גרים אין די מאסן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

גרים אין די מאסן

שליחה דורך שמעלקא'לע »

[justify]אין די וואכעדיגע פרשה לערנען מיר איבער אברהם אבינו און שרה אמינו, וואס האבן מיטגענומען "את הנפש אשר עשו בחרן". רש"י ברענגט אז דאס זענען געווען די פילע גרים, אברהם האט מגייר געווען די מענער און שרה די פרויען, און מיט די מאסן גרים האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג. וואלט ווען אלזא געווען אינטערעסאנט צו באטראכטן אביסל די היסטאריע בלעטער, און אפירזוכן ווען נאך עס האבן זיך מגייר געווען מאסן מענטשן און זיך איבערצייגט אז יש מנהיג לבירה, און זיך אריינגערוקט תחת כנפי השכונה.
***
זיך מגייר צוליב לייבן - אטאקעס
די ערשטע מאל נאך אברהם אבינו וואס מיר האבן באגעגנט א מאסיווע גירות פון א גרופע, איז געווען די שומרונים, אדער ווי זיי ווערן גערופן אין חז"ל כותיים. ווי דער פסוק דערציילט אין מלכים (ב' פרק י"ז) האט די אימפעריע פון אשור געברענט קיין ארץ ישראל די שומרונים, און געטראגן קיין שומרון אנדערע פעלקער. דאס אלעס איז געווען געצילט צו פארמיידן אן אויפשטאנד, ווייל א מענטש אין א פרעמדער לאנד שפירט זיך פארלוירן און האט נישט די מוט צו אטאקירן.
שפעטער אין די פסוקים ווערט געברענגט וויאזוי זיי האבן זיך מגייר געווען: די אלע שומרונים וואס זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל זענען אטאקירט געווארן פון לייבן. יא, וואו זיי זענען געגאנגען, האבן די לייבן געשניטן שטיקער פון זיי. האבן זיי פון גרויס שרעק – און אויך זעענדיג די כבוד פון כלל ישראל – זיך געוואנדן צו די כהנים און באשלאסן זיך מגייר צו זיין, והמגיפה נעצרה. זינט דאן ווערן זיי גערופן "גרי אריות", דאס מיינט אז די לייבן האבן זיי צוגעברענגט צו ווערן גרים.
עס איז א מחלוקת אין די גמ' אויב זיי זענען אמת'ע ערליכע גרים, און זיי עקזיסטירן נאך ביזן היינטיגן טאג אין ארץ ישראל, בעיקר אין שטאט חולון און אויפן הר גריזים, מיט אייגענע מנהגים און כהנים.
פרסיש'ע גרים
די קומענדיגע מאל וואס מיר באגעגענען זיך מיט אזא ערשיינונג איז געווען נאך די נס פון פורים, ווי עס שטייט אין די מגילה "ורבים מעמי הארץ מתיהדים כי נפל פחד היהודים עליהם", אז זייער אסאך גוים האבן זיך מגייר געווען אין מלכות פרס ומדי.
ווי די פסוק באטאנט איז עס אויך געווען צוליב שרעק אז מ'וועט זיי שלעכט'ס טון, וואס איז נישט ווערד קיין פיאסטער. אין מסכת גרים שטייט טאקע (מסכת גרים איז פון די מסכתות קטנות אין ש"ס, פרק א' משנה ו') אז ר' יהודא און ר' נחמי' זאגן, די אלע גרים בימי מרדכי ואסתר זענען נישט קיין אידן, ווייל נאר ווער ס'זיך מגייר לשם שמים הייסט א גר.
די חשמונאים געפאנגענע
ווי דער יוסיפין שרייבט (קדמוניות י"ג) האבן זיך אין די צייטן פון די חשמונאים מגייר געווען אסאך אדומיש'ע און אראמיש'ע גוים, ווייל נאכדעם וואס מ'האט זיי געפאנגען האט מען זיי גענומען און באפרייט מיטן תנאי אז זיי זענען זיך מגייר.
אבער אין די גוי'אישע מקורות שטייט גראדע אז די אדומיים און ארמיים האבן זיך געבעטן ביי די חשמונאים אז זיי ווילן זיך מגייר זיין, און נאך לאנגע הפצרות האט מען זיי דאס ענדליך נאכגעגעבן.
א קעניגרייך איז זיך מגייר
אין יענע צייטן איז פארגעקומען נאך א גרויסער גיור, ווען די גאנצע קעניגרייך פון חיידאב, (ווערט אויך גערופן הדייב אדער אדיאבן) האט זיך מגייר געווען. דאס איז פארגעקומען אינעם הויפטשטאט ארבליא, און איז באשטאנען פון א געמיש מיט פעלקער. אין יענעם קעניגרייך איז געווען א גרויסער אידישער געמיינדע, וואס האט געפירט אז די קעניגרייך זאל זיך מגייר זיין.
די קעניגן הילני המלכה און איר זון מונבז המלך האבן געשיקט צום בית המקדש הערליכע מתנות און פאנטאסטישע נדבות, נאכדעם וואס זיי האבן זיך מגייר געווען און ארויפגעקומען וואוינען אין ארץ ישראל. זייערע קברים זענען אין מזרח ירושלים, אין הערליכע פאלאצן, וואס זיי האבן געבויט פאר די אידן פון ירושלים.
די אראבישע מלוכה
