כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

[justify][center]א.[/center]
שנת ב' אלפים ק"ו לבריאת העולם.
דער אכט-און-ניינציג יעריגער איידעם, האט ענדליך מחליט געווען זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
שוין פערצן יאר וואס דער איידעם - א 'יונגערמאן' פון פיר און אכציג יאר אלט - ארבעט ביטער שווער פאר זיין אייגענעם שווער, וואס נוצט אויס דעם פאקט אז זיין איידעם איז אנגעקומען אין שטאט נע ונד, אים צו מאכן ארבעטן ווי א פערד.
אבער נאך פערצן יאר, האט שוין יעקב אבינו געהאט פיר ווייבער, און א גרויסע שטוב מיט קינדער.
יעצט לייגט ער שוין פאר תנאים פארן וועלטס טשאמפיאן אין מלאכת הרמאות, זיין שווער לבן: אויב דו ווילסט אז איך זאל ארבעטן פאר דיר, דארף איך באקומען באצאלט טאטע געלט, און אויב נישט – גיי איך מיך אהיים.
[center]***[/center]
ער לייגט צו די פאלגענדע ווערטער (בראשית ל, ל): "כי מעט אשר היה לך לפני ויפרץ לרב, ויברך ה' אתך לרגלי, ועתה מתי אעשה גם אנכי לביתי".
לבן האט איינגעגעבן, נישט איידערן דעליווערן א פרישע פארציע רמאות, אבער מיר וועלן זיך שטעלן אויף יעקב'ס ווערטער "כי מעט אשר היה לך לפני ויפרץ לרב".
כ'מיין, ייש"כ ר' יאנקל פארן ארבעטן, אבער ס'איז נישט געווען סתם פאר גארנישט לשם חסד של אמת. ס'איז געווען צוליב דעם וואס דו האסט געהייראט זיינע טעכטער, און דאס איז געווען אנשטאט די נדן.
נאר דער אמת איז, אז יעקב זאגט טאקע אט דאס: ווילאנג איך האב געהאט א שיעבוד צו דיר צוליב'ן הייראטן דיינע טעכטער, האב איך געשפירט א פליכט אויפצושטעלן אן אימפעריע פון לבן'ס פארמעגן, אבער יעצט ווען איך האב שוין א גאנצע שטוב מיט קינדער – "מתי אעשה גם אנכי לביתי".[/justify]

[justify][center]ב.[/center]
יעדער קען אוודאי די באקאנטע שטיקל גמרא (מסכת פסחים כ"ב ע"ב): "שמעון העמסוני - ואמרי לה נחמיה העמסוני - היה דורש כל אתים שבתורה. כיון שהגיע ל"את ה' אלהיך תירא" (דברים ו, יג), פירש. אמרו לו תלמידיו: 'רבי, כל אתים שדרשת מה תהא עליהן', אמר להם: 'כשם שקבלתי שכר על הדרישה, כך אני מקבל שכר על הפרישה'".
עס איז אביסל שווער צו פארשטיין שמעון/נחמיה העמסוני'ס כוונה. אין פאקט, איז דאך מעגליך צו דרשנ'ען זאכן אפילו אויף די ווערטער 'את ה' אלקיך תירא', אזויווי רבי עקיבא האט פאקטיש געטון, ווי די גמרא דערציילט ווייטער: "עד שבא ר"ע, ודרש 'את ה' אלקיך תירא' – לרבות ת"ח". פונקט אזוי וואלט מען געקענט טרעפן נאך ענליכע מהלכים צו דרשנ'ען. צום ביישפיל, אז ס'גייט ארויף אויף די עלטערן ["שלשה שותפין הן באדם" – מסכת קידושין ל' ע"ב]. פארוואס איז ער געגאנגען צום עקסטרעם, נישט צו דרשנ'ען בכלל פון היינט און ווייטער?
[center]***[/center]
מ'דערציילט אויפן גארליצער רב, הרה"ק רבי ברוך'ל זצ"ל, אז ער האט אמאל מסביר געווען דעם חילוק צווישן אים און זיין עלטערער ברודער הרה"ק משינאווע זצ"ל – וואס די צוויי האבן אפטמאל געהאט פארשידענע מיינונגס-פארשידנהייטן.
