כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

שלמה המלך האט געשריבן:הגם איך בין נישט קיין שצטיצער פונען היינטיגער פרעזידענט דער שחור, נאר ליבערשט דער פרעזעדענק-עלעקט, אבער כ'וועל דאך היצטערט ניצן דעם שחור'ס דיבורים:
עס איז נישט קיין סוד מיר האבען געהאט ערענסטע דיפערענצען... אבער די (ק"ש) וועלט קימט דיר אסאך און וואונטש דיר הצלחה.

להערה בעלמא א שחור איז א מענטש פאר ער איז א שחור
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

שלמה המלך האט געשריבן:אבער צו דיין סיים וויל איך זאל כאטש זיין כעין הפתיחה ואסיים ואומר שלום!
הגם איך בין נישט קיין שצטיצער פונען היינטיגער פרעזידענט דער שחור, נאר ליבערשט דער פרעזעדענק-עלעקט, אבער כ'וועל דאך היצטערט ניצן דעם שחור'ס דיבורים:


להערה בעלמא א שחור איז א מענטש פאר ער איז א שחור און ער האט אויך א נאמען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: האמת אגיד ולא אכחיש. איך האב שוין אין דיינע ערשטע ווערטער פון די היינטיגע חידושים דערשמעקט וואואהין דו צילסט. און א חוץ דעם ערשטן פרק האביך גארנישט אדורכגעליינט. נאר געכאפט א בליק. איך האב ליעב די אונטערשטע שורה. נישט אז איך ענדזשוי נישט דיינע חידושים. פארקערט. ס'איז מתוק מדבש. איךכ'ל דיר נאר זאגן מקצת שבח בפניך. דו האסט אין די לעצטע קרוב צו 2 יאר געגעבן א פנים פאר קאווע שטיבל. ס'איז געווען באמת א תענוג גשמי ורוחני. איך האב מיך פאסמאקעוועט מיט א יעדן ווארט. און א יעדן געדאנק וואס דו האסט אזוי הערליך שיין ארויסגעברענגט. אני הקטן האב א טבע/משוגעת. ווען איך קויף א ניי ספר אדער ביכל נאכ'ן ליינען די הקדמה און דעם ערשטן בלאט לויף איך גלייך צו די לעצטע פאר בלעטער. צו זעהן וואס די מסקנא פונ'ם מחבר איז. און איך ליין אויך דעם עפילאג. שפעטער ליין איך די מיט.
באמת, פון די רגע וואס איך האב דערשמעקט אז דו גייסט זיך געזעגענען האביך געשפירט א שטאך אין הארץ און א מין בענקעניש וואס כ'האב שוין נישט געפיהלט פון ווען מיין מאמע איז אהיימגעפארן פון קעמפ אום וויזיטינג דעי. יא 100 יאר צוריק איז שוין געווען קעמפס מיט וויזיטינג דעיס.
יעצט איז נאר געבליבן איין פראבלעם. אייגנטליך 2. אבער איינס איז פאר די קאווע שטיבל ליינערס און שרייבערס....פאר וועם וועללן מיר געבן די אלע לייקס. זיי קענען נאך בלייבן ביי אונז ביז נאכ'ן עקספיירעישן דעיט.
די צווייטע פראבלעם איז פאר דיר. וואס גייסטו טון מיט די אלע לייקס. למשל דא אין בארא פארק איז דא א גראסערי/סופערמארקעט, ...יודל'ס...וועלכע געט פוינטס פאר זיינע קאסטמערס. מיין ווייב האט שוין ב"ה געהאט א סאך פוינטס. אז כ'האב באקומען א טייערן, פענסי קאפי פערקאלעיטאר. אן אנדער מעמבער פון מיין משפחה האט באקומען א פריעזער בחינם.
פארוואס פארצייל איך דאס אלעס. ווייל געוויינליך די היימישע דיעלס האבן עפעס א באהאלטענעם סעיף קטן וואו דער אנפיהרער פון די אוקשן, גורל, לאטערי, אדער קופאן עקשן קענען זיך ארויסדרייען פון געבן די צוגעזאגטע מתנה. אדער העכסטנס געבן זיי עס פאר זייערע קרובים ובני משפחה. אדער מאכן עפעס אן עיסקא'לע אין די זייט. אדער אונטער'ן טיש.
ע"כ. דעריבער, האלט איך אז דו זאלסט אריינגיין צו דעם אויבנדערמאנטן סופערמארקעט און אנפרעגן ביי איהם אויב ער נעמט אן לייקס אנשטאט פוד סטעמפ אדער קעש...בלא...בלא...בלא... :lol: :( :o
דער עפילאג פון מיין גאנצע דרשה איז אז איך וואונטש דיר און אלע אידן גרויס הצלחה בכל העניינים. מ'קען זאגן 2 פסוקים אדער מאמרים. נפלה עטרת ראשינו...און הוא הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות...אבער דאס איז געזאגט געווארן נאך די ברכה אז דו זאלסט מאריך ימים ונשים זיין עד מאה ועשרים שנה בטוב ובנעימות ברוב עוז ושלום...אמן... :D :like
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שש, איך האב אסאך הנאה געהאט פון דיינע אשכולות,

