אבות ובנים

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

אבות ובנים

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב געוואלט אביסל אויסשמועסן די פענאמען פון די לעצטערע יארן "אבות ובנים", ווי די טאטעס לערנען מיט די קינדער א שעה אין די לאנגע מוצאי שבתות פון די ווינטער וואכן, און מ'טיילט מתנות פאר די קינדער.

ס'איז כו"ע מודי אז דער עצם געדאנק איז א געוואונטשענע און זייער וויכטיג. ליידער אסאך טאטעס האבן כמעט נישט קיין צייט צו די קינדער במשך די וואך טראץ אלע חינוך דרשות פארלאנגען אז דאס איז וויכטיג, און די איין שעה א וואך קען ראטעווען דורות.

אבער עס ברענגט מיט זיך אסאך שאלות און ספיקות. איך פארשטיי אז ס'איז נישט מעגליך יעדן צופרידנשטעלן בשלימות, אבער פארט קען מען אויסשמועסן די ספקות. ד"ה איך מאך נישט אוועק דעם וויכטיגן מנהג, איך וויל עס נאר פארבעסערן עס זאל זיין מער שוה לכל נפש און אויסשמועסן איידיעס.

צב"ש אויב האט איר 3-4 קינדער, ווי אזוי טיילט איר איין די שעה? זענט איר באהאווענט אין אלע לימודים פון אייערע קינדער, אדער וועט אייער בחור'ל אייך "פארלערנען" די גמרא אדער שו"ע? איז עס א צייט צו פארהערן אדער ענדערש לערנען מיט די קינדער, אדער קען מען גאר סתם פארברענגען און פארציילן מעשיות? לוינט זיך צו לערנען די לימודים פון חדר אדער קען איך לערנען במקום שלבי חפץ? און וואס איז פשט פון די מתנות פאר די קינדער? גורלות, קאמפעטישאן שלא לצורך כלל, זיי האבן דאך די גרעסטע תענוג צו פארברענגען מיטן טאטן (מען וואלט ליבערשט געדארפט טיילן מתנות פאר די טאטעס וואס האבן נישט די געדולד דערצו...), אבער אונזערע קינדער וואס זענען שוין אזוי אויך איבריג געפיעטשעט, וואס פעלט אויס צו ספויעלן נאך מער? מתנות מיט נאש מיט גורלות, און קאמפערן די מתנות צו די שכנים מיט אנדערע שולן?

וואס טוט זיך מיט עלטערן וואס קענען דאס נישט באווייזן, שפירן זיך זייערע קינדער ארויסגעפאלן? און ווי אזוי איז מיט די דאזיגע וועלכע קענען נישט קומען יעדע וואך, ממילא פארלירט מען א חלק פונעם פראגראם און מען קען נישט זוכה זיין אינעם "גרויסן גורל" סוף ווינטער? לעצטע יאר האט מיר איינער געפרעגט צי עס נישט בעסער עס צו מאכן פרייטאג צו נאכטס צוישן 6-7 וואס דאן קומען נישט פאר מלוה מלכה'ס, משפחה פארברענגען, באזוכן די עלטערן וכו'.

איך האב געהאט נאך אסאך שאלות, אבער דאס געדענק איך אויף דער מינוט. וואס האט איר צו זאגן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א. מיין קינדער וואלטען נישט געגאנגען אן עפעס א נאש/פרייז/גורל. מ'דארף אבער זע'ען נישט אויפצולעבען די תאוות הממון, וכמו"ש במקו"א אין שטיבעל.

ב. פאראיארן האב איך צוטיילט צוויי קינדער מיט צען מינוט פאר דער קינד און צען מינוט פאר'ן אנדערען, וחוזרים חלילה. אזוי האט קיינער נישט די לחץ פון א שעה לערנען, אבער מ'האט נישט קיין געלעגענהייט זיך צו פארטיפען אין א שפיל. היי יאר הככ אב איך דריי קינדער, אבער נעכטען נאכט איז נאר געווען א קורצע או"ב. 'עלען מיר זע'ען ווייטער.

ג. פאראיארן האב איך געפאדערט אז מ'גייט נאר טאמער מ'האט גע'ענדיגט דאס היים ארבעט שבת נאכמיטאג. איך האב מורא געהאט אז ס'וועט ווערען אזא מציאות אז אן א פראגראם מיט א פרייז וועלען זיי נישט לערנען, ווי אויך ווען די זוממער קומט. ביי או"ב האט מען געלערנט אנדערע זאכען און טאקע גע'ענדיגט אן עקסטערע מסכת מיט זיי.

ד. נישט פארגעסען צו לאזען די סמארטפאון אין קאר! איך האב שוין מערערע מאל באמערקט טאטע'ס פארטיפט אינ'ם פאון, בשעת אז דער אינגעל זינגט זיין חומש מיט טייטש.