- "ווען איך זע א בארג אמת, מיט א פינטעלע שקר באהאלטן, שלאג איך כפרות מיטן גאנצן בארג. דער ברודער, ווען ער זעט א בארג שקר, מיט א פינטעלע אמת באהאלטן, לויפט ער שנעל ארויסזוכן דעם פינטעלע אמת".
ביידע האבן געזוכט די נקודת האמת און נישט פארנומען שקר. איינער האט מרוב סלידת השקר נישט געקענט פארנעמען דריי-פערטל אמת'ן, אויב ס'איז נישט געווען גענצליך אמת לאמיתו, און דער צווייטער האט אזוי שטארק ליב געהאט א פינטעלע אמת וואס ליגט ביי יעדן באהאלטן, אז ער האט זיך געשמאטשקעט מיטן נקודת האמת.
[center]***[/center]
רוב מענטשן זוכן דעם אמת, אבער געוויסע זוכן א 'באקוועמע' אמת, און געוויסע זענען גרייט צו שניידן פון זיך שטיקער כדי אנצוקומען צום ריינעם אמת.
אין זיין קאמעדיע A Midsummer Night's Dream, שרייבט דער בארימטער פאעט און דראמאטיקער, וויליאם שעיקספיער: "די וועג פון ליב האבן דעם 'אמת', איז קיינמאל נישט געווען גרינג".
יא יא, דער רבי זאגט גוט.
[center]***[/center]
שמעון העמסוני האט גע'דרשנ'ט די אתין שבתורה, נישט אלס זיסע שבת הגדול דרשה.
ביי אים איז יעדעס אות פון די תורה געווען לויטער אמת. "חותמו של הקב"ה אמת" (מסכת שבת נ"ה ע"א), און זיין חותם אויף דער וועלט איז זיין יצירת מופת – די הייליגע תורה. ווען ס'שטייט אין די תורה 'את', איז עס נישט איבעריג.
שמעון העמסוני היה דורש כל אתים שבתורה, זוכנדיג צו מסביר זיין די טיפקייט און אמת וואס ליגט אין די תיבות התורה, "כיון שהגיע לאת ה' אלקיך תירא – פירש".
עס קען זיין אז מ'קען אריינקוועטשן דא אויך א הסבר וואס דער 'את' מיינט, אבער שמעון העמסוני האט געשפירט אז ס'איז שוין גע'דרשנ'ט, ס'איז נישט דער ריינער אמת. אויב אזוי, 'פירש'. כשם שקיבלתי שכר על הדרישה, כך, ממש כך, אקבל שכר על הפרישה.
ווייל כוונת שתיהן אחת – נקודת האמת.[/justify]

[justify][center]ג.[/center]
דער ראדיקאלער פילאזאף ניטשע, שרייבט אין זיין בוך Human, All Too Human, אז "אויב איר ווילט ארויפקריכן הויך, באנוצטס ענק מיט ענקערע פיס; לאזטס נישט צו אז מ'זאל ענק אויפהייבן/טראגן; זעצטס ענק נישט ארויף אויף יענעמ'ס קאפ און ריקן".
פירש רש"י: די כוונה איז נישט נאר אז ווען מ'טוט עפעס, דארף מען זיין גרייט עס צו טון אן קיין הילף, און עס איז נישט שיין צו נוצן אנדערע דערפאר, נאר די כוונה איז טיפער פון דעם:
א מענטש קען נאר אויפטון אויב ער נוצט אליינס זיינע כוחות. ווען ער גלייבט אין זיך, און איז גרייט צו שוויצן פאר זיין אמת, דאן האט ער די מעגליכקייט אנצוקומען ערגעץ. אבער ווען ער זעצט זיך ארויף אויף אנדערע, אדער הייבט מתחילה אן צו שפרייזן זיך אנלאנענדיג אויף א צווייטן, דאן וועט ער נישט עכט קענען ארויפקריכן דעם בארג.
[center]***[/center]
א יונגערמאן איז אמאל אריין צו א גדול בישראל, זאגנדיג אז ער לערנט בהתמדה, אבער ער שפירט אז אויב ער וועט זיך אריינלייגן אין עסקנות וועט ער קענען העלפן אסאך אידן און אויפטון פאר כבוד שמים. נפשו בשאלתו, וואס טוט מען?
דער רב האט אים געענטפערט, אז ער זאל בלייבן ביים לערנען.
