(מוגה מעט בשינויים קטנים)
די תוה"ק האט אונז באפוילן ושמחת בחגך, עס איז א חיוב פון שמחה אום יו"ט, און צדיקים האבן שוין געזאגט דערויף אז דאס איז גאר א שווערע מצוה, כמדומה פונעם ווילנער גאון ז"ל זאגט מען נאך אז דאס איז פון די שווערסטע מצוות אין די תורה, והיית אך שמח, 7 טעג נאר פרייליך, אן קיין עצבות! אוי ווי שווער דאס איז. אבער עס שטייט פון ספה"ק אז שמחת יו"ט איז א סגולה אויף שמחת תמיד, עס לוינט די אינוועסטמענט.
עס איז היינט א וועלט וואס אמת'ע שמחה פארנעמט כמעט נישט קיין ארט (אמת'ע שמחה ווערט אסאך פארטוישט פאר הוללות). לעצטע יאר אינעם סוכות אויסגאבע "פרי עט הדר" האט ידידינו החביב "רויטע וואנצעס" אפגעשריבן א הערליכן ארטיקל איבער דעם ענין פון שמחת החיים, ווי אזוי אמת'ע שמחה קומט נישט פון קיין חיצוניות, נאר בפנימיות פונעם מענטש, עיי"ש ותמצא נחת. ליידער איז דער מצב אזוי אז אונזער פאריאגטע סדר החיים גיט נישט קיין ישוב הדעת זיך צו מצמצם זיין דאס הארץ און די מח, צו דאנקען השי"ת און אפרישיעטן די גוטע חלקים אין לעבן וואס מיר האבן, טראץ וואס אונזער קוואליטעט פון לעבן איז בעסער פון סיי ווען אין היסטאריע, מיט כל מיני באקוועמליכקייטן. אדרבה, עס איז א דעפרעסטע וועלט. נאך קיינמאל נישט געווען אין די היסטאריע אזויפיל עצבות און מרה שחורה אינערהאלב כלל ישראל. גייט פרעגטס אן די דאקטוירים, די אפטייק געשעפטן, לייענטס נאר דעם המספיק גאזעט, וואו אימער איר וועט נאכזוכן אדער זיך נאכפרעגן וועט איר זיך אנשטויסן אין די ברענענדיגע טעמע. און ליידער הערט מען זיך אן צופיל שמועות מחרידות עד כדי כך אז דאס איז גורם זעלבסטמארד, ה"י.
איך בין נישט קיין דאקטאר, און עס איז איבריג צו זאגן אז פאר ערנסטע פעלער זאל מען געוויס גיין צו א פראפעסיאנאלע אונטערזוכונג, און זיך נישט פארלאזן אויף דעם ארטיקל. אבער פאר די דאזיגע וואס האבן נישט קיין ערנסטע סימפטאמען, נאר זענען פשוט געשלאגן מיט די זויערע מחלה, און גייען ארום במשכ'ן יאר מיט עצבות און ביטערניש, איז וויכטיג צו האבן אפאר טולס הענדי צו די האנט, צו קענען זיך מתגבר זיין, און מאכן פרייליך און צופרידן זיך אליין און אלע ארומיגע. וזאת למודעי, די אלע עצות זענען בכלל נישט קיין נייעס, נאר פשוט א ליקוט מפי ספרים וסופרים און און עקספערטן בתורת הנפש, צוזאמענגעקליבן לפונדק אחד.
אמת'ע שמחת החיים קומט צו א מענטש ווען ער האט אינערליכע סיפוק און צופרידנהייט אין זיין לעבן. אלזא, דער שליסל צו שמחה ליגט אין אונזערע הענט, לאמיר טון זאכן וואס ברענגט אונז סיפוק הנפש! יעדער מענטש האט זיך זיינע זאכן וואס מאכט אים צופרידן, געוואנדן לויט זיינע נאטורן, חינוך און קולטור, איך וועל אויסרעכענען א טייל עצות, אבער תן לחכם ויחכם עוד, יעדער זאל פאר זיך פרובירן אויסקלויבן די דאזיגע וועלכע אפעלירט צו זיין געוויסן.