אין יאר ד"א ס' האט אין מיטל מזרח געהערשט א מלוכה מיטן נאמען "כאמיר", ערגעץ נעבן תימן, וואס איז באשטאנען פון בני ישמעאל. דער קעניג פון כאמיר, יוסאף-דו-נואס האט דעמאלט געפירט מלחמות מיט קריסטליכע לענדער וואו אידן האבן געוואוינט און דאס האט ליידער געברענגט אז די אידישע קינדער זענען געפאלן קרבנות צו ביידע צדדים.
ווען דער קעניג איז קראנק געווארן האבן אים צוויי אידישע דאקטורים אויסגעהיילט נאך וואס אלע דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן האפענונג אויף זיין לעבן, און דאן האבן זיי אים איבערצייגט אז די מלחמות מאכן אים קראנק און בלויז דורך שלום וועט ער קענען ווייטער לעבן רואיג. אלץ הכרת הטוב צו זיי האט ער אפגעשטעלט די מלחמות, און זיך מגייר געווען, ארויסגעבנדיג א באפעל אז ווער עס איז אים געטריי זאל ווערן א איד. אזוי האבן זיך טויזנטער כאמירן מגייר געווען. למעשה זענען איין טאג אנגעקומען זיינע שונאים און אים פלוצים אטאקירט אין א בלוטיגן שלאכט, וואו ער מיט אלע זיינע גרים זענען נעבעך אומגעקומען.
די כוזריים
א באוואוסטע געשיכטע פון א מאסן גיור, זענען די כוזרים. אינעם כוזריש'ן לאנד, איז דער קעניג נאכט-נאך-נאכט אויפגעשטאנען א שווייס-באגאסענער, באזארגט פון א שרעקליכער חלום וואס צושטערט אים פון זיין געשמאקן דרימל. בחלומו האט ער געזען א געשטאלט וועלכע האט אים געזאגט אז זיינע מעשים זענען באוויליגט פאר'ן באשעפער, אבער נישט זיין אמונה...
ציטערנדיגערהייט האט דער פילאזאפישער קעניג אריבערגערופן געלערנטע פון אלע רעליגיעס, אנגעהויבן ביים קריסט און פון דארט צום איסלאם, ער האט געפארשט און געפרעגט, אבער זייערע ענטפערס האבן אים בכלל נישט באפרידיגט. האט דער כוזריש'ער קעניג באשלאסן צו טון דאס וואס ער האט נישט געהאט איבעריג חשק דערצו: אריבעררופן א איד אויף א וויכוח, וואס האט אים צופרידנגעשטעלט.
דער מלך הכוזרים האט געפרעגט פונעם קריסט: לויט דיין מיינונג, וועמענ'ס רעליגיע איז נענטער צום אמת, איסלאם אדער אידן? און דער קריסט האט געענטפערט: געוויס די אידן! נאכדעם האט ער איבערגעפרעגט פונעם אראבער: ווער איז לדעתך מער מיט'ן אמת, דער קריסט אדער דער איד? ווידעראמאל איז געקומען א תשובה: דער איד! הערנדיג דאס האט דער כוזריש'ער קעניג, מיט זיין גאנצער פאלק, וואס זענען געווען זייער גלויביג, באשלאסן זיך צו מגייר זיין. זיי האבן זיך גע'מל'עט און אנגעהויבן זיך צו פירן ווי אידן אפהיטנדיג די תרי"ג מצוות, מיטן פולסטן ערנסטקייט.
רוסישע סאבאטניקעס
אין רוסלאנד איז געווען די סאבאטניקעס (סאוויעטן), א רוסיש-קריסטליכע געמיינדע, וואס האבן זיך געפירט ווי אידן און שפעטער זיך מגייר געווען. די נאמען "סאבאטניק" שטאמט פון די רוסישע ווארט שבת "סאבאט", ווייל זיי האבן געהיטן שבת אנשטאט די קריסטליכע זונטאג, זיי האבן זיך געציילט צו צען טויזענט מענטשן איבערן סאוויעטישן פארבאנד.
זיי זענען געווען דריי גרופע'ס, איין חלק געהעריגע קריסטן אבער געהיטן שבת, די צווייטע חלק געווארן קראים (די היינטיגע צדוקים וואס היטן נאר תורה שבכתב, פארלאנגט א שמועס פאר זיך), און די דריטע זענען געווארן געהעריגע ארטאדאקסישע אידן וואס זענען דורך א ערליכער גירות ביי א בית דין.
די פאלאשן
אין ארץ ישראל האט די ציוניסטישע סוכנות ארויפגעברענגט פון עטאפיע שווארצע מענטשן וואס טענה'ן אז זיי זענען אידן, און זיי זענען דערקלערט געווארן ביי געוויסע אלץ די עשרת השבטים. אבער די רבנים האבן פארלאנגט זיי זאלן זיך געהעריג מגייר זיין, און נאר אזוי וועלן זיי זיין ראוי לבוא בקהל ה'. די פאלאשן האבן מוחה געווען אויף די דערנידערונג, זאגנדיג אז אלע יארן האבן זיי געהיטן אידישקייט מיט מסירות נפש.
די ציוניסטישע רבנות און זייערע נאכשלעפער האט אויפן באפעל פונעם רעגירונג מתיר געווען די פאלאשן, אבער אלע ערליכע אידן האבן קלאר געזאגט אז אן קיין גיור זענען זיי נישט א חלק פון כלל ישראל. דעמאלט האבן אסאך פאלאשן זיך מגייר געווען, און דאן אנערקענט געווארן אלץ אידן מיט די דעת תורה.[/justify]
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דוכט זיך אז הרב עובדיה יוסף האט מתיר געווען די פאלאשן לכתחילה, אן דעם "באפעל פון די ציוניסטישע רעגירונג".
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