די הסבר איז פשוט: "אויב דו וועסט אמת'דיג זיצן און הארעווען, וועסטו אוודאי אויסוואקסן א גדול בישראל. שטעל דיך פאר, וויפיל איינפלוס האט הרב אלישיב אלס גדול בישראל, און וויפיל איינפלוס האט דער צוואנציגסטער עסקן אין שטאט? סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות, וועסטו אלס גדול בתורה קענען פיל מיר אויפטון ווי אלס עסקן".
ווי זיין אויספיר: "איין הרב אלישיב איז מער ווערד ווי הונדערט עסקנים, שוין אלס די עסקנות שבדבר".
[center]***[/center]
מיר אלע ווייסן, אז הרב שטיינמאן שליט"א איז א פראגרעסיווער מנהיג בישראל. ממרומי שנותיו וואס וועלן קומענדיגע וואך דינסטאג דערגרייכן די הונדערט און דריי יאר בלעה"ר, האט ער נאכאלס פיל מער א ניכטערן בליק ווי אסאך עקסטרעמיסטישע גדולים וואס זענען פיל יונגער בשנים ובדעת.
איין פסק פון הרב שטיינמאן, אז מ'מעג גיין ארבעטן אין ארץ ישראל, איז מער ווערד ווי צען ארגאניזאציעס וואס וועלן פרובירן צו 'שלעפן' חרדים צו ארבעטן, און איז מער ווערד ווי הונדערט עסקנים וואס וועלן שנארן געלט פאר אידן וואס לערנען ווען זיי באדארפן ווען צו ארבעטן.
דאס איז נאר איין דוגמא פון א פראגמאטישער מנהיג בישראל, וואס ווען ער וואלט געווען עטוואס מער פראגרעסיוו, וואלטן די ארץ ישראל'דיגע אידן געשטאנען כמעט אין זעלבן דרגה ווי זייערע חרדי'שע ברידער אין אמעריקע, וואס קענען נהנה זיין משתי עולמות – און טאקע שענקען אפאר רובל אויך צו זייערע ארימע ברידער אין ארץ ישראל.
די כח פון זיצן און לערנען, און ווערן א 'דעה' אין עניני הכלל אלס בן תורה, אנשטאט אלס 'עסקן' און ענליכעס, איז אומבאגרייפנד ביז מ'קלערט גוט אריין אין דעם.
[center]***[/center]
זיצן זיך אידן אויף 'קאווע שטיבל', און רעדן זיך אפ. קרעכצן און ביטערן אויפן היימישן סיסטעם וכל שום וחניכא דאית ליה, און מיט רעכט. מיט רבנים וואס פאלן פאר עקסטרעמיזם ענדערש ווי פאר מענטשליכקייט, שטייען מיר גאר שמאל, און אפשר אפילו בעפאר א שרעקליכן שייד-וועג.
דאס מיינט נישט אז אונזער קרעכצן וועט עפעס אויפטון. עס איז ווערד אזויפיל וויפיל (משלי יב, כה): "דאגה בלב איש ישיחה", "ישיחנה - לאחרים" (מסכת יומא ע"ה ע"א) איז ווערד, און אזויפיל וויפיל "צרת רבים חצי נחמה" (עי' דברים רבה פ"כ סכ"ב) איז מנחם. מער פון דעם – איז חלומות באספמיא.
מיר באשטייען אבער פון חשוב'ע יונגעלייט, בני תורה ובעלי דעת.
פון דאס רוב חברים מיט וועם איך האב מיך באקענט, בין איך [נאר אין אנהייב] געווען ערשטוינט צו זען אז מ'רעדט דא פון טייערע יונגעלייט, ערנסטע מענטשן, ערהאבענע בעלי מידות ודעת, און אפילו קינדער פון רבנים ואנשים חשובים ומורמים מעם.
דאס אז מיר זענען נישט געבליבן אינעם לעכל פון וואו מ'טאר נישט ארויסקוקן, נאר מ'דארף פארשטאפן די לאך און זיך בלינד מאכן ווי דעם בת היענה, דאס זאגט נישט אז מיר מוזן בלייבן מחוץ למחנה קרעכצנדיג, נאר עס זאגט ענדערש אז וויבאלד גאט האט אונז געשאנקן א כשרון וואס מאנגלט ליידער ביי אחינו בני ישראל החרדים לדבר ה', קענען מיר דאס אויסנוצן צו מאכן א שינוי לטובה.
