לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

wow, זייער קריעטיוו און פאסיג.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!

שליחה דורך mevakesh »

יואליש האט געשריבן:שבת צונאכטס לייוו'ס קאלטע עפענונג האט נישט געהאט קיין איין וויץ, בלויז זייער הילערי אין איר ווייסע אנצונג זיצענדיג ביי א פיאנאו און זינגט כהן'ס "הללויה". ס'איז געווען א רירענדע סצענע צוזאמשטעלנדיג די צוויי הספידים פון די וואך.

(קול באשה)

https://youtu.be/BG-_ZDrypec


הערליך און צום פינטעל

ס'איז נישט געווען באוויסט, אבער ער איז געווען שטערבליך קראנק מיט קענסער.

א זשורנאליסט האט געפאוסט די לעצטע אינטערוויאו כהן האט געגעבן פאר זיין הסתלקות.

https://m.youtube.com/watch?v=H4PqY-VgSsI

דער פיהלער אינטערוויו איז דא
http://www.newyorker.com/magazine/2016/10/17/leonard-cohen-makes-it-darker
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

זיינע ניגונים זענען א שטיק נשמה. אבער א ריזן חלק פון זיינע ניגונים זענען איבער **** און לאוו. איינער פארשטייט וואס הללויה האט מיט לאוו?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

נו קענסער איז איינע פון די וועגן וויאזוי מאיז מגלה פון הימעל
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

You Want It Darker אידיש

שליחה דורך ברוך בער »

כ'האב מיר אזוי איבערגעטיישט דעם פאעזע יו וואנט איט דארקער, ער'ט געשריבן אויפן קראנקן בעט פאר זיין לעצטן אלבום. דאס תוכן איז אזא איוב סטיל דיסקוסיע מיט גאט איבער די צרות און שלעכטקייטן אין די וועלט. ער דערמאנט הייליגע באגריפן ווי קדיש און הנני ווי אויך א חזן זאגט הנני ווי אין שוהל. די פינקטלעכע פשט ווייס איך נישט און נאר פרובירט צו טייטשן, ואם שגיתי השם הטוב יכפר. אדרבה לאזט אייך הערן וואס איר מיינט איז א פירוש.

U WANT IT DARKER

אז זייט איר דער האנדלער, בין איך ארויס פון שפיל
זענט איר דער היילער, דאס זאגט איך בין חרוב א תל
איז דיינס דער כבוד, מיינער מוז זיין א שאנדע
דו ווילסט עס טינקעלער
מיר הרג'נען דאס פלאם

יתגדל ויתקדש דאס הייליג נאמען
פארשאלטן פאר'חרובט אינעם מענטשליך געשטאלט
א מיליאן ליכטלעך ברענען פאר די הילף קיינמאל געקומען
דו ווילסט עס טינקעלער

הנני הנני
איך בין גרייט מיין גאט

ס'דא א ליבער אין די געשיכטע
די געשיכטע איז אבער די זעלבע
ס'דא א לידעלע פאר די צרות
און א פאראדאקס צום באשולדיגן
ס'שטייט אבער אין די פסוקים
ס'איז קיין פוסטע מעשיות
די ווילסט עס פינסטערער
מיר הרג'נען דאס פלאם

זיי שורה'ן אויס די ארעסטאנטן
די וועכטער נעמען ציהלן
כ'האב מיר געראנגלט מיט שדים
זיי זענען מיטל קלאס און בעסערע
נישט געוואוסט ס'כאב א היתר צו רצחנ'ן און פליקן
דו ווילסט ער טינקעלער

הנני הנני
איך בין גרייט מיין גאט

יתגדל ויתקדש דאס הייליג נאמען
פארשאלטן פאר'חרובט אינעם מענטשליך געשטאלט
א מיליאן ליכטלעך ברענען פאר די ליבע קיינמאל געקומען
דו ווילסט עס טינקעלער
מיר הרג'נען דאס פלאם

אז זייט איר דער האנדלער, בין איך ארויס פון שפיל
זענט איר דער היילער, דאס זאגט איך בין חרוב א תל
איז דיינס דער כבוד, מיינער מוז זיין א שאנדע
דו ווילסט עס טינקעלער
מיר הרג'נען דאס פלאם

הנני הנני
הנני הנני
איך בין גרייט
מיין גאט
הנני
הנני הנני
הנני
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

ס׳איז זיין יארצייט היינט ו׳ חשוון, לעילוי נשמתו הטהורה, האב איך אויסגעהערט צום ערשטען מאל זיין לעצטע אלבום וואָס איז שוין געוואָרן דערמאַנט פריער דא אין אשכול, די אלבום איז פול מיט פארלוירענע אהבה, חרטה, טויט, און עס איז מעורר צו תשובה ומעשים טובים.

מיר האָט ספּעציעל געכאפט די ניגון ״ס׳האט אויסגעזען די בעסערע וועג״ אין וואו א עלטערע מענטש האט חרטה אויף זיינע אמונות און באשלוסען אין די אינגערע יארן אָבּער פילט ס׳איז שוין צו שפעט צו טוישן איצט און ער דארף שטילערהייט גיין מיטן שטראם און מיטמאכן די קאנסעקווענצען. אלץ א אינגערמאן איז דער ניגון מעורר צו סקרוטענייזן כסדר די אמונות און נישט מיטגיין מיט די כאריזמע פון די פירער אָדער שטראם פון די מאַסן, אנדערשווייז טרעפט מען זיך אויף די עלטערע יארן מאכן קידוש אויף א כוס בלוט.

די אינטראָ צום ניגון איז מיר געווען אינטערעסאנט, עס קוקט אויס ווי ער האָט אונז געוואלט מזכה זיין מיט א ברכת כהן פאַר זיין טויט און האָט אריינגעריקט א שטיקל וואָס מען זינגט בּיי ברכת כהנים אין פילע קהילות קדושות.

זאל ער - דאָרט אויך - זיין א גוטע בּעטער פאר אונז אלע ותנצב״ה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ממש א אינטערסאנטע זאך, זונטאג נאכט בין איך געפארן געלאסן אויפן פאליסעידס פארקוועי הערנדיג מוזיק, עפעס א דזשוק האט מיר אנגעכאפט צו הערן דעם הללוי-ה פון לעאנארד כהן, איך האב עס אויסגעהערט צענדליגע מאל נאכאנאנד ווען פון מיינע אויגן פליסן טייכן טרערן, יעצט ארויפקומענדיג אויף קאווע שטיבל זעה איך אז זיין יארצייט איז געווען טאקע זונטאג נאכט, זעט אויס אז אונזערע זעהלן האבן זיך ערגעצוואו משדך געווען זינט ששת ימי בראשית...
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

כ׳בין אויך נישט קיין יארצייט האלטער, נאר זונטאג נאכט אין בעט האט מיר אנגעכאפט צו הערן מיין לעאנערד כהן פּלעיליסט און דערנאָך איז מיר בייגעפאלן צו נאטירן זיין אידישע יארצייט בכדי ארויפצוברענגען דעם דאזיגען אשכול בזמנה, די אשכול וואו כ׳האב צום ערשטן מאל געהערט פון אים back then...

קוקענדיג די 2016 לוח באמערק איך אז די יארצייט איז טאקע היינט נאכט, ויהי לפלא!
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

צום יארצייט (כאטש אומוויסענדיג) האט מיר די פרוי אהיימגעברענגט כהן'ס ניייע בוך "די פלאם". א געזאמעליש טאגבוך-סטיל פאעזיע און מעלעריייען, גיט די בוך אן אינטימישע בליק אריין אינעם פייטן'ס שטורעמישע זעהל און שעפערישע פראצעס. דאס בוך איז נארוואס ערשינען, נאכן הסתלקות, ושפתותיו - שפתי כהן - דובבות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

https://www.hidabroot.org/article/1130886

אחרי מות = קדושים
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

איז דא ערגעץ וואו מען קען זעהן פשט אינעם ניגון הללויה?
אדער קען אפשר איינער מסביר זיין אין קורצן די מהלך הדברים?
א דאנק
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

ווען עס קומט צו ארט אויף אזא לעוועל האט עס נישט דווקא איין פשט. ווען ער האט געשריבן די ניגון די ערשטע מאל איז עס געווען מיט געוויסע געפילן, געוויסע אורות, און ער איז נישט דווקא געווען אין די זעלבע פלאץ יעדע מאל ביים זינגען. בפרט אזא פאפולערע ניגון וואס איז געשריבן געווארן מערערע וועגן, און געזינגען דורך מערערע זינגער דורכאויס די יארן, האט נישט שטענדיג די זעלבע מיינונג. און פאקט איז דא 7 באקאנטע שטיקלעך, און געווענליך ווערט נישט געזינגען מער ווי 4.