א. פיקודי ה' ישרים משמחי לב
יעדער ווייסט אז לימוד התורה ברענגט שמחה אינעם מענטש. אבער בעצם לערנען תורה איז נישט גרינג, מען דארף זיך מוטשען דערויף, דער יצה"ר שטופט נישט דערצו, מילד גערעדט, און עס איז פון די 4 זאכן שצריכין חיזוק.
ווי אזוי קען מען מאכן די תורה לערנען מער שוה לכל נפש? די ערשטע זאך איז וויכטיג מען זאל זיך מאכן א שיעור במקום שלבו חפץ. לערן וואס אימער דו האסט ליב, דו האסט א געפיל דערצו, און עס איז דיר גרינג, צי איז עס גפ"ת בעיון, צי בלויז עין יעקב, אדער משניות, נ"ך, א.א.וו.
די צווייטע זאך איז, מאך דיר א ציל (א "גאול") וואו דו ווילסט אנקומען. לאמיר זאגן דו ווילסט ענדיגן א פרק משניות ביז 2 וואכן. איינמאל מען ענדיגט דעם גאול, שפירט מען א געוואלדיגע "אקאמפלישמענט", עס גיט אריין א סיפוק געפיל אינעם מענטש א גאנצן טאג.
א גאול דארף לאו דוקא זיין מיטן לערנען אדער טון חסד, כאטש דאס איז די וויכטיגסטע און שטעלט צופרידן דעם גוף פונקט ווי די נשמה. א מענטש קען זיך מאכן סיי וועלכע גאול אין לעבן. צו פארלירן אפאר פונט, ארלעדיגן א שווערע דזשאב, זיך לערנען א נייע פאך, זיך אויסלערנען שפילן אויף א מוזיקאלישן אינסטרומענט, ענדיגן א בוכל, א.א.וו. יעדע זאך וואס ווערט אקאמפלישט, ברענגט א סיפוק פאר א מענטש. אויב איז שייך, איז כדאי צו נעמען עפעס וואס איז א 'האבי', און דערמיט מאכן גאולס. דאס ברענגט א צופרידנהייט סיי אויפן פלאץ און סיי אויפן לענגערן טערמין.
ב. גמילות חסדים - געבן פון זיך פאר יענעם
די וועלט איז איינגעטיילט צווישן געבערס און נעמערס - נותנים און מקבלים. טראץ וואס יעדער מענטש איז בהכרח צומאל א נותן און צומאל א מקבל, ווערט אבער דער מענטש געלעיבלט לויט זיין דורכשניט. נעמען איז אסאך גרינגער, מען דארף זיך נישט אנשטרענגען, אבער דער מקבל וועט קיינמאל נישט זוכה זיין צו שפירן די גוטע געפיל וואס א נותן אדער משפיע באקומט נאכן זיך מוטשען און העלפן א צווייטן. פרעגט סיי וועמען ער/זי האט נאר געהאט די זכי' צו העלפן א צווייטן. ווי שווערער עס איז אנגעקומען, אלס העכער די גוטע געפיל.
דא דארף אויך יעדער מענטש שאצן לויט זיין תכונת הנפש וויפיל ער קען אוועקגעבן פון זיך, נישט יעדער איז געאייגענט פאר אלעס. געוויסע מענטשן קענען יוצא זיין מיט א שמייכל און זאגן א פריינדליכן גוט מארגן פאר א צעבראכענעם נפש, און שפירן אז ער האט יענעם דערקוויקט, אדער אריינלאזן אין דיין לעין א קאר וואס ווארט אריינצוגיין, און זעהן ווי יענער ווייזט א דאנק מיטן האנט מיט א דאנקבארע שמייכל אויפ'ן געזיכט. אבער אז מען וועט פרעגן א הצלה מעמבער ווי אזוי עס שפירט אוועקצוגעבן דאס זיסע שלאף ביינאכט און לויפן יענעם ראטעווען - הגם זייער שווער בשעת מעשה - וועט מען הערן אז דאס גיט אריין א אויסטערלישע סיפוק עד להפליא. לפום צערא אגרא! דאס זעלבע קענט איר פרעגן א חברים מעמבער אד"ג וואס גיט אוועק זיין צייט צו העלפן א צווייטן, אדער סיי וועלכע וואלונטיר. עס איז ידוע פון כמה נדבנים וועלכע האבן מנדב געווען א ניר - וואס איז פארבינדן מיט היבש שוועריגקייטן און ווייטאגן - אז דער גוטער געפיל שפעטער אז מען האט געראטעוועט דאס לעבן פון א איד איז ווערד ככל הון דעלמא. דאס קען געבן פאר א מענטש סיפוק פאר חדשים און אפילו יארן!