ער איז געווען דער רב הראשי לישראל, וואס באקומט אן אפיציעלער געהאלט פונעם רעגירונג'ס קאסע.
וויאזוי האט זיך דער פרעימער אויסגעדרוקט אויף אים ביי זיין לויה?
"הוא אפשר לנו שהתורה ישמש את כל הצרכים שלנו"...
[אין אידיש: ער האט אונז ערמעגליכט אז די תורה זאל דינען אונזער אינטערעסן].
הודאת בע"ד כמאה עדים דמי.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סליחה, אבער הודאת בעל דין וואלט געווען אויב ר' עובדיה וואלט מודה געווען, דאס אז די ראש הממשלה האט געזעהן אין זיין כוחא דהיתרא א טובה פאר די מדינה איז לא מעלה ולא מוריד. אבער לעניננו, ער האט געשריבן א געהעריגע בירור הלכה און ער איז בארעכטיגט צו האלטן וואס ער האלט, דו קענסט אנצייגן אויף סילופים אין זיין תשובה כדי מחזק צו זיין דיין טעאריע אז ער האט דאס בלויז געשריבן אויפן באפעהל פון זיינע געהאלט גיבערס?
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

ביסט 100 פראצענט גערעכט אז ער האט געמעגט האלטן זיין שיטה, אבער קוק ווי שארף די גדולי עולם האבן געשריבן אויף אים, ווי ער איז מרבה מ. בישראל (און איך רעד נישט יעצט פון די ממזרים פרשה, נאר פון די פאלאשן גיור) און נאכדעם לאמיר זיך טענה'ן.
לגבי די וועידזש צו ס'האט א שייכות צו נישט, כ'בין נישט דארט געווען, אבער אויף אזויפיל יא אז אנהייב האט ער נאך געוואלט אסר'ן און שפעטער איז ער געווארן א מתיר. ס'האט א שייכות? כ'ווייס נישט. אבער הדברים ידועים צו די וואס זענען באהאוונט מיט די פרשה.
אויב האסטו חתונה געהאט מיט א פאלאש'טע, בעט איך דיר מחילה ברבים!
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אביסל צומישעניש, דו רעדסט פון ממזרות אדער גיור?
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