און די שינוי לטובה ווייסן מיר שוין, אז עס פאסירט נישט דורכן שימפן [מיט רעכט], און קוים קוים דורכן עסקנ'ען. עס פאסירט דורכן אליין זיין א בעל השפעה. גן עדן אויף די וועלט, איז א בעל השפעה א בר דעת.
און ווי אלבערט איינשטיין האט אמאל געזאגט: "דער בעסטער וועג וויאזוי אויסצולערנען מענטשן, איז דורכן זיין פאר זיי א ביישפיל".[/justify]

[justify][center]ד.[/center]
איר פארשטייט שוין מן הסתם וואו אהין איך ציל.
"הרבה למדתי מרבותי, ומחברי - יותר מרבותי" (מסכת תענית ז' ע"א). סתם חברים חברי ק"ש הם, שהם חברים בדעת ובהשכל, וחבר אני לכל אשר יראוך.
אין די לעצטע עטוואס מער פון אן אנדערטהאלבן יאר, האב איך זוכה געווען צו לערנען אסאך, צו הערן אסאך, צו זאגן אסאך, זיך אויסצוקלארן אסאך, און בעיקר – הערן אז איך בין נישט קיין דעה יחידאה אין פילע נושאים.
זעענדיג אז ק"ש איז אן אוצר בלום פון תורה, חכמה, און מדע, האב איך אדורכגענישטערט די ארכיוון פון ק"ש, און אדורכגעאקערט אירע אריבער 10,000 אשכולות, און באלד 350,000 תגובות.
ווילאנג איך בין געווען א לומד, בין איך אויך געווען א מלמד. ווילאנג יעקב האט פארשטאנען אז ער האט 'באקומען', האט ער באצאלט א פרייז מיטן אויפבויען לבן'ס רייכטום. אבער יעצט קען איך פראקלאמירן: "מתי אעשה גם אנכי לביתי"?
ווילאנג איך בין דא געווען אויף 'קעסט' - האב איך טאקע געגעבן פאר ק"ש אן אויסטערלישער מתנה, אין פארם פון איבער הונדערט – געווענליך לענגערע – אשכולות, און אריבער דריי טויזנט תגובות. ווי אינעם ניגון 'א בייט', האב איך דא צוגעגעבן זעקס אויסגאבעס פון 'דער וועקער/אסיף', א חוץ מיין קונטרס 'פנינים שזורים', און מיין הלכה למעשה פראיעקט.
די מאס שעות וואס איך האב אריינגעארבעט דאס אלץ אפצושרייבן, איז אוממעגליך אפצושאצן, אבער זיי זענען זיכער הונדערטער הונדערטער שעות.
אבער איך האב שוין אויך אלעס פארענדיגט צו ליינען, און נאך אומצאליגע דילעמעס אהין און צוריק, איז מיין החלטה פארבליבן: "מתי אעשה גם אנכי לביתי". עס איז צייט זיך צו ריקן ווייטער, און בעצם – צוריק צום גמרא, ספרי מחשבה, און צו מיין וועלטל.
[center]***[/center]
מיר האבן שוין אמאל געשריבן דעם יסוד, אז א ניק אויף ק"ש וואס פירט זיך אויף אנדערש אין ריכטיגן לעבן, איז נישט פשט אז אויף איין פלאץ פאפט ער אויס די מענטשהייט. פשט איז, אז ער באזיצט געוויסע כשרונות, וואס ער פארשטייט וויאזוי זיי אויסצונוצן לטוב אין יעדן מצב באשר הוא שם.
וראי' לדבר, יעקב אבינו וואס איז געווען דער "איש תם", און גלייכצייטיג דער מערסט-אונטערגעציפטער מענטש וואס מיר געפונען אין די תורה [עיי"ש בהאשכול ליתר אריכות].
מצד שני איז פשוט, אז א מענטש איז נישט גענצליך אמת'דיג מיט זיך אין זיין סביבה ארום אים. צווישן די געזעלשאפט שטעלט ער אן א געוויסע פנים, און אפילו אין ווירטואלן וועלט – ווערט מען מיט די צייט אפגעשטעמפלט אין א געוויסן וועג, פון וואס עס איז שווער זיך ארויסצוזען.