היינט איז דא א ריזיגע אויסוואל וואו מען קען וואלונטירן, מען קען באזוכן אידן אין שפיטעלער אדער תפיסות, אדער סתם קראנקע אינדערהיים זינגען פאר זיי און מחזק זיין, עס זענען פאראן כל מיני ערליי ארגאניזאציעס וואו מען קען זיך אנשליסן און העלפן צעבראכענע נשמות בגוף ובממון.
עס איז איבריג צו באטאנען אז "חסד הייבט זיך אן אין שטוב", געבן ליבשאפט און לערנען מיט די קינדערלעך, העלפן די ווייב מיט א געטריישאפט איז פונקט אזוי וויכטיג ווי העלפן פרעמדע, און גיבט אויך אריין א צופרידענע געפיל אינעם מענטש. דערפאר ווייזן די סטאטיסטיקס אז מענטשן מיט משפחות - כאטש מער אנגעשטרענגט - זענען אין אלגעמיין מער צופרידענע, ווי מענטשן וואס זענען סינגל. געדענקט, חסד מיינט נישט סתם קויפן א מתנה'לע פאר די ווייב אדער קינדער און דערמיט יוצא זיין, נאר טאקע אוועקגעבן פון זיך קוואליטעט צייט, פארברענגען מיט זיי, צוהעלפן, אויסהערן, גיב זיי אזא חוה"מ אז זיי זאלן זיך בענקען דערצו יארן שפעטער! דאס איז ממש זה נהנה וזה נהנה, די ווייב און קינדער בלייבן מיט אומשאצבארע זכרונות, און דער מאן/טאטע שפירט זיך גאר דערהויבן מיט א אויסטערלישע סיפוק החיים.
ג. עקסערסייז
אויסער וואס עקסערסייז העלפט א מענטש צו א געזונטע לעבנס-שטייגער מיט אומצאליגע בענעפיטן פאר די הארץ און אנדערע קערפער טיילן און לויט שטודיעס העלפט עס פאר אריכות ימים, האט עס א זייטיגע בענעפיט אז עס העלפן האלטן דעם מענטש אין א גוטע גוסטע.
איך בין נישט אויסן דא אריינצוגיין אין די מעלות פון עקסערסייז, א ים מיט טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער דעם, אבער בקיצור נמרץ, עקסערסייז איז א געוואלדיגע שטופ פאר מענטל העלט, ווען מען מאכט עקסערסייז לאזט דער גוף ארויס א געוויסע כעמיקאל, גערופן "ענדארפין", וואס טוט אינטער-עקטן מיטן מח, און גיבט אריין א גוטע הרגש אינעם קערפער. עס העלפט אקעגן דעפרעסיע, ענקזייעטי, און אפילו ADHD, עס ברענגט אריין א פאזיטיווע געפיל אין א מענטש, עס מאכט רואיג, און גיבט אריין ענערדזשי און ענטוזיאזם צו דורכפירן וואס מען וויל. עקסערסייז פארגרינגערט סטרעסס, עס פארבעסערט און שארפט אויס דעם דעם זכרון, עס העלפט שלאפן בעסער, א.א.וו. ובנוסף צו די אלע זאכן, מאכט עס א מענטש אויפגעלייגט און צופרידן.