ריכטיג, ביסט ווייטער גערעכט. כ'האב נישט אנגעכאפט די גוטע לשון ממזרים. עס איז פשוט אז אויב ברויכן זיי א גיור ע"פ הלכה און ס'נישט פארגעקומען קיינמאל, זענען די קינדער פשוט גויים אויב איז די מאמע א פאלאש'טע, אדער עכ"פ האלבע גויים ווען דער טאטע איז א פאלאש (כאטש נישט להלכה, אבער אין טעאריע).
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער ענין איז מיר פארנעפלט, מחד גיסא האבן אנדערע רבנים פון די רבנות הראשית גע'אסר'ט, (ביניהם הרב עוזיאל, הרב עובדיה'ס רבי) און דוקא אזעלעכע וואס האבן יא א היסטאריע פון זיך בייגן לצורך המדינה. לאידך גיסא האבן הרב קוק און הרב מאיר זיי אנערקענט אלץ אידן, בעת ווען ס'איז נאכנישט געווען קיין צורך פאר זיי אינעם ציוניסטישן לאגער. אלזא, כאטש ס'איז טאקע געווען גרויס לחץ פון די מדינה דאן, דארף מען אבער לדעתי עפעס שטערקערע ראיות אז זיין תשובה איז בלויז פאליטיש, נאכדערצו ווען הרב עובדיה איז לאו דוקא געווען דער זיך צו בייגן לצורך המדינה, ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט טאקע ביי די לאנגער ממזרים וואס דו האסט בעקיפין דערמאנט.

לויט ויקי זענען געווען אשכנזישע רבנים במשך הדורות וואס האבן טאקע חושש געווען אויף ממזרות ביי די פאלאשען וויבאלד זייערע גיטין זענען נישט אלעמאל אויסגעהאלטן לויט אונזער מסורה עפ"י הלכה, דאס ברענגט ביי מיר א פראגע צייכן אויף די רבנים וואס האבן זיי מתיר געווען לאחר גיור.
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

עס האט א לענגערער הסבר, אפשר שפעטער וועל איך שרייבן אן ארטיקל איבער דעם. כ'האב לאו דווקא געמיינט ר' עובדי' נאר די וואס האבן אים געמאכט טוישן מיינונג, מער איבער דעם האף איך אין די נאנטע טעג אהערצושטעלן אן ארטיקל מיט אלע דעטאלן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אסף המזכיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: טיטול
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ריכטיג האט געשריבן:סליחה, אבער הודאת בעל דין וואלט געווען אויב ר' עובדיה וואלט מודה געווען, דאס אז די ראש הממשלה האט געזעהן אין זיין כוחא דהיתרא א טובה פאר די מדינה איז לא מעלה ולא מוריד. אבער לעניננו, ער האט געשריבן א געהעריגע בירור הלכה און ער איז בארעכטיגט צו האלטן וואס ער האלט, דו קענסט אנצייגן אויף סילופים אין זיין תשובה כדי מחזק צו זיין דיין טעאריע אז ער האט דאס בלויז געשריבן אויפן באפעהל פון זיינע געהאלט גיבערס?

ריכטיג: ייש"כ. ועוד. איך בין נישט זיכער אויף 100%. (קען נאכגעקוקט ווערן) אבער איך מיין אז ווען די פאלאשן האבן אנגעהויבן צו קומען קיין ארץ ישראל אין די מאסן, איז הרב עובדיה יוסף שוין מער נישט געווען דער אפיציעלער רב הראשי. בלויז דער מנהיג רוחני פון די ספרד'ישע אידן...!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

שמעלקא'לע האט געשריבן:עס האט א לענגערער הסבר, אפשר שפעטער וועל איך שרייבן אן ארטיקל איבער דעם. כ'האב לאו דווקא געמיינט עובדי' נאר די וואס האבן אים געמאכט טוישן מיינונג, מער איבער דעם האף איך אין די נאנטע טעג אהערצושטעלן אן ארטיקל מיט אלע דעטאלן.

