כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

שש, איך וועל זיך בענקן נאך דיר. בכל אופן זיי מצליח ווי אימער דו פלאנסט אנציקומען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סמבטיון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סמבטיון?
וירח ה' את ריח הניחוח
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

יא?
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

שליחה דורך א איד »

אזוי ווי שש גייט שוין נישט קוקן פון נאך שבת, לאמיר אריינכאפן צו געבן א גוט ווארט, מיר האבן אלע הנאה געהאט פון דיר, שכח אויף אלעס, און הצלחה אויף ווייטער...
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

באמת א יישר כח פאר אלעס ביז יעצט, ספעציעל פאר די מעכטיגע אויסגאבע'ס דער וועקער- אסיף, מ'גייט הערשט זען וואס אונז האבן געהאט ביז היינט, ווען מ'גייט עס מער נישט האבן..

נאך איין שאלה פאר אונז פארלירן דיך, וואס וועט זיין מיט די 3,333'סטע איינס און א גוטס תגובה?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

שליחה דורך גר ותושב »

@שש איך וויל זעין צו די האלסט ווארט און זעין צו ביז שבת ביזסטו נאך טאקע דא וועיגן דעים שרייב איך ערשט יעצט סמוך ונראה צום זמן.

ישר כח פאר דיינע גוטע ווערטער דיינע ארטיקלען.
א עקסטערן ישר כח פארן וועקער איך האף די האסט עס איבער געגעיבן און גוטע הענט עס זאל האבן א המשכה.
ישר כח נאכאמאל עלה והצלח.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

שליחה דורך גר ותושב »

איך זעי ער האלט ווארט א גוט שבת הרב שש.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ייש"כ פאר מיינע טייערע פריינד וואס האבן ארויסגעוויזן זייערע הרגשים, און מיך אוודאי אויפגעלעבט ווען איך האלט ביים נעמען דעם נעקסטן סטעפ.

די וואס מאיזה סיבה שיהיה האבן זיך געשפירט באקריוודעט בעט איך נאכאמאל איבער, לא התכוונתי לכך [ווער עס וויל עפעס אויסקלארן קען זיך נאך ווענדן צו מיר אין אימעיל].


האסט א שבת שלום ומבורך און א לעכטיגן תמיד,
אדנירם.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

גם אני, איך וויל אויך נעמען די געלעגנהייט דיר צו דאנקען פון די טיפע קעמערלעך פון מיין הארץ און מער וויכטיגער פון די אויפענע טירן און מיין מוח. קאווע שטיבל בכלליות און שש'ס פראיעקטן בפרטיות באגלייטען מיר טאג טעגליך און האבן אויפגעמאכט טירן פון מחשבה חכמה און ליבשאפט. איך עס טעגליך די פירות פון דיין פלאג. און איך וויל אז די זאלסט עס וויסען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פערינא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

שליחה דורך טרויבן88 »

שש שכויעך פאר דיינע ארטיקלען ביז יעצט.
איין זאך וויל איך נאך וויסן וואס סאיז געבליבן מיט די בחורים און די מיידלעך מיט די גאנצע מעשה...?
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טרויבן88: כאטש דו האסט מיך נישט געפרעגט, וועל איך נעמען דאס ווארט און ענטפערן שטאטס שש. ער איז זיכער יעצט פארנומען מיט די מלווה מלכה/סעודת פרידה.
די בחורים און די מיידלעך האבן סוכ"ס חתונה געהאט און זיי האבן געהאט א סאך קינדער און אייניקלעך. טייל פון זייערע אור אור...אייניקלעך דאווענען היינט (אדער שמועסן זיי) אויף ראדני. אנדערע וואוינען היינט אין קרית יואל, און זיי זענען אזעלכע ערליכע אידן (קנאים) וועלכע טוען נישט אנערקענען די עקזיסטירנדע, אמטירנדע רבנים, דיינים און רעבע'ס. זיי האבן זיך זייערע אייגענע מסדרי קידושין וגיטין. אויך האבן זיי א גרויסן פיהרער...!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מיר וועלן בענקען צו זיינע לאנגע טיפזיניגע אשכולות דורכגעפלאכטן מיט פילע ידיעות בהרבה מכמני תבל.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

פארפאסט זיך געהעריג געזעגענן פון אדנירם. דער אמת איז מיר האבן זיך קיינמאל נישט געהעריג געטראפן.
טראכט איך צו מיר אז אפשר איז גוט אז שש נעמן שוין אביסל ערלויב, מיין באבע פלעגט זאגן אז צופיל זיסקייט איז אויך נישט גוט, איך זאג אז צופיל זיסקייט ווערט ביטער. פון דער אנדערע זייט דער שלום עליכם אשכול שלאפט אויך נישט עס טוט זיך דארט א געפילדער אפשר ווארט איינער דארט עס זאל ווערן שטיל אין בית מדרש אז ער זאל שוין קענען רעדן.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

שלום וברכה הרב אדנירם.

אין נאמען פון באשעפער און פון גאנץ כלל-ישראל, וויל איך אייך באגריסן פאר אייער אויפריכטיגער און קלוגער שריט. עס איז נישט קיין ספק אז א פערזענליכקייט פון אייער סארט, קען פיל שטייגן און בליען, אויב זאל ער טון די ריכטיגע שריט וואס ער דארף טון. וויל איך אייך הערצליך באגריסן און מיט א וואונטש אז איר זאלט פילן א טעם אין לעבן, א געשמאק אין לעבן, עולמך תראה בחייך, און צוקומען צום ריכטיגן תכלית.

באמת וויל איך נאך שרייבן א לענגערע תגובה, אבער לעצטנס בין איך שטארק פארנומען מיט פארשידענע כלליות'דיגע איינגעלעגנהייטן, אזוי אז די צייט איז נישט מיט מיר אלעמאל. אבער מיין האפענונג איז נאך צו שרייבן געהעריגע דברי פרידה, דברים כדברונות... מיר האבן דאך א באזונדערע קשר... לאמיר האפן אז איך וועל אנקומען דערצו.

זאל מיין וואונטש דערהערט ווערן, בכל אשר תפנה תשכיל, איר זאל געפירט ווערן פון הימל אויף די ריכטיגע וועגן, נישט פארשוועמט ווערן נאך די גאס וואס דראעט צו דערטרענקען אזא טייערע נשמה. שש-משזר, איר ווייסט מסתמא אז אויב וואלט איר געבוירן געווארן מיט הונדערט יאר צוריק און נישט געטראגן די נסיונות פון די היינטיגע גאס, וואלט איר געוויס געווען א גרויסער זאך אויף די וועלט, ווארשיינליך א באקאנטער נאמען, און איר ווייסט אז איר מוטשעט זיך מיט די היינטיגע גאס. "אחד היה אברהם" - איר זענט איינער אליין קעגן אזא היינטיגע גאס, וואס קוקט אויס בריטאל און מעכטיג, אבער עס איז א ספק צי איר ווייסט אז איר זענט גאר שטערקער פון די דאזיגע גאס און איר קענט דאס בייקומען. אויב קומט איר דאס געוויס דורך, זענט איר א ריז און א העלד.

איך ווייס נישט צי איך וועל נאך לענגער שרייבן, אבער איך וואונטש אייך אלעס גוט, לסולם העולה בחכמה וביראה, דרך בית אל.

הכ"ד דברי המכירך ולא ידעתיך
שמואל פרימו
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

על סעניאר פרימו שליט"א: איך האב געליינט מיט גרויס שפאנונג אייערע ברכות און גוטע וואונטשן. איך האב שטארק מיטלייד מיט אייך. ווייל אייער פיין און יסורים שרייען ארויס פון א יעדע שורה. איך ווינטש אייך אז איהר זאללט מער נישט וויסן פון קיין צער. קאן מוטשא גוסטא אסטא סיענטע אי וועינטע אניאס קאן סאלוד...אמן...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:פארפאסט זיך געהעריג געזעגענן פון אדנירם. דער אמת איז מיר האבן זיך קיינמאל נישט געהעריג געטראפן.
טראכט איך צו מיר אז אפשר איז גוט אז שש נעמן שוין אביסל ערלויב, מיין באבע פלעגט זאגן אז צופיל זיסקייט איז אויך נישט גוט, איך זאג אז צופיל זיסקייט ווערט ביטער. פון דער אנדערע זייט דער שלום עליכם אשכול שלאפט אויך נישט עס טוט זיך דארט א געפילדער אפשר ווארט איינער דארט עס זאל ווערן שטיל אין בית מדרש אז ער זאל שוין קענען רעדן.

בענדזשי, זאג פאר יענער וואס ווארט אז ס'זאל ווערן שטיל, אז שוין איבער א חודש וואס כ'האב געוואלט אז יענער זאל שוין אנהייבן צו רעדן.

דערווייל דערזעט זיך נישט קיין יענער אויפן האריזאנט...
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

אונז וועלן זיך מיזן נאכאמאהל געזעגענען מיט הרב שש אויף א חודש
Cant Wait to see you back
פארשפארט