עלה והצלח
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

א מעשה מיט שש... זאג נאר צדיק, וואס דרוקט דיר רעבע שש? האט אייינער ח"ו פוגע בכבודך געווען רחמנא ליזשיבן?
יויש, קום צוריק הרב שש, קום צוריק!!!
:שפעט: :דיסלייק :רח"ל :רח"ל :רח"ל
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: כ'האב מיך דערמאנט א ווארט וואס כ'האב געהערט פון מיין טאטע ע"ה.
ביי דעם פסוק אין חומש וואו ס'שטייט אז יעקב איז אנטלאפן פון לבנ'ס הויז צוזאמען מיט זיין משפחה. און לבן האט זיי נאכגעיאגט און דערגרייכט. שטייט אז לבן האט געהאט א טענה צו יעקב אבינו...":על בלי הגיד לו כי בורח הוא"... אז יעקב האט איהם נישט געזאגט אז ער גייט אנטלויפן. איז שווער די קשיא. ווען איינער וויל אנטלויפן גייט ער דען פארציילן אז ער פלאנט צו אנטלויפן...?! וואספארא מין טענה איז דאס...!
דער תירוץ איז, אז יעקב אבינו האט גוט געקענט זיין שווער לבן. און ער האט געוואוסט אז אויב ער וועט ארויססניעקן וועט לבן איהם נאכיאגן און נישט לאזן אנטלויפן. האט ער גענוצט א גוטן טריק אויף לבן. ער האט איהם געהאלטן אין איין סטראשען אז ער גייט אוועק. און ער איז געבליבן. אזוי איז געווען צענדליגער מאל. ביז ווען לבן האט געטראכט אז יעקב גייט קיינמאל נישט אוועקגיין. ער סטראשעט נאר. האט ער נישט געהאלטן קיין אויג אויף יעקב...
דאס איז פשט אין פסוק. לבן האט געהאט א טענה צו יעקב אז בלי...אויף א יעדן גארנישט. א יעדע נארישקייט, הגיד לו כי בורח הוא...האט ער איהם געסטראשעט אז ער גייט אוועק. און ער האט עס נישט מקיים געווען. ממילא האט ער נישט געהיטן אז יעקב זאלל אנטלויפן...!
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

שליחה דורך mevakesh »

הרב שש איך שפיער שוין די שניינענדע שטילקייט וואס גייט הערשן דא איך האף אבער אז עס איז נישט די לעצטע מאל דו פארלאזט אונז אזוי ווי עס איז נישט די ערשטע מאל ...
אבער פאר דיר האב איך הנאה אז דו לייגסט דיין פריוואטע לעבן און וואקסונג פאר די הנאת הציבור ווייל חייך קודמין און אונז וועלן זיך מוזן באגנוגען מיט וואס איז דא
אין די געלענגענהייט וויל איך מיר באדאנקען פאר די רייכע ארטיקלען און שווערע ארבייט וואס דו האסט אריינגעלייגט דא ממש לשמה לטובת הציבור שלא על מנת לקל פרס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

mevakesh האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:אבער צו דיין סיים וויל איך זאל כאטש זיין כעין הפתיחה ואסיים ואומר שלום!
הגם איך בין נישט קיין שצטיצער פונען היינטיגער פרעזידענט דער שחור, נאר ליבערשט דער פרעזעדענק-עלעקט, אבער כ'וועל דאך היצטערט ניצן דעם שחור'ס דיבורים:


להערה בעלמא א שחור איז א מענטש פאר ער איז א שחור און ער האט אויך א נאמען


אבער ער האלט דאך אז א שחור איז א קאץ (כדבריו 'א שווארצע קאץ)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