ס'איז אין אלגעמיין אומבאקוועם צו זע'ען ווי א פריוואטע זאך ווערט פארוואנדעלט אין א ציבור זאך, און די קשר פון א טאטע מיט זיין קינד ווערט עטוואס קאנטראלירט דורך די גאס, אבער פאר די שיטה האב איך נישט געהאלטען ביים אפזאגען מיין קינדער פון לערנען מיט מיר ווען זיי האבען איינגעבעטען. מ'וואלט געמעגט מאכען אלטערנאטיווע פראגראם'ן פאר די וואס קענען נישט. פרייטיג צונאכטס, שבת נאכמיטאג, שבת פאר'ן דאווענען פאר די (געציילטע) וואס דאווענען שבת צופרי נאך זיבען אזייגער ועוד ועוד.
נישט יעדער איינער איז געקנויטען פון די זעלבע טייג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

אני הקטן וואלט געגאנגען פאר פרייטאג צונאכטס נאכן דאווענען, דעמאלטס איז די בעסטע און די גרינגסטע.
מוצאי שבת ווען דו ביזט שוין האלבסוועגס צוריק אריין און די וואך, האאסט שוין די פאונס, דארפסט שוין טשעקן די באנק, וכו' וכו'
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אבות ובנים

שליחה דורך גראף »

אויב לערנט מען פרייטאג'ס צונאכטס זאל מען זיכער מאכען צו עסן טועמיה פאר'ן דאווענען אז נישט קען עס זיין יצא שכרו בהפסד.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:איז עס א צייט צו פארהערן אדער ענדערש לערנען מיט די קינדער, אדער קען מען גאר סתם פארברענגען און פארציילן מעשיות? לוינט זיך צו לערנען די לימודים פון חדר אדער קען איך לערנען במקום שלבי חפץ?

זייענדיג פארנומען מיט די נייע גזירת החינוך/השמד דא על אדמת ניו יארק רבתי, האט איך פונקט געשמועסט אין מקוה מיט אפאר חברים איבער דעם אבות ובנים וועגן די אויבנדערמאנטע נקודה.

אין די שעה פון אבות ובנים, איז א געוואלדיגע געלעגנהייט פאר די טאטעס אריינצולייגן אין די קינדער די ענינים וואס מען בארירט נישט אין חדר, אנגעהויבן פון אמונה און היסטאריע (וויפיל מען קען), לערנען נ"ך, מען קען לערנען געאגראפיע אביסל, מען קען מסביר זיין ווי אזוי די גאווערמענט אדער די עקאנאמישע סיסטעם ארבעט, עס איז טאקע נישט קיין סאך צייט, אבער הכל ריוח - וויפיל צייט מען האט, קען מען אריינלייגן אין די קינדער ידיעות שונות.

איבער'חזר'ן וואס די קינדער לערנען א גאנצע וואך איז נישט קיין שלעכטע איידיע, מיינד יו; אבער עס איז גענוג וואס א גאנצע וואך זיצט מען איבער די פאר שורות גמרא און פסוקים חומש, די תורה איז דאך אזוי גרויס, ארוכה מארץ מדה, ווי אויך די שיינע וועלט מיט די נפלאות הבריאה איז דאך אזוי הערליך און היסטאריע אזוי רייך, פארוואס זאל נישט זיין מזה וגם מזה אל תנח ידיך.

איך טראכט אז עס איז א ריכטיגע געדאנק. די איידיע קען געבן א באאסט סיי פאר די טאטעס און סיי פאר די קינדער.

וואס האלט דער עולם?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אבות ובנים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געליינט ערגעץ פון א טהעראפיסט, אז איינער פון די פאקטארען וואס קען צייגען צו טהעראפי וועט ארבעטען פאר א קינד, איז ווי ווייט די נסיעה איז פון שטוב ביז צום אפיס פון דער טהעראפיסט. די צייט וואס דער טאטע פארברענגט מיט׳ן קינד טוט אסאך אויף אין דער געביט.

ווען א מענטש גרייט זיך צו נ"ך אדער עניינים אין תורה, קען ער נוצען די צייט ווען מ׳גייט שבת צופרי אין שול, אדער לאנגע נסיעות צו סיי וואו. מ׳דארף זיין גרייט דערצו פון אויסערווייניג.

אבות ובנים איז אפשר מער א פארמאלע מצב, און די זאכען זענען שווערער. אבער פאר דער וואס קען עס אויסארבעטען, כל הכבוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איז נישט בעסער צי מאכן א קשר מיט קונדער דורך זאכן וואס זיי גלייכן? איך וואלט ענדערשט ארים געלאכט מיט מיין טאטע איבער א אינטרען שפיל dvd ווי איידער לערנען.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

איך האב געהערט פון א בית המדרש וואס האט געמאכט צוויי פראגראמען איינס איז די געהעריגע פאר א שעה אין איינס איז נאר א האלבע שעה פאר טאטעס וואס קענען נישט איינזיצן אזוי לאנג...
דוד בן ישי עבדך משיחך
פארשפארט