מנשה לוסטיג האט געשריבן:דער אלטע סקווערע רבי וואלט עני טיים געמאכט אזא איבערקערעניש, ווען ער וואלט געהאלטן אז מ'ברויך דאס מאכן.
ער האט לחלוטין נישט געהאלטן פון דעם.
ער האט קלאר געזאגט, ווען אין סאטמאר רודערט זיך טישן אויף בענק, זאל זיך ביי מיר א בענקל ניט רירן..
אלעס איז יתכן, אבער היות מ'רעד מיר דאך דא פון "העטעך פעטעך" הייפיטעטיק"ל בלע"ז, איז כל זמן ס'דא א סברה המתקבל לכאן או לכאן האט יעדער די רעכט עס צו קלעימען, ולא פליגי
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די מח פון א סקווערע קינד זאל נישט זיין אנגעפילט מיט היסטאריע פון בן גוריון, און וואס מיינט ציונות, נאר גארנישט.. תורה תורה תורה
ווי האלט סאטמאר מיט דעם? ווי אנגעפאטשקעט זענען די קעפ מיט אלע אלע היסטאריע פון אלע משכילישע יארן.
עשה טוב! ורע לא אדע.. ווייס נישט וועגן שלעכטס.
טאקע בהא קא-מיפלגי, דער סאטמאר רבי לשיטתו האלט אז צי גיין מיט פארבינדענע אויגן אן וויסן גארנישט נאר "תורה תורה תורה" קען מעגליך פארפירן דעם מענטש ביודעין או בלא יודעין צו שטיפן די וואגן פון כפירה ומינות, איך זאג חלילה אז סקווירא זענען כופרים, אדרבא זייער מעגליך אז זיי זענען אפגעשוינט געווארן פון די בייזע ווינטן ווייל סאטמאר האט געטאן די שמוציגע ארבעט פאר זיי, ממילא זאלן זיי ושאר קהילות החרדים פארדאנקען די סאטמאר רבי פארן אפשוינען זייער ענערגיע,
מנשה לוסטיג האט געשריבן:בכלל, איך זע נאך נישט ווי שלעכט גער און בעלז און וויזניץ זענען אנגעקומען מיטן 'נישט' גיין מיטן שיטה הקדושה.
כאפסט נישט, שיטת סאטמאר איז אז דער עצם דעות ציונית והתחברות לרשעים איז א פגם אין אידישקייט,