א גיטן מר. אדנירם

דו ביזט נישט דער ערשטער צו גיין
און נישט דאס ערשטע מאל וואס דו גייסט
למשל איך גיי כסדר, אבער א דראנג ברענגט מיך ציריק צימאל אינטער א פרישער גולגל אדער און אנדערע געלעגענהייטן.
עס טוט מיר נישט וויי אז דו גייסט, אבער עס טוט מיר וויי אז דו ווילסט גיין, ווייל קאווע שטיבל איז נישט קיין פלאץ ווי מען מוז זיין, נאר א פלאץ ווי מען איז ווען מען קען.
אז דו ווילסט מער נישט זיין דער וועקער, דאן גיב עס אויף ווייל עס פארנעמט צופיל צייט 'איי געט איט', אבער וואס איז די געגייעכטץ, געזעגענעכץ דרשות, אלעס הבל הבלים.
איינמאל מען ווערט עדיקטעד איז מען דומד, ביז מען ווערט פארצווינגען מיט א פילטער, וואס דאס גלייב איך נישט איז דיין פראבלעם.
ע"כ אויב עפעס וועסטו שטיין און גלאצען ווי מיר מאכן א לעבען, דו וועסט קראכען אז דו וועסט נישט וועלען ענטפערען, ווייל אדנירם לערענט דאך פלייסיג די הייליגע תורה, נאר מיר פיסטעווען דא ווי נערנים,
וויל איך דיר זאגן אז מיר וועלען וויסען אז דו ביזט דא, אזוי ווי פילע וואס קענען נישט נעמען קיין ווארט מחמת זיי זענען שוין צו גרויס צי רעדען אדער לייקן.

ק"ש פארעווער
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שש דיין אוועק גיין איז מיר שווער. דיין אנוועזענהייט איז געווען א פלעזשור ווען יעדער תגובה אן אויסנאם איז געווען פון מיט חיות. מיט אן אייפער כמעין המתגבר, אויף יעדער תגובה וואס איז געווען געווענדעט צו/איבער דיר האסטו ביז מיניטן געהאט א ריספאנד אויפצולעבן די לופט. צומאל אן הסכמה אדער א דיסעגרימענט און ווען ס'האט אויסגעפעלט איז געקומען צו פליען גליעדיגע שפיזן, א קאנטעינער מיט שופכין אזש ס'האט געשפריצט פינקען פייער. דיין קורצע -אבער רייכע- לעבן פון אנדערטהאלבן יאר האט שטארק צוגעגעבן פאר אונז אלע.

איך גלייב דו טוסט וואס איז ריכטיג פאר דיר און זאלסט זען א סך הצלחה ווי די גייסט נאר.

ידידך געוואגטער

---
אה, יעצט באמערקט אז דעי אשכול האסטו אויך צוטיילט אין פארזעצונג קאפיטלעך. דעיס מיינט דו גייסט נישט אין ערגעץ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'וועל נאך מגיב זיין ביז שבת אי"ה. זונטאג איז עס גענצליך פארענדיגט [ווער עס וויל מיך עפעס פרעגן זאל וויסן אז זונטאג עפן איך שוין נישט ק"ש, לכה"פ פאר די נעקסטע חודש, כדלקמן].

כ'וויל ארויסברענגען אפאר פונקטן להבהרת הענין:

1. איך גיי מיט אן ערנסטקייט. אלע וואס מיינען אז כ'מאך א ווערטל, כ'וויל זיך אפרוען פון די שווערע ארבעט, כ'וועל זיך נישט קענען איינהאלטן, ווייסן נישט ווי לאנג מיין החלטה וועבט זיך אין קאפ, און אין פאקט האבן א שיינע פאר חברים דאהי מיטגעהאלטן באישי די לעצטע פאר חדשים ווי איך מאך פארשריט מיטן גיין פון דא [קרי: כ'האב כסדר געזאגט וואו איך האלט מיטן דורכנישטערן די אשכולות, וואס ווען איך ענדיג עס גיי איך פון דא. כ'האב עס באזונדער אדורכגעשמועסט מיט אפאר נאנטע חברים, מיט אלע צדדים]. אלזא, תנחומין של הבל לא ינחמוך. דאס איז עס.

2. דאס האט קיין שייכות נישט מיט די צו שווערע ארבעט פון אנפירן דעם וועקער. כ'קען רואיג איבערגעבן די וועקער פאר א נייע הנהלה, און פארט בלייבן אין ק"ש. מתחילה האב איך געזאגט באישי פאר ידידי הרב ראובן, אז נאך א האלבע יאר פלאן איך צו געבן די הנהלה פאר אנדערע - הגם ס'איז נאכנישט געווען קלאר אז כ'גיי דעמאלס גיין פון שטיבל בכלל. ס'איז א החלטה וואס האט קיין שייכות מיטן וועקער, נאר דירעקט מיט ק"ש באופן כללי.

3. היות פאריגעס מאל וואס כ'האב געוואלט איינצוימען מיין אקטיוויטעט אין שטיבל, האט זיך עס נישט אינגאנצן אויסגעלאזט פונקט ווי מיין חלום, האב איך מחליט געווען אז פאר מיין טובה איז נישט קיין מהלך איינצוצוימען נאר מתנזר זיין. מצד שני, בין איך נישט משוגע צו מיינען אז כ'וועל קיינמאל נישט זיין אינטרעסירט צו ליינען 'וואטיצעך' אויף ק"ש, אדער אפילו צולייגן א גוטס. דערפאר החלטתי אנצוהייבן מיט א חודש התנזרות, און פעם אחת בחודש אויפצומאכן דעם מקום קדוש און זען וואס טוט זיך. אזוי קען איך אריינכאפן ביידע וועלטן, און זיך פארזיכערן אז כ'וועל נישט אדורכפאלן מיטן שרייבן דא באופן יומיומי.

4. כ'האב פארגעסן איבערצובעטן אלע חברים וואס כ'האב פוגע געווען במישרין או בעקיפין, בצדק או שלא בצדק, בשוגג או במזיד. בכולהון אחרטנא בהון, מטבעי בין איך א שארפער אבער גלייכצייטיג גאר א ווייכער. א צרה פון א חבר צופיצלט מיך לשברים, אבער ווען איינער איז אין די נישט ריכטיגע ראדאר טויג נישט... כ'מיין אבער נישט פערזענליך און איך בעט יעדן איבער. כ'האב הנאה געהאט פון יעדן איינעם ממש. כ'ווייס נישט אויב כ'בין א חכם, אבער כ'קען זאגן אז כ'האב לומד געווען מכל האדם אשר בק"ש.

5. ייש"כ פאר אלע חברים וואס זענען מחזק מיין החלטה, און געבן מיר די קוראזש צו טון וואס איך דארף טון. ייש"כ פאר אלע דברי עידוד ושבח אויף מיינע פעולות אויף ק"ש ביז יעצט. געבענטשט זאלט איר אלע זיין.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

שליחה דורך קל וחומר »

עס ווייטוגט, עס ציפט, און די געגועים הייבן שוין אן צו שפראצן.

קאווע שטיבל וועט אי"ה ווייטער אנגיין, אבער מיט א גרויסע חלל.

א חלל אין היסטאריע.

א חלל אין מדע.

א חלל אין בקיאות.

א חלל אין עמקות.

א חלל אין שכל הישר.

א חלל אין ליטעראטור.

א חלל אין פרשנות.

א חלל אין פאעזיע.

א חלל אין חכמה.

א חלל אין ארט.

א חלל אין שארפע בליצן.

א חלל אין שלמות.

א חלל אין וועקונג.

בקיצור, ס'גייט זיין חלולים חלולים.
גלוי וידוע לפני כסא כבודך...או יסתם אחד מהם אי אפשר...אפילו שעה אחת...

עס איז צום האפן אז עס וועלן אויפשיינען פרישע שטערנס און ממלא זיין די חלולים און עס וועט זיין בבחינת 'מפליא לעשות'.


איך האב נישט קיין ווערטער צו אפגעבן די ריכטיגע דברי שבח פאר אונזער ידיד הנעלה כבוד אדנירם יר"ה, עס איז בבחינת כל המוסיף גורע, סיימתיה לשבחיה דמרן?!

א הארצליכן יישר כוח אויף אלעס וואס דו האסט אונז געשאנקן, עס איז געווען א פארגעניגן זיך צו באקענען מיט אזא גרויסן דמות. ויה"ר שתעלה מעלה מעלה בחכמה בבינה ובדעת, און מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו 'גילוי' אליהו בבשר לנו על גאולת ופדיון נפשנו, ובמלכנו בראשנו, נזכה לקבל פני משיח צדקנו, במהרה בימינו. אמן אמן אמן נצח סלה ועד.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

ש"ש אנכי על אמרתך

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עס פאסט, און כ'האב געוואלט, שרייבען א באזונדערען אשכול, אבער אז דער בעל דבר ווערט שוין נעלם פאר שבת דארף מען אריינכאפען אפאר ווערטער.