צום באדויערן, אונזער אומאקטיווער, אומגעזונטע לעבנס שטייגער העלפט נישט צו צו זיין בשמחה וטוב לבב. דאס זיצן אויפ'ן בענקל א גאנצן טאג אין אפיס איז זייער שעדליך, און אויב די איבריגע שעות פארט מען מיטן קאר, קומט אויס כמעט וואס מען רוקט נישט דעם קערפער. דעריבער דארף מען זעהן צו טרעפן צייט און מאכן עקסערסייז.
אויב דארף יעדער מענטש טון עקסערסייז וויפיל עס איז מעגליך, איז עס פיל וויכטיגער פאר איינעם וואס ליידט אויף דעפרעשאן און עצבות. עקסערסייז וועט אים העלפן אויפלעבן. און געדענקט, יעדעס ביסל העלפט, פרוטה לפרוטה מצטרפת, א קלייניגקייט איז בעסער ווי גארנישט. כאפט א שנעלע שפאציר אין די פרישע לופט, עס וועט אויפלעבן אייער געמיט.
מענין לענין באותו ענין, אז מען רעדט שוין, איז וויכטיג צו באמערקן אז א געזונטע דיעטע איז אויך א גרויסע גורם צו פארבעסערן די מוט פון א מענטש. ספעציפיש טרינקען אסאך וואסער, אמעגא 3 און B12 וויטאמינען. א גרויסע גורם פאר די היינטיגע מגיפה פון דעפרעסיע איז צוליב אונזער אומגעזונטע דיעטע, וואס האט אמאל נישט עקזיסטירט.
ד. דיבוק חברים
ווען א מענטש שפירט זיך אין א נאכגעלאזטע שטימונג, איז די ערגסטע זאך צו זיין אליינס. ארויסגיין און פארברענגען סאציאל מיט חברים איז זייער געוואונטשן. מען רעדט קלאר נישט פון סאשעל מידיא אויף די כלים שונים, נאר טאקע פיזיש ארויסגיין מיט א גוטן פריינט אדער א חבורה פון פריינד. עס איז כדאי נישט צו רעדן צופיל פון די זאך וואס מאכט דעם מענטש בעצבות, נאר רעדן פון אנדערע ענינים, און ארויסנעמען די ווייטאג פון קאפ. דיבוק חברים העלפט פאר יעדע מענטש בכלל ובפרט, ברוחניות ובגשמיות. אויב קען מען ארויסגיין אויף א פלאץ וואס טוט בארואיגן דעם מח, א שיינע פארק אדער א רואיגע וואסער, קען דאס נאך מער צוהעלפן ארויסצוקריכן פון דעם עצבות לאך.
רעדנדיג מיט חברים איז גוט צו געדענקען 2 טיפס: איינס - עס איז א גוטע איידיע צו אויסהערן יענעם ווי איידער דרש'ענען אליינס, עס גיט אריין א געהויבענער געפיל אז דו הערסט אויס א צווייטן און דו גיסט יענעם אן אפענעם אויער (חוץ אויב עפעס ספעציפיש איז גורם דיין דאגה, דאן איז יא וויכטיג דעם דאגה בלב איש ישיחנה, ותשועה ברוב יועץ). צווייטנס - מיטטיילן ידיעות פון סיי וועלכע נושא מאכט אויך שפירן א מענטש גוט (share your knowledge).
ה. רילעקסן
אויב האסטו נישט מיט וועמען ארויסצוגיין, צי ווייל דו האסט נישט קיין חברים אוועילעבל אויפן מאמענט צי ווייל די צייט איז נישט געאייגענט און דו מוזט פארבלייבן איינזאם אליינס, קען מען טון אפאר איינפאכע עצות צו העלפן רילעקסן, ווי צב"ש נעמען א ווארימע וואנע (א "באבל בעט" איז זייער געאייגענט), הערן רואיגע מוזיק, אטעמען רואיג און טיף, מאכן מעדיטאציע, זיך ארומנעמען מיט בארואיגענדע ריחות (אראומע טעראפי בלע"ז), נוץ אימעדזשינעישאן, פרוביר זיך דערמאנען דיינע שיינע וואקאציעס. ווי דו זיצט ביים וואסער. טראכט פון דיינע רואיגסטע צייטן. דאס אלעס קען שטארק בארואיגן דעם מח און ארויסשלעפן דעם מענטש פון מרה שחורה. (פאר איינעם וואס ליידט אפט פון דעפרעציע, קען אויך נעמען א מעדיקל מאסאדזש, דאס טוט העלפן בארואיגן די מוסקלען).