צו מיר רעדט עס פון א טיפע צובראכנקייט. א ליבע וואס איז געווען אמאל שטארק, א רעליגיע וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט, און דאך שרייט זיך ארויס מן המיצר א טיפע הללוי' (וואס מען קען פארשטיין מער אדער ווייניגער רעליגיעז). און אפילו מיין מצב איז וואס עס איז, און אפילו די הללוי' איז אליין א צובראכענע, איז דאס דאך וואס איך שטעל פאר.


אגב, אויב קוקסטו קעיט מק'קינאן'ס פערפארמענס געברענגט אויבן, וואס איז געווען די וואך וואס הילערי האט פארלוירן (פארשטייט זיך עפעס וואס קעיט איז געווען צובראכן דערוועגן), און לענארד כהן איז אויך אוועק יענע וואך, קענסטו זייער גוט פארשטיין די באדייט וואס עס טראגט אין יענע מצב. פון איין זייט איז עס קאמעדי, און זי איז פארשטעלט ווי קלינטאן, אבער זי האלט צוריק אן אמת'ע טרער. און ווי הילערי שרייבט אין איר בוך "מוצאי שבת נאך די עלעקשען, האב איך אנגעצינדען סעטורדעי נייט לייוו און געזען קעיט פארשטעלט ווי מיר צום לעצטען מאל. זי איז געזיצן ביי א גרענד פיאנאו און געשפילט "הללוי'", די מאכטפולע שיינע ניגון פון לענארד כהן וואס איז אוועק עטליכע טעג פריער. זי איז געזיצן און געזינגען ווי זי פראבירט צוריקצוהאלטן א טרער, הערנדיג, האב איך געטון די זעלבע."
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

יישר כח פאר'ן אזוי שיין מרחיב זיין
די חלק פון דוד און בת שבע(?) - וואס האט דאס מיט הללויה?
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

ישעיה האט געשריבן:איז דא ערגעץ וואו מען קען זעהן פשט אינעם ניגון הללויה?
אדער קען אפשר איינער מסביר זיין אין קורצן די מהלך הדברים?
א דאנק
https://m.youtube.com/watch?v=2s3kQSZ_Qxk

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

ישעיה האט געשריבן:יישר כח פאר'ן אזוי שיין מרחיב זיין
די חלק פון דוד און בת שבע(?) - וואס האט דאס מיט הללויה?

עס מיינט נישט דווקא זיי, עס איז די געפיל. אמאל איז מען קלאר אין די אמונה, פלוצלונג זעט מען עפעס אויף אן אנדערע דאך, און מען ווייסט שוין אליין נישט וואס מען ווייסט... און ער פארט גלייך אריין צו שמשון הגבור וואס די ליבע האט אים אריינגעפירט אין גרוב, ווען זיין ווייב האט אפגעשניטען זיין האר. און דאס אלעס שלעפט ארויס דעם הייליגען אבער צובראכענעם הללוי'...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

Wow
כ'האב נישט געוואוסט ווי צודרייט ארטיסטן זענען :P
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

א פרישע חרדי'ישע איבערארבעט אויף הללויה, דאס מאל די ליריקס, דער עולם ווערט געבעטן צוצוהעלפן...

[left]Now I’ve heard there was a special chord
That David played to turn back your sword
But you don’t really care for music, do you
It goes like this, the fourth, the fifth
The minor falls, the major lifts
The baffled chasid crying out Hallelujah
Hallelujah, Hallelujah
Hallelujah, Hallelujah

His faith was strong but not enough for you
You paired them up in a mazeldige shuh
Her natural beauty you couldn’t bear
You tied her to a kitchen chair
She choked her tairs while you cut her hair
And from their lips you drew the Hallelujah
Hallelujah, Hallelujah
Hallelujah, Hallelujah[/left]
פארשפארט