שש, דורך די צייט האבן מיר טאקע געהאט אונזערע רייבערייען - אה.. מיר זענען זיך יא אויסגעקומען?... נו, ס'הערט זיך בעסער אזוי.

אויפ'ן וועג אהער האביך געקלערט, דוד המיילעך זאגט אין תהילים, שש אנכי על אמרתך כמוצא שלל רב. ס'גייט דאך אויף מצות מילה אין די וואכעדיגע פרשה.

די לעצטע פסוק די וואך שטייט וכל אנשי ביתו יליד בית ומקנת כסף מאת בן נכר נמולו אתו. זאגט דער חת"ס אין די תשובות יו"ד סי' ש' ס'איז מבואר אז א"א האט גע'מל'עט די עבדים פאר זיך אליין, וקשה המל ימול, נאר א"א האט שוין געהאט מקבל געווען את המצות ויש לו דין כערלי ישראל.

אך כ"ז איז גוט אויב דערנאך וועט ער זיך טאקע מל'ן, אויב וועט ער אבער דערנאך חרטה האבן פון די קבלה וועלן אלע מילות למפרע זיין פסול. ז"ש נמולו 'אתו', ווען ער האט זיך גע'מל'עט זענען זיי אלע גע'מל'ט געווארן מיט אים.

וואס זאל איך אייך זאגן רבותי, אונזער גרויסער נפטר האט אוועקגעשטעלט זיין קרן, זיינע אמרים, מער וועט ער נישט צולייגען. אבער לדורות עולם, ווען א איד וועט זיך אנטרעפען אין דעם אוצר וועט שש ווייטער שניידען דעם ריוח - צוזאמען וועט מען וואקסען.

ש"ש אנכי על אמרתיך, ער איז אבער נאכנישט פארטיג - כמוצא שלל רב וואס וועט אנגיין לעולם.

--------

די אמרים זיינע ברענגען טאקע שמחה, פונקט אזוי זענען זיי צו אונז א קוואל פון צער - ביצע אמרת"ו.

סו"ס אמרי בינה ברענגט ער פון רע"א, ווען איינער גייט אין וועג און טרעפט פלוצלינג א גרויסער אוצר, שטאפט ער זיך אן די טאשן וויפיל עס גייט און פרייעט זיך דערמיט בלי שיעור. אבער אין די זעלבע צייט ווייטאגט ער אויף דעם איבריגען טייל הגדול פי כמה וואס ער האט נישט געקענט כאפן.

ש"ש אנכי על אמרתך - וויפיל תורה איך לערן, אבער עס ציפט מיר כמוצא שלל רב - וויפיל מער ס'איז באמת דא.

נו, אונזער חתן - עה, כ'מיין אונזער נפטר, האט דערהערט דעם בת קול היוצאת בכל יום, איים נאט גוד עט גודבייס עמיר עס מאכן בקיצור: איך האב הנאה געהאט, גיי דיר צו אלע רוחות...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
צום פינטל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך צום פינטל »

שש איך גיי טייפען ענגליש ווייל סנעמט מיר צולאנג אידיש
I know I'm new over here as a nick but i have been here a long time before i joined
most of the comments above are from veteran members but I feel I have to add a couple of words
I wanted to say this already by the USIF but didn't get around to it
THE LIKE BUTTON IS TOOOOO! SMALL TO SAY I APPRICATE YOUR WORK THERE SHOULD HAVE BEEN A
I LOVE YOU BUTTON
and I can't stress this enough
you've added so much to my day to day life and definitely for many many others too

we will all miss you but i fully understand and support your decision as life is bumpy requirements change, decisions have to be made sometimes easy ones but a lot of times tough ones
this one sure doesnt look like an easy one

since you decided so
i would like to wish you all the best
ברויחניות ובגשמיות וכל טוב


P.S. please dont leave us VEKERLESS have some peple run the show


It's hard to say what I want my legacy to be when I'm long gone

Aaliyah

but this is what we can for sure say

“Language allows us to reach out to people, to touch them with our innermost fears, hopes, disappointments, victories. To reach out to people we’ll never meet. It’s the greatest legacy you could ever leave your children or your loved ones.”
~ Simon Van Booy


