א באזוך ביי כלל ישראל (אסיף/וועקער #6)
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
א באזוך ביי כלל ישראל (אסיף/וועקער #6)
פארווארט:
כלל ישראל - אזויפיל קאליר
קרייזן און סארטן אן א שיעור
איין משפחה אזויפיל מסורות
איין גאט אזוי פיל תורות
כולם אהובים - אלע זיס
קיין חילוק די זאקן אויפן פיס
כולם ברורים - אלע גוט
כולם קדושים קיין חילוק די הוט
חסידישע הויפן:
אין סטאלין א גאנצע גדולה
שרייען ביי יעדע תפילה
אויך טאנצן ווי מער
יעדן טאג - ל"ג בעומר
אין גור א הוט אן א קראך
די קדושה אבער ביזן דאך
זאקן שווארץ און קליינע
מחשבות אבער גאר ריינע
איי וועי וועי וועי וועי
וויזשניץ איז דא טו סטעי
גלייבן אין רבי'ן צו יעדע צייט
די הוט-כפתור אויפן רעכטן זייט
אין סקווירא ברענט א פייער
דער רבי איז הייליג זייער
נישט וואוינען א מייל ארום
ח"ו פוגם זיין די הייליגע תחום
ווען ספינקא איך זוך
מ'דארף א טעלעפאן בוך
פון שוויץ ווער איך נאס
ס'דאך דא אויף יעדע גאס
בעלזא קלוג זייער
דא איז יעדער א פארשטייער
א ווינקל שוין לאנג נישט געווען
זייער בית המקדש שוין געזען?
פאפא - וואס איז די לאך?
תמים תהיה, מ'דארף זיין גלייך
חוץ ווען מ'מאכט א חופה אין גאס
פון גאנץ וומסב"ג טרייבט מען שפאס
אין באבוב -נאר די אייגענע און די בורא
אני שלום אדער געווינען דין תורה
שיינע פיאות מיט א שמייכל
ח"ו נישט רעדן אין היכל
אין שווארצע סלאנים שוין איינמאל ווייס
אברכים חשובים די בעסטע אין די גאס
הייליג און טייער מ'פליט אין הימל
פון פרישות וקדושה א גאנצע טומל
אין סלונים גאר ערנסטע ניגונים
אויך פארזויערט להמתיק הדינים
די עיקר ענוה און א צובראכן הארץ
אלעס א חוץ סלאנים שווארץ
אין וויזניץ מרכז - נאר רבינו
מיט יעדע ריר עול מלכותו עלינו
דער "הייליגער" איז דאך אלעס
אויפן רבי'ן פרעגט נישט קיין שאלות
אין פלארידא די זאמד שיין בעיזש
די גרעסטע חסידות דא איז דעעש
זיבענבירגען כולל האלטן ביים לעבן
נישט פארגעסן צדקה צו געבן
אהבת ישראל - יעדן א קוש
דא מעג מען נאר טאנצן אויפן טיש
איר זענט אין לעלוב? א שטיק חיבה
דא צו זיין פאני דארף מען נישט א סיבה
אמשינוב איז למעלה מן הזמן
קיינמאל פארשפעטיגט מען נישט די באן
צופארענע און וואוילע פון איבעראל
א לאנגע בארד און אהבת ישראל
באיאן שיין און איידל זייער
אין מירון צינד אן העליש פייער
אויפן שטריימל גארנישט קארג
אויך צוגעבויט א שיינעם בארג
קלויזנבורג האט יעדן פארפאקט
פייערלעשער אנגעפראקט
א לב נשבר און כפרות אויפן גאס
קאכט אין דברי יציב, שפע חיים, און ש"ס
ברוכים הבאים צו צאנז
דא איז קיינער א מאראנץ
אדער א מורינו, אדער ארבעט אין שפיטאל
קענסט זיין פרום, קענסט זיין cool
אין בארא פארק א הייליג ארט
פאר יעדע 'פלעינע חסיד' אן עיר מקלט
אויב זענט איר שטארק מתאוה
אין סקולען קענט איר ווערן א גבאי
ליטווישע און ארטאדאקסישע שטרעמונגען:
אין לעיקוואד ישיבה א גאנצן טאג
די ווייב ארבעט מיט שווייס און פלאג
ער דער בעיביסיטער, זי פירט די קאר
א מוסר יונגערמאן שטענדיג בצער
פאר קיין קולא זיך נישט בייגן
דרך הלימוד און שו"ע אלעס אייגן
חזון איש'ניקעס סברות וראיות
די "שיעור" איז ביטער ווי א זית
אין בריסק פון נערוון מ'טוט ליידן
א דיוק אין רמב"ם ממש א גן עדן
שכחה צו שערן ארום די פיאות
מ'ארבעט גאר שווער אויף גאות
הער, איך בין א יעקער מיט טעם
מאך זיכער עס קלאפט די גראם
וועלקאם טו וואשינגטאן הייטס
ווען יו ליוו, פליז קלאוז די לייטס
מיי נעים איז דאקטאר הערי
אמעריקען עפל פיי ענד טשערי
פון די פייוו טאונס, חצי ליטוואק
שטיצט ישיבות אפילו אנעם פראק
תורה און מדע ווי א געטליך געבאט
א מבין און פארשטייער צו גאט
YU ווארימע און קאלטע
א וואש מאשין פון שיטות נייע און אלטע
'שיטה הקדושה' אידן:
אין סאטמאר - חסד גוטע
ווילאנג מ'גלייבט אין שיטה
משה אמת ותורתו יואל
מ'וועט זעען די אמת בביאת הגואל
פוי! שרייען מיט כח
ימח שמו אויף יעדן הויך
דורך נטורי קרתא אן ערליכע איד זיין
איינמאל א יאר פארן קיין איראן
ר' טודרוס זילבער אוי ווי פיין און וואויל
די "אמת'ע" סאטמערע אידן דרבינו יואל
אין יאוואזשנע פארשטייט מען דעם רבי'ן קלאר
וואס מען מעג און וואס מ'טאר
כאריזמאטיש און זינגט שיין
געפייט סאטמאר איינער אליין
ר' מעכעלע ניקלשבורגער סאטמאר מיט קבלה צוזאם
א שיינע חבורה שבת אחים גם
די אמת ביי אונז קלאר
וועלקאם צו לב טהור
סיגופים און זיין די רבי'ס שוואנץ
תחת כנפי רבינו העלבראנץ
ווייסע יארמולקעס, קאפטענעס מיט חן
האלטן תקנות אויב ווילט איר אריין
תולדות אהרן אזוי הייליג און הויעך
קןמט מיטן מאסקע צוליב צוגארעטל רויעך
עובדים, מבקשים, און נשמה'לעך:
אין אמונת ישראל
ערנסקייט אלעמאל
א געמיש פון דא און דארט
יעדער עובד געפונט זיך דאס ארט
ווי ברוינפן און וויין אין איין באטל
חב"ד מיט ברסלב אין סטיטשין ביי ר' מאטל
א כאניאקישער עובד ווילט איר זיין?
כאפט אייך דא מיט מיטן באן
ברעסלאוו אריגינאל פון מאה שערים
מ'דאוונט און מ'לערנט די רבי'ס ספרים
ר' משה קרעמער און ר' יעקב מאיר
האש שלי, דא ברענט די פייער
זאג זאג זאג דארפסט נישט פארשטיין
נעם א קונטרס פאר א דאלער, זאג נישט ניין
ברסלב היכל הקודש, דא זינגט מען אין אידיש
ר יואלי ראטה'ס ישיבה אן אמעריקאנער חידוש
געוואלדיגע געוואלדיגע געוואלדיגע אורות
רבי צבי מאיר זילבערבערג'ס תורות
אכטונג געבן די אורות נישט קראכן
קאכעדיג, קיינער טוט נישט לאכן
ליבשאפט פון די ערד ביזן דאך
אזוי האט געלערנט ר' שלמה קרליבך
ברענג מיט א גיטאר און אהבה
קענסט אויך מעלה זיין דיין תאוה
ספרדים ותימנים:
יאללאה.. די חברה לעבן און לאכן
תמימים אין רוחניות'דיגע זאכן
חאלעב'ע סירישע ספרדי גרויסע באנקיר
ביזט א משולח? שלאף ביי זיין טיר
מסורתיים, גלייבן אין גאט איז די עיקר
האסן חרדים אבער פאסטן יום כיפור
קישן די גלימה און זוים פון רב'ס קלייד
דער שלחן ערוך אבער איז שוין צו טייט
יעדע קמיע, מקובל, און סגולה
ביי די ספרדים א גאנצע גדולה
'ישתבח שמו' און ליבט דעם ראשון לציון
קושן און קושן, פון קנעכל ביז די קניען
ס'שמעקט גוט לאמיר קייען קאהט גראז
אזא רויעך נאר פאר א תימנ'ער נאז
זייערע סלסולים ממש ווי די אראבער
די פיאות לאזט מען אבער נישט צום בארבער
שאר ירקות:
היתר מכירה די 614'נטע מצוה
שלימות הארץ די 11'טע דברה
מרכז הרב - חסידי הרב קוק זענען מיר
צו רבינו'ס גדלות איז נישט דא קיין שיעור
א ביקס, סנדלים, און פאפיטעס
א מתנחל'ישע קאפל מיט ציוני שיטות
נוער הגבעות - וועלקאם צום בארג
אויף עקסטרעמיזם איז מען דא נישט קארג
מ מש משו משוג משוגע בין איך
יחי המלך! דער רבי איז משיח
אין 770 שלאף איך אויפן באנק
די שפאלט אין פראק זייער לאנג
אויפן 'טענדער' איך שפרונג
נ נח נחמ נחמן מאומן איך זינג
בתפלה ב'דראגס ובשמחה
משוגע איז די גרעסטע מצוה
***
כולם אהובים - אלע זיס
קיין חילוק די זאקן אויפן פיס
כולם ברורים - אלע גוט
כולם קדושים קיין חילוק די הוט.
כלל ישראל - אזויפיל קאליר
קרייזן און סארטן אן א שיעור
איין משפחה אזויפיל מסורות
איין גאט אזוי פיל תורות
כולם אהובים - אלע זיס
קיין חילוק די זאקן אויפן פיס
כולם ברורים - אלע גוט
כולם קדושים קיין חילוק די הוט
חסידישע הויפן:
אין סטאלין א גאנצע גדולה
שרייען ביי יעדע תפילה
אויך טאנצן ווי מער
יעדן טאג - ל"ג בעומר
אין גור א הוט אן א קראך
די קדושה אבער ביזן דאך
זאקן שווארץ און קליינע
מחשבות אבער גאר ריינע
איי וועי וועי וועי וועי
וויזשניץ איז דא טו סטעי
גלייבן אין רבי'ן צו יעדע צייט
די הוט-כפתור אויפן רעכטן זייט
אין סקווירא ברענט א פייער
דער רבי איז הייליג זייער
נישט וואוינען א מייל ארום
ח"ו פוגם זיין די הייליגע תחום
ווען ספינקא איך זוך
מ'דארף א טעלעפאן בוך
פון שוויץ ווער איך נאס
ס'דאך דא אויף יעדע גאס
בעלזא קלוג זייער
דא איז יעדער א פארשטייער
א ווינקל שוין לאנג נישט געווען
זייער בית המקדש שוין געזען?
פאפא - וואס איז די לאך?
תמים תהיה, מ'דארף זיין גלייך
חוץ ווען מ'מאכט א חופה אין גאס
פון גאנץ וומסב"ג טרייבט מען שפאס
אין באבוב -נאר די אייגענע און די בורא
אני שלום אדער געווינען דין תורה
שיינע פיאות מיט א שמייכל
ח"ו נישט רעדן אין היכל
אין שווארצע סלאנים שוין איינמאל ווייס
אברכים חשובים די בעסטע אין די גאס
הייליג און טייער מ'פליט אין הימל
פון פרישות וקדושה א גאנצע טומל
אין סלונים גאר ערנסטע ניגונים
אויך פארזויערט להמתיק הדינים
די עיקר ענוה און א צובראכן הארץ
אלעס א חוץ סלאנים שווארץ
אין וויזניץ מרכז - נאר רבינו
מיט יעדע ריר עול מלכותו עלינו
דער "הייליגער" איז דאך אלעס
אויפן רבי'ן פרעגט נישט קיין שאלות
אין פלארידא די זאמד שיין בעיזש
די גרעסטע חסידות דא איז דעעש
זיבענבירגען כולל האלטן ביים לעבן
נישט פארגעסן צדקה צו געבן
אהבת ישראל - יעדן א קוש
דא מעג מען נאר טאנצן אויפן טיש
איר זענט אין לעלוב? א שטיק חיבה
דא צו זיין פאני דארף מען נישט א סיבה
אמשינוב איז למעלה מן הזמן
קיינמאל פארשפעטיגט מען נישט די באן
צופארענע און וואוילע פון איבעראל
א לאנגע בארד און אהבת ישראל
באיאן שיין און איידל זייער
אין מירון צינד אן העליש פייער
אויפן שטריימל גארנישט קארג
אויך צוגעבויט א שיינעם בארג
קלויזנבורג האט יעדן פארפאקט
פייערלעשער אנגעפראקט
א לב נשבר און כפרות אויפן גאס
קאכט אין דברי יציב, שפע חיים, און ש"ס
ברוכים הבאים צו צאנז
דא איז קיינער א מאראנץ
אדער א מורינו, אדער ארבעט אין שפיטאל
קענסט זיין פרום, קענסט זיין cool
אין בארא פארק א הייליג ארט
פאר יעדע 'פלעינע חסיד' אן עיר מקלט
אויב זענט איר שטארק מתאוה
אין סקולען קענט איר ווערן א גבאי
ליטווישע און ארטאדאקסישע שטרעמונגען:
אין לעיקוואד ישיבה א גאנצן טאג
די ווייב ארבעט מיט שווייס און פלאג
ער דער בעיביסיטער, זי פירט די קאר
א מוסר יונגערמאן שטענדיג בצער
פאר קיין קולא זיך נישט בייגן
דרך הלימוד און שו"ע אלעס אייגן
חזון איש'ניקעס סברות וראיות
די "שיעור" איז ביטער ווי א זית
אין בריסק פון נערוון מ'טוט ליידן
א דיוק אין רמב"ם ממש א גן עדן
שכחה צו שערן ארום די פיאות
מ'ארבעט גאר שווער אויף גאות
הער, איך בין א יעקער מיט טעם
מאך זיכער עס קלאפט די גראם
וועלקאם טו וואשינגטאן הייטס
ווען יו ליוו, פליז קלאוז די לייטס
מיי נעים איז דאקטאר הערי
אמעריקען עפל פיי ענד טשערי
פון די פייוו טאונס, חצי ליטוואק
שטיצט ישיבות אפילו אנעם פראק
תורה און מדע ווי א געטליך געבאט
א מבין און פארשטייער צו גאט
YU ווארימע און קאלטע
א וואש מאשין פון שיטות נייע און אלטע
'שיטה הקדושה' אידן:
אין סאטמאר - חסד גוטע
ווילאנג מ'גלייבט אין שיטה
משה אמת ותורתו יואל
מ'וועט זעען די אמת בביאת הגואל
פוי! שרייען מיט כח
ימח שמו אויף יעדן הויך
דורך נטורי קרתא אן ערליכע איד זיין
איינמאל א יאר פארן קיין איראן
ר' טודרוס זילבער אוי ווי פיין און וואויל
די "אמת'ע" סאטמערע אידן דרבינו יואל
אין יאוואזשנע פארשטייט מען דעם רבי'ן קלאר
וואס מען מעג און וואס מ'טאר
כאריזמאטיש און זינגט שיין
געפייט סאטמאר איינער אליין
ר' מעכעלע ניקלשבורגער סאטמאר מיט קבלה צוזאם
א שיינע חבורה שבת אחים גם
די אמת ביי אונז קלאר
וועלקאם צו לב טהור
סיגופים און זיין די רבי'ס שוואנץ
תחת כנפי רבינו העלבראנץ
ווייסע יארמולקעס, קאפטענעס מיט חן
האלטן תקנות אויב ווילט איר אריין
תולדות אהרן אזוי הייליג און הויעך
קןמט מיטן מאסקע צוליב צוגארעטל רויעך
עובדים, מבקשים, און נשמה'לעך:
אין אמונת ישראל
ערנסקייט אלעמאל
א געמיש פון דא און דארט
יעדער עובד געפונט זיך דאס ארט
ווי ברוינפן און וויין אין איין באטל
חב"ד מיט ברסלב אין סטיטשין ביי ר' מאטל
א כאניאקישער עובד ווילט איר זיין?
כאפט אייך דא מיט מיטן באן
ברעסלאוו אריגינאל פון מאה שערים
מ'דאוונט און מ'לערנט די רבי'ס ספרים
ר' משה קרעמער און ר' יעקב מאיר
האש שלי, דא ברענט די פייער
זאג זאג זאג דארפסט נישט פארשטיין
נעם א קונטרס פאר א דאלער, זאג נישט ניין
ברסלב היכל הקודש, דא זינגט מען אין אידיש
ר יואלי ראטה'ס ישיבה אן אמעריקאנער חידוש
געוואלדיגע געוואלדיגע געוואלדיגע אורות
רבי צבי מאיר זילבערבערג'ס תורות
אכטונג געבן די אורות נישט קראכן
קאכעדיג, קיינער טוט נישט לאכן
ליבשאפט פון די ערד ביזן דאך
אזוי האט געלערנט ר' שלמה קרליבך
ברענג מיט א גיטאר און אהבה
קענסט אויך מעלה זיין דיין תאוה
ספרדים ותימנים:
יאללאה.. די חברה לעבן און לאכן
תמימים אין רוחניות'דיגע זאכן
חאלעב'ע סירישע ספרדי גרויסע באנקיר
ביזט א משולח? שלאף ביי זיין טיר
מסורתיים, גלייבן אין גאט איז די עיקר
האסן חרדים אבער פאסטן יום כיפור
קישן די גלימה און זוים פון רב'ס קלייד
דער שלחן ערוך אבער איז שוין צו טייט
יעדע קמיע, מקובל, און סגולה
ביי די ספרדים א גאנצע גדולה
'ישתבח שמו' און ליבט דעם ראשון לציון
קושן און קושן, פון קנעכל ביז די קניען
ס'שמעקט גוט לאמיר קייען קאהט גראז
אזא רויעך נאר פאר א תימנ'ער נאז
זייערע סלסולים ממש ווי די אראבער
די פיאות לאזט מען אבער נישט צום בארבער
שאר ירקות:
היתר מכירה די 614'נטע מצוה
שלימות הארץ די 11'טע דברה
מרכז הרב - חסידי הרב קוק זענען מיר
צו רבינו'ס גדלות איז נישט דא קיין שיעור
א ביקס, סנדלים, און פאפיטעס
א מתנחל'ישע קאפל מיט ציוני שיטות
נוער הגבעות - וועלקאם צום בארג
אויף עקסטרעמיזם איז מען דא נישט קארג
מ מש משו משוג משוגע בין איך
יחי המלך! דער רבי איז משיח
אין 770 שלאף איך אויפן באנק
די שפאלט אין פראק זייער לאנג
אויפן 'טענדער' איך שפרונג
נ נח נחמ נחמן מאומן איך זינג
בתפלה ב'דראגס ובשמחה
משוגע איז די גרעסטע מצוה
***
כולם אהובים - אלע זיס
קיין חילוק די זאקן אויפן פיס
כולם ברורים - אלע גוט
כולם קדושים קיין חילוק די הוט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
יישר כח פאר די פאזעטיווע פידבעק. כ'וויל דא באדאנקען [tag]פיקאסא[/tag] פאר די הערליכע גרעפיקס אין אסיף, און אוודאי ידידינו הגדול [tag]אדנירם[/tag] פאר שרייבן די קעפלעך אויף די גראמען, ווי אויך פאר'ן צושטעלן אסאך אינפא אויף פארשידענע קרייזן. (כ'בין נישט קיין גרויסע צימעס ידען.. )
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: א באזוך ביי כלל ישראל (אסיף/וועקער #6)
סימפלי טאלאנטפול, זייער גוט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: א באזוך ביי כלל ישראל (אסיף/וועקער #6)
זייער שיין!
אבער האסט אויסגעלאזט אלע מיינע רבי'ס ...[emoji26]
אבער האסט אויסגעלאזט אלע מיינע רבי'ס ...[emoji26]
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: א באזוך ביי כלל ישראל (אסיף/וועקער #6)
דעס איז א מעסטער פיעס!
שוין העכסט צייט דו זאלסט עפענען אן אייגענע רעביסטעווע.
כ'וועל דיר דאן מערצעשעם אויסגראמען עד הסוף.
#וואנצי_פאר_רבי
שוין העכסט צייט דו זאלסט עפענען אן אייגענע רעביסטעווע.
כ'וועל דיר דאן מערצעשעם אויסגראמען עד הסוף.
#וואנצי_פאר_רבי
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל