סדר, מיר זעצן זיך אראפ ביים "שיר השירים", בבכיות נוראות, על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי, אבער ליידער "בקשתי ולא מצאתי", אקומה נא ואסובבה בעיר בשווקים וברחובות, אבער ועדיין, ליידער, בקשתי ולא מצאתי, מיר ווילן אזוי שטארק, מקיים זיין דעם "עד שמצאתי את שאהבה נפשי אחזתי ולא ארפנו", אבער מ'האט נאך ליידער נישט זוכה געווען דערצו, איך וויל שוין פיהלן דעם "ואצבעותי מור עובר על כפות המנעול" אבער ליידער.....................
איך קוק ארויס בכליון ענים, עס זאל זיין, הנך יפה רעיתי, הנך יפה עיניך יונים, אבער ליידער, מיר ווארטן נאך אלץ, אויף "גן נעול אחתי כלה, גל נעול מעין חתום",
די יום טוב גייט אדורך ביטער שווער, דערנאך פרייד מען זיך שוין אז מ'גייט צוריק צו די ימי המעשה ווען מ'פיהלט נישט די צרה אזוי שטארק,
מ'קאלט ארום שדכנים, מ'מאכט פאון קאולס, עס קומען ענטפערס, קאל מיר מארגען, נעקסטע וואך, איך בין פארנומען, איך מאך חתונה קאל מיר 3 וואכן ארום, עס קומט יום טוב, איך בין אין קאנטרי, קאל מיר מאנטאג, אקעי איך דארף טראכטן קאל מיר נעקסטע וואך,
מ'הייבט נישט אויף, ואודך כי עניתני, ביז עס ווערט שוין סליחות, מ'הייבט שוין אהן נאכאמאל פיהלן די ימים טובים פראבלעם, עס קומט שוין נאכאמאל יום טוב, ועדיין לא זכיתי צו די "ושמחת אתה וביתיך", מ'קאלט ווייטער, א איד גיבט נישט אויף, עס קומט ענטפערס, עס איז די פארנומענע יום טוב סעזאן כ'האב נישט קיין צייט, קאל מיר נאך סוכות,
עס איז באלד חנוכה, מ'איז פארנומען, קאל מיר תיכף נאך חנוכה, עס ווערט שובבי"ם מיר קאלן נאכאמאל די שדכנים, קאל מיר נעקסטע וואך, ערעב איד איר ווייסט אז איך קען נישט אויסנוצן די שובבי"ם כדבעי' און אודאי נישט פאסטן, ווייל השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה, טובל ושרץ בידו, איר ווייסט אז עוסק זיין אין שידוכים איז די גרעסטע תיקון בעניני קדושה, אקעי מ'דארף עפעס טוהן קאל מיר אין 2-3 טאג, אקעי ישר כח,
עס איז באלד פורים קאל מיר נאך פורים, איר וווייסט אז פורים ווען איר זענט בשמחה און פארבערענגט בסעודת פורים מיט די משפחה, און דיין ווייב גיבט אכטונג אז דו זאלסט נישט טרינקען יותר מדאי, זיץ איך און נוץ אויס דעם גרויסקייט פונעם טאג, בבכי' להשי"ת אז איך זאל שוין אויך האבן א משפחה מיט וועם צו פארברענגען פורים, דו ווייסט אז כ'האב נישט קיין ווייב און קינדער וועם עס זאל אנגיין צו איך טרינק מיר איבער צו נישט,
נאך פורים מ'קאלט ווידער די שדכנים, איך בין פארנומען פאר "פסח" קאל מיר נאך פסח, איר ווייסט ווי א שטארקע ציפ איר גיבט מיר מיטן זאגן די ווערטער, איר ווייסט אז איך קען נישט ווארטן ביז נאך פסח, איר ווייסט אז די יארן לויפן, איר ווייסט אז ווען איר זענט געווען אין מיינע יארן, האט איר שוין געהאלטן 10 יאר נאך די חתונה און געהאט 5-6 קינדער, נאר א דאנק דעם, מאכט איר שוין היינט חתונה, איר ווייסט אז אין בעסטן פאל וועל איך נישט חתונה מאכן א אייגן קינד פאר די 50,
איר וויסט אז ווען איך טראכט נאר אז אין ווייניגער ווי 2 וואכן זעצט מען זיך צום סדר, לא אוכל להתאפק עיני מדמעות, אז כ'האב ליידער נישט פארוועם אנצוגרייטן א פסח, עס קומט מיר ארויף קאשמארן ווען איך טראכט נאר וויזוי די גאסן קוקן אויס אין די סדר נעכט,
איר ווייסט אז איך בין א בשר ודם, איר ווייסט אז כ'האב פונקט אזעלכע צרכים ווי דיר, דו ווייסט אז ביי מיר מיינט קאל מיר נאך פסח, נאך 3 וואכן עלענד, נאך 3 וואכן נסיונות, נאך 3 וואכן הרהורים, ביז נאך פסח איז נאך דא 21 נעכט, וויזוי טראכסטו איך זאל גיין שלאפן די 21 נאכט, ווען איך ווייס אז די עולם איז יעצט פארנומען און ס'איז נישט דא מיט וועם צו רעדן,
און די גוף פאדערט ווייטער זיינס, וד"ל