אויך נוגע פארן באלעגאלע...
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ריכטיג: אז דו דערמאנסט שוין די לאנגער (ממזרים) פרשה. איז כדאי צו דערמאנען אז נאך דעם פסק פון הרב שלמה גורן מתיר צו זיין די לאנגער געשוויסטער, איז הרב עובדיה יוסף. דאמאלס דער ספרד'ישער רב הראשי געווען אזוי שטארק אויפגעקאכט אויף הרב שלמה גורן אז ער האט געוואלט ארויפגיין אין די לשכת הרבנים און איהם געבן געזונטע פעטש. (פאר עפעס איז ער דאך געווען א ספרד'י...!) נאר גורן האט געהאט שכל זיך נישט צו באווייזן... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעלקא'לע: וואסי...? איך שטאם פון די פאלאשן. אדער אפשר ביניך א קרוב צו די לאנגער'ס...?!
דו דארפסט מיך טאקע אפיציעל און ברבים איבערבעטן. אנישט וועל איך אריינגעבן א קלאגע אקעיגן דיר אין די איקוועל אפארטוניטי אפיס פאר דיסקרימינעישן. ס'הייסט. דו לאזט מיך נישט זיצן אויבן אן אין ביהמ"ד. ווייל איך בין א פאלאש... חוצפה...!
אז איך בין אפשר א קרוב צו די לאנגער'ס. דאס איז א קנאפער פעלער. אויפ'ן אויבן אן איז דא געניג פון די מענטשן... :lol: :roll:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

באלעגאלע מאכסט מיר לאכן. :lol: :lol: :lol:
געווענליך איז ר' עובדיה יוסף געווען די פעטש-טיילער מיט די בארימטע "טשאפכא'ס" זיינע...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אסף המזכיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: טיטול
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעלקא'לע: ייש"כ פאר דעם הערליכן ארטיקל. כ'האב נאר געוואלט זאגן אז ס'זענען אויכעט דא גרופעס פון אידן וועלכע שטאמען פון די אנוסים פון שפאניע און פארטוגאל. וועלכע וואוינען אין יענע מדינות. אויך אין ניו מעקסיקא און אין מעקסיקא אליינס. וועלכע זענען אין די מאסן צוריקגעקומען צו ערליכע אידישקייט. און זיי האבן זיך מגייר געווען כדת וכהלכה.
אויך זענען פארהאן געוויסע גרופעס אין די יו.עס. וועלכע רופן זיך בני נח. זיי זאגן בפירוש אז זיי זענען נישט קיין אידן. אבער זיי האלטן געוויסע מצוות, אויסער די שבע מצוות בני נח. זייער מנהיג, א געוויסער גלח, וועלכער לייקנט אין די קריסטליכע רעליגיע. אזוי אויך די מעמבערס פון זיין ..."טשוירטש"... ער געט זיי לעקציעס אין רעליגיע א יעדן זונטאג. אינטרעסאנט איז, אז ער האט א סאך פון די ארטסקראלל ספרים אויף די פ' השבוע און נ"ך פון ארטסקראלל. זיי ווערן טאקע גערדופ'ט דורך די קריסטליכע טשוירטש אין זייער שטעטל...!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

ב"ה איך ווייס איבער די אלע פראקציע'ס, סה"כ בין איך קוים א חודש דא, געב צייט און מ'וועט אי"ה אדורכגיין איינס ביי איינס.
די וואס האבן זיך מגייר געווען כדת וכהלכה איז דאך זיכער גוט, יהא בואם לברכה תחת כנפי השכינה.
די וואס אדאפטירן זיך אידישקייט און זאגן אז זיי זענען נישט אידן, זענען דאך אויפריכטיג און אקעי.
די פראבלעמען הייבן זיך אהן מיט חברה וואס שווערן אין יאסעלע גולם'ס בארד אז זיי זענען אויטענטישע אידן, זיך מגייר זיין האלטן זיי נישט דערביי, און זיך אפשאקלען פון כלל ישראל האלטן זיי ווייטער נישט דערביי, דא ווערט שוין פראבלעמען.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעלקא'לע: איך פערזענליך בין שטארק מסופק אין דעם גאנצן אידישקייט פון די פאלאשן אלס גרופ. דערפאר איז זייער גוט אז די ערליכע רבנים האבן זיי געהייסן אז זיי מוזן אדורכגיין א גיור כהלכה. נישט נאר לחומרא...!
נישט נאר די אריגינאלע פאלשן. נאר ס'איז דא נאך א גרופ וועלכע רופן זיך פאלאש-מורא. זיי האבן אפיציעל אנגענומען דעם קריסטליכן גלויבן. און אפילו זיי ווילן ווערן אריינגענומען אין כלל ישראל. זיי טומלען און רודערן. אבער אויף זייער גרופ איז לית מאן דפליג אז זיי מוזן זיך געהעריג מגייר זיין. אלע רבנים, חוץ די רעפארמער, פארשטייצעך, פארלאנגען אז זיי זאללן אדורכגיין א גיור כהלכה...!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

וואס רעדסטו, די פאלאשמורן האבן זיך סוכ"ס געשמד'ט, און אפגעזען צו זיי זענען געבליבן אידן אין געהיים, ווערן זיי נישט אקצעפטירט אין כלל ישראל סיידן א גיור.
און הגם דער רמב"ם האט געשריבן פאר די אנוסי חרב - די וואס האבן זיך געשמד'ט דורך די אלמוחאדינ'ער - אז זיי זענען געהעריגע אידן, איז דאס נאר געווען זיי מחזק זיין כאטש צוזאגן שמע ישראל און זיך אבאכט געבן מיט די תורה ומצוות, סייווי האט א מומר בימים ההם וועלכע האט געהייראט א איד, געווארן נאך אין יענעם מעת לעת מיט א קאפ נידעריגער.
עכ"פ לבוא לקהל אנע גיור איז געהעריג אסור פאר זיי (די פאלאשמורן, און לדעת תורה מגדולי הדור האחרון אויך די געהעריגע פאלאשן) לבוא בקהל השם.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: גרים אין די מאסן

שליחה דורך נעגעל וואסער »

@שמעלקא'לע וואס איז מיין דיין נייע ארטיקלן? אשת לוט וכו'. דארף איך טאקע גיין יעדעס מאל צו אייוועלט צו טשעקן ווען די שרייבסט?
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

נעגעל וואסער האט געשריבן:@שמעלקא'לע וואס איז מיין דיין נייע ארטיקלן? אשת לוט וכו'. דארף איך טאקע גיין יעדעס מאל צו אייוועלט צו טשעקן ווען די שרייבסט?


יא, גוט צוגעטראפן! מיינע וועכנטליכע ידיעות ארטיקלען האבן געמופט צו אייוועלט.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: גרים אין די מאסן

שליחה דורך נעגעל וואסער »

שמעלקא'לע האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:@שמעלקא'לע וואס איז מיין דיין נייע ארטיקלן? אשת לוט וכו'. דארף איך טאקע גיין יעדעס מאל צו אייוועלט צו טשעקן ווען די שרייבסט?


יא, גוט צוגעטראפן! מיינע וועכנטליכע ידיעות ארטיקלען האבן געמופט צו אייוועלט.

[emoji33]
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

שוין צוריקגעקומען...
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ריכטיג האט געשריבן:אביסל צומישעניש, דו רעדסט פון ממזרות אדער גיור?

ריכטיג: איך מיין אז הרב שלמה גורן ז"ל איז שוין נישט געווען בין החיים ווען די פרשה מיט די פאלאשן איז געווארן אקטועל. נאר דער טומל וואס האט זיך אפגעטון אין מדינת ישראל מיט די לאנגער געשוויסטער און די אנדערע פסולי חיתון, איז גערופן געווארן מיט'ן שם הכולל..."מיהו יהודי"...! אויך. די פאליטישע שטיצע וואס די פרעמיער גאלדא מאיר האט געגעבן פאר די קאנדידאטור פון ר' שלמה גורן צו ווערן רב הראשי, האט זיך געוואנדן אין זיין צוזאג אז ער וועט טרעפן א לייזונג פאר דעם פראבלעם פון די, און אנדערע פסולי חיתון וואס די רבנות האט זיי נישט געוואלט אנערקענען אלס כשר'ע אידן און מסדר קידושין זיין...!
פארשפארט