מ'קען פארבלייבן אין די אויסגעפארעמטע דמות, און אנגיין אזוי לעולמי עד. מ'קען אבער באשליסן אז די אייגענע ד' אמות איז פארט מער אמת לאמיתו.
דרשנ'ען און דרשנ'ען כדי חותר צו זיין צום אמת, איז זייער וויכטיג און אפילו חשוב. אבער ווען ס'רירט צו צום אמת'ן זיך, האט שמעון העמסוני אפגע'פסק'נט מיט זיין 'פירש'.
"כשם שקיבלתי שכר על הדרישה, כך אקבל שכר על הפרישה".
[center]***[/center]
צוריק צום גמרא, צוריק צום שולחן ערוך, און צוריק צום מורה נבוכים.
מיטן גמרא האט מען מער שאנסן אויפצוטון, ווי מיט אלע מהלכים אויף ק"ש גם יחד, און אויב נישט – האט מען כאטש די גמרא אין האנט...
האט דאך שוין דער גרויסער העלד און דענקער, מאהאטמא גאנדי, געזאגט דערוועגן: "זיי דו דער 'שינוי' וואס דו ווילסט זען אין די וועלט".
אט אזוי לערן איך פשט אין א מאמר חז"ל - א טיפערע פשט ווי איר אויבערפלעכליכער כוונה: "כל דיין שדן דין אמת לאמיתו... מעלה עליו הכתוב כאילו נעשה שותף להקדוש ברוך הוא במעש"ה בראשי"ת" (מסכת שבת י' ע"א).
[center]***[/center]
היות אבער אז איך בין אויך אויסגעפארעמט געווארן אין א געוויסן וועג אויף ק"ש, זע איך אז אפילו אין דעם אשכול בין איך נישט גענצליך אויפריכטיג פארן עולם, אמת לאמיתו'דיג, אין מיין באשלוס...
נו, זאל שוין דער אלט-געגארטער 'טעם הכמוס' נאכאמאל אראפקומען פון בוידעם. מיר דארפן אים נייטיג נוצן.
פארשידענע טעמים ונימוקים יש לי להחלטתי, וואס איך האב - אגב - אדורכגעטון בדיבוק חברים, וכאמור מאן חברים – חברים מק"ש. געוויסע פון זיי זענען אויסגעשמועסט געווארן אויבן, און געוויסע וועלן לפחות דא פארבלייבן א טעם כמוס.
איך בין זיך נישט מתנזר לעולמי עד, מפעם לפעם וועל איך אפשר אריינפאלן און מעגליך אפילו צולייגן צום פלאץ, אבער באופן כללי גיי איך צוריק צו מיין ד' אמות [של הלכה...].
[center]***[/center]
טרם אפנה למקומי ואהלי, וואלט איך געוואלט איבער'חזר'ן דעם ווערטל וואס איך האב שוין אמאל אראפגעברענגט: "א מענטש איז נאר א מענטש, און צומאל דאס אויך נישט"...
כלפי מה דברים אמורים.
א מענטש איז אזא קרוץ מחומר, אז ער קען ארומגיין מיט אן 'אמת' אין קאפ, און אין א יאר שפעטער זיך דערזען מיט א נייעם 'אמת'. מ'קען האבן אויסגעבויטע שיטות, וואס צוריקקוקנדיג שעמט מען זיך אז מ'האט אמאל געהאלטן אזוי. גם אני בכלל זה.
ווי החכם המהרי"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט אין ק"ש'ס פלאטפארמע, אז ער איז נישט אחראי אויף זיינע תגובות א מינוט נאכן עס פובליצירן, ווייל ער קען שוין האלטן אנדערש, אזוי וויל איך דא אויך פראקלאמירן ברבים אז מיינע ארטיקלן און תגובות שפילן אפ וואס איך האב געשפירט און געקלערט באותה שעה. אפטמאל האב איך געטוישט דעות לכאן או לכאן במשך הזמן, און איך גלייב אז כ'האלט נאכנישט ביים לעצטן החלטה...
צולעצט, טייערע ברידער: איך ליב אייך מיטן גאנצן הארץ.
איר זענט דאס שענסטע און בעסטע וואס כלל ישראל האט ערצייגט, אידן וואס זענען גרייט צו רייסן פון זיך שטיקער זיך צו דערגרינטעווען צום אמת.
איך האב מיך אזויפיל געלערנט פון ענק אלע, א הארציגן ייש"כ פאר כאו"א ממכם.
א דאנק פאר די מנהלים און מסדרי המקום, וואס אדאנק זיי האב איך געקענט נהנה זיין פון אט דעם פלאץ, און א דאנק פאר יעדער וואס האט צוגעגעבן צום פלאץ, באיזה אופן שיהיה.
זאלט איר אלע זיין געבענטשט מיט אלעם גוטן.
[center]דברי ידידכם מדבר מן הלב, שלב אחר שלב, תחת לשוני דבש וחלב,
אדנירם[/center][/justify]

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
וואט דע העל?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
ווי וואינסטו? כשיק אהין די LGBT community פראטעסטען,
שש וואס עפעס אזעלכע ווילדע שריטן? פארוואס נישט מיט יושר? מאך גיבולים, כך וכך שעה....
די לאסט איבער א פאר יתום׳ט דור, די קענסט נישט אפיאגן, אונז האבן קיינמאל נישט געהאט קיין טשענס מתפלל צו זיין פאר דיין בלייבן, אין יענץ האבן מיר נישט קיין ציון ווי צו וויינען.
שש פליז טראכט עס איבער

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 9:34 pm
- האט שוין געלייקט: 114 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
טוהסט גוט, הלוואי אויף מיר די גבורה.
אפשר זאל מען מוסיף זיין א פארום אויף קאווע שטיבל "חידושי תורה", דארט וועסטו קענען ארויפלייגן דיינע חידושים וואס זענען נישט ראוי לדפוס לפי די חרדישע נארמע (אדער סתם אזוי חידושים וואס דו פלאנסט נישט מפרסם צו זיין), אזוי וועלן מיר דיר כאטש נישט גענצליך פארלירן, און ווי אויך קען עס ברעגן א טיץ נייע ניקס פונעם תורה פעלד וואס אוצר החכמה פארום איז צו שמאל פאר זיי וכו'?!

- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
Re: כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]
צימערמאן וואלט פראטעסטירט אנטקעגן דיין הויז, אבער אלס חשש גילו וועט ער עס טוען אויף לי עוועניו העכער די הייוועי.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
Re: כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]
די וועקער ווערט דיין פול טיים דזאב, אז די האסט שוין נישט קיין צייט פארן שטיבל?
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]
איך וויל דיך מחזק זיין אין דיין החלטה. איך האב אינמענסלי הנאה געהאט פון דיר און פון ק"ש בכלליות. אין לשער! (אזוי אויך האף איך צוריקצוגעבן לכשאפנה צו ק"ש זעלבסט אדער אותו געדאנק. ווי למשל צו אזא פראיעקט ווי דער וועקער וכדומה. ובטוח אני שאפנה. און דעמאלס וועסטו האבן א ריזיגער זכות דערין.) אבער לעצטנס האב איך געשפירט אז דו ביסט נישט גענוג סעלפיש (וואס איז זעלבסט א האלמארק פון אונזער חינוך, עכ"פ נאר ווען די עלטערן האבן עס געמיינט ערנסט); כ'בין באזארגט געווארן אויף דיין אייגענע הצלחה. לך, עלה והצלח! כבין נישט אינגאנצן א תמים זיך איינצורעדן אז דו האסט עס בלויז געטוהן לש"ש אבער יא גענוג קלוג צו פארשטיין אז אויב דו לערנסט [וואלסט געלערנט] אין די צייט וואס דו שרייבסט, לערנסטו מער (משא"כ איך, אין די צייט וואס איך לייען, נישט...) דאס מאכט עס פאר מיר נהמה דכיסופא.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
שרעקטס ענק נישט. איך געדענק נאך לעצטע מאל ער האט עס געטוהן. ס'גייט נישט. קאוואע שטיבל מיט שש איז איינס.
ווי לאנג מ'איז אים נישט חוסם איז ער דא.
עס איז נארמאל נאך אזא אסיף זאל זיך מאכן postpartum disorder...
אז מיר וועלן שרייבן מער וועט ער נאך קונה זיין דא אסאך ידיעות.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירח בן יומו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- זבולון
- שריפטשטעלער
- הודעות: 277
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
- האט שוין געלייקט: 542 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
שש,
We love you, we will miss you. Time to move on in life
לדעתי, דו קענסט אוועקגיין פון ק״ש, אבער ק״ש וועט נישט אוועקגיין פון דיר.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זבולון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אין - כי הכל הבל
די ערשטע נאטורליכע אינסטינקט איז צו ריפן צימערמאן פרעגן וויפול איז פאר א מידיעם סייז פראטעסט פארנט פון שש'ס אפיס, אבער פאר איינער וואס איז בכח צו פראדוצירן אזא דרישה האבן מיר קיין רעכט צו טשאלענדזן זיין פרישה,
אזא בר דעת ווי [tag]אדנירם[/tag] קען מען טראסטן ווען ער זאגט אז זיין דא בקביעות שטערט די השלמה פון זיין שלמות, און מיר קענען זיך פארלאזן אז למעשה וועט ארויסקומען מער גוטס אזוי, ווי דער חזו''א האט געזאגט אז דער ריכטיגער משפיע איז נישט דער וואס גיסט אויס פון זיך פאר אנדערע נאר דער וואס פילט זיך אן ביז די שלמות רינט איבער פאר די וועלט.
עלה והצלח!

- פיקאסא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
- האט שוין געלייקט: 332 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
אוי לנו שכך עלתה לנו
ווער העט געגלייבט אז ק"ש וועט פארלירן אירע גייסטישע פירער און אזא בליענדיגע יונגע עלטער. ואפי' חרב חדה מונחת האף איך אז אונז וועלן נאך נהנה זיין פון אים פאר לאנגע יארן אי"ה.
מאידך גיסא, אויב פילט ער אז פאר זיין טובה איז צו פאקן פעק, וואונטש איך איהם אהן די בעסטע פון הצלחה און אלע ענינים, וה' יצליח דרכך!
מין אינסטינק זאגט מיר אז אויב @שש איז זיך משלים עד הסוף, וועט ער נאך זיין איין טאג אונזער מנהיג אין די ריל ווארלד, מיט זיין כח התורה, קלארע השקפה צוזאמען מיט רייכע ידיעות און שפראך וועט ער זיין די פערפעקט ביישפיל פון א מנהיג ישראל.
עלה והצלח!!
ממני הק' פיקאסא
יו"ר דער וועקער

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך גיי נישט לייקען דער פרישה, אבער צולייגען א פאר ווערטער קען איך.
דיין חשבון איז הונדרעט פערצענט ריכטיג. צייט וואס מ'אינוועסטירט אין לימוד התורה, איז א זיכערע פארדינס. אין פאררעכטען דער וועלט איז נאר טאמער ס'געלונגט וואס איז נאך א גרויסע ספק. לערן און לערן און לערן, און נישט נאר צוליעב דאס קענען אויפטוהן, נאר דער לערנען אליינס איז גענוג א טעם צו לערנען.
די מימרא פון דער חזו"א אויף דער ח"ח, אז נאכ'ן לערנען זיבעציג יאר, האט ער אין א פאר יאר גע'ענדערט די וועלט, איז היינט פארוואנדעלט אויף הרב אלישיב. אקעי, כך הוא דרכו של עולם.
און איין זאך נאר. ווען דו ווערסט טאקע דער גדול בתורה, לייקען נישט דיין עבר. קום נישט ארויס קעגען קאווע שטיבעל ודעימיה, האלט דער ערפארונג דיינע דא אין שטיבעל אלס א חלק פון דיין וואוקס.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
היצטערט מיז מען שוין רעדן!
געדענקס זיכער הרב שש ביי דיין התחלה זעמער געועהן הארץ פריינט און זיך געלייקט און רעדאגירט איינער אויפן צווייטן, ביז א שווארצע קאץ איז אדורך געלאפען און מיר האבען זיך צוקריגט אויף אייביג (?).
אבער צו דיין סיים וויל איך זאל כאטש זיין כעין הפתיחה ואסיים ואומר שלום!
הגם איך בין נישט קיין שצטיצער פונען היינטיגער פרעזידענט דער שחור, נאר ליבערשט דער פרעזעדענק-עלעקט, אבער כ'וועל דאך היצטערט ניצן דעם שחור'ס דיבורים:
עס איז נישט קיין סוד מיר האבען געהאט ערענסטע דיפערענצען... אבער די (ק"ש) וועלט קימט דיר אסאך און וואונטש דיר הצלחה.
דיין החלטה איז א ריכטיגער!
עלה והצלח