YOUR LEGACY WILL LIVE ON
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאר מעורר צו זיין. וויבאלד שש פארלאזט אונז כדי צו זיצען און לערנען, הייסט'ס מיר וואס ליידען פון זיין אוועק גייען, זענען מוסר נפש פאר זיין תורה. מיר האבען אויך א חלק דערין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: איבער דיין תגובה פון 6:19 נ.מ....! איך האב נאר געליינט די ערשטע שורה און דער דראנג ארויסצושיסן א תגובה איז ביי מיר געווען זייער שטארק. כ'האב מיך נישט געקענט גובר זיין אויף מיין יצר. וועלכן ווייס איך נישט. בכל אופן פון דיינע ווערטער איז משמע אז ביז שבת וועסטו מגיב זיין אויך. און אום שבת קודש וועסטו ח"ו, נאר הערן און ליינען.
והשנית. עפעס ליין איך צווישן די שורות אז דו האסט מכח איזה סיבה שהיא געטון א נדר אז פאר לכה"פ איין גאנצן חודש וועסטו נאר אריינסניעקן קיין קאווע שטיבל. אבער נישט ערשיינען בגלוי. וויל איך דיר דא דערקלערן אז אלס יחיד מומחה אין הילכות נדרים (פארגעס נישט איך האב געלערנט הילכות נדרים ביים ליטוואק פון בודאפעסט/מאנטשעסטער/לעיקוואוד/ (איך בין חושד אז ער וואוינט אין בארא פארק אויף די 58'סטע גאס צווישן--- און ---. ער איז מיר א שטיקל קרוב... :lol: :roll: ) בין איך דיר מתיר אלע דיינע נדרים למפרע. לא שרירין ולא קיימין ולא חלין כלל. און דו קענסט רואיג פארבלייבן דא אין קאווע שטיבל. די לקח, הערינג און בראנפן וואס דו האסט געוואלט פארטיילן דא אין קאווע שטיבל קענסטו אריבערפיהרן אין גרויסן ביהמ"ד. סתם ביהמ"ד = סאטמאר. איידי ד'בתיקון עסקינן. זאלסטו נישט פארגעסן מיטצוברענגען א סאך טשיעז דעלקלעך. ווייל דארט איז דא 2 פראבלעימען. דער עולם האט זייער שטארק ליעב טשיעז דעלקלעך. און אויכעט דער עולם איז זייער א פרומער. און זיי דאווענען לאנג. און זיי (די פרומע) האבן מורא אז ביז זיי וועללן ענדיגן דאווענען וועללן די רוסישע דרייווערס צו כאפן און אויפעסן אלע דעלקלעך. (אזא בריעף איז געשטאנען אין בלאט הקדש.)...!
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

אפילו איך בין גאנץ ניי דא איז אבער שש מיר אן אלטן חבר {איך ווייס נישט צו דו ווייסט ווער איך בין}
ס'וועט זיין זייער שווער אן דיר און אי"ה אויף ווידערזעהן אין א חודש ארום אנגעלאדנט מיט אסאך ידיעות און תורה אין אלע ענינים
זאלסט אונז קענען ווייטער מהנה זיין
א גרויסן ייש"כ אויף ביז היינט
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

איך האב גארנישט געוואוסט וואספארא זכי איך האב מיטן אריינכאפן צו שרייבן אן ארטיקל אין די לעצטע וועקער פון [tag]אדנירם[/tag] (לכה"פ פון דעם גלגול).
ס'מיר געווען א עקסטערע זכי מיטצוהאלטן לייוו ווי @שש איז מגיה דעם ארטיקל, אראפארנדיג די שורות ווי א בולדאזער און בשעת מעשה פאררעכטן גראמאר, צולייגן און אראפנעמען קאמא'ס, צוטיילן און פארבידן פאראגראפ'ס, פארבעסערן שפראך. טוישנדיג די גאנצע צורה אבער לאזן די תוכן. ס'איז א חכמה עצומה און פאר ק"ש אים צו האבן איז א זכי' דלאו בכל יומא מתרחש. יישר כח.

אבער עת לכל, און איך וואונטש דיר אסאך הצלחה בכל מעשי ידיך!
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עפעס הער איך יעצט שמועסן אז דו האסט מארגן א מיטינג מיט טראמפ'ן... זאג, איז ער אמת??
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

שש, ווארט שוין צו פאר 15,000 לייקס, ביסט שוין כמעט דארט, גיי נישט אוועק ביי שולחן עורך...
לא באתי לנצח (שולי)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איטס ריעלי פעינפאל :-x :evil:
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אסף המזכיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אטאקע
פארשפארט