דמפקי לכולי שתא בשה"י בפה"י
באמת מעין די פראבלעם גיי איך דורך מדי שבת בשבתו, מ'הייבט אהן די וואך, מ'קאלט שדכנים, עס קומט א ענטפער, איך דארף טראכטן, קאל מיר אין 2-3 טאג, איך קאל מיטוואך אקעי איך דארף נאך יענעם צוריק קאלן, קאל מיר זונטאג, וחוזר חלילה, איר ווייסט אז פון דאנערשטאג נאכט ביז זונטאג 10-11 אינדערפרי, ווען די עולם שטייט אויף און ס'איז נישט דא צו וועם צו רעדן, גיי איך דורך ביטערע שווערע יסורי הנפש, איר ווייסט אז סוף וואך איז פעמילי טיים, און פונקט שבת ווען מ'פיהלט די פראבלעם די שטערקסטע איז נישט דא צו וועם צו רעדן, עס איז דא כמעט 3 גאנצע מעת לעת, וואס מ'דארף ווארטן צו לייגן האפענונג אז זאל זיין מיט וועם צו רעדן, איך בין גרייט און איך וויל אויסהערן שידוכים, אפילו ערב שבת עם חשיכה, אפילו ביי "בואו ונצא", אפילו אינמיטן שלש סעודות, מוצאי שבת איינס אזייגער, זונטאג אנדערפרי 6:00, אבער פון דאנערשטאג נאכט ביז זונטאג נאכמיטאג איז נישטא צו וועם צו רעדן,
ליכא דידע לישנא בישא כהמן דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י, צו גיבן געלט איז דא גענוג אידן, אדער ארויסצוהעלפן א מענטש בעת דוחקו, ארויסווייזן הארץ און געפיהל, דארף מען ווארטן ביז יענער פיהלט זיך באקוועם, יעדן טאג מיט א אנדערע תירוץ, שבת היום, רוף מיר נאך שבת, פסח היום, רוף מיר נאך פסח,
ערעב איד, אויב פיהלט איר אז איר מוזט זיך משתתף זיין בממון ארויסצוהעלפן אנדערע אידן וואס האבן ליידער נישט אויף צרכי פסח, וויל איך אייך מודיע אז "גדולה גמילות חסדים יותר מן הצדקה" איך זאג אייך דא אויס א סוד וואס איר האט נישט געוויסט ביז יעצט, צדקה איז טאקע זייער גרויס און חשוב אין הימל, איר טוט אויף גדולות ונצורות מיט אייער צדקה, בעת'ן ליל סדר, ווען קוב"ה קומט אראפ עם פמליא דילי' ווי די זוה"ק זאגט, זאגט ער פאר די מלאכים, קוק וויפיל געלט די אידן האבן זיך געלאזט קאסטן פאר אנדערע אידן זאלן קענען אריין ברענגען די פסח, איז אודאי דארף איך זיי גיבן השפעות,
אבער, עס איז דא א זאך וואס טוט סאך מער אויף און שטייט סאך העכער ווי גיבן געלט, און עס קאסט נישט קיין געלט, און נישט אזויפיל צייט,
איר ווייסט פון א "חבר" א "שכן" א "קרוב", וואס דארף ליידער זיין אין שפיטאל אום יו"ט פסח, גייטס אים/איר באזוכן, אדער הייבט אויף א טעלאפאן, אדער ע"י שליח, און זאגסט אים/איר, איך בין ב"ה זוכה אריין צוברענגען די פסח אין שטוב, עס קאסט מיר ב"ה געלט, אבער די שמחה איז נישט אינגאנצן ווען איך ווייס אז דו קענסט ליידער נישט אנגרייטן דעם פסח, עס קאסט דיר ליידער נישט דאס געלט, אין לשער ולספר וויזוי איר וועט מאכן יענעם פיהלן, אה, עס איז דא אידן וואס פיהלן מיט מיין צער, אדער נעמט ארויס תהילים און זייטס מתפלל לרפואתו השלימה, ער זאל קענען זיין אינדערהיים יו"ט, אויב נישט אויף דעם יום טוב, כאטש אויפן נעקסטן יום טוב, וירא שמים יוצא ידי שניהם
איר ווייסט פון א איד וואס דארף ליידער זיצן אין תפיסה דורכ'ן יום טוב, גייטס אים באזוכן אדער ע"י שליח, אדער זאגט פאר איינע פון די קינדער איבערצוגעבן פארן טאטן, אז מ'פיהלט מיט זיין צער, אז מיר קענען ב"ה פראווען דעם יום טוב מיט א שמחה און זיי נישט, און אז איר זענט גרייט ארויסצוהעלפן מיט פדיון שבויים מיט וואס איר קענט נאר, אדער נעמט ארויס א תהלים און רייסט איין עס זאל שוין זיין, יוציאם מחושך וצלמות, וירא שמים יוצא ידי שניהם
איר ווייסט פון א חבר וואס האט נאך ליידער נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא, רופטס אים/איר אהן אדער טרעף אים אין בית מדרש, זאג אים אז איר פיהלט מיט זייער צער, אז זיי האבן ליידער נישט פארוואס צו האבן הוצאת החג, און זענען ליידער נישט זוכה צום "וכאן הבן שואל", בעת איר זענט עוסק אין הכנת צרכי החג, נעם ארויס א תהילים און זיי מתפלל, בעטס אים שמו ושם אמו, שמה ושם אמה, איר ווייסט נישט וואסערע גדולות ונצורות איר טוט אויף סאך מער ווי גיבן צדקה,
איר וויסט פון א חבר/חברת'ה, וואס האט ליידער נישט קיין אייגענע משפחה, צו א בחור/בתולה גרוש/גרושה אלמן/אלמנה, רופטס אים/איר אהן, אדער פערזענליך, איך פיהל מיט דיין צער אז דו ביזט נישט זוכה קיין אייגן משפחה, טראג אים/איר אהן א שידוך, ווייזט ארויס מיטגעפיהל ער/זי זאל פיהלן אז איר ווייסט און אנערקענט, אז ער/זי וואלט זיך געוואונטשן צו פארברענגען פסח מיט א אייגענע משפחה און עס זאל זיי קאסטן אסאך געלט בשמחה ובטוב לבב, פרובירטס אים/איר ארויסהעלפן אז כאטש אויף סוכות זאל ער/זי זיך פרייען מיט א אייגענע משפחה, און מקיים זיין דעם ושמחת אתה וביתיך, בעטס אים/איר שמו/ה ושם אמו/ה, נעמטס ארויס א תהילים, אדער האטס אים/איר אינזין ביי שמונה עשרה, ווען איר דאווענט סייווי,
בזכות זה, זאלן מיר אלע זוכה זאכן צו פראווען די שבתים וימים טובים בשמחה ובטוב לבב מרוב כל, עס זאל אונז גארנישט פעהלן נישט בגשמיות און נישט ברוחניות, מיר זאלן אלע זוכה זיין צו די "כימי צאתנו ממצרים אראנו נפלאות", ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל, בגאולה פרטית ובגאולה כללית עדי נזכה לביאת מלכא משיחא בב"א


און איך וויין נאך אלץ
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יעדער אין קאווע שטיבל זאל ביטע נעמען אפאר מינוט און טוהן א חסד און טראכטן צי ער האט עפעס א שידוך פאר אונזער טייערע גרוש פון ק״ש, און מ׳זאל אים אישי׳ן פאר אינפארמאציע, לאמיר ווייזן אז קאווע שטיבל קען אויך זיין א פלאטפורם פאר ״חסד״ און צוהעלפן די מעמבערס דא, איך בין נישט אזוי באקאנט אין די היימישע שידוכים סיסיטעם, אבער איך גיי טראכטן און זוכן. ביטע יעדער זאל פראבירן צוהעלפן א פיינע צובראכענע אינגערמאן אין נויט, די זכות וועט זיכער ביישטיין.

גרוש טייערע, חזק ואמץ, סווארט דיר אפ גיטע צייטן בעזר השם, מיר אלע זארגן זיך פאר דיר און פוהלן דיין צער, שטארק דיך! די ישיעה איז נאנט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

המתפלל בעד חבירו וכו',

אין איין וועגס, טאמער איינער ווייסט א שידוך פאר שבת אחים, ביטע אים שיקען אין אישי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:המתפלל בעד חבירו וכו',

אין איין וועגס, טאמער איינער ווייסט א שידוך פאר שבת אחים, ביטע אים שיקען אין אישי.


איך זוך נישט קיין שידוך, איך בין הונדרעט פראצענט ליגעאל חתונה געהאט לפי הלכה און לפי חוקי המדינה, אבער ס׳קען נישט שאטן. :lol: נישט פארדרייען די אשכול.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י

שליחה דורך גר ותושב »

IMG_20170319_235609.jpg
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גר ותושב: ייש"כ. דאס איז דער פשט פון קעפל פונ'ם אשכול אז דער גרוש טענה'ט אז מ'שטופט איהם אפ מיט פוסטע תירוצים. מיט שה"י פה"י. (אויף אידיש קומט עס אויכעט אויס אין א גראם..שיע פיע...!) און מ'העלפט איהם נישט ערנסט זוכן א שידוך...!

ברכות האביך איהם שוין געגעבן לרוב. און כ'האב מיך שוין באנוצט מיט דעם מאמר חז"ל.."אל תהא ברכת הדיוט...קלה/כלה בעיניך...! און איך בין דאך ב"ה א גרויסער הדיוט. לאמיר האפן אז אין דעם זכות וועט ער געהאלפן ווערן בכל משאלות לבבו לטובה...אמן!
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: דמפקי לכולי שתא בשה"י פה"י

שליחה דורך גר ותושב »

berlbalaguleh האט געשריבן:גר ותושב: ייש"כ. דאס איז דער פשט פון קעפל פונ'ם אשכול אז דער גרוש טענה'ט אז מ'שטופט איהם אפ מיט פוסטע תירוצים. מיט שה"י פה"י. (אויף אידיש קומט עס אויכעט אויס אין א גראם..שיע פיע...!) און מ'העלפט איהם נישט ערנסט זוכן א שידוך...!

ברכות האביך איהם שוין געגעבן לרוב. און כ'האב מיך שוין באנוצט מיט דעם מאמר חז"ל.."אל תהא ברכת הדיוט...קלה/כלה בעיניך...! און איך בין דאך ב"ה א גרויסער הדיוט. לאמיר האפן אז אין דעם זכות וועט ער געהאלפן ווערן בכל משאלות לבבו לטובה...אמן!

ר בערל איך האב עס געמיינט להיפך ודי למבין.
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

ב"ה דאס יאר האט מיר נאך דערווייל קיין איינס פון די 20-30 שדכנים וואס איך קאל טעגליך, ב"ה נישט געענטפערט קאל מיר נאך פסח,
אלע פרובירן מיטצופיהלן מיטן מצב ב"ה,
אבער ליידער ועדיין לא נושעתי,

עס קומט באלד פסח, וואס גייט דא זיין?
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

הייליגע באשעפער,
די עולם איז פארנומען, וויזוי גיי איך סארווייווען 11 נעכט ביז אסרו חג?
אינני מייאש נאך צו ווערן געהאלפן פאר פסח
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

גרוש האט געשריבן:הייליגע באשעפער,
די עולם איז פארנומען, וויזוי גיי איך סארווייווען 11 נעכט ביז אסרו חג?
אינני מייאש נאך צו ווערן געהאלפן פאר פסח



תודה להשי"ת אז כ'האב סארווייוווט ב"ה סאך מער ווי 11 טאג,
אבער ביטע העלפ שוין,

אינני מתייאש פון ווערן געהאלפן נאך פאר שבת
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: דעם עפילאג פונ'ם גרוש'ס טראגישע לעבנס געשיכטע האמיר נאכנישט געהערט. איך האב שוין געווארט בכליון עיניים איהם אפצוגעבן א הארציגן מזל טוב צו זיין ווערן א חתן מיט די גליקליכע כלה שתחיה עמו"ש. נאר מ'האט גארנישט געהערט פון איהם...!

נאר ס'איז מעגליך (אזוי ווי איינער פון די חשוב'ע שרייבערס דא אויף קאווע שטיבל האט עס אויפגעברענגט) אז ער איז מגולגל געווארן אין דעם ..."אלמן אחד בין שבעים גרושות"...ווייל זייער לעבנס געשיכטע איז זייער שטארק ענליך. נאר בשעת דעם געוועזענעם גרוש'ס פאסירונגען און באריכטן זענען אייביג זייער שטארק טראגיש און הארצרייסנד. זענען די באריכטן פון די נישט געלונגענע באשוי דעיטס פון דעם אלמן אחד אייביג פול מיט הומאר. אז מ'קען פשוט שמייכלען און לאכן פון א יעדן איינציגן סיפור באזונדער...!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

בערל. גרוש האט שוין געמאלדן בערך א יאר צוריק אז ער איז א געהאלפענער ב"ה. (איך האף ער איז נאך אלץ א געהאלפענער...)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

ב"ה

כ'האב יעצט ארויסגענומען מיין פארשטויבטן ניק וואס כ'האב שין נישט גענוצט איבער א יאר ב"ה,

ב"ה איך בין געהאלפן געווארן שוין איבער א יאר צוריק ב"ה, כ'האב דענסמאל נישט געמאלדן וועגן גילוי,

פון די מעשיות פון אלמן אחד קוקט אויס אז ער גייט טאקע דורך די סטעידזש, ווייל בערך אזוי קוקט עס אויס,

אבער איך האב נישט געהאט קיין געלעגענהייטן פון קיין דעיטס אזוי סאך ווי ער, איך בין כמעט נישט אנגעקומען צו די סטעידזש, אבער אז מ'זאל מיר אפזאגן וועגן שלעכטע אינפארמעישאן וואס זענען שקרים איז געשעהן אסאך ליידער ב"ה