ו. לאכן טעראפי
פשוט און גראד, הייב אן לאכן! טראכט פון א וויץ, הער אויס בדחנות, קוק איבער די דזשאוקס פון די חוה"מ פלעיס, וואטש א קאמעדיע, דערמאן דיר פון א מאדנעם ספעקטאקל וואס האט פאסירט אין ביהמ"ד, וואס אימער עס מאכט דיר לאכן.
לאכן העלפן א מענטש אים אריינצוברענגען אין א אויפגעלייגטע גוסטע. פארשער זאגן אז אפילו א געמאכטער שמייכל העלפט. דער מענטשליכער מח איז געווייערט צו ווערן בשמחה ווען מען שמייכעלט אדער מען לאכט. פונקט ווי עקסערסייז, טוט לאכן אריינגעבן געוויסע כעמיקאלן אין די בלוט (גערופן "דאפעמין") וואס מאכט אויפגעלייגט, ווארעם, און מאכט א מענטש מער טאלעראנט, און גיט אים כח צו קענען געבן ליבשאפט פאר אנדערע. עס נעמט אוועק סטרעסס, און טוישט נעגאטיווע מודס צו א פאזיטיווע מהלך המחשבה.
די כח פון לאכן און שמחה העלפט סיי ביי מענטאל שוועריגקייטן גענוי ווי ביי פיזישע מחלות. אסאך קראנקע רח"ל זענען איבערגעקומען זייערע קרענק נאר א דאנק זיך זעלבסט מחזק זיין און זיך האלטן פרייליך און פאזיטיוו, און דורך דעם געקענט צוריקקומען לבריאות השלימות. אלזא, סיי וועלכע צייט עס גייט שווער, געדענקט אז מיט שמחה קען מען אלעס פועל'ן. הייבט אן לאכן ביז אייערע נעגאטיווע שוועריגקייטן וועלן אנטרינען ווערן פונעם האריזאנט.
ז. ושמחת בכל הטוב - "קאונט יור בלעסינגס"
יעדער מענטש האט גוטע צייטן אין לעבן. יעדן טאג, אפילו אין די שווערסטע צייטן. אמאל באקומט מען נאר א "קלייניגקייט" ווי א קאמפלימענט פון א חבר אדער משפחה, אמאל אפאר דאלער, אמאל האט מען א גוד-טיים מיט חברים, און אמאל האט מען די סיפוק צו העלפן אנדערע און זעהן ווי דער חבר ווערט אויפגעראכטן. די ספרים שרייבן אויפן פסוק הנ"ל ושמחת בכל הטוב, אז השי"ת ערווארטעט פון א מענטש שמחה און דאנק פאר די גוטע זאכן אין לעבן.
דער פראבלעם איז אז דער מענטש ווען ער גייט אריין אין א דעפרעסטע געמיט זעהט ער אלעס שווארץ. ער פארגעסט די גוטע חלקים און פאקוסירט בלויז אויף די שוועריגקייטן אין לעבן. אלזא די עצה דערצו איז, אפצושרייבן יעדע גוטע זאך וואס פאסירט מיט דיר איבערן טאג! האלט ביי דיר א פעדער מיט א בוכעלע, און שרייב אריין יעדע גוטע געפיל, סיי וואס דו גיבסט פאר אנדערע, און סיי וואס דו באקומסט פון יענעם, און סתם דיינע געשמאקע צייטן. מינימום איין גוטע זאך יעדן טאג! ווען דו פאלסט אריין אין א מרה שחורה, נעם ארויס דאס בוכעלע, און הייב אן ליינען. לייען מיט ישוב הדעת, פרוביר צוריק אריינצוקריכן אין די גוטע געפיל וואס דו האסט געהאט בשעת די פאסירונגען האט פאסירט, און דאנק השי"ת פאר דעם. און זאלסט בשעת מעשה געדענקען און זיך מחזק זיין אז גם זה יעבור, עס וועלן בקרוב קומען נאך פון די גוטע צייטן. דער לעבן האט אפ'ס ענד דאונ'ס, שוועריגקייטן מאכט זיך ביי יעדן אן אויסנאם, עס איז אקעי!