צוויי נקודות
1)א אלמן האט מער געלעגענהייטן צו דעיטס, ווייל א גרוש טראכטן אלץ די פרויען אז זיי האבן זיך גע'גט עפעזס איז מיט זיי
2)זוכן פרויען/מיידלעך אין צפת וכו' איז שטותים והבלים, עס ארבעט נישט די וועג,

שידוכים ארבעט מיט א שדכן, וואס ארבעט געטריי, און מ'דארף זיך גוט נאכפרעגן און אינטערסירן, און אסאך רעדן מיט די מדוברת וואס איז גרייט צו רעדן,

די עיקר וואס מ'דארף וויסן איז:

אז עס וועט נאר געשעהן וואס איז באשערט, נישט עפעס אנדערש, אפילו אויב ביידע ווילן וד"ל
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך שקד »

גרוש האט געשריבן:ב"ה

כ'האב יעצט ארויסגענומען מיין פארשטויבטן ניק וואס כ'האב שין נישט גענוצט איבער א יאר ב"ה,
ב"ה איך בין געהאלפן געווארן שוין איבער א יאר צוריק ב"ה, כ'האב דענסמאל נישט געמאלדן וועגן גילוי,
פון די מעשיות פון אלמן אחד קוקט אויס אז ער גייט טאקע דורך די סטעידזש, ווייל בערך אזוי קוקט עס אויס,
אבער איך האב נישט געהאט קיין געלעגענהייטן פון קיין דעיטס אזוי סאך ווי ער, איך בין כמעט נישט אנגעקומען צו די סטעידזש, אבער אז מ'זאל מיר אפזאגן וועגן שלעכטע אינפארמעישאן וואס זענען שקרים איז געשעהן אסאך ליידער ב"ה
צוויי נקודות
1)א אלמן האט מער געלעגענהייטן צו דעיטס, ווייל א גרוש טראכטן אלץ די פרויען אז זיי האבן זיך גע'גט עפעזס איז מיט זיי
2)זוכן פרויען/מיידלעך אין צפת וכו' איז שטותים והבלים, עס ארבעט נישט די וועג,
שידוכים ארבעט מיט א שדכן, וואס ארבעט געטריי, און מ'דארף זיך גוט נאכפרעגן און אינטערסירן, און אסאך רעדן מיט די מדוברת וואס איז גרייט צו רעדן,
די עיקר וואס מ'דארף וויסן איז:
אז עס וועט נאר געשעהן וואס איז באשערט, נישט עפעס אנדערש, אפילו אויב ביידע ווילן וד"ל

דאס וואס דו זאגסט אז א אלמן האט מער געלעגנהייטן צו דעיטס, איז גוט ע''פ סברא, אבער מעגסט שוין וויסן, אז שידוכים האט נישט מיט סברות.. ווייל כ'זעי נישט ע''פ סברא פארוואס כ'בין א יגעתי און דאך לא מצאתי.. קוקט אויס אז דאס איז נישט אין דעם כלל.
איך האב נישט ליב צו ענטפערן און פארענטפערן און זיך טענה'ן אבער אלע עצות און תירוצים, וואס מאנכע ווילן זאגן 'פארוואס' דארט און דארט איז אזוי געווען. נאר איינער וואס איז אמור מעט ועשה הרבה קען רעדן.
אז א שידוך איז באשערט וועט עס ווערן און אז נישט..
לאמיר האפן אויף די בעסטע, גאט ב''ה פירט זייער גוט זיין וועלטל.
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

שקד איך בין אויף דיין זייט,
דו רעדסט ווי גלייך איך האלט אנדערש פון דיר
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך שקד »

איך האב געטראפן א קליפ אין פייסבוק, פון א פרוי באקלאגט זיך וועגן דעיט'ס.. אבער ס'איז אויף עברית.

https://www.facebook.com/kineret.nahari ... 962598041/

קענט איר הערן זייערע דאגות..
פארשפארט