בכלל איז א גוטע עצה יעדן טאג אדורכצוליינען דעם בוכעלע פון די גוטע חלקים פון לעבן, און מקדים זיין די רפואה בעפאר די מכה פון עצבות באטרעפט דיר. דאס העלפט בלייבן אין א פאזיטיווע שטימונג, און העלפט דעם מענטש "ענדשזויען דעם מאמענט", וואס איז א ברייטפארצווייגטע פראבלעם ווי מענטשן קוקן כסדר ארויס צו א בעסערע צוקונפט און טראכטן מיט נאסטאלגיע פונעם גלאררייכן עבר, אבער פארפעלן צו אנערקענען די טובות אינעם איצטיגן מעמד פון לעבן, וואס איז ממש א שאד! אין צוויי יאר ארום וועסטו זיך צוריקבענקען די "אמאליגע גוטע צייטן"... פארוואס זאלסטו נישט הנאה האבן יעצט, בשעת מעשה? דארפסט נאר אריינטראכטן און באמערקן די גוטע חלקים!
גענוי ווי שרייבן די גוטע צייטן איז בייהילפיג, ארבעט עס אויך פארקערט. פאראן מומחים וואס זאגן אז "דאגה בלב איש ישיחנה" ארבעט אויך אויפן פאפיר. נעם א שטיקל פאפיר און גיס אויס דיין הארץ, שרייב אפ דיין בארג מיט ווייטאג. עס וועט דיר פארגרינגערן. שפעטער קענסטו דאס צערייסן און אוועקווארפן, עס זאל נישט בלייבן קיין זכר דערפון.
**
צום שלוס, א וויכטיגע נקודה. איינע פון די גרויסע גורמים צו דעפרעשאן איז "אדיקשאנס". ליידער זענען היינט פאראן פילע אדיקשאנס. צו איז דאס צום סמארטפאון, צו סאשעל מידיא, צו אלקאהאל, צו שפילן געימס, נישט קיין נפק"מ - די נאכפאלגן זענען ביטערע און זויערע. זיין אדיקטעד איז גענוי דאס פארקערטע ווי עצה א' אויבן, "האבן גאולס אין לעבן און עס אדורכברעכן". אדיקשאנס האלט אייך צוגעבינדן צו וואו איר זענט יעצט, און לאזט אייך נישט שטייגן אין לעבן. אדיקשאנ'ס קענען טאקע בשעת מעשה זיין זייער געשמאק, אבער די טעם נאכדעם איז ביטער ווי א זית און איז א שטארקע גורם פאר דעפרעסיע. אויב זענט איר אדיקטעד צו סיי וואס, פרובירט צו ארבעטן צוביסלעך ארויסצוקריכן פון דעם עדיקשאן. אויב דארפט איר, נעמט הילף, ויפה שעה אחת קודם.
שטייט אין כמה ספרים אז כאטש שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער פאר שמחה של מצוה באקומט מען יא שכר בעוה"ז, פשוט א עקסטערע באונעס פון באשעפער. עס איז אויך כדאי די קינדער זאלן זעהן די שמחה, מאכן די תורה ומצוות זיס. כל המתענגים בה יזכו לרוב שמחה. זאלן מיר אלע זוכה זיין צו שמחה בשלימות, און קענען מאכן שמחות מתוך שמחה - ווי אויך קענען מקבל זיין שוועריגקייטן מתוך שמחה, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די שמחה אמיתית, מנוחה ושמחה אור ליהודים, ונס יגון ואנחה, מיט די גאולה שלימה ב"ב אמן.
שמחת תמיד ("אסיף" / וועקער #6)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 12
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:59 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: שמחת תמיד ("אסיף" / וועקער #6)
איך נעם זיך אינטער צו זיין בשמחה תמיד, מיט אלע עצות פון אדון שמעקעדיג
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל